יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

נייעס אין אונזער קווארטאל
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 776

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך מאטאווירט »

קליינע קינדערלעך...

@פייל און בויגן סקוקט געהעריג אויס ווי מהאט אייך בא’גנב’עט... ברענגט אפילו א משל וועגן א קלאודינג סטאר... צדיק, מרעדט נישט פון געלט... א קנאת סופרים, און דאס איז זייער גוט!

יא, קרית יואל מאכט נאך די וויליאמסבורגע התאחדות אברכים.

פאר סאם ריזען (האט גראדע א הסבר) האט דער האטעל געדאנק נישט געטראפן קיין גרויס מאמענטום אין קרית יואל (מהאט עס קודם שטארק אדווערטייזט) האט מען באשלאסן צו גיין אויף דעם מהלך.

א בושה צו זען דיינע סטופיד אויפרייסן דא.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 258

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פשוטער איד »

פשוטער איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:23 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:48 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:01 pm ב"ה זיך איינגעשריבן
מיט טאטע אדער זון?

#נייגעריג
די זון ב"ה

און דער טאטע ע"ה שעפט נחת בשמי מעל (אזוי רעד איך מיך איין) :lol:
הפעם אודה השם

נישט דא די ווערטער ארויסברענגען די שבח והודי' צו השי"ת אויף וואס אונז האמיר היינט זוכה געווען

צו שפעט פאר א אריכות יעצט, מ'האמיר געהאט די זכי' צו פארציילן פאר'ן רבי'ן שליט"א און אריסברענגען רגשי לבבי און באדאנקט פאר'ן אונז צושטעלן אזא עונג רוחני (און גשמי אויך)

דער רבי האט זייער הנאה געהאט, שוין אריינגעכאפט להחיות נפש צדיק

אשרינו מה טוב חלקנו
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 971
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3205

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א אינגערמאן זאגט מיר אז מען האט זיך צאמגענומען ביים שווער אינדערהיים און געזעצט שטיקער 2 שעה אינאיינעם...
ער ווארט שוין אויף נאך א געלעגנהייט...
א געלונגענע ספין, א א נייע קריעטיוו איידיע אין לימוד התורה איז איז עס זיכער...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 397

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך אויגעלעך »

גראדע זייער א שטארקע הצלחה געווען ב"ה

איך מצידי פארשטיי נישט וואס די חברה גיסן דא צאם נעגעטיוויטי, אויב די עסקנים פארשטייען זיך נישט זאלן זיי זיך דורך קומען, ווילאנג דו איך האב נישט אריין געשטעקט א פינגער אין קאלט וואסער וועל איך פרובירן נישט צו האבן טענות אויף די עסקנים וועלכע פרובירן מרים צו זיין כבוד התורה.

נ.ב. די קליפס וואס זענען געווען דא אויפן סייט האבן געמאכט אז איך זאל צוויי מאל טראכטן פארן פארן צו אזא פלאץ, ווען איך גיי אהין בין איך נישט אינטערעסירט אז די גאנצע שטאט זאל וויסן דערפון, נישט אז איך שעם זיך דערמיט אבער נאכאלץ זיך איך עס נישט, פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איך וואלט געוואלט אז דער וואס האט עס געכאפט זאל וויסן דערפון
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פייל און בויגן »

מאטאווירט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:40 pm קליינע קינדערלעך...

@פייל און בויגן סקוקט געהעריג אויס ווי מהאט אייך בא’גנב’עט... ברענגט אפילו א משל וועגן א קלאודינג סטאר... צדיק, מרעדט נישט פון געלט... א קנאת סופרים, און דאס איז זייער גוט!

יא, קרית יואל מאכט נאך די וויליאמסבורגע התאחדות אברכים.

פאר סאם ריזען (האט גראדע א הסבר) האט דער האטעל געדאנק נישט געטראפן קיין גרויס מאמענטום אין קרית יואל (מהאט עס קודם שטארק אדווערטייזט) האט מען באשלאסן צו גיין אויף דעם מהלך.

א בושה צו זען דיינע סטופיד אויפרייסן דא.
פארוואס גיין פרעזענליך??
כתיבה וחתימה טובה.

די פארשטייסט אז אזא זאך זאל זיך אויסארבייטען די ערשטע מאל וואס מ' טוט עס, איז עס ריסקי? אַיאָ?
פארדעם מאכט מען א גרויסע פי. אַר. קאמפיין, כדי ווי מער מענטשן זאלן קומען.
קומט א צווייטער וואס האלט, נע, וואס פעלט אויס אן האָטעל?? מ' קען דאך לערנען אין שוהל, (איי פארגאנגענעם וואך האב איך נישט געזען אזא גרויסע עולם לערנען?? שוין, האסט א קשיא אויף א מעשה,)
איך הער, אבער גיין נעמען מיין לאגא, מיין פי'. אַר. צו גיין קעגן מיר???
כתיבה וחתימה טובה.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 776

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך מאטאווירט »

פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:10 pm

בלויז אן ענטפער אויף דיינע פערזענליכע אויפרייסן אויף עסקנים.

זינלאז און סטופיד. (נישט דו, דיינע אויפרייסן)
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 776

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך מאטאווירט »

פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:14 pm

דו רעדסט אזוי פערזענליך ווי מ'גייט קעגן "דיר"... לאז די עסקנים זיך דורכקומען צווישן זיך...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פייל און בויגן »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:19 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:10 pm
מאטאווירט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:40 pm קליינע קינדערלעך...

@פייל און בויגן סקוקט געהעריג אויס ווי מהאט אייך בא’גנב’עט... ברענגט אפילו א משל וועגן א קלאודינג סטאר... צדיק, מרעדט נישט פון געלט... א קנאת סופרים, און דאס איז זייער גוט!

יא, קרית יואל מאכט נאך די וויליאמסבורגע התאחדות אברכים.

פאר סאם ריזען (האט גראדע א הסבר) האט דער האטעל געדאנק נישט געטראפן קיין גרויס מאמענטום אין קרית יואל (מהאט עס קודם שטארק אדווערטייזט) האט מען באשלאסן צו גיין אויף דעם מהלך.

א בושה צו זען דיינע סטופיד אויפרייסן דא.
פארוואס גיין פרעזענליך??
בלויז אן ענטפער אויף דיינע פערזענליכע אויפרייסן אויף עסקנים.

זינלאז און סטופיד. (נישט דו, דיינע אויפרייסן)
זאגן אויף איינעם אז ער מאכט סטופיד אויפרייסן, איז נישט קיין ענטפער, ליבערשט ווייזט עס אז מ' שפירט זיך געטראפן אז מ' האט נישט וואס צו ענטפערן.

אויסער דעם, פּאַסט נישט אזוי צו שרייבן אויף א צווייטע מענטש.
כתיבה וחתימה טובה.
פינטל
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 44

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פינטל »

מאטאווירט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:40 pm קליינע קינדערלעך...

@פייל און בויגן סקוקט געהעריג אויס ווי מהאט אייך בא’גנב’עט... ברענגט אפילו א משל וועגן א קלאודינג סטאר... צדיק, מרעדט נישט פון געלט... א קנאת סופרים, און דאס איז זייער גוט!

יא, קרית יואל מאכט נאך די וויליאמסבורגע התאחדות אברכים.

פאר סאם ריזען (האט גראדע א הסבר) האט דער האטעל געדאנק נישט געטראפן קיין גרויס מאמענטום אין קרית יואל (מהאט עס קודם שטארק אדווערטייזט) האט מען באשלאסן צו גיין אויף דעם מהלך.

א בושה צו זען דיינע סטופיד אויפרייסן דא.
באמת האב איך שוין גענוג געשריבן און נישט געפלאנט נאכאמאל. אבער אז די מענטשן פארשטייען ניטאמאל וואס די עולה איז …..

די עסקנים אין קרית יואל גייען נעמען תורתך שעשועי און אנהייבן קומענדיגע וואך נאכאמאל ש״ס פון מס׳ ברכות
פאר סאם ריזען (האט גראדע א הסבר) האט תורתך שעשועי נישט געטראפן קיין גרויס מאמענטום אין קרית יואל (מהאט עס קודם שטארק אדווערטייזט) האט מען באשלאסן צו גיין אויף דעם מהלך…..

און מיט דעם איז נושא פון מיין זייט געשלאסן
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 964
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1357

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴
תהילים שיעור פון היינט דינסטאג שמות אין ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
~🌴~

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 383

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך ענותן »

איינער האט מיר געפרעגט פריוואט צו עס איז געווען א קאנפליקט צווישן די 2 התאחדות אבריכים ווייל אזוי האט דא אויסגעקוקט,
וועל איך ענטפערן וואס איך האב געהערט נאך פאר מהאט גערעדט דא דערוועגן,
עס איז געווען א צוזאמענארבעט פון די ערשטע מינוט.
די קרית יואלע עסקנים האבן געהאלפן מיט וואס זיי האבן נאר געקענט , זיי האבן ארומגעשיקט א יונגערמאן זאל איינלאדענען ראשי המשפחות וכו'
למעשה האבן זיי געזעהן אז די קרית יואלע אידן זעהן נישט איין די מעלה און עס רעדט נישט צו זיי דאס אוועקפארן האבן זיי באשלאסן אז נאך די רעגעסטרעישן גייט מען קאמפיינען צו לערנען כאטש לאקאל, און אזוי איז געווען, יעצט כאפ איך נישט ווי קומט אריין דא "צוגענומען יענעמס איידיע" "יענעמס לאגא" וכו' וכדומה, מהאט געארבעט צוזאמען אגאנצן צייט, אמת וומ"ס האט באצאאלט פאר די אלע קאסטן אבער עס הייסט צוגענומען די איידיע? איך כאפ באמת נישט,
(און בעצם דארף מען נאך פארשטיין פארוואס טאקע די עסקנים קענען נאר נעמען איין סטראטעגי פון אוועקפארן, וואס און די צייט וואס הופער מיט נאך קליינע בתי מדרשים זענען געווען פיל מיט משפחות, ווען זיי מאקעטן עס אז יעדער באשר הוא שם זאל לערנען מיט די עלטערן וואלט עס מער אויפגעטוען, די איידיע פון אוועקפארן איז פאר די וואס ווילן זיך אויספלאגן אינגאנצן, און פאר ווער עס וויל נאר זיך אויספלאגן פאר 3 שעה און נישט דארפן ספענדן די טרעוול טיים?)
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 383

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך ענותן »

פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:57 pm
הפעם אודה השם

נישט דא די ווערטער ארויסברענגען די שבח והודי' צו השי"ת אויף וואס אונז האמיר היינט זוכה געווען

צו שפעט פאר א אריכות יעצט, מ'האמיר געהאט די זכי' צו פארציילן פאר'ן רבי'ן שליט"א און אריסברענגען רגשי לבבי און באדאנקט פאר'ן אונז צושטעלן אזא עונג רוחני (און גשמי אויך)

דער רבי האט זייער הנאה געהאט, שוין אריינגעכאפט להחיות נפש צדיק

אשרינו מה טוב חלקנו
.....

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:51 pm 🌴בצל הקודש🌴
תהילים שיעור פון היינט דינסטאג שמות אין ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
~🌴~

גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 383

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך ענותן »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:51 pm 🌴בצל הקודש🌴
תהילים שיעור פון היינט דינסטאג שמות אין ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
~🌴~

בתוך דבריו האט די רבי געזאגט אז עס איז נישט קאפי-רייט במילא @פייל און בויגן איר קענט זיך שוין בארוהיגן
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פייל און בויגן »

ענותן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:04 pm
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:51 pm 🌴בצל הקודש🌴
תהילים שיעור פון היינט דינסטאג שמות אין ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
~🌴~

בתוך דבריו האט די רבי געזאגט אז עס איז נישט קאפי-רייט במילא @פייל און בויגן איר קענט זיך שוין בארוהיגן
זאל איך מאכן חזרה?

פיין, איך וועל עס טוהן פאר דיר.

עס איז נישט קיין קאַפּי רייט, אבער האסט נישט קיין רעכט צו גיין מיט מיין לאגא, קעגן מיר.

מענטשן שרייבן זיך איין ביז די לעצטע מינוט, ועד בכלל, אפילו מ' שרייבט א רעגיסטראציע דעדליין.
כתיבה וחתימה טובה.
שלעפער טראק
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:57 pm
x 38

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך שלעפער טראק »

אשרי עין ראתה... געזיצן און געלערט אין האטעל עטליכע שעה..
יעצט קום איך דא אריין, און איך זעה מ'טענהט זיך אויף נארישקייטן, ק"י.. וויליאמסבורג.. יעדע זאך מוז ווער א סקאנדאל? איך בין דארט געווען, געזען מסתם הונדערטער קרית יואל'ע אינגעלייט, וויליאמסבורג האט עס אפשר אנגעפירט, באט למאי נפק"מ? זיי האבן אויך געשנארט שווערע געלטער פון ק"י אידן.

איך ווייס טאקע אז אויף אידיטיש מעקט מען נישט, אבער איך מיין אז די לעצטע צוויי פעדשזעס איז רוב ציבור מסכים זאל ווערן געמעקט. ממש איך שעים זיך אז פון אזא שיינע מעמד וועלן זיין מענטשן וואס וועלן טרעפן פאליטיקס פון אונטער די ערד. אומגלויבליך.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 776

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך מאטאווירט »

פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:51 pm
ענותן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:04 pm
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:51 pm 🌴בצל הקודש🌴
תהילים שיעור פון היינט דינסטאג שמות אין ישיבה סניף עצי חיים - שיעור ג' אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
~🌴~

בתוך דבריו האט די רבי געזאגט אז עס איז נישט קאפי-רייט במילא @פייל און בויגן איר קענט זיך שוין בארוהיגן
זאל איך מאכן חזרה?

פיין, איך וועל עס טוהן פאר דיר.

עס איז נישט קיין קאַפּי רייט, אבער האסט נישט קיין רעכט צו גיין מיט מיין לאגא, קעגן מיר.

מענטשן שרייבן זיך איין ביז די לעצטע מינוט, ועד בכלל, אפילו מ' שרייבט א רעגיסטראציע דעדליין.
די עסקנים רעדן נישט דעם שפראך וואס דו רעדסט. קום אראפ אביסל.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 258

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פשוטער איד »

שלעפער טראק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:10 pm אשרי עין ראתה... געזיצן און געלערט אין האטעל עטליכע שעה..
יעצט קום איך דא אריין, און איך זעה מ'טענהט זיך אויף נארישקייטן, ק"י.. וויליאמסבורג.. יעדע זאך מוז ווער א סקאנדאל? איך בין דארט געווען, געזען מסתם הונדערטער קרית יואל'ע אינגעלייט, וויליאמסבורג האט עס אפשר אנגעפירט, באט למאי נפק"מ? זיי האבן אויך געשנארט שווערע געלטער פון ק"י אידן.

איך ווייס טאקע אז אויף אידיטיש מעקט מען נישט, אבער איך מיין אז די לעצטע צוויי פעדשזעס איז רוב ציבור מסכים זאל ווערן געמעקט. ממש איך שעים זיך אז פון אזא שיינע מעמד וועלן זיין מענטשן וואס וועלן טרעפן פאליטיקס פון אונטער די ערד. אומגלויבליך.
גא"מ

ד"א, ר' חיים שלמה מש"ק האט דארט געלערנט מיט זיין זון
פיילס
IMG-20240101-WA0004.jpg
IMG-20240101-WA0004.jpg (184 KiB) געזען געווארן 734 מאל
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 131

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך ר' מנשה »

פינטל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:02 pm
ענותן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:22 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:17 pm
איז פארוואס איז פארגאנגענעם וואך מאנטאג נישט געווען דאס צוגעשטעלט??
פאר מפעל שבת אחים, איז נישט געווען באקאנט אז עס איז א חאָגע טאג??

פארוואס פונקט ווען התאחדות אברכים פון וומ"ס מאכט א מצב אז מ' זאל זיך צוזאמקומען אויף איין פלאץ צו לערנען, מאכט מען ציכטיג זויבער די ק"י שוהל'ן??

עסקינג פאר א פרענד.
יעצט האב איך נאך א שאלה וואס איך האב נישט פארשטאנען פארוואס מהאט עס טאקע נאר געמאכט אויף אזא קליינע פארנעם און א האטעל ? מהעט ווען געקענט מאכן אן קאמפיין צו רופן די עלטערן לערנען מיט די קינדער וואו אימער, און אויך צושטעלן אן ארט פאר די וואס ווילן מקדיש זיין די גאנצע טאג דערפאר, אין קרית יואל האט מען נישט געהאנגן קיין שום אייגענע צעטלעך ווייל מהאט נישט געוואלט אויסשפילן די האטעל פלאן מהאט געווארט ביז די דעדליין און דאן האט מען געהאנגן 2 צעטלעך רופנדיג די עולם וואס פארט נישט זאל אויך זיך זעצן לערנען מיט די קינדער, און יעצט לאחר המעשה , זענען און קרית יואל אין היכל ראזנבערג געווען א 35-25 משפחות עלטערן מיט קינדער אדער אפי' מער, ווען מוואלט ווען געמאכט א געהעריגע אויפוואכונג וואלט זיכער געווען דאפלט אדער טריפלט משפחות אין היכל ראזנבערג.
נאך מער זייער אסאך אידן קענען נישט אוועקגעבן זייער גאנצע טאג פאר דעם למשל איך מיט מיינע ברודערס האב מיר געלערנט מיט מיין טאטע פאר 2 שעה אבער אונז וואלט מיר קיינער פון אונז נישט געהאט די גאנצע טאג אוועקצוגעבן
נאך א משל איך האב געזעהן א משפחה וואס די נישט חתונה געהאטע זוהן א בחור האט אויך מיטגעלערנט מיט זיין טאטע דאס קען מען נישט טוען אגאנצן טאג וכו' וכדו'
כהאב נאך אסאך זאכן וואס איך פארשטיי נישט אפשר מארגן וועל איך ארויפקומען
אפאר קורצע נקודות…
(הגם איך האלט נישט אז עס פאסט אויסצושמועסן די זאכן ברבים, אבער אז עס איז שוין דא וועל איך אריין ווארפען וואס איך האב געהערט פון די עסקנים)
ווען דער רבי האט דאס פראקלאמירט, האבן די עסקנים פאררופן א קאנפערענס מיט אלע התאחדות אברכים׳ס ארויס צו נעמען די מאקסיסמום הצלחה פון אזא זאך, יעדער האט מיטגעשטימט, אויסער פון איין שטאט…. וואס ליידער האלטן זיי אז נאך די שטאט פאלט אראפ די וועלט, און ״כמעט״ יעדער וואוינט שוין דארט אויסער אפאר אויסווארפען, און זייער שיטה איז ליידער לעצטענס. זאל יעדער קראכן אבער יעדער זאל וויסן אז מיר זענען בעה״ב (אנטשולדיגט אויב עס איז צו שארף, אבער דאס איז די מציאות) און האבן מיט נארישע טענות שאכמ״ל פארשטאנען אז מען דארף נישט מיט ארבעטן

יעצט צום טענה פארוואס דארף מען אוועק פארן מען קען דאך לערנען אין ביהמ״ד? האט מיר אן עסקן געפרעגט. פארוואס דארף מען מאכן א דינער פאר אפאר הונדערט טויזענט דאללער? יעדער גיבט דאך סייווי געלט? אלא מאי מען גיבט נישט. וויפיל פון די משפחות בליע״ה וואס זענען געווען וואלטען געזיצן היינט 8 שעה און געלערנט אין היכל ראזענבערג? איך רעדט שוין נישט פון דעם אז רוב משפחות וואוינען צושפרייט אין עטליכע שטעט.

האבן זיך די עסקנים אריין געלייגט ראשו ורובו אז די זאך זאל האבן די גרעסטע סוקסעס שייך, געשאפט א פלאץ, געשאפט געלט, און געצאלט פאר מארקעטינגג וכו׳.

זענען געגאנגען מענטשן און גענומען (בלשון נקי׳) די פי אר. נאמען. און לאגא. וואס די מענטשן האבן געמאכט און איבער געדרייט קעגן זיי. אנשטאט ארבעטן צוזאמען און ארויס העלפן. עס איז אפשר זייער זאך? זיי האבן סך הכל געוואלט אויפפירן דעם רבי׳נס ווערטער. זיי האבן ערגעץ געשריבן א שטאט אדער נאמען אז דו זאלסט מוזן ארבעטן קעגן? איז דיר בייגעפאלען צו מאכן עפעס א וואך פארדעם ביים חאגע?
אויס האסטו יא געהאלטן אז דו מיזט מאכן א מצב צו לערנען אין די בתי מדרשים פשוט כדי מזכה את הרבים, האסטו גענומען די מיה און געפרעגט די עסקנים -וואס ארבעטן זיך איבער פאר עפעס וואס דו וואלסט פונקט אזוי געדארפט טוהן- אויב עס איז אין פלאץ אזא קאמפיין??? האסט געפרעגט רשות צו נעמען זייער נאמען? זייער לאגא? דו נוצט פשוט אויס זייער גוטסקייט וואס גיבן אלעס אוועק פאר יעדעם און לייגן נישט ארויף זייער נאמען.

ווי אזוי וואלטען זיי פארשטאנען ווען קומענדיגע וואך ביים יום לחתנים וואס האט קלאר די נאמען און לאגא פון קרית יואל וואס אנשטאט וואס וויליאמסבורג ארבעט פולקאם מיט דערמיט. זאלן זיי פראקלאמירן אז אין די זעלבע טאג איז דא שיעורים אין ביהמ״ד פאר די חתנים וואס האבן נישט געקענט פארן?
(ענטפער מיר נישט יעצט אז וויליאמסבורג מאכט שיעורים פאר חתנים ״א וואך פארדעם״ א זאך וואס זיי טוען שוין 20 יאר)

יעצט צום פינטל. איך האלט נישט אז עס איז געטוהן בכונה ח״ו פון שלעכטיגקייט. נאר עס קומט פשוט פון סעלפישקייט און האלטן אז איך בין אלעס און יעדער אנדערש זאל צוזאם פאלן און גיין קראכען. וואס האט שוין געהאט אסאך פועל יוצא שאכמ״ל
הרב פינטעל, איך ווייס נישט ווער איר זענט אבער איר ברענגט ארויס די נקודה קריסטאל קלאר. עטליכע הערות:
לגבי די חלק פון אום וויסנהייט איז פשוט אז זייט רבינו שליט"א קומט מער נישט אריין שמח"ת אין שטאט קען א ילוד ק"י אדורעך לעבן די גאנצע 120 יאר לאויו"ש פון אשת חיל ביים געבורט ביז 30 סקאנעמאנק און זיך ערענסט איינרעדן אז וומ"ס איז עפעס א דריטע וועלט לאנד סטיל מושב זקינום מיט נאך א ציבור יודן וואס שטיצן זיך די בערד און ווערן פשוט מער און מער מאדערן ביי די טאג, און ביי זיי איז וומ"ס שוין א חלק פון היסטאריע, פשוט'ע חוסר ידיעה.
לגבי וויזן בעלות דארף מען זיי למעשה דן זיין לכף זכות און פארשטיין אז די אידן אין ק"י האבן א שרעקליכע קאמפלעקס פון אמאליגע יארן ווען זיי האבן געדארפט צוקימען צו וומ"ס עס איז נאר פשוט א שאד אז די אידן כאפן נישט אז זיי שיסן פשוט זיך אין פוס מכמה טעמים שאין כאן מקומם.
לגבי די יום לחתנים איז די שיעורים און וומ"ס מער חלק הלכה עס איז בכלל נישט דומה אפי' צום יום לחתנים, און אויב וואלט התאחדות אבריכם אין וומ"ס געהאט זייער צול צו ווייזן בעלות וואלטן זיי זייער שנעל געקענט מאכן א קאמפעטישן פאר די יעצטיגע יום לחתנים, זינט די רב שליט"א איז גאר נאנט מיט די עסקנים פין די וומ"ס התאחדות אבריכם ווי אויך געניג פון די אנדערע רעדנערס ווי ר' י"ח גרינוואלד און ר' מאיר צוויבל וועלעכע ארבייטן האנט ביי האנט מיט די וומ"ס התאחדות אבריכם משך דעם גאנצן יאר, נאר כאמור מיינט מען דא תכלית מילא טיט מען עס נישט און אדרבה יגדול תורה ויאדיר והרבה הרבה נשאר בקולמסי.
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 637

Re: יום קשר תורה: לימוד אבות עם בנים אין סאטמאר (מהר"א) - ב' שמות

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

ענותן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:28 pm איינער האט מיר געפרעגט פריוואט צו עס איז געווען א קאנפליקט צווישן די 2 התאחדות אבריכים ווייל אזוי האט דא אויסגעקוקט,
וועל איך ענטפערן וואס איך האב געהערט נאך פאר מהאט גערעדט דא דערוועגן,
עס איז געווען א צוזאמענארבעט פון די ערשטע מינוט.
די קרית יואלע עסקנים האבן געהאלפן מיט וואס זיי האבן נאר געקענט , זיי האבן ארומגעשיקט א יונגערמאן זאל איינלאדענען ראשי המשפחות וכו'
למעשה האבן זיי געזעהן אז די קרית יואלע אידן זעהן נישט איין די מעלה און עס רעדט נישט צו זיי דאס אוועקפארן האבן זיי באשלאסן אז נאך די רעגעסטרעישן גייט מען קאמפיינען צו לערנען כאטש לאקאל, און אזוי איז געווען, יעצט כאפ איך נישט ווי קומט אריין דא "צוגענומען יענעמס איידיע" "יענעמס לאגא" וכו' וכדומה, מהאט געארבעט צוזאמען אגאנצן צייט, אמת וומ"ס האט באצאאלט פאר די אלע קאסטן אבער עס הייסט צוגענומען די איידיע? איך כאפ באמת נישט,
(און בעצם דארף מען נאך פארשטיין פארוואס טאקע די עסקנים קענען נאר נעמען איין סטראטעגי פון אוועקפארן, וואס און די צייט וואס הופער מיט נאך קליינע בתי מדרשים זענען געווען פיל מיט משפחות, ווען זיי מאקעטן עס אז יעדער באשר הוא שם זאל לערנען מיט די עלטערן וואלט עס מער אויפגעטוען, די איידיע פון אוועקפארן איז פאר די וואס ווילן זיך אויספלאגן אינגאנצן, און פאר ווער עס וויל נאר זיך אויספלאגן פאר 3 שעה און נישט דארפן ספענדן די טרעוול טיים?)
געוואלט ענטפערן אבער איך זעה אז @ענותן האט שוין געענטפערט.

ממשט דאס איז געווען די פשוטע מציאות, אין כאן לא סעלפישקייט ולא ווייזן בעלות.

געווען א הערליכע צוזאמענארבעט פון די ערשטע מינוט, נאר אזוי ווי די האטעל האט נישט אויפגעפיקט שטארק ביי קרית יואלע משפחות, האבן די עסקנים געטראכט אז איינמאל די רעגיסטראציע איז פארטיג וועט מען צולייגן אויך א לאקאלע קאמפיין, למעשה הערנדיג ווי שטארק עס באדער פאר די עסקנים פון וויליאמסבורג האט מען טאקע בו ביום אראפגענומען די צעטלעך.

שניהם לדבר אחד נתכוונו.
שרייב פאוסט