אידישע [קנאי'שע] הרגשים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:57 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
אויך א מהלך ..
זיי זענען שוין תינוקות שנשבו....
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך יום טוב »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:59 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:57 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
אויך א מהלך ..
זיי זענען שוין תינוקות שנשבו....
תינוק הבורח.....
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:59 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:57 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
פונקט ווי דו ביסט נישט גרייט צו טוישן דיין מיינוג אין דיע ענינים פון וויאזוי מען האט דיך איינגעבאקען מיום הוולדו
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:35 pm וואס הייסט מה כל הרעש?

דער מלחמה איז דאך נאר צו פארזיכערן די אידן הגרים בארצנו הקדושה, און די דיעל טוט די פארקערטע.
אפגערעדט וואס עס טרעט אויף אפענע הלכות.
:lol:
אויף יעדע זאץ א עקסטערע אויספלאץ.

-----

און א שאד צו טענה'ן מיט די אידן דא, כי אין האיש בביתו, עטץ זענטס זייער חשוב און טייער, אבער קומט'ס ביטע צוריק ווען איר זענט גרייט צו הערן

לערנען מיט א גוי ברטנורא איז שווער, אבער מעגליך, ווילאנג ער וויל. אבער מיט איינעם וואס וויל נישט לערנען, לו אלף שנים יחי' ואם תכתוש במכתשת את אוולתו לא תסיר

דא ווערן נעבעך געליפטערט שרעקליכע מיינונגען נגד התורה (באונס ולא ברצון, בשוגג ולא במזיד, ירחם ה')
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך אני-הק' »

העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
עני וועי ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן און פרובירן איבערצווייזן דאס אמת פאר איינער וואס האלט איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו.
סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 66

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שכל הישר »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:17 am הרב @העלדיש און הרב @שכל הישר איך וועל אייך זאגן נאכמער.
זיך באמת צו בוחן זיין אויב מען איז נישט אליינס פארכאפט אין ציונות, זאל מען אריין טראכטן פארוואס ווען די ציונים דארפן יעצט פאלן צו די פוס פון די טעראריסטן און דארפן זיי אלעס נאכגעבן, פייער אפשטעל פאר פינף טעג, נישט קיין דראונ'ס פאר זעקס שעה, א דריי צו איין רעשיאו פאר יעדע פארכאפטער, וואסער ''געז'' היומען סופלייס אלעס גייט אריין ביתר שאת וביתר עוז. און די טעראריסטן קענען פאר יעדע צען פארכאפטע קענען זיי דאס אויפהאלטן נאך א טאג.... און עכ''ז חוש'ן זיי נאך יעצט עס ווי ספיעק ארום מיט די וועלט.

וואס איז די צוקלאפטקייט וואס מעו זעהט ביים היימישען עולם? פארוואס זעהט מען היימישע אידן זיך רעגן אויף ביבי וואספארא לוזער ער איז? אפי' נניח אז די מלחמה איז א מלחמת מצוה, זאגט דאך קלאר ביבי אז די מלחמה גייט צוריק אריין אין קראפט נאכדעם. איז מה כל הרעש???

איך וועל אייך זאגן מה כל הרעש. ווייל דאס ציונות ברענט! דאס מיטשטיין מיט די אפיקורסים ברענט! די גאוה פון האבן אן אייגענעם מיליטער וואס זאל ''אונז'' דעפענדען איז אראפגעברענגט ביז די קניען! דאס איז וואס באדערט די היימישע חסידישע פרומע ציונים!! פארוואס דאנקט מען נישט דעם אויבערשטען ברוך מתיר אסורים אזוי ווי דער פרייער שוטה האט געטוהן אויף טעלעוויזשען ווען די צה''ל האט ארויס געכאפט איין פארכאפטען? פארוואס זעהט מען נישט היימישע חסידישע אינגעלייט טאנצען אין די גאסן אזוי ווי דעמאלטס? וואו איז די שמחה אנטלאפען? די תירוץ איז אז די שמחה איז דערשטיקט אונטער די ציונית'טישע אפיקורסות!

אונז האמיר געהאט א הייליגען און גרויסן רבי וואס האט דאס אלעס פאראויס געזעהן! און ממילא האט ער געפייערט און געהאמערט קעגן ציונות יעדעס מאל זיין הייליג מויל האט נאר גערעדט, ווייל ער האט געזארגט פאר אונז אז מיר היינט 45 יאר נאך זיין פטירה זאלן חזר'ן זיינע הייליגע תורות, איבערהערן זיינע הייליגע פייערדיגע דרשות. כדי מיר זאלן קענען בלייבען גאנץ מיט די אמונה אין אזא שוואכע דור!!

און אויף דעם ארויף מאכן מיר סאטמארע כסדר כינוסים זיך מחזק זיין און איבער חזר'ן זיינע היילגע תורות צו וויסען קלאר איז אין לנו חלק ונחלה בציונות, נישט מיט די פרומע און נישט מיט די פרייע! ציונות איז א כפירה בשם, ציונות איז א מרידה במלכות שמים, ציונות איז כופר בגזרת הגלות, ציונות איז כופר בכל התורה כולה אויף אן אופן וואס איז נאכישט געזעהן און געהערט געווארן זייט מתן תורה. און פון דעם ווילן מיר זיך כסדר אפשאקלען און שטיין ווי ווייטער פון זיי. ווייל מיר ווילן נישט פארכאפט ווערן מיט סטרא אחרא!

און יא, איך @נקודות טובות פריי מיך פערזענדליך אז די ציונים דארפן פאלן צו די פוס פון די טעראריסטן. ווייסט פארוואס? ווייל אונזער רבי האט געוויינט און כסדר גע'חזר'ט אז ער ציטערט אז איין טאג וועט די כח הס''ם זיין אזוי שטארק און ער וועט נאך באווייזען ניסים ונפלאות אזוי ווי ביי מלחמות יהושע בן נון!
און ברוך השם מיר האלטן שוין 75 יאר שפעטער און מיר זעהען נאך כסדר דעם פסוק ויאמר משה למה זה אתם עברים את פי ד' והוא לא תצלח. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט און זיך מרחם געווען על שארית ישראל, און זיי געוויזען קלאר, איך בין נישט מסכים מיט די מדינה, איך וויל אז איר אידן מיין געטרייען פאלק נאכן מיטמאכן באלד צוויי טויזענט יאר אין גלות זאל נאכאלץ בלייבן געטריי צו מיר!!!
עס וואינען מער ווי א מיליון צו מער היימישע אידן אין ארץ ישראל.

ווען איינער וויל נקמה נעמען פון די אראבער, און זארגט זיך פאר די מיליטער און מאכט אפי' א מי שברך, אדער ווערט אויפגערעגט אויף די איצטיגע פייער אפשטעל, איז פשוט ווייל ער פילט מיט מיט די אידן אין ארץ ישראל. און זארגט זיך פאר זייער וואיל זיין...

האט נישט גארנישט צוטון מיט מיטשטיין מיט די ציונים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@העלדיש דא האסטו אלס א דוגמא מרן המהרש"ב פון ליובאוויטש, צוויי ציטאטן, וואס ביידע טעמים זענען קאי וקיים כהיום הזה!

הציונות מסוכנת יותר ממהשכלה וההתבוללות, משום שהמחזיקים בה רואים את עצמם כיהודים כשרים, ורוצים לשנות את המסורת היהודית, על פי ש"כל דתם היא לאומיות".
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.

גם השלמים עם ה' ותורתו בהָגלות הזה, עלינו לצפות לגאולתנו וישועתינו של הקב"ה, שלא ע"י בשר ודם וכל שכן בכוחות ובתחבולות גשמיים, דהיינו לצאת מהגלות בכח הזרוע, אין אנו רשאים
הערסט? אין אנו רשאים. נישט לכתחילה און נישט בדיעבד... ס'איז א חפץ של איסור! נישט לויט סאטמאר רב, נאר לויט ליובאוויטש!
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 66

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שכל הישר »

אני-הק' האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:06 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
עני וועי ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן און פרובירן איבערצווייזן דאס אמת פאר איינער וואס האלט איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו.
סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער...
ווען עטס וואלטס געזאגט לחיים ולשלום וואלט גוט געוועהן...
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 66

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שכל הישר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:08 pm @העלדיש דא האסטו אלס א דוגמא מרן המהרש"ב פון ליובאוויטש, צוויי ציטאטן, וואס ביידע טעמים זענען קאי וקיים כהיום הזה!

הציונות מסוכנת יותר ממהשכלה וההתבוללות, משום שהמחזיקים בה רואים את עצמם כיהודים כשרים, ורוצים לשנות את המסורת היהודית, על פי ש"כל דתם היא לאומיות".
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.

רואים את עצמם כיהודים כשרים?!?!?! איך האב נישט קיין אהנונג וואס די ווילסט...
דאס איז א ריאה לדברי, אז און זיינע צייטן איז ציונות געוועהן א פראבלעם ווייל ס'איז געוועהן א חלק אין כלל ישראל רח"ל... משא"כ היינט זענען פרייע וואס קיינער לערענט זיך נישט אפ מיט זיי.

גם השלמים עם ה' ותורתו בהָגלות הזה, עלינו לצפות לגאולתנו וישועתינו של הקב"ה, שלא ע"י בשר ודם וכל שכן בכוחות ובתחבולות גשמיים, דהיינו לצאת מהגלות בכח הזרוע, אין אנו רשאים
הערסט? אין אנו רשאים. נישט לכתחילה און נישט בדיעבד... ס'איז א חפץ של איסור! נישט לויט סאטמאר רב, נאר לויט ליובאוויטש!
אונז האלטן אויך נישט אז וואס די ציונים טוען איז גערעכט. ח"ו! מיר אלע זענען אקעגן זיי...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אקעגן זיי און א חלק פון זיי. בנשימה אחת.

אבער צום ענין, איך האב מיך באצויגן צום פאטאלן טעות (אדער דירעקטע מח שווענקונג) אז כאילו "ציונות איז נישטא מער".
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 66

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שכל הישר »

די ווינט פון ציונות איז שוין נישטא מער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:35 pm וואס הייסט מה כל הרעש?

דער מלחמה איז דאך נאר צו פארזיכערן די אידן הגרים בארצנו הקדושה, און די דיעל טוט די פארקערטע.
אפגערעדט וואס עס טרעט אויף אפענע הלכות.
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:48 pm וחוזר וחלילה... ציונות ציונות ציונות...

איך ווייס נישט פונקליך צו וועמען דו באצוהסט זיך, אבער לבי יא איינגיין אויף א אפמאך אדער נישט, די שאלה איז נישט אויב ער קומט ארויס ווי א גיבור אדער פארקערט, די שאלה איז אויב דאס גייט קאסטן נאך קרבנות אדער נישט, וואס מיינסטו גייט חאמאס טון און די טעג פון א פייער אפמאך? אנגרייטן נאך און נאך אטאקעס! איז צו דען איז דאס דער מהלך? נומער צוויי איז דא הלכות איבער באפרייען פארכאפטע און איבער ווי סאך מען מעג אויפגעבן דערפאר, הלוואי ווען זיי וואלטן זיך צו דאס צוגעהערט.

א איד וואס פרייעט זיך ווען די איזראעלי ארמיי באווייזט נצחונות איז נאכנישט קיין כופר בה' ובתורתו. פונקט אזוי ווי דו שטראלסט אויף ווען די הערסט אז אידן זענען 20 פראמענט פון די וועלטס ביליאנערן, עס שפירט זיך גוט אז אידן טויגן, ניין איך האב נישט געגרינדעט די מדינה אבער אונז זענען איין פאלק. לאמיר זיין קלאר, צו זאגן היינט צוטאגס אז די מדינה האט א אייגענע כוח איז אביסל נאריש, כ'מיין יעדער זעט אז די ארמיי פון מדינת ישראל האט נישט קיין אייגענע כוח און מוזן צוקומען צו אמעריקא אויף טריט און שריט.

פארוואס איז די מדינה א מרידה בה'? נניח אז ס'איז טאקע אסור. אבער פארוואס רופסטו אן דוקא דעי עבירה א מרידה בה'???
(לגבי דעם האב איך שוין געזאגט אז ס'איז דא א גרויסע נ''מ צווישן די גרינדער פון די מדינה וואס אויף זיי קענסטו שרייען אז זיי האבן געוואלט ארויסגיין אליינס פון גלות. על אף אז מיר זען נישט אז די צורה רופט אן די וועלכע האבן זיך געוואלט באפרייען מיט קראפט אפיקורסים. און אזוי אויך ביי בר כוכבדא און דאס גלייכן, )
שכל הישר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:07 pm עס וואינען מער ווי א מיליון צו מער היימישע אידן אין ארץ ישראל.

ווען איינער וויל נקמה נעמען פון די אראבער, און זארגט זיך פאר די מיליטער און מאכט אפי' א מי שברך, אדער ווערט אויפגערעגט אויף די איצטיגע פייער אפשטעל, איז פשוט ווייל ער פילט מיט מיט די אידן אין ארץ ישראל. און זארגט זיך פאר זייער וואיל זיין...

האט נישט גארנישט צוטון מיט מיטשטיין מיט די ציונים.
ווי יעדער דא אויפן זייטל ווייסט בין איך מתחילה געווען א גרויסע שטיצער פון די מלחמה, און איך בין ווייטער. די חאמאס דארף מען צוקנאקען אויף שטיקער! אבער...
ווען איינער פילט יעצט אפגעפאטשט, אדער האט טענות אויף ביבי, איז עס ציונות גמורה! פארוואס?

ווייל דאס אויב זיי טוהן כהלכה מיטן אויפטוישען משכונות איז דא קיינעם נישט נוגע, האק מיר נישט אין קאפ אריין! דאס אז זיי זענען מחללי שבתות, אוכלי נבילות וטריפת, היטן נישט קיין טהרת המשפחה, עובר אויף כל מצוות שבתורה בזדון לב! אויף דעם זענט איר אויך ברוגז??? ווען איר זעהט אים מחלל שבת זיין טראכט איר צו זיך נעבער ער איז א תינוק שנשבה. פארוואס יעצט קענט איר נישט מלמד זכות זיין אז ער איז א תינוק שנשבה???
דער הייליגער בעלזער רב זי''ע מהר''א, האט קיין שלעכט ווארט אויף קיין איד נישט געקענט הערן, ווען מען האט געזאגט אויף די פרייע אז זיי זענען מחלל שבת האט ער געזאגט אז זיכער מיינען זיי אז ס'איז פרייטאג. פאלט דיר נישט ביי אז יעצט וואלט ער געזאגט אז זיכער ווייסט ביבי נישט די דין פון אין פודין את השבויים???
האק מיר נישט אין קאפ אריין בנוגע הלכה!!! וואו זענט איר ביי די מוחאות אין ארצינו הקדושה וואו עס קומט פאר חילול שבת בפרהסיא בפלטרין של מלך??? וואו זענט עטץ???

און בכלל איז הרב עובדיה יוסף גענוג שטארק אז מען זאל זיך קענען פארלאזען אויף זיין פסק, וכ''ש וואס ער איז ביי די נישט היימישע עולם דער פוסק ראשון ואחרון!

יעצט אה''נ די מלחמה האט לכאורה א היתר פון לא תעמוד על דם ריעך, אבער פארוואס מוז עס זיין יעצט?? פארוואס פארשטייט איר נישט אז לא תעמוד אויף די פופציג פארכאפטע איז אויך א מצוה?? וואס פונקטלעך און פאר וועם פונקטלעך גייט אויסמאכן אז די מלחמה ווערט אפגעשטיפט מיט אפאר טאג?? איר האלט טאקע אז חאמאס גייט גיין מבירא עמיקתא לאיגרא רמא??? גלייך נאך שמיני עצרת האט איר אויך געשריגען אז מען מוז שוין אינוואדירן ווייל חאמאס גרייט זיך אן, און מיט יעדע מינוט ווערן זיי נאר שטערקער?? האט איר אויך נישט געלאזט די צה''ל זיך אנגרייטן קודם דריי וואכען?

נאר וואס דען? איין שטיק ציונות! עס ברענט און פלאקערט דאס פנים פאר בושה אז די מערסט פארזיכערטע גרעניץ איז בייגעקומען געווארן דורך אפאר צוריקגעשטאנענע מוסלומענער!! און נישט נאר דאס, נאר יעצט מוז ווייטער די גאנצע גאווה ווערן געלייגט אין א זייט, און מען דארף זיך בעטן און פאלן צו די פוס פון אפאר צוריקגעשטאנענע טעראריסטן, און זיי אלעס נאכגעבן!! דאס איז וואס טוט וויי!! די גרויסע ריזיגע בעלי גאוה דער גרויסער שחצן ביבי מוז פאלן צו די פוס פון איסמעל האניע און זיך בעטן ווי א גזלן פופציג פון די אריבער צוויי הונדערט משכונות. און פאר דעם זאגט ער אים צו א גאנצע רייע מיט זאכן.

יעצט זאגן אז די ציוניסטישע מיליטער איז שטארק איז בכלל נישט קיין ציונות. וויבאלד אין די וועלט הייסט עס צו זיין פון די צען שטערקסטע מיליטער'ן. און להיפך זאגן אז זיי זענען שוואך און קענען גארנישט אן אמעריקע איז נישט קיין קנאות, נאר בלויז אן הכחשה מיט פאקטען! יעצט קום נישט כשר'ן דיינע ציוניתטישע געפילן מיט דעם וואס דו שטעלסט קלאר אז די ציונים קענען גארנישט אן אמעריקע!

די מדינה איז א מרידה בד' ווי שוין אויסגעשמועסט עטליכע מאל. נישט אז די וואס האבן גענומען די מדינה זענען כופרים, נאר יעדער וואס האט א חלק אין דעם אפי' 75 יאר שפעטער איז א כופר! ווען דער בעלזער רב האט נישט געוואלט אונטער שרייבען די בחירות נאר אויב דער טשעבינער רב שרייבט אויך אונטער, איז דאס געקומען וויבאלד ער האט געהאלטן אז די מדינה איז נישט קיין מרידה בשם?? ווען דער גאון ישראל וקדושו דער טשעבינער רב האט געזאגט אז אה''נ גיין צו די בחירות איז א מצוה, איז עס אבער אזא מצוה ווי אכילת מרור. איז דאס געקומען וויבאלד ער האט געהאלטן אז די שלוש שבועות איז אן אגדתא גמרא??? אתמהה!

קיינער קיינער האט נישט חולק געווען אז מדינה איז א חילול כבוד שמים, און איז דער גרעסטע כפירה בד'! די מחלוקת הרבנים איז געווען אויב מען זאל זיך שלאגען פון אינעווייניג אדער אינדרויסען. סאטמאר רבי ודעימיה האבן געהאלטן אז גיין צו די בחירות איז א שותפות בשלוש החמירות. און דער טשעבינער רב ודעימיה האבן געהאלטן אז נישט. אבער האט דען איינער געזאגט אז איינמאל עס איז דא א מדינה איז עס שוין נישט קיין כפירה?? חס מלהזכיר! ווען די כופרים זאלן ווען נישט זוכן עוקר צו זיין די תורה וואלט דאך אפי' דער טשעבינער רב נישט געשיקט צו די בחירות. זיין גאנצע סיבה איז דאך נאר געווען אז מען זאל זיך קענען שלאגען!

ווער איז געווען די ערשטע לוחם אנקעגן די אגודה אינדערהיים? די בעלזא רב ר' ישכר דוב! דער סאטמאר רבי האט אמאל געזאגט אז זיין גאנצע קעגנערשאפט צו די אגודה קומט פון בעלזא רב! ווער ווי ר' ישכר דוב האט אזוי לוחם געווען אנקעגן די מזרחי?? קען קומען היינט א בעלזא אינגערמאן און סימפאטעזירן מיט די מדינה?? קען א בעלזא אינגערמאן בכלל פרעגן וואס איז די כפירה פון א מדינה???

אט דאס איז די סיבה פארוואס מיר סאטמארע נעמען זיך צוזאמען כסדר זיך מחזק זיין. ענקערע רבנים האבן נישט געקריגט מיט אונזערע נאר אויף קליינליכע ענינים ווי בחירות, נעמען געלט וכדו'. אבער אנקעגן ציונות זענען זיי געווען להשמיד! די סיבה פאר וואס איר ווייסט עס נישט איז וויבאלד איר האט נישט קיין כינוסים! אדרבא, מי יתן והיה אז הרב רייזמאן זאל אייך איבערגעבן כאטש איין מאל א יאר די ריכטיגע בעלזא דעת אויף ציונות!

א איד וואס פרייעט זיך מיט א נצחון מיט ציונות פרייעט זיך מיט א זאך אויף וואס אונזער טאטע אין הימעל איז זיך מצער! איך ווייס נישט אויב ער איז אן אפיקורס, אבער ווי קען זיך א איד פרייען מיט נצחונות ווען יעדע רגע וואס די מדינה שטייט איז עס א מרידה במלכות שמים??? ווי אזוי קען מען זיך פרייען מיט נצחונות וואס האט ליידער געקאסט דערווייל 1,500 קרבנות אויף די איזרעילי זייט??? דאס הייסט א נצחון??? אויף דעם פרייעט מען זיך???

יעצט איך זאג נישט אז למעשה דארפן די ציונים זיך לאזן פון די אראבער, אבער ווען דו פרייסט זיך פרעג איך מיט וואס פרייסטו דיך??? ווען אייער חלילה זאל אטאקירן און שטארק צושלאגן דיין קינד, און אלץ לא תעמוד על דם רעך שטעלסט דיך קעגן אים און די שלאגסט אים צוריק וועסטו דיך פרייען מיט דיין נצחון??? דו וועסט זיין בצער ביז דיין קינד וועט זיך ערהוילן פון זיינע ווייטוגען, וועסט אפי' קיין צייט נישט האבן צו טראכטען איבער די סוקסעס פון דיינע נצחונות! כ''ש וכ''ש דא, 1,500 הונדערט טויטע רחמנא לשיזבן! און דו האסט צייט דיך צו פרייען מיט ''אידישע'' נצחונות???

נאר וואס דען, ציונות איז אן אפיקורסישע שטאלץ פון כוחי ועוצם ידי און א תאווה ווי אלע תאוות. די רשעים וואס האבן מתחילה געזאגט רק בדם תיהיה לנו הארץ, די זעלבע רשעים וואס האבן בויקאטירט דייטשלאנד און אזוי ארום אויפגרייצט היטלער נאך מער אין א צייט וואס די גאנצע וועלט האט פאר אים געציטערט. די זעלבע רשעים וואס האבן געזינקען שיפן נאכן חרבן השואה. די זעלבע רשעים פרייען זיך יעצט מיט נצחונות וואס איז געקומען אויפן חשבון פון אידישע קינדער!

החותם אייער פריינט @נקודות טובות איך האב אייך אלע ליב
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:50 pm עני וועי ס'איז א שאד זיך צו רעגן און שרייען ווען זעכציג פראצענט אדער מער פון דאס מקום האלטן איין זאך ווייל אזוי האט מען זיי אריינגעבאקן מיום הוולדו. סאו, לחיים און לשלום יעדער איינער.
אזוי האט מען אין אונז אריין געבאקן מיום הוולדו, ''אונז'' מיינט אלע אידן וואס זענען געשטאנען ביים בארג סיני. געבוירן מיינט דער טאג וואס דאס אידישע פאלק איז געווארן א פאלק, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק היום הזה נהיית לעם לד' אלקיך.
די ערשטע מצוה מן התורה וואס דאס האבן מיר זוכה געווען צו הערן מפי הגבורה בכבודו ובעצמו שרייבט דער סמ''ק בזה הלשון. ובזה תלוי מה שאמרו חכמים ששואלין לאדם לאחר מיתה בשעת דינו צפית לישועה והיכן כתיב מצוה זו. אלא ש"מ בזה תלוי שכשם שיש לנו להאמין שהוציאנו ממצרים דכתיב אנכי ד' אלקיך אשר הוצאתיך וגו'. ועל כרחין מאחר שהוא דיבור הכי קאמר כשם שאני רוצה שתאמינו בי שאני הוצאתי אתכם כך אני רוצה שתאמינו בי שאני ד' אלהיכם ואני עתיד לקבץ אתכם ולהושיעכם וכן יושיענו ברחמיו שנית. כדכתיב ושב וקבצך מכל העמים וגומר :

נישטא קיין מחלוקת אויף דעם!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 449

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך צווייטער »

@נקודות טובות זייער שיין
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

איך האב נישט קיין כח צו אריכות'ן.
איך וועל עס טרייען צו מאכן בקיצור.

די יעצטיגע דיל שטעלט אין א סכנה די יושבי ארץ הקודש, (קען גאר זיין אז די גאווערמענט האט יעצט א דין פון באו לצור על ערי ישראל...) ממילא פונקט ווי דו האסט פארשטאנען אז גיין אין מלחמה איז נישט ציוניזם, די זעלבע זאך איז זיין קעגן די דיל נישט קיין ציונות.

די הלכה חלק פון אין פודין את השבויין איז געווען צו זאגן פארוואס תורה'דיג גייט נישט אן קיין לא תעמוד על דם וכו', נישט אז איך טראכט אז ביבי פרעגט דעת תורה.

ר' עובדיה יוסף'ס פסק איז געווען א חידוש בשעתו, ומי יגלה כפר מעיניו שיראה אז די חולקים זענען גערעכט געווען אז די מחבלים וועלן צירוק גיין צו טעראר.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך וואוילער »

דארט קען מען מאכן ברית'ן מיט פדיון הבן'ס ווייערלעס!
די ליצנות איז גרויס ליידער.

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=E ... tegories=0
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 66

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שכל הישר »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:39 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:35 pm וואס הייסט מה כל הרעש?

דער מלחמה איז דאך נאר צו פארזיכערן די אידן הגרים בארצנו הקדושה, און די דיעל טוט די פארקערטע.
אפגערעדט וואס עס טרעט אויף אפענע הלכות.
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 2:48 pm וחוזר וחלילה... ציונות ציונות ציונות...

איך ווייס נישט פונקליך צו וועמען דו באצוהסט זיך, אבער לבי יא איינגיין אויף א אפמאך אדער נישט, די שאלה איז נישט אויב ער קומט ארויס ווי א גיבור אדער פארקערט, די שאלה איז אויב דאס גייט קאסטן נאך קרבנות אדער נישט, וואס מיינסטו גייט חאמאס טון און די טעג פון א פייער אפמאך? אנגרייטן נאך און נאך אטאקעס! איז צו דען איז דאס דער מהלך? נומער צוויי איז דא הלכות איבער באפרייען פארכאפטע און איבער ווי סאך מען מעג אויפגעבן דערפאר, הלוואי ווען זיי וואלטן זיך צו דאס צוגעהערט.

א איד וואס פרייעט זיך ווען די איזראעלי ארמיי באווייזט נצחונות איז נאכנישט קיין כופר בה' ובתורתו. פונקט אזוי ווי דו שטראלסט אויף ווען די הערסט אז אידן זענען 20 פראמענט פון די וועלטס ביליאנערן, עס שפירט זיך גוט אז אידן טויגן, ניין איך האב נישט געגרינדעט די מדינה אבער אונז זענען איין פאלק. לאמיר זיין קלאר, צו זאגן היינט צוטאגס אז די מדינה האט א אייגענע כוח איז אביסל נאריש, כ'מיין יעדער זעט אז די ארמיי פון מדינת ישראל האט נישט קיין אייגענע כוח און מוזן צוקומען צו אמעריקא אויף טריט און שריט.

פארוואס איז די מדינה א מרידה בה'? נניח אז ס'איז טאקע אסור. אבער פארוואס רופסטו אן דוקא דעי עבירה א מרידה בה'???
(לגבי דעם האב איך שוין געזאגט אז ס'איז דא א גרויסע נ''מ צווישן די גרינדער פון די מדינה וואס אויף זיי קענסטו שרייען אז זיי האבן געוואלט ארויסגיין אליינס פון גלות. על אף אז מיר זען נישט אז די צורה רופט אן די וועלכע האבן זיך געוואלט באפרייען מיט קראפט אפיקורסים. און אזוי אויך ביי בר כוכבדא און דאס גלייכן, )
שכל הישר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:07 pm עס וואינען מער ווי א מיליון צו מער היימישע אידן אין ארץ ישראל.

ווען איינער וויל נקמה נעמען פון די אראבער, און זארגט זיך פאר די מיליטער און מאכט אפי' א מי שברך, אדער ווערט אויפגערעגט אויף די איצטיגע פייער אפשטעל, איז פשוט ווייל ער פילט מיט מיט די אידן אין ארץ ישראל. און זארגט זיך פאר זייער וואיל זיין...

האט נישט גארנישט צוטון מיט מיטשטיין מיט די ציונים.
ווי יעדער דא אויפן זייטל ווייסט בין איך מתחילה געווען א גרויסע שטיצער פון די מלחמה, און איך בין ווייטער. די חאמאס דארף מען צוקנאקען אויף שטיקער! אבער...
ווען איינער פילט יעצט אפגעפאטשט, אדער האט טענות אויף ביבי, איז עס ציונות גמורה! פארוואס?

ווייל דאס אויב זיי טוהן כהלכה מיטן אויפטוישען משכונות איז דא קיינעם נישט נוגע, האק מיר נישט אין קאפ אריין! דאס אז זיי זענען מחללי שבתות, אוכלי נבילות וטריפת, היטן נישט קיין טהרת המשפחה, עובר אויף כל מצוות שבתורה בזדון לב! אויף דעם זענט איר אויך ברוגז??? ווען איר זעהט אים מחלל שבת זיין טראכט איר צו זיך נעבער ער איז א תינוק שנשבה. פארוואס יעצט קענט איר נישט מלמד זכות זיין אז ער איז א תינוק שנשבה???
דער הייליגער בעלזער רב זי''ע מהר''א, האט קיין שלעכט ווארט אויף קיין איד נישט געקענט הערן, ווען מען האט געזאגט אויף די פרייע אז זיי זענען מחלל שבת האט ער געזאגט אז זיכער מיינען זיי אז ס'איז פרייטאג. פאלט דיר נישט ביי אז יעצט וואלט ער געזאגט אז זיכער ווייסט ביבי נישט די דין פון אין פודין את השבויים???
האק מיר נישט אין קאפ אריין בנוגע הלכה!!! וואו זענט איר ביי די מוחאות אין ארצינו הקדושה וואו עס קומט פאר חילול שבת בפרהסיא בפלטרין של מלך??? וואו זענט עטץ???

און בכלל איז הרב עובדיה יוסף גענוג שטארק אז מען זאל זיך קענען פארלאזען אויף זיין פסק, וכ''ש וואס ער איז ביי די נישט היימישע עולם דער פוסק ראשון ואחרון!

יעצט אה''נ די מלחמה האט לכאורה א היתר פון לא תעמוד על דם ריעך, אבער פארוואס מוז עס זיין יעצט?? פארוואס פארשטייט איר נישט אז לא תעמוד אויף די פופציג פארכאפטע איז אויך א מצוה?? וואס פונקטלעך און פאר וועם פונקטלעך גייט אויסמאכן אז די מלחמה ווערט אפגעשטיפט מיט אפאר טאג?? איר האלט טאקע אז חאמאס גייט גיין מבירא עמיקתא לאיגרא רמא??? גלייך נאך שמיני עצרת האט איר אויך געשריגען אז מען מוז שוין אינוואדירן ווייל חאמאס גרייט זיך אן, און מיט יעדע מינוט ווערן זיי נאר שטערקער?? האט איר אויך נישט געלאזט די צה''ל זיך אנגרייטן קודם דריי וואכען?

נאר וואס דען? איין שטיק ציונות! עס ברענט און פלאקערט דאס פנים פאר בושה אז די מערסט פארזיכערטע גרעניץ איז בייגעקומען געווארן דורך אפאר צוריקגעשטאנענע מוסלומענער!! און נישט נאר דאס, נאר יעצט מוז ווייטער די גאנצע גאווה ווערן געלייגט אין א זייט, און מען דארף זיך בעטן און פאלן צו די פוס פון אפאר צוריקגעשטאנענע טעראריסטן, און זיי אלעס נאכגעבן!! דאס איז וואס טוט וויי!! די גרויסע ריזיגע בעלי גאוה דער גרויסער שחצן ביבי מוז פאלן צו די פוס פון איסמעל האניע און זיך בעטן ווי א גזלן פופציג פון די אריבער צוויי הונדערט משכונות. און פאר דעם זאגט ער אים צו א גאנצע רייע מיט זאכן.

יעצט זאגן אז די ציוניסטישע מיליטער איז שטארק איז בכלל נישט קיין ציונות. וויבאלד אין די וועלט הייסט עס צו זיין פון די צען שטערקסטע מיליטער'ן. און להיפך זאגן אז זיי זענען שוואך און קענען גארנישט אן אמעריקע איז נישט קיין קנאות, נאר בלויז אן הכחשה מיט פאקטען! יעצט קום נישט כשר'ן דיינע ציוניתטישע געפילן מיט דעם וואס דו שטעלסט קלאר אז די ציונים קענען גארנישט אן אמעריקע!

די מדינה איז א מרידה בד' ווי שוין אויסגעשמועסט עטליכע מאל. נישט אז די וואס האבן גענומען די מדינה זענען כופרים, נאר יעדער וואס האט א חלק אין דעם אפי' 75 יאר שפעטער איז א כופר! ווען דער בעלזער רב האט נישט געוואלט אונטער שרייבען די בחירות נאר אויב דער טשעבינער רב שרייבט אויך אונטער, איז דאס געקומען וויבאלד ער האט געהאלטן אז די מדינה איז נישט קיין מרידה בשם?? ווען דער גאון ישראל וקדושו דער טשעבינער רב האט געזאגט אז אה''נ גיין צו די בחירות איז א מצוה, איז עס אבער אזא מצוה ווי אכילת מרור. איז דאס געקומען וויבאלד ער האט געהאלטן אז די שלוש שבועות איז אן אגדתא גמרא??? אתמהה!

קיינער קיינער האט נישט חולק געווען אז מדינה איז א חילול כבוד שמים, און איז דער גרעסטע כפירה בד'! די מחלוקת הרבנים איז געווען אויב מען זאל זיך שלאגען פון אינעווייניג אדער אינדרויסען. סאטמאר רבי ודעימיה האבן געהאלטן אז גיין צו די בחירות איז א שותפות בשלוש החמירות. און דער טשעבינער רב ודעימיה האבן געהאלטן אז נישט. אבער האט דען איינער געזאגט אז איינמאל עס איז דא א מדינה איז עס שוין נישט קיין כפירה?? חס מלהזכיר! ווען די כופרים זאלן ווען נישט זוכן עוקר צו זיין די תורה וואלט דאך אפי' דער טשעבינער רב נישט געשיקט צו די בחירות. זיין גאנצע סיבה איז דאך נאר געווען אז מען זאל זיך קענען שלאגען!

ווער איז געווען די ערשטע לוחם אנקעגן די אגודה אינדערהיים? די בעלזא רב ר' ישכר דוב! דער סאטמאר רבי האט אמאל געזאגט אז זיין גאנצע קעגנערשאפט צו די אגודה קומט פון בעלזא רב! ווער ווי ר' ישכר דוב האט אזוי לוחם געווען אנקעגן די מזרחי?? קען קומען היינט א בעלזא אינגערמאן און סימפאטעזירן מיט די מדינה?? קען א בעלזא אינגערמאן בכלל פרעגן וואס איז די כפירה פון א מדינה???

אט דאס איז די סיבה פארוואס מיר סאטמארע נעמען זיך צוזאמען כסדר זיך מחזק זיין. ענקערע רבנים האבן נישט געקריגט מיט אונזערע נאר אויף קליינליכע ענינים ווי בחירות, נעמען געלט וכדו'. אבער אנקעגן ציונות זענען זיי געווען להשמיד! די סיבה פאר וואס איר ווייסט עס נישט איז וויבאלד איר האט נישט קיין כינוסים! אדרבא, מי יתן והיה אז הרב רייזמאן זאל אייך איבערגעבן כאטש איין מאל א יאר די ריכטיגע בעלזא דעת אויף ציונות!

א איד וואס פרייעט זיך מיט א נצחון מיט ציונות פרייעט זיך מיט א זאך אויף וואס אונזער טאטע אין הימעל איז זיך מצער! איך ווייס נישט אויב ער איז אן אפיקורס, אבער ווי קען זיך א איד פרייען מיט נצחונות ווען יעדע רגע וואס די מדינה שטייט איז עס א מרידה במלכות שמים??? ווי אזוי קען מען זיך פרייען מיט נצחונות וואס האט ליידער געקאסט דערווייל 1,500 קרבנות אויף די איזרעילי זייט??? דאס הייסט א נצחון??? אויף דעם פרייעט מען זיך???

יעצט איך זאג נישט אז למעשה דארפן די ציונים זיך לאזן פון די אראבער, אבער ווען דו פרייסט זיך פרעג איך מיט וואס פרייסטו דיך??? ווען אייער חלילה זאל אטאקירן און שטארק צושלאגן דיין קינד, און אלץ לא תעמוד על דם רעך שטעלסט דיך קעגן אים און די שלאגסט אים צוריק וועסטו דיך פרייען מיט דיין נצחון??? דו וועסט זיין בצער ביז דיין קינד וועט זיך ערהוילן פון זיינע ווייטוגען, וועסט אפי' קיין צייט נישט האבן צו טראכטען איבער די סוקסעס פון דיינע נצחונות! כ''ש וכ''ש דא, 1,500 הונדערט טויטע רחמנא לשיזבן! און דו האסט צייט דיך צו פרייען מיט ''אידישע'' נצחונות???

נאר וואס דען, ציונות איז אן אפיקורסישע שטאלץ פון כוחי ועוצם ידי און א תאווה ווי אלע תאוות. די רשעים וואס האבן מתחילה געזאגט רק בדם תיהיה לנו הארץ, די זעלבע רשעים וואס האבן בויקאטירט דייטשלאנד און אזוי ארום אויפגרייצט היטלער נאך מער אין א צייט וואס די גאנצע וועלט האט פאר אים געציטערט. די זעלבע רשעים וואס האבן געזינקען שיפן נאכן חרבן השואה. די זעלבע רשעים פרייען זיך יעצט מיט נצחונות וואס איז געקומען אויפן חשבון פון אידישע קינדער!

אויב האב איך איינעם וויי געטוהן בעט איך אים איבער און פליז קום צו מיר אין אישי און איך וועל מעקן.
החותם אייער פריינט @נקודות טובות איך האב אייך אלע ליב
איך האב שוין נעכטן מסביר געוועהן וואס איז אנדערש היינט פון אמאל...
און דערפאר קומט נישט אריין דא די פריעדיגע בעלזער רב הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל.

אבער וויבאלט מען האט עס פארמעקט קען איך דיר נישט איבערשרייבן וואס איז געשטאנען דארט...



און גראדע בין איך בכלל נישט אנגעזעצט וועגן די פייער אפשטעל, נאר אדרבה איך בין פריילעך אז 50 אידן וועלן געראטעוועט ווערן .. און ווען איך בין די פרעים מיניסטער וואלט איך אויך איינגעגאנגן אויף אזא דיעל

אבער למעשה איז עס פאליטיש א שוידערליכע דיעל און קען ח"ו קאסטן אסאך אנדערע לעבנס שפעטער , גאט זאל באהיטן.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:04 am איך האב נישט קיין כח צו אריכות'ן.
איך וועל עס טרייען צו מאכן בקיצור.

די יעצטיגע דיל שטעלט אין א סכנה די יושבי ארץ הקודש, (קען גאר זיין אז די גאווערמענט האט יעצט א דין פון באו לצור על ערי ישראל...) ממילא פונקט ווי דו האסט פארשטאנען אז גיין אין מלחמה איז נישט ציוניזם, די זעלבע זאך איז זיין קעגן די דיל נישט קיין ציונות.
מ'קען זיך דינגען ארויף און אראפ, די דיל שטעלט אין א סכנה, די מלחמה שטעלט אין סכנה, ס"ה מ'קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט וואס איז בעסער

דאס איז אבער זיכער אז מרשעים יצא רשע, פון די מלכות הרשעה קען קיין גוטס נישט ארויסקומען פאר כלל ישראל, און נישט אויף זיי קוקן מיר ארויס צו ראטעווען כלל ישראל פון די צרות וואס זיי האבן אנגעברענגט, נאר דער שומר ישראל ער קען אונז ראטעווען פון די שונאי ישראל.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:06 am
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:04 am איך האב נישט קיין כח צו אריכות'ן.
איך וועל עס טרייען צו מאכן בקיצור.

די יעצטיגע דיל שטעלט אין א סכנה די יושבי ארץ הקודש, (קען גאר זיין אז די גאווערמענט האט יעצט א דין פון באו לצור על ערי ישראל...) ממילא פונקט ווי דו האסט פארשטאנען אז גיין אין מלחמה איז נישט ציוניזם, די זעלבע זאך איז זיין קעגן די דיל נישט קיין ציונות.
דאס איז אבער זיכער אז מרשעים יצא רשע, פון די מלכות הרשעה קען קיין גוטס נישט ארויסקומען פאר כלל ישראל
פיילס
20231124_111006~2.jpg
20231124_111006~2.jpg (350.34 KiB) געזען געווארן 400 מאל
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 271

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מהודר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:08 pm
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.


פעקט טשעקער
בנימין נתניהו איז א איד וואס איז מקפיד נישט צי עסן אן א הכשר חס ושלום, און ער האלט יום כיפור כידוע לכל.
איך זאגט נישט אז ער איז א צדיק גמור, אבער סתם מוצא לע"ז זיין אויף א איד אז ער עסט טריפות און איז מחלל יו"כ פעלט נישט אויס.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:12 am
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:06 am
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:04 am איך האב נישט קיין כח צו אריכות'ן.
איך וועל עס טרייען צו מאכן בקיצור.

די יעצטיגע דיל שטעלט אין א סכנה די יושבי ארץ הקודש, (קען גאר זיין אז די גאווערמענט האט יעצט א דין פון באו לצור על ערי ישראל...) ממילא פונקט ווי דו האסט פארשטאנען אז גיין אין מלחמה איז נישט ציוניזם, די זעלבע זאך איז זיין קעגן די דיל נישט קיין ציונות.
דאס איז אבער זיכער אז מרשעים יצא רשע, פון די מלכות הרשעה קען קיין גוטס נישט ארויסקומען פאר כלל ישראל
נו, וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?

מרשעים יצא רשע זאגט די גמרא,

דא האסטו אויך פון על הגאולה ווי דער רבי זאגט אז אפי' ס'איז געשען ניסים איז עס אבער ניסים פון שטן און ברענגט נאר צרות ווייל מרשעים יצא רשע
פיילס
על הגאולה.PNG
על הגאולה.PNG (102.73 KiB) געזען געווארן 373 מאל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

מהודר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:47 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:08 pm
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.


פעקט טשעקער
בנימין נתניהו איז א איד וואס איז מקפיד נישט צי עסן אן א הכשר חס ושלום, און ער האלט יום כיפור כידוע לכל.
איך זאגט נישט אז ער איז א צדיק גמור, אבער סתם מוצא לע"ז זיין אויף א איד אז ער עסט טריפות און איז מחלל יו"כ פעלט נישט אויס.
א צדיק שאינו גמור איז ער יא?...

נתניהו איז א כופר באלקי ישראל וואס האט שוין כמה פעמים מחרף ומגדף געווען כלפי שמיא, ומצוה לשנאתו וללמד חובה עליו

צי ער עסט יא צי נישט יום כיפור ווען מ'זעהט... איז נישט קיין נפק"מ
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 271

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מהודר »

שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:02 pm
מהודר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:47 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:08 pm
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.


פעקט טשעקער
בנימין נתניהו איז א איד וואס איז מקפיד נישט צי עסן אן א הכשר חס ושלום, און ער האלט יום כיפור כידוע לכל.
איך זאגט נישט אז ער איז א צדיק גמור, אבער סתם מוצא לע"ז זיין אויף א איד אז ער עסט טריפות און איז מחלל יו"כ פעלט נישט אויס.
א צדיק שאינו גמור איז ער יא?...

נתניהו איז א כופר באלקי ישראל וואס האט שוין כמה פעמים מחרף ומגדף געווען כלפי שמיא, ומצוה לשנאתו וללמד חובה עליו

צי ער עסט יא צי נישט יום כיפור ווען מ'זעהט... איז נישט קיין נפק"מ
די הייליגע צאנזע רב דאכט זיך האט געזאגט אז ער האט נישט ליב דיע מינע מצוות וואס מענטשן זאגן עם איז א מצווה פיינט צי האבן, און עם איז א מצווה צי טשעפענען.

פעקט טשעקער
די מדינת ישראל ראש ממשלה דאווענט יעדע יאר אין בית הכנסת הגדול אין ירושלים יעדער קען עם זעהן דארט און ער איז דארט פון צופרי ביז ביינאכט . פארשטיי איך נישט פארוואס ס'ברענט אייך ממש צי זאגן אז א איד עסט יו"כ
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פעקט טשעקער #1

בנימין נתניהו האט עטליכע יאר צוריק געגעסן אין א טריפה'נע רעסטוראנט אין אייראפע, ס'איז געווען דעמאלס ברייט באריכטעט, אבער איך גיי עס יעצט נישט אפירזוכן.

פעקט טשעקער #2

בנימין נתניהו פארט מיט א קאר יעדן שבת, טרעט אפילו אויף פאר די מידיע אום שבת.

פעקט טשעקער #3

ס'דא חרדישע אידן וואס ווילן נעבעך פארדעקן א מומר להכעיס אלס איד ווייל ער גייט יו"כ אין א שול. אבער ציונות איז שוין געשטארבן....
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:59 am
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:12 am
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:06 am
דאס איז אבער זיכער אז מרשעים יצא רשע, פון די מלכות הרשעה קען קיין גוטס נישט ארויסקומען פאר כלל ישראל
נו, וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?

מרשעים יצא רשע זאגט די גמרא,

דא האסטו אויך פון על הגאולה ווי דער רבי זאגט אז אפי' ס'איז געשען ניסים איז עס אבער ניסים פון שטן און ברענגט נאר צרות ווייל מרשעים יצא רשע
דו האסט געזאגט אז עס איז זיכער, ווייז איך דיר גדולים וואס האבן אנדערש געהאלטן.
וואס ווילסטו מיט דעם כל הגאולה?
שיטת הרה"ק מסאטמאר איז באקאנט.
שרייב פאוסט