בלאט 30 פון 32

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 1:43 pm
דורך גמח
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:23 pm א שיך וואס האט געפירט אימיגראנטן נעבן איטאליע האט זיך איבערגעדרייט. זיבן מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, און איין און צוואנציג ווערן נאך געזוכט.unnamed - 2024-09-05T152142.989.jpg
wow היבש א גרויסע שיך געווען ... וועלכע קאמפעני?

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 12:10 pm
דורך ניקל
112 מענטשן זענען אומגעקומען אין נעפאל נאך שווערע רעגענעס וואס האט פאראורזאכט שווערע פארפלייצונגען
ארום 70 מענטשן פעלן נאך.
Screenshot_20240929_120745_Plus.jpg
Screenshot_20240929_120745_Plus.jpg (49.7 KiB) געזען געווארן 717 מאל
Screenshot_20240929_120721_Plus.jpg
Screenshot_20240929_120721_Plus.jpg (78.45 KiB) געזען געווארן 717 מאל
Screenshot_20240929_120702_Plus.jpg
Screenshot_20240929_120702_Plus.jpg (52.87 KiB) געזען געווארן 717 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 12:12 pm
דורך ניקל
קאוושעס אוועקצוגעבן בחנם אין נעפאל.
נישטא קיין דעליוועריס מען דארף עס אליין קומען נעמען.
וכל הקודם זכה
Screenshot_20240929_120748_Plus.jpg
Screenshot_20240929_120748_Plus.jpg (40.84 KiB) געזען געווארן 717 מאל
Screenshot_20240929_120750_Plus.jpg
Screenshot_20240929_120750_Plus.jpg (43.45 KiB) געזען געווארן 717 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:43 am
דורך מיילעך פריילעך
נארוועגיע האט אנגעהויבן שפעקולירן אויב זיי זאלן בויען א וואנט ביי זייער גרעניץ מיט רוסלאנד, נאך וואס פינלאנד האט ארויסגעלייגט אזעלכע פלענער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:46 am
דורך מיילעך פריילעך
די לינקע לעיבאר פארטיי, וואס האט ענדליך איינגעזען די שאדן וואס די מוסלמענער אימיגראנטן מאכן אן אין ענגלאנד, סטראשעט יעצט אז אויב די אנטי איזראעל פראטעסטן הערן זיך נישט אויף, גייען זיי אנהייבן קענסלען וויזעס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:47 am
דורך מיילעך פריילעך
איינוואוינער אין די נארט סאוט וועילס געגנט אין אויסטראליע האבן זיך אנגעהויבן גרייטן פאר א העפטיגע וואלד פייערן סעזאן נאך וואס אויטאריטעטן האבן שוין רעאגירט צו 1600 פייערן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:49 am
דורך מיילעך פריילעך
מארק זוקערבערג די אידישע CEO פון מעטא וואס נעמט אריין אין זיך די פאפולערע פעיסבוק אינסטעגראם און וואצעפפ פלאטפארמעס, איז היינט אריין אין איין קאטעגאריע מיט די צוויי רייכסטע מענטשן אויפן וועלט, (אילאן מאסק דער CEO פון טעסלא און נאך, וואס האט א פארמעגן פון 265 ביליאן דאלער און דזשעף בעזאס דער CEO פון עמעזאן וואס האט א פארמעגן פון 216 ביליאן דאלער) ווען זיין פארמעגן איז איבערגעשטיגן 200 ביליאן, ווערנדיג דערמיט די דריטע רייכסטע פערזאן אויפן פלאנעט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:50 am
דורך מיילעך פריילעך
די רעכטע פארטיי אין אוסטריע האט געפייערט א שטוינענדע זיג אין די נאציאנאלע וואלן, איבערנעמענדיג די גאנצע רעגירונג פון די לינקע פארטיי.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:51 am
דורך מיילעך פריילעך
אין אינדיע איז צום ערשטן מאל ארויסגעלייגט געווארן די נייע טעכנאלאגיע פון א 3D בילבאורד, לאזנדיג דער עולם דארט ערשטוינט צו וואס זיי זעען איז א ריאליטעט אדער א פאנטאזיע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 13, 2024 1:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
גמח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 1:43 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:23 pm א שיך וואס האט געפירט אימיגראנטן נעבן איטאליע האט זיך איבערגעדרייט. זיבן מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, און איין און צוואנציג ווערן נאך געזוכט.unnamed - 2024-09-05T152142.989.jpg
wow היבש א גרויסע שיך געווען ... וועלכע קאמפעני?
:P

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 13, 2024 3:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
א מאכטפולער אויפרייס אין א גאז סטאנציע האט פאסירט אין גראזניע, דער הויפטשטאט פון טשעטשניע, אומברענגענדיג פיר מענטשן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 13, 2024 6:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 3:01 pm א מאכטפולער אויפרייס אין א גאז סטאנציע האט פאסירט אין גראזניע, דער הויפטשטאט פון טשעטשניע, אומברענגענדיג פיר מענטשן.
videoframe_1239.png
videoframe_1239.png (309.71 KiB) געזען געווארן 552 מאל
videoframe_2920.png
videoframe_2920.png (357.66 KiB) געזען געווארן 552 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:12 am
דורך אנדערער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 3:01 pm א מאכטפולער אויפרייס אין א גאז סטאנציע האט פאסירט אין גראזניע, דער הויפטשטאט פון טשעטשניע, אומברענגענדיג פיר מענטשן.
טעראר?

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 4:12 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2024 3:01 pm א מאכטפולער אויפרייס אין א גאז סטאנציע האט פאסירט אין גראזניע, דער הויפטשטאט פון טשעטשניע, אומברענגענדיג פיר מענטשן.
טעראר?
געווענליך ווען א גאז סטאנציע רייסט אויף איז עס אן עקסידענט. דא ספעציפיש ווייסעכנישט. כ'האב נישט געזען קיינעם שרייבן וועגן טעראר.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:00 pm
דורך מיילעך פריילעך
די כינעזע מיליטער האט ארומגערינגלט די טייוואנער אינזל דורכאויס מיליטערישע טרענירונגען און בלאקירט די אינזל לאנד.

כינע האט אריינגעברענגט קאמפס פליגערס און שיפן צו ארומרינגלען טייוואן אין א צייכן פון מאכט, און צו שיקן א ווארענונג צו די סעפּעראטיסטישע קרעפטן אויפ'ן אינזל.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 9:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:00 pm די כינעזע מיליטער האט ארומגערינגלט די טייוואנער אינזל דורכאויס מיליטערישע טרענירונגען און בלאקירט די אינזל לאנד.

כינע האט אריינגעברענגט קאמפס פליגערס און שיפן צו ארומרינגלען טייוואן אין א צייכן פון מאכט, און צו שיקן א ווארענונג צו די סעפּעראטיסטישע קרעפטן אויפ'ן אינזל.
מה זאת?

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:31 pm
דורך חנן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 9:16 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:00 pm די כינעזע מיליטער האט ארומגערינגלט די טייוואנער אינזל דורכאויס מיליטערישע טרענירונגען און בלאקירט די אינזל לאנד.

כינע האט אריינגעברענגט קאמפס פליגערס און שיפן צו ארומרינגלען טייוואן אין א צייכן פון מאכט, און צו שיקן א ווארענונג צו די סעפּעראטיסטישע קרעפטן אויפ'ן אינזל.
מה זאת?
כינע האט אן אלטע טענה אז טייוואן באלאנגט עכט פאר כינע און די טייוואנעזער האבן זיך אפגעריסן פון כינע, וואס דערפאר זענען זיי "סעפעראטיסטן".

היסטאריש גערעדט לאזט זיך ענדערש זאגן אז כינע האט זיך גאר אפגעריסן פון טייוואן... די קאמוניסטן האבן אנגעדרייט א רעוואלוציע אין כינע און פארטריבן די ביז דעמאלטסדיגע רעגירונג פון מאכט. די ביז דעמאלטסדיגע רעגירונג איז אנטלאפן פון בעידזשינג און זיך פארפעסטיגט אינעם קליינעם אינזל טייוואן, וועלכע איז ביז יעצט געווען א טייל פונעם גרויסן כינע.

אייגנטליך איז דער אפיציעלער נאמען פאר טייוואן, מיט וועלכע זיי רופן זיך, די "רעפובליק פון כינע".

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
חנן האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 10:31 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 9:16 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 5:00 pm די כינעזע מיליטער האט ארומגערינגלט די טייוואנער אינזל דורכאויס מיליטערישע טרענירונגען און בלאקירט די אינזל לאנד.

כינע האט אריינגעברענגט קאמפס פליגערס און שיפן צו ארומרינגלען טייוואן אין א צייכן פון מאכט, און צו שיקן א ווארענונג צו די סעפּעראטיסטישע קרעפטן אויפ'ן אינזל.
מה זאת?
כינע האט אן אלטע טענה אז טייוואן באלאנגט עכט פאר כינע און די טייוואנעזער האבן זיך אפגעריסן פון כינע, וואס דערפאר זענען זיי "סעפעראטיסטן".

היסטאריש גערעדט לאזט זיך ענדערש זאגן אז כינע האט זיך גאר אפגעריסן פון טייוואן... די קאמוניסטן האבן אנגעדרייט א רעוואלוציע אין כינע און פארטריבן די ביז דעמאלטסדיגע רעגירונג פון מאכט. די ביז דעמאלטסדיגע רעגירונג איז אנטלאפן פון בעידזשינג און זיך פארפעסטיגט אינעם קליינעם אינזל טייוואן, וועלכע איז ביז יעצט געווען א טייל פונעם גרויסן כינע.

אייגנטליך איז דער אפיציעלער נאמען פאר טייוואן, מיט וועלכע זיי רופן זיך, די "רעפובליק פון כינע".
שכח פארן צוברענגען די היסטאריע.

אייגנטליך האב איך פארשטאנען וואס ער מיינט מיט 'סעפעראטיסטן', אבער ס'האט מיר נישט געשמעקט צו ליינען די כינעזע שטעלונגען אראפגעלייגט אלס פאקט...

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 2:32 am
דורך ניקל
נארט קאריע רייסט אויף 2 וועגן וואס פירן קיין דרום קאריע, נאך לעצטיגע אנגעצויגענקייטן אינעם מקום
(מלחמה?🤔)
Screenshot_20241015_022824_Plus.jpg
Screenshot_20241015_022824_Plus.jpg (89.51 KiB) געזען געווארן 444 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 2:17 am
דורך מיילעך פריילעך
מאקיעל ראגאטשעוו די געוועזענע וויצע פון די רוסישע אויל ריז Yukos איז ארויסגעפאלן פון א פענסטער.

דאס איז די לעצטע אין א רייע אינצידענטן מיט אומזיכערע פענסטערס אין רוסלאנד, טייל רופן פאר א באלדיגע איבערזיכט אויף די ארטיגע אינסטאלאציע פירמעס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 2:18 am
דורך מיילעך פריילעך
א לופטפעלד אין ניו זילאנד מיט א נייע געזעץ, נישט זיך ארומנעמען פאר מער ווי דריי מינוט.

אויב מפילט אז מ'ברויך לענגער דארף מען עס טון אין די פארקינג לאט און נישט ביי די ארט ווי מ'לאזט אראפ די מענטשן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:13 pm
דורך ניקל
א שטורעם אין שפאניע האט אויפגעקערט קארן
IMG_20241030_191217_325.jpg
IMG_20241030_191217_325.jpg (265.45 KiB) געזען געווארן 333 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 9:32 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:13 pm א שטורעם אין שפאניע האט אויפגעקערט קארן IMG_20241030_191217_325.jpg
ארום 100 מענטשן זענען טויט נאך די שטורעם אין שפאניע

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 9:56 am
דורך ניקל
צפון קאריע האט אויספרובירט א נייע אינעטערקאנטינענטעל באליסטישע מיסיל
IMG_20241101_095417_155.jpg
IMG_20241101_095417_155.jpg (72.86 KiB) געזען געווארן 268 מאל
IMG_20241101_095417_817.jpg
IMG_20241101_095417_817.jpg (49.26 KiB) געזען געווארן 268 מאל
IMG_20241101_095417_438.jpg
IMG_20241101_095417_438.jpg (71.45 KiB) געזען געווארן 268 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:54 pm
דורך ס'קען זיין אז..
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 9:32 pm
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:13 pm א שטורעם אין שפאניע האט אויפגעקערט קארן IMG_20241030_191217_325.jpg
ארום 100 מענטשן זענען טויט נאך די שטורעם אין שפאניע
נאך