Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג יולי 15, 2025 10:44 am
דער ערשטער הירינג אינעם אלבאני געריכט איבער די TRO האט זיך נארוואס פארענדיגט, בעת דער ציבור איז מתפלל פאר א גוטער אנהויב אינעם יעצטיגן לעגאלער קאמף פון די מוסדות התורה קעגן די עדיוקעישן דעפארטמענט, השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה.
עס זענען געווען אנוועזנד מטעם די מוסדות התורה די צוויי בארימטע לויער, בארשאוו און ספאלזינא, און עטליכע פארשטייער פון הנהלת המוסדות פון סאטמאר און סקווירא, און אויך עטליכע עלטערן פון קינדער, און עסקנים.
ביי דעם הירינג האט די שופטת בעיקר אויסגעפרעגט די צדדים בנוגע וויאזוי די נייע געזעץ אפעקטירט יא אדער נישט די 6 מוסדות, זינט די בקשה פאר'ן TRO איז בעיקר געבעיסד אויף די נקודה. די סטעיט האט גע'טענה'ט אז די פיינעל דעטערמינעישן איז שוין געגעבן געווארן בעפאר די נייע געזעץ, און די עלטערן האבן שוין געהאט צייט פון מארטש צו טוישן שולע, ממילא איז נישטא קיין סיבה פאר א TRO.
דא איז שוין יא אריינגעקומען די פעלדער געזעץ טענה, ווען די שופטות האט געזאגט פאר'ן סטעיט לויער אז אפשר איז די פיינעל דעטערמינעישן בכלל נישט געווען פיינעל, ווייל ס'איז דאך דא א שאלה וועגן פעלדער, און דאס איז דאך נוגע אפילו בעפאר די נייע געזעץ.
ס'איז אויך געווען א אויסטויש אויב לויט די נייע געזעץ קען די זעלבע סקול אנהויבן פונדאסניי אונטער א נייע נאמען, אויף וואס די סטעיט לויער האט געזאגט אז דאס הייסט געשפילט געימס...
נאכ'ן ענדיגן די סעסיע האט די שופטות געזאגט אז זי גיבט נישט איר באשלוס אויפ'ן פלאץ ווייל זי דארף אפאר שעה דאס צו דורכגיין, און שפעטסטנס מארגן וועט זיין די תשובה אויפ'ן TRO.
ולה' הישועה!