Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 12:28 pm
C/P: Justice Ryba war assigned to the case
דאב איז די באקאנטע ריבא
צוריק שטעלן די ארגינעלע ריבא פסק איז לכאורה נישט מסתבר אז מען קען דאס טון
און פארוואס שרייבט איין צייטונג אז מען האט פארלוירן און א צווייטע אז מען האט גאר געווינען? זעט אויס מען רעדט פון צוויי אנדערע קעיסעס....הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 2:05 pm פארוואס שרייבט דער בלאט "רייבא" און אלע אנדערע "ריבא"?
https://en.wiktionary.org/wiki/ryba
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 10:41 amמען בעט אויך א TRO, אבער דאס איז א עקסטערע פיילינג.
ס'וועט מסתמא געפיילט ווערן בקרוב.
ניין, די נייע געזעץ פארלאנגט בלויז טעסטס בשעת פעלדער האט טעכניש פארלאנגט געוויסע לימודים.
אינעם פארלאנג פאר א TRO שרייבט דער ארוואקאט שארפער אז די סטעיט נוצט נאר די 6 מוסדות אלץ כפרה הינדל צוליב זייער אומצופרידנהייט מיט די נייע געזעץ, און נאך עטליכע אויסגעברייטערטע לעגאלע סיבות פארוואס די סטעיט'ס פשט אינעם געזעץ איז נישט אויסגעהאלטןפ. לאקס האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 2:49 pm א שנעלע בליק אויף די געריכט פאפירן ווייזט אז די קלאגע איז ווי פאלגענד:
מען בעט פון די געריכט 3 זאכן.
די ערשטע צוויי איז אז די געריכט זאל באשטעטיגן אז די מוסדות זענען עקוויווילענט צוליב
1) די נייע געזעץ
2) די פעלדער געזעץ
די דריטע זאך איז אז די געריכט זאל אפווארפן די נעגאטיווע דעטערמינעישאן.
די טענות זענען:
די סטעיט לאזט נישט נוצן די נייע געזעץ
- די נייע געזעץ פארלאנגט נישט קיין לימודים, נאר טעסטס.
- אפילו א נישט עקוויווילענט שולע קען אויך נוצן די געזעץ.
- די סטעיט האט מודה געווען אין געריכט אז עס הייסט ווייטער א שולע, און די געריכט האט דאס אויך פארשטאנען ביים געבן גערעכט פאר די סטעיט.
- די געזעץ ערלויבט אפילו איינער וואס איז נישט נאכגעקומען די געזעץ אין עבר עס נאכצוקומען אין עתיד.
- די מהלך פון די סטעיט אז איינמאל זיי געבן א דעטערמינעישאן איז עס דערנאך פאר די מוסד איז קעגן די געזעץ.
דעריבער פארלאנגט עס פון די געריכט צו:
געבן אן אורטייל אז די מוסדות קענען יא נוצן די נייע געזעץ.
געבן אן אורטייל אז די מוסדות פארבלייבן ווייטער א שולע אפילו אויב זיי באקומען א נעגאטיווע דעטערמינעישאן.
געבן אן אורטייל אז די מוסדות הייסן שוין יעצט עקוויווילענט צוליב די נייע געזעץ (וועלכע געט אפאר יאר ביז מען דארף געבן טעסטס).
די סטעיט איגנארירט די פעלדער אמענדמענט
- די פעלדער געזעץ פארלאנגט צו קוקן אויף די גאנצע קוריקולעם, נישט נאר לימודי חול.
- די רעגולאציעס איגנארירן דעם פעלדער געזעץ נאר קוקן בלויז אויף לימודי חול.
- די ציל פון די פעלדער געזעץ איז געווען צו פארזיכערן אז די סטעיט קען נישט טשעפען די חרדי'שע חינוך.
- די פעלדער געזעץ האט אויסגעשלאסן ישיבות פון אנדערע פארלאנגען.
- די פעלדער געזעץ האט געצילט צו פארזיכערן אז ישיבות זאלן דארנישט דארפן טוישן אין די סדרי הלימודים, נאר זיי זענען גוט אזויווי זיי זענען.
- אויב רעכנט מען לימודי קודש איז נישט דא קיין וועג צו זאגן אז א ישיבה איז נישט עקוויווילענט צוליב די אויסנאמליכע גוטע חינוך וואס איז דארט דא, און יעדער קען מעיד זיין די שארפע קעפ וואס קומען ארויס פון ישיבה.
- די ווערטער "נאט לימיטעד טו" אינעם פעלדער געזעץ מיינט נישט אז די קאמישינער מעג צולייגן פארלאנגען, עס מיינט אז אויב א מוסד קומט נישט נאך די גאנצע עקוויווילענסי בלויז דורך די לימודי קודש מעג די קאמישינער אויך קוקן אויף נאך זאכן זיי צו באשטעטיגן אלץ עקוויווילענט.
- אויף די סטעיט'ס וועבזייטל זענען זיי מודה אז די פעלדער געזעץ איז אן "אויסנאם", אבער צו די ישיבות שרייבן זיי אז עס איז א "צוגאב".
- מסביר די וויכטיגקייט און צענטראלע ראלע וואס חינוך שפילט אין אידישקייט.
- מען האט נאך קיינמאל נישט געהערט אנטיסעמיטן נוצן די ווארט "נאריש און אומוויסנד" אויף אידן... אפילו די שונאים זענען מודה אז די אידישע חינוך ברעגט גוטע רעזולטאטן.
- די ישיבות צילן נישט אהערצושטעלן מענטשן וואס גייען אין קאלעדש, נאר קלוגע, נארמאלע, אוועקגעשטעלטע, מענטשן וואס מאכן ביזנעס, און קומען זיך גוט אויס מיט יעדעם, עס איז ממש נישטא קיין פארברעכנס און דראגס אין די חרדי'שע קאמיוניטי.
- די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט קיינמאל נישט פראבירט באמת צו אויספארשן אויב די קינדער באקומען א גוטע חינוך.
- די קאמישינער און רעגאולאציעס רעכענען זיך בכלל נישט מיט די גאנצע סדר היום.
דעריבער פארלאנגט עס פון די געריכט צו:
געבן אן אורטייל אז די רעגולאציעס זענען אומלעגאל צו נוצן אויף פעלדער מוסדות.
לכבוד דעם אנולירן די נעגאטיווע דעטערמינעישאן.
די נעגאטיווע דעטערמינעישאן
- אזויווי די סטעיט האט נישט באטראכט די גאנצע סדר הלימודים אין די מוסד דארף מען ארויסווארפן די דעטערמינעישאן.
- די קאמישינער האט אוועקגעמאכט א פופציג זייטיגע בריוו פון די לאיערס פאר די מוסדות איידער די דעטערמינעישאן אן אנגעבן ספעציפישע דעטאלן, און האט געגעבן א דעטערמינעישאן.
- די סטעיט האט קיינמאל נישט פראבירט באמת צו זען אויב די קינדער ווערן נתחנך גוט
דעריבער פארלאנגט עס פון די געריכט צו:
אנולירן די נעגאטיווע דעטערמינעישאן.
באזונדער פארלאנגט עס פון די געריכט אז סיי וועלכע געלטער וואס זענען אפגעהאקט געווארן צוליב די דעטערמינעישאנס זאלן צוריקגעשטעלט ווערן.
(די מוסדות קלאגן די רעגולאציעס "עז עפפלייד", וואס באדייט אז אנדערש ווי פערלס וואס האט געקלאגט די רעגולאציעס "אן איטס פעיס" וואס באדייט אז די רעגולאציעס דארפן גענליך אויסגעשטראכן ווערן, קלאגן די מוסדות יעצט נאר אז די רעגולאציעס קענען נישט גענוצט ווערן אויף זיי ווייל זיי זענען אנדערש)
כ'האב זיך שוין געוואונדערט א לאנגע צייט פארוואס געוויסע שרייבן ''ריבא'', אויבנאויף קלינגט עס אלץ ''רייבא''.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 2:05 pm פארוואס שרייבט דער בלאט "רייבא" און אלע אנדערע "ריבא"?
https://en.wiktionary.org/wiki/ryba
צום ערשטן מאל אין צעהן יאר, וואס די קלעגער זענען 'היימישע' עלטערן און 'היימישע מוסדות התורה',דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 10:28 am די געפיילטע קלאגע קעגן די נ"י סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט, באזירט אויפ'ן "פעלדער אמענדמענט" און אויפ'ן נייעם "חינוך געזעץ".
און קארט זאגט מען רייבאשמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 8:33 pmכ'האב זיך שוין געוואונדערט א לאנגע צייט פארוואס געוויסע שרייבן ''ריבא'', אויבנאויף קלינגט עס אלץ ''רייבא''.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 2:05 pm פארוואס שרייבט דער בלאט "רייבא" און אלע אנדערע "ריבא"?
https://en.wiktionary.org/wiki/ryba
כ'ווייס נישט וואס דער ריכטיגער איז, וויאזוי זאגט מען עס ביים קאורט?
אפדעיט: מיין read aloud זאגט ריבא...
אה, סאו מיין געפיל האט ריכטיג געזאגט...מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 8:52 pmאון קארט זאגט מען רייבאשמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 8:33 pmכ'האב זיך שוין געוואונדערט א לאנגע צייט פארוואס געוויסע שרייבן ''ריבא'', אויבנאויף קלינגט עס אלץ ''רייבא''.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 2:05 pm פארוואס שרייבט דער בלאט "רייבא" און אלע אנדערע "ריבא"?
https://en.wiktionary.org/wiki/ryba
כ'ווייס נישט וואס דער ריכטיגער איז, וויאזוי זאגט מען עס ביים קאורט?
אפדעיט: מיין read aloud זאגט ריבא...
ריבא קלינגט היימיש....
הערט ביי 14:29שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 8:57 pmאה, סאו מיין געפיל האט ריכטיג געזאגט...
@הלבלר בקולמסו דיין שאלה קענסטו שוין אויסדרייען... פארוואס שרייבט דער איד (און אויך די אלע פלאטפארמעס וואס באקומען עס פון דער איד) ריבא וועט מ'רופט איר רייבא?
אונטעסאנט פארוואס די Read aloud זאגט עס אנדערש.
לינק?מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 9:33 pmהערט ביי 14:29
האסט פארגעסן צו לייגן די פייל.מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 9:34 pmהערט ביי 14:29
די סיבה איז פשוט כדי צו זיין אפגעשיידט פונעם גוי, די קשיא איז אויף די וואס שרייבן ארויס א גויטעס נאמען אנע שינוי. עכט וואלט מען עס געדארפט שרייבן רייבאציע.שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 09, 2025 8:57 pmאה, סאו מיין געפיל האט ריכטיג געזאגט...
@הלבלר בקולמסו דיין שאלה קענסטו שוין אויסדרייען... פארוואס שרייבט דער איד (און אויך די אלע פלאטפארמעס וואס באקומען עס פון דער איד) ריבא וועט מ'רופט איר רייבא?
אונטעסאנט פארוואס די Read aloud זאגט עס אנדערש.