בלאט 29 פון 32
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א שיך וואס האט געפירט אימיגראנטן נעבן איטאליע האט זיך איבערגעדרייט. זיבן מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, און איין און צוואנציג ווערן נאך געזוכט.

- unnamed - 2024-09-05T152142.989.jpg (139.95 KiB) געזען געווארן 683 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א מאראטאן טשעמפיאן אין אוגאנדע איז געשטארבן נאכן ווערן באגאסן מיט א קאנע געזאלין און אינטערגעצינדן דורך א קאלעגע ספארטלער.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:49 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די איסלאמיסטישע טאליבאן רעזשים אין אפגאניסטאן האט פארבאטן פרויען פון רעדן/זינגען פארן פובליק.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
כינע וועט אפהאלטן א דריי טאגיגע זיצונג מיט העכער פופציג אפריקאנע לענדער אין א פארזוך אויסצושפרייטן איר מאכט און איינפלוס אין יענעם ראיאן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:23 pm
א שיך וואס האט געפירט אימיגראנטן נעבן איטאליע האט זיך איבערגעדרייט. זיבן מענטשן זענען שוין געראטעוועט געווארן, און איין און צוואנציג ווערן נאך געזוכט.unnamed - 2024-09-05T152142.989.jpg
די שיף האט לויט באריכטן געפירט פליטים פון ליביע.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין א צייכן אז אייסיס גרופירט זיך צוריק אין איראק, זענען זיבן אמעריקאנע טרופן פארוואנדעט געוארן אין א צוזאמשטויס מיט אייסיס קעמפער, כאטש 14 טעראריסן זענען אומגעברענגט געווארן.

- 75028869007-20240829-t-094143-z-212823369-rc-2-lp-9-anldwj-rtrmadp-3-iraqsecurity.jpeg (56.41 KiB) געזען געווארן 654 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווייניגסטנס 129 זענען אומגעקומען אין קאנגאו, ווען דער גרעסטע טורמע אין לאנד טורמע איז אויפגעבראכן געווארן און ארעסטאנטן האבן פרובירט צו אנטלויפן.

- download (17).jpeg (36.73 KiB) געזען געווארן 653 מאל

- 2024-07-27T182511Z_1345846532_RC2Q39A7NGT9_RTRMADP_3_CONGO-PRISONERS-1024x673.jpg (113.19 KiB) געזען געווארן 653 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 11:54 am
דורך ניקל
טשיינע וועט אפהאלטן מיליטערישע דרילס מיט רוסלאַנד שפעטער און חודש
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
47 ארעסטאנטן זענען אנטלאפן פון א מאקסימום זיכערהייט טורמע אין ליבעריע, א מאסיווע זוכעריי איז געלאזט געווארן אין גאנג.

- unnamed - 2024-09-10T134000.572.jpg (106.17 KiB) געזען געווארן 565 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סעמסאנג פלאגט זיך צו אנגיין מיט פראדוקציע בשעת הונדערטער ארבעטער ביי א וויכטיגע פלענט אין אינדיע זענען אויף סטרייק.

- 113226329.cms.jpg (120.17 KiB) געזען געווארן 556 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 3:08 am
דורך ניקל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:49 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שווערע פאליצייאישע קרעפטן אין פאקיסטאן זענען איבערגעפאלן די ארטיגע פארלאמענט און ארעסטירט אמווייניגסטנס צען געזעצגעבער וועלכע זענען אפיליאירט מיטן געוועזענעם פריים מיניסטער אימראן קאהאן, וועלכער איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטער א צייט צוריק.

- 10pakistan-arrests-6-zcwp-articleLarge.jpg (43.34 KiB) געזען געווארן 492 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 10:46 am
דורך שאינו יודע לשאול
מעקסיקאנע געזעצגעבער האבן באשטעטיגט א קאנסטיטוציאנאלע אמענדמענט וואס וועט דראמאטיש טוישן די וועג וויאזוי ריכטער אין לאנד ווערן געשטעלט אויפן אמט. די געזעץ פארשלאג איז אויסגעשטאנען היציגע פראטעסטן איבערן לאנד, אבער די שטיצער דערפון זאגן אז דאס וועט אויסראטן קארופציע אין די געריכט הייזער.

- 41_2024-638617704228001959-800.jpg (132.56 KiB) געזען געווארן 509 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 10:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
נאך א לענגערע צייט וואס ס'האט אויסגעזען אז פאקיסטאן איז אויפן וועג צו אויסראטן פאליא אין לאנד, פלאגט זי זיך אצינד מיט א פרישע גרעסערע אויסברוך.

- imrs.jpg (205.32 KiB) געזען געווארן 506 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:03 am
דורך שאינו יודע לשאול
אמעריקע, קאנאדע, און ענגלאנד באשולדיגן די רוסישע אלוועלטליכע מידיע נעץ RT אז זי אפערירט ווי א לאנגע ארעם פון די רוסישע שפיאנאזש, און האבן ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף די פירמע.

- us-sanctions-russian-media-for-secretly-funding-ukraine-war-showcase_image-6-a-26289.jpg (31.63 KiB) געזען געווארן 503 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:10 am
דורך שאינו יודע לשאול
פיר הויכראנגיגע אייסיס פיגורן, אריינגערעכנט איינס פון זייער גרעסטע באמבע פראדוצירער זענען אומגעברענגט געווארן אין א אקציע דורך אמעריקאנע און איראקע טרופן פריער אין יאר, לויט ווי די פענטאגאן זאגט יעצט. די אקציע האט איבערגעלאזט זיבן אמעריקאנע סאלדאטן פארוואונדעט.

- 2422-1-2024-08-d4291178caf3ba56ef1592948ea963fa.jpg (33.09 KiB) געזען געווארן 502 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:26 am
דורך שאינו יודע לשאול
כינעזע שיפן האבן פארטריבן פיליפינע שיפן פון חלקים פונעם כינעזע ים אויף וועלכע זיי האבן דערקלערט קאנטראל. דאס איז נאך איינס אין די רייע קאנפראנטאציעס צווישן די צווייי לענדער אין דעם וואסער וועלכע האט שוין געשעדיגט עטליכע פיליפינע שיפן און פארוואונדעט עטליכע מאטראזן דורכאויס די פארגאנגענע מאנאטן.

- top-poster.jpg (36.55 KiB) געזען געווארן 497 מאל

- 00vid-scs-visuals-6box_sq_sp-640w.jpg (52.24 KiB) געזען געווארן 497 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:57 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווענעזועלעס דיקטאטור מאדורא האט ארעסטירט זעקס אויסלענדישע בירגער אריינגערעכנט א אמעריקאנע נעווי סיעל אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן פלאנירט צו 'דעסטאביליזירן' די לאנד. אין לויף פון די אקציע האבן אגענטן אויך קאנפיסקירט ארום פיר הונדערט גאנס. אמעריקאנע באאמטע זענען ארויסגעקומען שארף לייקענען אז ס'איז געווען סיי וועלכע פלענער צו אומווארפן מאדורא.

- 66e7084c56bb4.image.jpg (80.96 KiB) געזען געווארן 471 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 12:37 am
דורך ניקל
מאסיווע פארפלייצונגען האבן היינט פארשוועמט גאסן און, פוילן, רומעניע, און מאלדאווע

- IMG_20240916_003509_548.jpg (149.61 KiB) געזען געווארן 429 מאל

- IMG_20240916_003509_974.jpg (146.8 KiB) געזען געווארן 429 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 12:37 am
דורך ניקל

- Screenshot_20240916_003504_Plus.jpg (426.81 KiB) געזען געווארן 429 מאל

- Screenshot_20240916_003448_Plus.jpg (93.04 KiB) געזען געווארן 429 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:58 am
דורך ניקל
א 5.2 ערדציטערניש האט געטרייסעלט איראן
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 1:55 am
דורך ניקל
6 מענטשן זענען אומגעקומען און פארפלייצונגן וואס האבן באטראפן יאפאן
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 1:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
אינדיע'ס גרעסטע אינשורענס פירמע 'סטאר העלט' האט אריין געגעבן קלאגעס קעגן טעלעגראם פארן ערלויבן העקערס צו נוצן די פלאטפארמעס 'באטס' צו גנב'נען פריוואטע מעדיצינישע אינפארמאציע פון פאציענטן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 1:36 pm
דורך מיילעך פריילעך
סטאקס וועלכע זענען פארבינדן מיט כינע זענען די וואך שיין געוואקסן, נאכפאלגענדיג כינע'ס גרעסטע סטימולוס פעקל זינט קאוויד.
די כינעזער רעגירונג האט ארויס געשיקט א פרישע סטימולוס פעקל כדי צו באזיגן די 'דעפלאציע' וואס פלאגט שוין דאס לאנד א שטיק צייט.