בלאט 4 פון 4

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:26 pm
דורך רואה חשבונות
איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:19 pm א גרויסע ש'כח @ווירקליך פארן אריין קומען און אזוי שיין מסביר זיין
ס'איז אונז א כבוד פאר אז מנהל
רט

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:27 am
דורך בית ישראל
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 3:56 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:09 pm

איר זאגט גאנץ פיין.
די גרעסטע ראי' דערצו איז אז די 3 מערסט באניצטע אשכולות דא זענען
בלומינגראוו
גזירת החינוך
בחצרות הקודש.

וואס 2 פון די איז א גרויל צו ליינען די אפענע שנאה פון געוויסע אידן אקעגן אנדערע און סאיז מיר א חידוש אז די סייט דא לאזט עס צו און פארלאנגט נישט קיין איינגעהאלטענקייט
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
ב.ג. רעדט זיך נישט פון קיין פאלייק עס איז א פראבלעם איבער אן הפקירות שטאט און האט נישט מיט שנאה קיין שייכות

און די זאכן רעדט מען דא ווייל אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען די נושאים
טאקע דאס איז די פראבלעם אז די זאכן רעדט מען דא און די אנדערע זאכן דארט, דערפאר קוקט אויס אזוי דא, ווען יעדער וואלט אויסגעשמועסט אלעס דא וואלט די אשכולות געווען בלויז א קליינע חלק משא''כ יעצט.
גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט, סאיז נישט די פראבלעם אז מרעדט דערפון, נאר אז מרעדט נאר דערפון און נישט פון אנדערע זאכן

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:48 am
דורך יום טוב
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:27 am
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 3:56 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 12:29 pm
גזירת החינוך איז אם אקטיווע טעמע יעצט איבעראל ווי מען שטייט און גייט און דיין טענה איבער די וועג פון שרייבן דאס איז צוליב אזעלכע וואס ספינען ארום מיט שטותים און די רעספאנד איז לפי דעם וואס שרייבט שטותים
ב.ג. רעדט זיך נישט פון קיין פאלייק עס איז א פראבלעם איבער אן הפקירות שטאט און האט נישט מיט שנאה , קיין שייכות

און די זאכן רעדט מען דא ווייל אויף אייוועלט טאר מען נישט דערמאנען די נושאים
טאקע דאס איז די פראבלעם אז די זאכן רעדט מען דא און די אנדערע זאכן דארט, דערפאר קוקט אויס אזוי דא, ווען יעדער וואלט אויסגעשמועסט אלעס דא וואלט די אשכולות געווען בלויז א קליינע חלק משא''כ יעצט.
גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט, סאיז נישט די פראבלעם אז מרעדט דערפון, נאר אז מרעדט נאר דערפון און נישט פון אנדערע זאכן
די סיבה דערצו איז אז עס איז דא מענטשן וואס חסידות ואביזרייהו איז זייער טאפיק און אויף אייוועלט קען מען בכלל נישט רעדן דערפון במילא קומען זיי אהער , מענשן וואס אינטערעסירט בעיקר די פאליטיקס פון דאנעלד טראמפ און ביידען און מלחמת רוסלאנד האבן נישט קיין שום שטערונגען אויף אייוועלט און לגבי גוישע נייעס איז אייוועלט פונקט אזוי פלעקסיבל ווי אידטיש און אידטיש איז פונקט אזוי שטרענג ווי אייוועלט במילא איז דאס די אוטקאם

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:23 pm
דורך קישטא קאי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 8:47 pm עס זענען דא ניקים וואס איך גלייך פון ביידע צדדים, און עס איז דא ניקים וואס מאכן אומבא'טעמ'ט דאס פלאץ
ווילעך נישט זאגן קיין נעמען... יעדער ווייסט פון וועמען מען רעדט...
@להגדיל הטראסק

גענאגלט!!!

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:37 pm
דורך world champion
לדעתי איז זייער פיין אזוי ווי ביז יעצט, סופער דזשאב!

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:40 pm
דורך מחדש
אויב איך מעג זאגן מיין דעה די וועג וויאזוי איך זע עס (מיט א אנטשולדיגט בעפאר פארן זאגען אומגעפרעגט)

אידטיש האט א גיטע ציל, און דעפענטלי א קלייענטעיל פארוועם עס איז אינטערסאנט, די קלייענטעיל איז טאקע יעצט קליין און מיט די צייט וועט די קלייענטעיל ווערן גרעסער און גרעסער, אבער די פראבלעם געשענט אז מען וויל שוין יעצט זיין גרויס און דערפאר פארקוקט מען אויף קוואלעטי תגובות זיך איינרענדענדיג אז ריבוי תגובות וועט מאכען א גרעסערע סייט, אבער עס איז קלאר א טעות, די יעצטיגע ריבו תגיבות פארטרייבט ליינער און שרייבער און מאכט די זייטל נאר קלענער.

אז מען וועט אויפאסען וועט מען זען אז ווען מען רעדט די אלע היציגע נושאים אין ביהמי"ד רעדט מען נישט א פערטל אזוי בייסיג און פערזענליך ווי מען האט זיך דא געשריבען.

וואלט איך געווען אין די הנהלה דא וואלט איך אראפ געשטעלט דריי וויכטיגע רולס:

1) כבוד חבירו אויסשפארען לצמיתות א ניק וואס רעדט נישט צו א צווייטען מיט ריספעקט און נימוס און שרייבט בייסיג און פערזענליך, דאס איז לאוו דווקא אין נושאים וואס תלו במלחקות נאר סיי ווי אינעם סייט, איינער וואס שרייבט שארף און בייסיג איז א גיפט און א מחלה פאר א געזינטע סייט.

2) אויסשפארען ניקים וואס שרייען הויך...! פונקט ווי קיינער וויל נישט זיין אין א רעדל אין ביהמי"ד ווי איינער שרייט זיין מיינוג אז די גאנצע היכל דינערט איז דא אויך נישט, ניקים וואס נעמען זאכען צו פערזענליך און זענענן היציג איז דא נישט זייער פלאטץ.

3) טרול'ס, ניקים וואס שפילן חסידות אדער ענליך צו מאכען א פוינט, איז דא נישט זייער פלאטץ, עס איז סם פאר א געזינטע מקום.

דאס איז אין צוגאב צו די תרי"ג מצוות אז א איד טאר נישט רעגן לשה"ר און באשמיצען א צווייטען.

אויב וועט מען נעמען די דרך ארוכה און לייגען דגוש אויף קוואלעטי איבער קוואנטעטי וועט די סייט באמת האבן הצלחה און ערפילן א חלול נוטיג.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:49 pm
דורך דער תהלים איד
איך בין נישט געווען דא במשך די וואך, און איך ליין הערשט יעצט @מחדש'ס תגובה, און כהאב געקוקט די רעאקציעס זייער שנעל, נאר אויף צו קענען זאגן מיין מיינונג.

מחדש איז אויסדרוקליך גערעכט, אז מ'דארף זיין מער פלעקסיבל מיט אוועקשיקן, אזוי ווי מ'האט טאקע געזאגט אנהייב אז דאס איז דער מהלך פון די סייט. די אנדערע אשכול וועגן "מאכן מער צענזור" איז נישט עכט ריכטיג. שנעלער ווארפן א ניק וואס רעדט מיאוס, אטאקירט, אדער נוצט דאס פלאץ פאר פראוואקאציעס.

אויב דארף מען עפעס צולייגן איז עס מער אחראים. צו קענען שנעלער אויפכאפן זאכן, און אויך צו קענען אפשטעלן "אה נאו אה יע" שמועסן.

אבער נאכאמאל דער יסוד: אויסשפארן ניק'ס וואס באלאנגען ערגעץ אנדערש.

איך פארשטיי אז ס'געשעט נישט אזוי שנעל פשוט מחמת רחמנות, מ'וויל געבן א שאנס, אבער אויב זעט מען די רעזולטאטן אז זאכן גייען נישט ווי מ'וויל, מוז מען בלית ברירה אוועקנעמען די מידת רחמנות. ס'אי זנ ישט יושר אז אזויפיל אידן וואס ענדשויען דאס פלאץ ב"ה זאלן דארפן ליידן פון אן אומגעשמאקע אטמאספער צוליב געוויסע. פארפאלן, נישט יעדער איז געבענטשט מיט שכל, און נישט יעדן מעג מען לאזן שרייבן.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:59 pm
דורך ווירקליך
@מחדש האט א נקודה אז ריבוי תגובות איז נישט דוקא אייביג א מעלה.

ס’זיכער אז אין אלגעמיינע אשכולות זאל מען איידער’ן דרוקן "שיק" זיכערמאכן אז דער תגובה איז נישט אבי געשאסן און געבט עפעס צו.

ס’דא א באזונדערע צייט פארברענג אפטיילונג פאר צייט פארברענגען, וואס אויך יענס איז זייער געשמאק. ודבר במקומו מה טוב.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:25 pm
דורך וואוילער
ווער עס וויל קען נוצן מיין עצה...
איך טרעט נישט אריין אין א הייסע טעמע (אשכול בלע"ז).

א טעמע וואס באקומט צו מער ווי 2 בלעטער א טאג איז נישט פאר מיר.
איינס, ווייל מיין טאג איז נישט אנלימיטעד פאר אידטיש, כ'האב נאך אפאר זאכן צו טוהן.
צוויי, ווייל דאס מיינט אז ס'איז היציג, געווענטליך לויפט אין סירקעלס, און מ'ווערט נאר דיזי.

פרובירט עס אויס!

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 7:30 pm
דורך ווירקליך
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:25 pm ווער עס וויל קען נוצן מיין עצה...
איך טרעט נישט אריין אין א הייסע טעמע (אשכול בלע"ז).

א טעמע וואס באקומט צו מער ווי 2 בלעטער א טאג איז נישט פאר מיר.
איינס, ווייל מיין טאג איז נישט אנלימיטעד פאר אידטיש, כ'האב נאך אפאר זאכן צו טוהן.
צוויי, ווייל דאס מיינט אז ס'איז היציג, געווענטליך לויפט אין סירקעלס, און מ'ווערט נאר דיזי.

פרובירט עס אויס!
הונדערט פראצענט. שטיין ווייט פון היציגע אשכולות איז א עצה.

ווען מדרייט זיך אין פיש סטאר שמעקט מען פון פיש.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:26 am
דורך רואה חשבונות
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:25 pm ווער עס וויל קען נוצן מיין עצה...
איך טרעט נישט אריין אין א הייסע טעמע (אשכול בלע"ז).

א טעמע וואס באקומט צו מער ווי 2 בלעטער א טאג איז נישט פאר מיר.
איינס, ווייל מיין טאג איז נישט אנלימיטעד פאר אידטיש, כ'האב נאך אפאר זאכן צו טוהן.
צוויי, ווייל דאס מיינט אז ס'איז היציג, געווענטליך לויפט אין סירקעלס, און מ'ווערט נאר דיזי.

פרובירט עס אויס!
וכן אנו נוהגין, וכן כל הנוהג כמנהג 'וואוילער' תבא עליו ברכה, ובכן צדיקים יראו וישמחו וכו'

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 9:16 am
דורך אנדערער
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:59 pm @מחדש האט א נקודה אז ריבוי תגובות איז נישט דוקא אייביג א מעלה.

ס’זיכער אז אין אלגעמיינע אשכולות זאל מען איידער’ן דרוקן "שיק" זיכערמאכן אז דער תגובה איז נישט אבי געשאסן און געבט עפעס צו.

ס’דא א באזונדערע צייט פארברענג אפטיילונג פאר צייט פארברענגען, וואס אויך יענס איז זייער געשמאק. ודבר במקומו מה טוב.
אפשר מאכן אזא קעפטשע פאר היציגע טעמעס

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 9:00 pm
דורך שטראסבורג
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 4:11 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:46 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:16 am כבר חויתי דעתי ביחיד ועתה ברבים
2 זאכן וואס אייוועלט האט וואס דער סייט האט נאכנישט, און דאס איז דער שוואכקייט דא גוטע קראנטע נייעס ברענגער אויף א שטארקע פארנעם, א שטייגער ווי אבימלך, אבזערווירער, נקדימון, ישראל הלוי, נארמאליזעם וכו' אויף אייוועלט (דא איז ביזדערווייל דא נאר איין @ניקל וואס טוט אביסל די ארבעט

און נאכדעם דארף מען דא א קנאפער ידען וואס זאל ארויסהעלפן אין יעדע נושא וואס מעגליך
אייוועלט איז א סייט וואס האט זיך געגרינדעט יארן צוריק נאכן/אינמיטן קריג (סאטמאר) בערך צווישן תשס"ו - תשס"ט, נאכדעם וואס מ'איז מיד געווארן פון זיך קריגן און באשלאסן אז אנשטאט זיך קריגן קען מען שיין פארברענגען. דעמאלס איז אייוועלט דווקא באזירטע אויף שיינע פארברענגען אישוס, מיט די צייט האט מען אנגעהויבן מיט מער ערענסט הילף איינער פארן צוויייטן און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די א.ז.ג "גוטע קראנטע נייעס ברענגער".

ניין הצלחה פון א סייט איז נישט דווקא גוטע קראנטע נייעס ברענגער ס'איז אלעס צוזאמען.

דער גאנצער נקדימון איז הערשט אריינגעקומען ביי די 2020 עלעקשאנס. אבימלך איז אריינגעקומען אינגאנצן א יאר און האלב צוריק.

נאך א וויכטיגע נקודה, וואס איז באמת מעין די פריערדיגע נקודה:

ס'נעמט יארן ביז מ'קומט אן אויף דעם שטאפל, נישט א האלבע יאר און מ'עקספלאדירט שוין און מ'פרעגט וואס איז די תכלית פון דעם סייט? אדער מ'מאכט א קעפל "אידטיש - צייט פאר התבננוות". פאוואליע, נישט אלעס איז אינסטענט, אביסל סבלנות, גארנישט גייט נישט איבערנאכט.
אוודאי האט עס מיט גוטע קראנטע נייעס ברענגער, אייוועלט האט זיך געטריפלט ביי די רוסלאנד מלחמה פאר דעם פלעגט דארט זיין צווישן 200-300 באזוכער אין רוב זמנים פון טאג זייט די רוסלאנד מלחמה איז עס צווישן 600-700 באזוכער אין רוב זמנים אין טאג.

רוב מענטשען קומען אריין אויף א פלאץ צו זעהן די נייעס א זאך וואס איז לעת עתה נאכנישט געהעריג דא אויף אידטיש און אז מ'איז שוין דארט דרייט מען שוין זיך איבעראל.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, פון וואו קענסטו די פונקטליכע נומערן פון די טעגליכע באזוכער אויף אייוועלט?

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:14 pm
דורך אחת למעלה
שטראסבורג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 9:00 pm

אויף יעדע סייט קען מען זעהן וויפל אקטיווע באנוצער ס'איז דא אויפן הויפט בלאט אונטן.

דא האסטו א דירעקט לינק: viewonline.php

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
דורך שטראסבורג
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:14 pm

די נומערן זענען בכלל נישט אקוראט, און זיכער נישט די פיל געסט.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
דורך אחת למעלה
שטראסבורג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:14 pm
שטראסבורג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 9:00 pm
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, פון וואו קענסטו די פונקטליכע נומערן פון די טעגליכע באזוכער אויף אייוועלט?
אויף יעדע סייט קען מען זעהן וויפל אקטיווע באנוצער ס'איז דא אויפן הויפט בלאט אונטן.

דא האסטו א דירעקט לינק: viewonline.php
די נומערן זענען בכלל נישט אקוראט, און זיכער נישט די פיל געסט.
פארוואס זאגסטו אזוי? סתם נייגעריג.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:30 pm
דורך שטראסבורג
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
שטראסבורג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:14 pm

אויף יעדע סייט קען מען זעהן וויפל אקטיווע באנוצער ס'איז דא אויפן הויפט בלאט אונטן.

דא האסטו א דירעקט לינק: viewonline.php
די נומערן זענען בכלל נישט אקוראט, און זיכער נישט די פיל געסט.
פארוואס זאגסטו אזוי? סתם נייגעריג.
מ׳קען עס זייער גרינג זען. דאס זענען אפן געלאזטע טעבס אויפ׳ן קאמפיוטער, נישט קיין אקטיווע באנוצער.

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:32 pm
דורך דער רבי איז געזונט
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:59 pm @מחדש האט א נקודה אז ריבוי תגובות איז נישט דוקא אייביג א מעלה.

ס’זיכער אז אין אלגעמיינע אשכולות זאל מען איידער’ן דרוקן "שיק" זיכערמאכן אז דער תגובה איז נישט אבי געשאסן און געבט עפעס צו.

ס’דא א באזונדערע צייט פארברענג אפטיילונג פאר צייט פארברענגען, וואס אויך יענס איז זייער געשמאק. ודבר במקומו מה טוב.
צ''ל פאוסט וטעמע....

Re: אידטיש - צייט פאר התבננוות

געפאוסט: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:35 pm
דורך אחת למעלה
שטראסבורג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:30 pm
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
שטראסבורג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:17 pm
די נומערן זענען בכלל נישט אקוראט, און זיכער נישט די פיל געסט.
פארוואס זאגסטו אזוי? סתם נייגעריג.
מ׳קען עס זייער גרינג זען. דאס זענען אפן געלאזטע טעבס אויפ׳ן קאמפיוטער, נישט קיין אקטיווע באנוצער.
אהא גאט איט ווייסעך נישט.