אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 158
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 289

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

פאוסט דורך ירא השם »

פריילאך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:16 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:59 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:27 pm
ס'איז דא בתי מדרשים וואס האבן א מענטש וואס ווייסט וועלעכע זיצן ס'איז ליידיג יענע וואך וואס ווייזן צו פאר א יעדע גאסט לאו דווקא ווייסע בערד ווי זיך צו זעצן.
רוב בתי מדרשים וואו איך בין שוין געווען איז דא אזא ממונה, חוץ אין ביהמ"ד הג' (ק"י) וואו ס'איז לכאורה צו קאמערשל און צו שווער צו קענען האלטן קאפ אויף אזויפיל טויזענטער מתפללים און געסט.
אין אלע שולן איז דא גבאים צו באדינען דעם ציבור מיט סערוויס, חוץ אין...

און אויב איר גייט דאס טון אלס עסקן, גייט מען אייך מסדר זיין איר זאלט אויפהערן.
מעשה שהי’
אפילו האסט געשריבן ... ווייסט מען פון וועלעכע ביהמ"ד די רעדסט

סיי וואסערע ענין מ' וועט רעדן, קומסטו אריין טראלן מיט דיין אגענדע (וואס די שעמסט דיך צו אידענטעפעצירן)
מרור מיט חרוסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:24 pm
x 98

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

פאוסט דורך מרור מיט חרוסת »

שמח האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 9:45 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:59 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:27 pm
ס'איז דא בתי מדרשים וואס האבן א מענטש וואס ווייסט וועלעכע זיצן ס'איז ליידיג יענע וואך וואס ווייזן צו פאר א יעדע גאסט לאו דווקא ווייסע בערד ווי זיך צו זעצן.
רוב בתי מדרשים וואו איך בין שוין געווען איז דא אזא ממונה, חוץ אין ביהמ"ד הג' (ק"י) וואו ס'איז לכאורה צו קאמערשל און צו שווער צו קענען האלטן קאפ אויף אזויפיל טויזענטער מתפללים און געסט.
אין ביהמ''ד אין קרית יואל עכ''פ ווען איך בין דארט געווען האב איך מיטגעהאלטן אז מ'קוקט זיך יא אום אויף די געסט, פריעדלענדער און אויך אביסל גליק.
אין קרית יואל איז אפי' דא ספעציעלע פלעצער פאר געסט.
ווארט נישט אויף די ריכטיגע מינוט, מאך די מינוט ריכטיג!
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

פאוסט דורך טיר »

ס'איז ליידער דא מענטשן בעיקר פון 60 יאר אין ארויף וואס האבן חוצפה אריינקומען אין א שול צום ערשטן מאל, אין נישט מער אין נישט ווייניגער, אויפשטעלן א מענטש וואס זיצט אויף זיין באצאלטע זיצט שרייענדיג ס'איז מיין מקום קבוע. אליינס בייגעוואוינט אסאך מאל. דאס איז א געהעריגע ABC וואס זיי האבן א נאמען געגעבן מקום קבוע
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 187

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

פאוסט דורך בן מנחם »

נישט קיין שיינע זאך אפגרעדט אויב מען געט שווערע עדיטוט
יעך פארשטיי
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:03 am

Re: אוועקשיקן איינעם וואס האט זיך געזעצט אויף דיין מקום קבוע

פאוסט דורך יעך פארשטיי »

בדידי היה/הוה (ויהי') מיין זיץ איז די ערשטע ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און יעדן וואך דארף איך אויפשטעלן מענטשען פון דעם זיץ ווען סאיז א עלטערע איז עס עפ"ר לייכטער איך זאג עם דעם פלאץ איז אינו לפי כבודו (אויס איז ער נישט קיין עניו) און איך וועל עם ציווייזן א אנדערע זיץ אבער זייער אסאך מאל איז עס אינגערלייט אדער בחורים

ב.ד.וו קומען אויף צייט העלפט נישט ווייל פרעמדע געסט קומען פרי צו קענען האבן א פלאץ
שרייב פאוסט