
בצל מורינו
= פרטי וסדר הנסיעה הרוממה ע"י הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לעיר הבירה לאנדאן בשליחות הקודש של אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט''א פרשת אמור שנת תשפ"ה =
היינט אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן וועט דער רב זיך ארויסלאזן ממעונו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
וואו די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן ארום 8:55 אויפדערנאכט אויפ'ן וועג קיין ענגלאנד, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם לאנדאן היטראו לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 9:10 ארטיגע זייגער,
ביים אנקומען וועט דער רב צופארן א וועג פון ארום א שעה צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' לאנדאן
דערנאך וועט דער רב שליט"א דאווענען שחרית בבית מדרשינו הגדול
נאכן דאווענען וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנ"ש צו שלום נעמען
דאנערשטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען דעם גרויסן מעמד ההדלקה ווי יאר יערליך אויף פיל א פארברייטערטע פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען ערווארטעט פון איבער אייראפע,
צום ערשט וועט דער רב דאווענען תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד, דערנאך וועט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט און משמיע זיין דברי תורה בגודל קדושות היום, און דערנאך וועט מען דאווענען תפילת מעריב.
נאך תפילת מעריב וועט דער גאנצער ציבור ארויסגיין צום חצר הביהמ"ד וואו מ'וועט זינגען ניגוני הכנה והתעוררות און דערנאך וועט דער רב משמיע זיין דברי תורה בגודל מעלות וקדושות וסגילות הזמן מיט פאסיגע דברי הכנה איידערן מעמד ההדלקה,
דאן וועט דער רב אנצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס וועט נאכגעפאלגט ווערן ריקודי קודש בעוז ותעצומות פאר א לענגערע צייט מיט די זמירות ל''ג בעומר.
פרייטאג אינדערפרי יום ל"ג בעומר וועט דער רב דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' בהיכל הישיבה,
דערנאך וועט פארקומען א סעודה לכבוד היום וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה בדברי השקפה והדרכה פאר די בחורי חמד.
שפעטער וועט דער רב אנקומען אויף א באזוך בבנין הת''ת אין אפרעכטן א מסיבות לחיים לכבוד היום און משמיע זיין דברי חיזוק והדרכה פאר די ילדי תשב''ר,
אלע תפילות דורכאויס שבת קודש וועט דער רב דאווענען בהיכל בית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט אלע חברי הקהילה,
סעודת ליל שבת קודש וועט דער רב פראווענען מיט די תלמידי ישיבה גדולה החדש דמוסדותינו הק',
נאכ'ן סעודה וועט פארקומען א התוועדות ליל שבת קודש פאר אלע אנשי שלומינו תושבי העיר בבית מדרשינו הגדול,
שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען די קידושא רבא לבת הנולדה למז"ט אצל בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', ווי דער גאנצער ציבור וועט האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א.
שבת נאכמיטאג וועט דער רב פארלערנען פרקי אבות בדברי מוסר והתחזקות בעניני השקפה ויסודי הדת,
נאך פרקי אבות וועט מען דאווענען תפילת מנחה, און דערנאך וועט דער רב פראווענען א דערהויבענער שלש סעודות, דערביי וועט דער רב משמיע זיין פייערדיגע דברי כיבושין אין די געהויבענע מינוטן בעת רעוא דרעוין.
זונטאג נאכמיטאג ארום 2:30 וועט דער רב שליט"א פארלאזן די שטאט אויפן וועג צום לאנדאן היטראו לופטפעלד,
די פליגער פונעם רב איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 5:00 ארטיגע זייגער אויפ'ן וועג קיין ניו יארק, ווי דער רב שליט"א איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד ארום 7:55 נאכמיטאג.
= כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון =
~
