► Show Spoiler
קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:46 am
IMG-20250717-WA0010.jpg
עליך הורגנו כל היום" זו מילה (גיטין נז:)
שניאור זלמן נ”י ביים אדורך גיין די טויערן ארויס פין די תפיסה, צו גיין צו די ברית פון זיין זוהן !!!!!
ער געט שלום דעם דיין שליט"א
אין די מינוטען קומט פאר די דערהויבענע מעמד ברית מילה, אין א פארווארפן ווינקל אין ווייטען געוואטעמאלא
רבותי גוטע נייעס !!
איך האב יעצט באקומען א רוף פון די עסקנים אויפן פלאץ, אז סאיז נאך ב”ה געבליבען 3000 דאלאר חובות פון די הוצאות פונם ברית, דער עולם קען נאך האבן די זכיה זיך צו משתתף זיין מיט אזא זעלטענע מצווה,
עס איז אריינגעלייגט געווארען שווערע כוחות, געלט מיט שתדלנות, צו קענען דאס באווייזען
ווער עס וויל זוכה זיין זאל געבען וויפיל ער באגערט, אפן לינק פונעם דיין דא אינטן
עס איז זיכער די בעסטע סגולה, אין איר זאלט זען אין דעם זכות ישועות שלא כדרך הטבע
https://www.dryveup.com/mission/50400
ווער עס וויל קען מיר אויך העלפען אביסל אנצווארעמען דעם עולם , איך קען נישט אליין
האסט געהערט? פרעגט חיים פון זיין חבר שלמה ברוך,
ניין, איך האב גארנישט געהערט, וואס גייט פאר?
האסט באמת נישט געהערט? אדער די שפילסט יעצט סתם מיט מיר?
איך זאג דיר איך האב באמת נישט קיין אהנונג וואס די רעדטס פון,
וואס הייסט? די האסט נישט געהערט אז משה נחום האט געהאט א יונגעלע צו מז"ט?
וואס???? מיינסט עס ערנסט? איך פיל ווי איך גיי אויס פאר שמחה, אזא מין איבער פלוס פון פרייד, איך ווייס פשוט נישט ווי זיך אהין ציטוהן.
שלמה ברוך געבט א כאפ אהן חיים'ס הענט און לאזט זיך ארויס אויף א פריידיגע טאנץ פאר עטליכע לאנגע מינוטין, ווען עטליכע יודן האבן דורך שפאצירט און געזעהן ווי די צוויי יודן טאנצען אינמיטן גאס, האבן זיי זיך גלייך מיטגעכאפט מיטן טאנץ, א שאלה, עס איז דאך געבוירן געווארן א יונגעלע אין שטעטל, צו דען איז נאך דא א גערסערע שמחה ווי דעם?
---
צירל שטייט איבערן טאפ, עס איר ב"ה געלאנגען צו טרעפן א שוחט וואס האט איר אפגעשחט'ן די צוויי עופות וואס מען האט נאך שווערע מיה באוויזן צו שאפן, פאר די לעצטע 15 שעה איז זי געוועהן פארנומען צו פליקן די פעדערן, אפשינדן די הויט, זאלצען און כשר'ן די פלייש, שיילן דאס ביסל גרינצווייג וואס זי האט געקענט טרעפן, געשיקט איר מאן צו ברענגן וואסער פונעם ברונעם, און יעצט שטייעןן שוין די צוויי גרויסע טעפ אויפן פייער אונעם גרויסע קאך וואס די אמעריקאנער האבן דא אויפגעשטעלט, גרייט צו ווערן סערווירט ביים גרויסארטיגן סעודות הברית, א שאלה? עס איז דאך געבוירן געווארן א יונגעלע אין שטעטל, צו דען איז נאך דא א גערסערע שמחה ווי דעם?
---
און פארשטייט זיך אז צו איר רעכטע און לינקע זייטן, און אזוי אויך אנטקעגן איבער איר, שטייען אלע אנדערע פרויען פונעם די.פי. לאגער, ווען יעדער איז פארנומען צו טוהן וואס זיי קענען נאר צו צוגרייטן דעם סעודות הברית, א שאלה? עס איז דאך געבוירן געווארן א יונגעלע אין שטעטל, צו דען איז נאך דא א גערסערע שמחה ווי דעם?
---
פארשטייט זיך אז איך דארף ניטאמאל אראפלייגן וויאזוי די מעמד הברית אליינס האט אויסגעזעהן, וויפיל טרערן פון פרייד האט זיך דארט געגאסן, ווי די עולם האט זיך אליינס געצופט צו דאס איז אמת צו נישט, איך מיין קוים א פאר חדשים צירוק האט קיינער פון זיי נישט געוואוסט צו זיי גייען בכלל איבערלעבן די טאג צו נישט, צו כלל ישראל גייט נאך עקזיסטירן, און דא שטייט מען און חודש תשרי תש"ו און עס איז געבוירן א פרישע נשמה צו כלל ישראל! אונז גיימער ווייטער אן, אונז שטעל מיר זיך צירוק אוועק, עס איז דא אן עתיד, אונז האב מיר פארוואס צו לעבן!
------------
וואס וויל איך דא פונעם עולם האבן?
איז אזוי, איך מיין ח"ו נישט צו פארגלייכן קיין שום מצב / געשעעניש / דורכגאנג צום ביטערן קריג, אבער איך האב געשריבן די פאר שורות כדאי אונז זאל מיר אביסל קענען פארשטיין ווי אזוי אזא מוראדיגע שמחה אז עס איז געבוירן געווארן א יונגעלע אין שעלטער, מען גייט מאכן א ברית אין גוואטעמאלע, און ניין נישט אין 'לב טהור', א ברית ווי די טאטע קען זיך משתתף זיין אהן צו דארפן מורא האבן אז אפשר וועט מען איהם פארשיקן פון זיין אייגענע שמחה ווייל ער דארף עפעס א תיקון, א ברית ווי די טאטע און נאר די טאטע איז מחליט וועלכע נאמען צו געבן, און מיט די געוויסן אז דאס איז זיין נאמען און עס גייט נישט געטוישט ווערן וועגן איינער איז אויף געשטאנען אויף די לינקע זייט.
אונז קענען זיך דען פארשטעלן וואס פאר א חיזוק דאס בלאזט אריין אין די עצמות היבשות? ווען מיט קוים א פאר חדשים צירוק האט קיינער פון זיי נישט געוואוסט צו זיי גייען בכלל אמאל זיין פריי צו נישט, צו זיי גייען בייקומען די רעכט צו עקזיסטירן, און דא שטייט מען אפאר חדשים שפעטער און עס איז געבוירן א פרישע נשמה! אונז גיימער ווייטער אן, אונז שטעל מיר זיך צירוק אוועק, עס איז דא אן עתיד, אונז האב מיר פארוואס צו לעבן!
---
יעצט שטעל דיך פאר אז די חשובע טאטע וואלט נישט געקענט מיטהאלטן די שמחה, עס קומען טרערן אין די אויגען נאר צו טראכטן אז עס וואלט באמת געקענט געשעהן..., אין אפילו ווען ער קען יא דארט זיין, שטעל דיר פאר ער קומט דארט אהן איינער אליינס, ער די בעיבי און עפעס א מוהל, נישט קיין מזל טוב'ס נישט קיין סעודה, און כמעט נישט קיין שמחה... די הארץ גייט אויס ווען מען ווייסט אז עס וואלט באמת אזוי געקענט זיין...
דא קומט אריין די טייערע חשובע עסקנים וואס האבן געזאגט היה לא תהיה! אזאנס וועט נישט פאסירן, און נישט קוקונדיג אויפן פאקט אז די קאסע איז שוין פון לאנג ליידיג, האבן זיי געטוהן וואס עס פעלט זיך נאר אויס אז עס זאל זיין א שמחה בשלימות, וויאזוי עס קומט זיך פאר אזא שמחה, איי ס'נישטא קיין געלט, נא פאר דעם איז דאך דא קרעדט קארדס...
רבותי! די עסקנים זענען געבליבען מיט דריי טויזענט דאלער חובות! לאמיר זיי אנטקעדן קומען, לאמיר נעמען א חלק אין אזא געוואלדיגע מצוה! לאמיר געבען פאר די עסקנים די מוט צו אנגיין וויטער!
ווארפטס אריין וואס איר קענט נאר, און די זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין!
https://www.dryveup.com/mission/50400