בלאט 281 פון 296

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:46 am
דורך דער תהלים איד
שמחת חתן וכלה, שמחת קרית יואל!

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט נעכטן אפגעקויפט דעם "שם האולם" פונעם נייעם "תקנות זאל" וואס מוסדות קרית יואל בויען, אינעם נייעם גרעסטער בנין החינוך אין די שטאט, דער מעגא 190,000 סקווער-פיס'יגער בית רחל "בנין קליין" וואס בויעט זיך אצינד אויף די דרוהביטש גאס.

דער צוקונפטיגער זאל וואס איז באשטימט געווארן אלס צווייטער תקנות זאל אין קרית יואל, איז ערווארטעט צו זיין א צווילינג צום איינס-אין-דער-וועלט ביליגער זאל וואס איז דא אין קרית יואל, דער באקאנטער כינור דוד, מיט די זעלבע גאר גאר ביליגע פרייזן וואס שפארן אפ מיליאנען דאלאר יערליך, זייענדיג פאר א פרייז פון א נישטיגע געציילטע טויזנט דאלאר פער מחותן.

אין די צייט וואס דער מצב הפרנסה איז אזוי שווער, און אין א צייט וואס דער ציבור וואקסט בליעה"ר, איז דא א ערנסטע געברויך פאר נאך אזא ביליגע חתונה זאל, וואו הונדערטער מחותנים פראווען זייערע שמחות מיט אן אמת'ער פרייד, א פנימיות'דיגע פרייד, מיט א ברייט הארץ אן קיין געלט-פארשווענדענישן בעת שמחתם הגדולה. דערפאר האט די מוסדות זיך פארפילכטעט פאר די שטאט צו ווידער צושטעלן דעם סערוויס און שענקען דעם חתונה זאל אינעם פרישער בנין פאר א צווייטע תקנות זאל.

אצינד איז געשלאסן געווארן דער פריידיגער מקח אז דער נדיב וטפסר הידוע וואס האט שוין אזויפיל דורכברוכן אויף זיין קאנטע, ה"ה הר"ר יואל בן הרב יוסף דוב לאנדא הי"ו, אליינס א יליד קרית יואל ותלמיד המוסדות, וועט זיי דער נדבן פונעם חתונה זאל!

ביים באזוך פון מרן רבינו שליט"א אינעם ביהמ"ד פון הנגיד ר' יואל, האט דער נדיב מבטיח געווען דעם ריזן סומע פון 5 מיליאן דאלאר, צו אפקויפן דעם נאמען פונעם זאל און זיין דער נדבן וואס יעדע חתונה-נאכט וועלן מחותנים טאנצן מיט פרייד, און חתן כלה וועלן זיך פרייען ביום שמחתם מיט גאנצע הערצער און גאנצע עלטערן, אדאנק ר' יואל!

אשריך רבי יואל, אשריך קרית יואל.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:48 am
דורך דער תהלים איד
UTA Binyunim Pesach 5785.jpg
UTA Binyunim Pesach 5785.jpg (192.16 KiB) געזען געווארן 1323 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
דורך ווערווייס
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 9:07 am בד"וו די ארטיקל איז אזוי נאריש אז נאר. אויב פלאנט איר צו קויפן די מאמענט צוליב די דעקל שפארט אייך די $15 ....
ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:18 pm
דורך האלא
ביהמ"ד החדש שכונת בריגאדון, קרית יואל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 pm
דורך בן נביאים
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 9:07 am בד"וו די ארטיקל איז אזוי נאריש אז נאר. אויב פלאנט איר צו קויפן די מאמענט צוליב די דעקל שפארט אייך די $15 ....
ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל

דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א ארטיקל מיט אנדערע, אבער זייער אסאך פון די יונגע יארן ווי די שייכות מיטן רבי'ן זי"ע קען מען זיכער נישט זאגן אויף אנדערע ווייל די מציאות איז אז מהר"א שליט"א איז עלטער און אסאך מער מיטגעהאלטן און דאס טוט וויי.

איך פארשטיי די ווייטאג, אבער זייער א גוטער ארטיקל, לוינט זיך יא צו קויפן פאר חסידי מהר"א

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:47 pm
דורך איך
איך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 1:28 pm אין יעצטדיגע טעג קומען אן די נייע גרויסע פענסטערס צום בית המדרש הגדול אין וומ"ס
IMG_20250407_124536_169.jpg
IMG_20250407_124728_626.jpg
IMG_20250409_114737_801.jpg
IMG_20250409_114737_801.jpg (327.11 KiB) געזען געווארן 1129 מאל
IMG_20250409_115025_865.jpg
IMG_20250409_115025_865.jpg (353.67 KiB) געזען געווארן 1129 מאל
IMG_20250409_115044_455.jpg
IMG_20250409_115044_455.jpg (478.3 KiB) געזען געווארן 1129 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:55 pm
דורך שבת קודש
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:46 am שמחת חתן וכלה, שמחת קרית יואל!

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט נעכטן אפגעקויפט דעם "שם האולם" פונעם נייעם "תקנות זאל" וואס מוסדות קרית יואל בויען, אינעם נייעם גרעסטער בנין החינוך אין די שטאט, דער מעגא 190,000 סקווער-פיס'יגער בית רחל "בנין קליין" וואס בויעט זיך אצינד אויף די דרוהביטש גאס.

דער צוקונפטיגער זאל וואס איז באשטימט געווארן אלס צווייטער תקנות זאל אין קרית יואל, איז ערווארטעט צו זיין א צווילינג צום איינס-אין-דער-וועלט ביליגער זאל וואס איז דא אין קרית יואל, דער באקאנטער כינור דוד, מיט די זעלבע גאר גאר ביליגע פרייזן וואס שפארן אפ מיליאנען דאלאר יערליך, זייענדיג פאר א פרייז פון א נישטיגע געציילטע טויזנט דאלאר פער מחותן.

אין די צייט וואס דער מצב הפרנסה איז אזוי שווער, און אין א צייט וואס דער ציבור וואקסט בליעה"ר, איז דא א ערנסטע געברויך פאר נאך אזא ביליגע חתונה זאל, וואו הונדערטער מחותנים פראווען זייערע שמחות מיט אן אמת'ער פרייד, א פנימיות'דיגע פרייד, מיט א ברייט הארץ אן קיין געלט-פארשווענדענישן בעת שמחתם הגדולה. דערפאר האט די מוסדות זיך פארפילכטעט פאר די שטאט צו ווידער צושטעלן דעם סערוויס און שענקען דעם חתונה זאל אינעם פרישער בנין פאר א צווייטע תקנות זאל.

אצינד איז געשלאסן געווארן דער פריידיגער מקח אז דער נדיב וטפסר הידוע וואס האט שוין אזויפיל דורכברוכן אויף זיין קאנטע, ה"ה הר"ר יואל בן הרב יוסף דוב לאנדא הי"ו, אליינס א יליד קרית יואל ותלמיד המוסדות, וועט זיי דער נדבן פונעם חתונה זאל!

ביים באזוך פון מרן רבינו שליט"א אינעם ביהמ"ד פון הנגיד ר' יואל, האט דער נדיב מבטיח געווען דעם ריזן סומע פון 5 מיליאן דאלאר, צו אפקויפן דעם נאמען פונעם זאל און זיין דער נדבן וואס יעדע חתונה-נאכט וועלן מחותנים טאנצן מיט פרייד, און חתן כלה וועלן זיך פרייען ביום שמחתם מיט גאנצע הערצער און גאנצע עלטערן, אדאנק ר' יואל!

אשריך רבי יואל, אשריך קרית יואל.
אפגעקויפט ביים רבינ'ס באזוך אין זיין ביהמ''ד? פארוואס זעהט מען נישט אויף די בילדער קיין איינע פון די הנהלת המוסדות פון קרית יואל?

מען זעהט יא ר' אשר ישעי' הארוויטץ און ר' שלמה הערש עקשטיין די הנהלה פונעם שוהל הויף אין סיגוט, האט ער יעצט געגעבן פרישע געלטער פארן שוהל הויף?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:57 pm
דורך חלום חלמתי
בן נביאים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 pm
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 9:07 am בד"וו די ארטיקל איז אזוי נאריש אז נאר. אויב פלאנט איר צו קויפן די מאמענט צוליב די דעקל שפארט אייך די $15 ....
ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל

דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א ארטיקל מיט אנדערע, אבער זייער אסאך פון די יונגע יארן ווי די שייכות מיטן רבי'ן זי"ע קען מען זיכער נישט זאגן אויף אנדערע ווייל די מציאות איז אז מהר"א שליט"א איז עלטער און אסאך מער מיטגעהאלטן און דאס טוט וויי.

איך פארשטיי די ווייטאג, אבער זייער א גוטער ארטיקל, לוינט זיך יא צו קויפן פאר חסידי מהר"א
וועם טוט וואס וויי?

די ארטיקל איז שלעכט געשריבן און ווערסט גארנישט געוואר דארט.

מאמענט האט אמאל באשריבן א שבת ביים רבין דורכן מייסטער שרייבער הרב שניצלער יענץ איז געווען זאפט!

הרב טעללער -גאלד פרובירט צו שרייבן נייטראל און גיבט אבאכט נישט צו פארלירן זיין וועכנטליכע הכנסה און ס'איז טריקן און לופטיג. א חסיד מהר"א ווערט גארנישט געוואר, א חסיד מהרי"י איז נישט אינטרעסירט און אלע אנדערע ליינען עס ווי איך ליין די ארטיקל אויף אדמו"ר מ'מאכניווקא.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 1:02 pm
דורך לכל קהלא
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:46 am שמחת חתן וכלה, שמחת קרית יואל!

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו האט נעכטן אפגעקויפט דעם "שם האולם" פונעם נייעם "תקנות זאל" וואס מוסדות קרית יואל בויען, אינעם נייעם גרעסטער בנין החינוך אין די שטאט, דער מעגא 190,000 סקווער-פיס'יגער בית רחל "בנין קליין" וואס בויעט זיך אצינד אויף די דרוהביטש גאס.

דער צוקונפטיגער זאל וואס איז באשטימט געווארן אלס צווייטער תקנות זאל אין קרית יואל, איז ערווארטעט צו זיין א צווילינג צום איינס-אין-דער-וועלט ביליגער זאל וואס איז דא אין קרית יואל, דער באקאנטער כינור דוד, מיט די זעלבע גאר גאר ביליגע פרייזן וואס שפארן אפ מיליאנען דאלאר יערליך, זייענדיג פאר א פרייז פון א נישטיגע געציילטע טויזנט דאלאר פער מחותן.

אין די צייט וואס דער מצב הפרנסה איז אזוי שווער, און אין א צייט וואס דער ציבור וואקסט בליעה"ר, איז דא א ערנסטע געברויך פאר נאך אזא ביליגע חתונה זאל, וואו הונדערטער מחותנים פראווען זייערע שמחות מיט אן אמת'ער פרייד, א פנימיות'דיגע פרייד, מיט א ברייט הארץ אן קיין געלט-פארשווענדענישן בעת שמחתם הגדולה. דערפאר האט די מוסדות זיך פארפילכטעט פאר די שטאט צו ווידער צושטעלן דעם סערוויס און שענקען דעם חתונה זאל אינעם פרישער בנין פאר א צווייטע תקנות זאל.

אצינד איז געשלאסן געווארן דער פריידיגער מקח אז דער נדיב וטפסר הידוע וואס האט שוין אזויפיל דורכברוכן אויף זיין קאנטע, ה"ה הר"ר יואל בן הרב יוסף דוב לאנדא הי"ו, אליינס א יליד קרית יואל ותלמיד המוסדות, וועט זיי דער נדבן פונעם חתונה זאל!

ביים באזוך פון מרן רבינו שליט"א אינעם ביהמ"ד פון הנגיד ר' יואל, האט דער נדיב מבטיח געווען דעם ריזן סומע פון 5 מיליאן דאלאר, צו אפקויפן דעם נאמען פונעם זאל און זיין דער נדבן וואס יעדע חתונה-נאכט וועלן מחותנים טאנצן מיט פרייד, און חתן כלה וועלן זיך פרייען ביום שמחתם מיט גאנצע הערצער און גאנצע עלטערן, אדאנק ר' יואל!

אשריך רבי יואל, אשריך קרית יואל.
אפגעקויפט ביים רבינ'ס באזוך אין זיין ביהמ''ד? פארוואס זעהט מען נישט אויף די בילדער קיין איינע פון די הנהלת המוסדות פון קרית יואל?

מען זעהט יא ר' אשר ישעי' הארוויטץ און ר' שלמה הערש עקשטיין די הנהלה פונעם שוהל הויף אין סיגוט, האט ער יעצט געגעבן פרישע געלטער פארן שוהל הויף?
נישט קיין פרישע.אבער האט בעבר אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם הכנסת אורחים
בשעתן די הבטחה פארן נייעם בנין אין ק‘‘י איז נאר געווען אנוועזנד ר‘ חיים שלמה מיט ר‘ אשר ישעי

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 1:27 pm
דורך הימל
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 9:07 am בד"וו די ארטיקל איז אזוי נאריש אז נאר. אויב פלאנט איר צו קויפן די מאמענט צוליב די דעקל שפארט אייך די $15 ....
ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער
זעה איך אז צוויי חסידי מהרי"י האלטן דא אז די ארטיקל אן מאמענט וואס באשרייבט דעם רבי'ןס יארן ביז אהער, און אלע זאכן וואס ער האט אויפגעטוהן פאר אידישקייט די אלע יארן, איז נישט אינטערסאנט, נאריש און לופטיג.

יעצט ווארט מיר צו הערן וואס די חסידים פון רבי'ן וועלן זאגן אויף דעם ארטיקל.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:15 pm
דורך לא ימושו מפיך
בנין בראך 3.0 בתוככי עירינו וויליאמסבורג.

15,000 סקווער פיס. הערליך. פרעכטיג. מייעסטעטיש. פארענדיגט פאר ישיבה לצעירים.

א פרישע פאנטאסטישע נדבה אין די הויכע מיליאנען פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים דורכן שר הנדיבים בדורנו הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו עומד לימין רבינו שליט"א להרחיב גבולי הקדושה די בכל אתר.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:40 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:15 pm בנין בראך 3.0 בתוככי עירינו וויליאמסבורג.

15,000 סקווער פיס. הערליך. פרעכטיג. מייעסטעטיש. פארענדיגט פאר ישיבה לצעירים.

א פרישע פאנטאסטישע נדבה אין די הויכע מיליאנען פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים דורכן שר הנדיבים בדורנו הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו עומד לימין רבינו שליט"א להרחיב גבולי הקדושה די בכל אתר.
הערליך שיין. וויפיל שטאקן זענען פאר די ישיבה?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:54 pm
דורך דער אויבערהאר
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:15 pm בנין בראך 3.0 בתוככי עירינו וויליאמסבורג.

15,000 סקווער פיס. הערליך. פרעכטיג. מייעסטעטיש. פארענדיגט פאר ישיבה לצעירים.

א פרישע פאנטאסטישע נדבה אין די הויכע מיליאנען פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים דורכן שר הנדיבים בדורנו הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו עומד לימין רבינו שליט"א להרחיב גבולי הקדושה די בכל אתר.
ס'גייט זיין נאר פאר די ישיבה אדער אויך א ביהמ"ד פאר די קהילה?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 3:06 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:15 pm בנין בראך 3.0 בתוככי עירינו וויליאמסבורג.

15,000 סקווער פיס. הערליך. פרעכטיג. מייעסטעטיש. פארענדיגט פאר ישיבה לצעירים.

א פרישע פאנטאסטישע נדבה אין די הויכע מיליאנען פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים דורכן שר הנדיבים בדורנו הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו עומד לימין רבינו שליט"א להרחיב גבולי הקדושה די בכל אתר.
הערליך

וואלט ווען ר' אברהם הי''ו געווען א חלק פונעם 'וועד קרן הבנין' פונעם ביהמ''ד הגדול דקרית יואל וואלט עס שוין לאנג געהאלטן אינמיטן געבויעט ווערן

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 3:07 pm
דורך דער תהלים איד
דער בנין איז בעצם די אייגנטום פון הנגיד רבי אברהם, א ריעל עסטעיט אפיס בילדינג.

כדרכו קען ער נישט בויען ביזנעס אן אינזין האבן דעם ציבור... גיבט ער דא אוועק א הערליכע שטאק דערפון בנדבה פאר'ן "ישיבה לצעירים" דוומסב"ג.

די ישיבה איז צוטיילט צווישן 2 שטאקן, די חדר האוכל איז אין בעיסמענט, און די ביהמ"ד און כיתות זענען אויפ'ן צווייטן שטאק.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 3:22 pm
דורך ווער
unnamed - 2025-04-09T152045.393.jpg
unnamed - 2025-04-09T152045.393.jpg (215.85 KiB) געזען געווארן 699 מאל
unnamed - 2025-04-09T152118.918.jpg
unnamed - 2025-04-09T152118.918.jpg (349.74 KiB) געזען געווארן 699 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:00 pm
דורך ווערווייס
בן נביאים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 pm
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 9:07 am בד"וו די ארטיקל איז אזוי נאריש אז נאר. אויב פלאנט איר צו קויפן די מאמענט צוליב די דעקל שפארט אייך די $15 ....
ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל

דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א ארטיקל מיט אנדערע, אבער זייער אסאך פון די יונגע יארן ווי די שייכות מיטן רבי'ן זי"ע קען מען זיכער נישט זאגן אויף אנדערע ווייל די מציאות איז אז מהר"א שליט"א איז עלטער און אסאך מער מיטגעהאלטן און דאס טוט וויי.

איך פארשטיי די ווייטאג, אבער זייער א גוטער ארטיקל, לוינט זיך יא צו קויפן פאר חסידי מהר"א
סאו די ס"ה פון דעם ארטיקל איז זיין קשר מיטן רבין ז"ל, מ'חזרט איבער חוזר חזרה די מעשה מיט די גלעזער, די סוגיא שיעורים, לערנען מיטן רא"ש, לשאת את השלחן וכו' וכו', זייער שיינע זאכן פאר מיין בר מצוה בחור צו ליינען, אבער איינער וואס איז עלטער פון 30 און ליינט אלע זיינע יארן נאר היימישע ליין מאטריאל, קען דאס שוין אויסעווייניג

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:03 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:00 pm
בן נביאים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:43 pm
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am

ייש"כ פארן זאגן, הגם איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אינעם עבר אז די אלע קאווער סטאריס זענען געווענליך לופט, די חלק הארי איז די בילד אויפן דעקל, און די איבריגע איז סתם געמאלן וואסער
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל

דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א ארטיקל מיט אנדערע, אבער זייער אסאך פון די יונגע יארן ווי די שייכות מיטן רבי'ן זי"ע קען מען זיכער נישט זאגן אויף אנדערע ווייל די מציאות איז אז מהר"א שליט"א איז עלטער און אסאך מער מיטגעהאלטן און דאס טוט וויי.

איך פארשטיי די ווייטאג, אבער זייער א גוטער ארטיקל, לוינט זיך יא צו קויפן פאר חסידי מהר"א
סאו די ס"ה פון דעם ארטיקל איז זיין קשר מיטן רבין ז"ל, מ'חזרט איבער חוזר חזרה די מעשה מיט די גלעזער, די סוגיא שיעורים, לערנען מיטן רא"ש, לשאת את השלחן וכו' וכו', זייער שיינע זאכן פאר מיין בר מצוה בחור צו ליינען, אבער איינער וואס איז עלטער פון 30 און ליינט אלע זיינע יארן נאר היימישע ליין מאטריאל, קען דאס שוין אויסעווייניג
לויט ווי איך פארשטיי איז די ארטיקל איז בכלל נישט געווידמעט פאר חסידי סאטמאר צו געוואויר ווערן דארט חידושים. עס איז אינגאנצן א צווייטע מעשה. איך מיין אז עס איז ממש פשוט צו כאפן פארוואס סאטמאר רבי האט געגעבן דעם שמועס. ווען ער וויל רעדן צו סאטמאר וואלט ער געהאט בעסערע פלעצער.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:22 pm
דורך שבת קודש
די כהן ביים מעמד פדיון פטר חמור גייט זיין הרה''ג ר' בנציון שטראסער שליט''א וואס איז אויך געווען די כהן ביים מעמד ראשית הגז אפאר יאר צוריק

האט די רבי עפעס א ספציעלע שייכות מיט אים?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:24 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:22 pm די כהן ביים מעמד פדיון פטר חמור גייט זיין הרה''ג ר' בנציון שטראסער שליט''א וואס איז אויך געווען די כהן ביים מעמד ראשית הגז אפאר יאר צוריק

האט די רבי עפעס א ספציעלע שייכות מיט אים?
אוודאי
ליגט מיר אין קאפ ער האט שטארק געשטיצט דעם רבין ביי אריזאנע ווייץ

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:29 pm
דורך שטייפע קוגל
ווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 3:22 pm unnamed - 2025-04-09T152045.393.jpgunnamed - 2025-04-09T152118.918.jpg
גייט מען טיילן עפעס ביי די סדר הלימוד ערב פסח? ביי מהרי"י זע איך גייט מען טיילן טייערע מתנות.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:30 pm
דורך דעת קדשי

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:36 pm
דורך ווער
unnamed - 2025-04-09T163603.692.jpg
unnamed - 2025-04-09T163603.692.jpg (290.72 KiB) געזען געווארן 468 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:37 pm
דורך ווער
unnamed - 2025-04-09T163536.195.jpg
unnamed - 2025-04-09T163536.195.jpg (224.58 KiB) געזען געווארן 524 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 5:01 pm
דורך הימל
ווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 4:37 pm unnamed - 2025-04-09T163536.195.jpg
איין בלאט פריער
viewtopic.php?p=164652#p164652