בלאט 29 פון 41
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 7:04 pm
דורך שינאווער
גרעניץ צאר טאם האומען זאגט אז אין די לעצטע 24 שעה האט ICE ארעסטירט 308 אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען אנגעקלאגטע ווילדע פארברעכער.

- thhx.PNG (440.04 KiB) געזען געווארן 998 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 7:06 pm
דורך שינאווער
ספיקער זשאנסאן האט געמאלדן א פרישע יאנואר 6 סאבקאמיטע צו דערגיין דעם אמת וועגן וואס האט פאסירט יענעם טאג.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 7:07 pm
דורך שינאווער
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן זאגט אז וואס ביידען האט געטון אויפ'ן וועג ארויס מיט'ן פּארדאנירן זיין פאמיליע איז שאקירנד און אטעם פארכאפנד.
ער זאגט אז די צוגאנג פון די מידיא, וואס האט אין טראמפּ'ס טערמין געהאקט קעגן אזא מעגליכקייט פון טראמפּ, און איגנארירט יעצט ביידען איז עקלדיג.
ער פארשפרעכט אז מען גייט אריינקוקן און אויספארשן די ביידען פאמיליע דערוועגן.

- SMWGZ9.jpeg (68.75 KiB) געזען געווארן 990 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 7:10 pm
דורך שינאווער
עס ווערט געשאצט אז פיר מענטשן זענען אומגעקומען פונעם ווינטער שטורעם אין דרום-מזרח אמעריקא, א שטורעם וואס האט געברענגט טיילן אין לואיזיאנא צו באקומען בליזארד ווארענונגען צום ערשטן מאל אין היסטאריע.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 7:11 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך ארויף שטעלן 10 פראצענט טאריפס אויף כינעזער אימפארטן, אזוי פרי ווי פעברואר 1.
טראמפ האט אריגינעל געסטראשעט מיט 60 פראצענט טאריפס אויף כינע, אצינד בלייבט איבער צו זען אויב ער וועט שפעטער צולייגן נאך.

- fOqeZi.jpeg (39.12 KiB) געזען געווארן 984 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 21, 2025 2:46 pm
18 דעמאקראטישע סטעיטס האבן אריינגעגעבן א קלאגע [קלאגעניש?
] קעגן טראמפס עקזעקיוטיוו ארדער, וועלכע ענדיגט דער געזעץ אז ווער עס ווערט געבוירן אין אמעריקע, אפילו צו אומלעגאלע אימיגראנטן, באקומט אויטאמאטיש בירגערשאפט.unnamed - 2025-01-21T123106.864.jpg
א ריכטער האט צייטווייליג בלאקירט דעם עקזעקוטיוו ארדער, שרייבנדיג אז דאס איז קלאר אומקאנסטיטוציאנאל.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 3:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט אוועקגענומען די סיקרעט סערוויס שוץ פון מייק פאמפעאו, זיין געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט, וואס איז אין די פארגאנגענעהייט אויסגעשטאנען טויט סטראשונקעס דורך איראן.

- unnamed - 2025-01-23T150448.585.jpg (88.11 KiB) געזען געווארן 896 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 6:17 pm
דורך מהודר
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 6:30 pm
דער פארזיצער פון ’צדק’ ר׳ משה מארגארעטן האט אין א סטעיטמענט אויף ’עקס’ ארויסגערופן די אבסורד פון א באשולדיגונג וואס די לינקע קאנגרעספרוי קארטעז האט ארויסגעשטעלט קעגן אילאן מאסק פארן מאכן א סאלוט וואס איז אפיליאירט מיט די נאציס, ר׳ משה האט געשריבן אז מאסק איז א שטארקע אידן שטיצער און עס איז לעכערליך אים צו באשולדיגן מיט אנטיסעמיטיזם.
MFPSHV.jpeg
ר' משה מאגרעטען און בנימין נתניהו זאגן ביידע די זעלבע
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 3:38 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 6:17 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 6:30 pm
דער פארזיצער פון ’צדק’ ר׳ משה מארגארעטן האט אין א סטעיטמענט אויף ’עקס’ ארויסגערופן די אבסורד פון א באשולדיגונג וואס די לינקע קאנגרעספרוי קארטעז האט ארויסגעשטעלט קעגן אילאן מאסק פארן מאכן א סאלוט וואס איז אפיליאירט מיט די נאציס, ר׳ משה האט געשריבן אז מאסק איז א שטארקע אידן שטיצער און עס איז לעכערליך אים צו באשולדיגן מיט אנטיסעמיטיזם.
MFPSHV.jpeg
ר' משה מאגרעטען און בנימין נתניהו זאגן ביידע די זעלבע
אזוי אויך עסן ביידע ברויט פאר פריטאג... וואס איז שלעכט?
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א קאנאדישע שיף וועלכע איז געווען געשטראנדעט פאר דריי טעג אין דער פארפרוירענער לעיק עריק, נעבן ניו יארק, איז היינט באפרייט געווארן ווען די אייז איז אויפגעשפאלטן געווארן.

- unnamed - 2025-01-26T200421.643.jpg (104.03 KiB) געזען געווארן 737 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט אפגעשטאטעט א באזוך אין א קאסינאו אין לאס וועגאס, נעוואדע, וואו ער האט זיך באדאנקט פאר די וויילער פארן אים שענקען דעם סווינג סטעיט צו זיין קאלום, און האט ארומגערעדט איהער זיין פלאן צו אפשאפן שטייער אויף טיפס.

- unnamed - 2025-01-26T200222.046.jpg (291.3 KiB) געזען געווארן 738 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וויצע ווענס האט גענוצט זיין טיי-ברעיקינג שטימע אינעם סענאט צו באשטעטיגן פיט העגסעט אלס דעפענס סעקרעטאר, נאכדעם וואס פופציג האבן געשטימט פאר אים, קעגן פופציג פארקערט.

- unnamed - 2025-01-26T201414.104.jpg (41.65 KiB) געזען געווארן 736 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וועטער באאמטע שאצן פאר שטארקע רעגנס אין לאס אנזשעלעס, גיבנדיג פרישע האפענונג אז דאס וועט ארויסהעלפן איבערקומען די פלאמען.

- 3EYAANMNOZK6RCG3HGAWOZWBFE.jpg (108.41 KiB) געזען געווארן 734 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דרום קארעא פרעזידענט איז פארמאל אנגעקלאגט געווארן אויפן פרובירן צו אומווארפן די רעגירונג, אינאיינעם מיט אים איז אויך אנגעקלאגט געווארן דער געוועזענער דעפענס מיניסטער, און נאך קאבינעט מיטגלידער.

- unnamed - 2025-01-26T202035.683.jpg (82.7 KiB) געזען געווארן 733 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 8:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט זיך געטראפן מיט קאליפארניע גאוו. ניוסאם און פארשפראכן צו ארבעטן אינאיינעם צו באקעמפן די פייערן און ארויסהעלפן די באטראפענע.

- 2EPQODPJFRDBHPLERN6VF6GT5A.jpg (109.47 KiB) געזען געווארן 725 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 10:54 pm
דורך בן נביאים
מהודר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 6:17 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 6:30 pm
דער פארזיצער פון ’צדק’ ר׳ משה מארגארעטן האט אין א סטעיטמענט אויף ’עקס’ ארויסגערופן די אבסורד פון א באשולדיגונג וואס די לינקע קאנגרעספרוי קארטעז האט ארויסגעשטעלט קעגן אילאן מאסק פארן מאכן א סאלוט וואס איז אפיליאירט מיט די נאציס, ר׳ משה האט געשריבן אז מאסק איז א שטארקע אידן שטיצער און עס איז לעכערליך אים צו באשולדיגן מיט אנטיסעמיטיזם.
MFPSHV.jpeg
ר' משה מאגרעטען און
להבדיל בנימין נתניהו זאגן ביידע די זעלבע
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 4:33 pm
דורך שינאווער
טאקער קארלסאן האט אפגעהאלטן אן אינפארמאטיווער שמועס מיט ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס.

- 222.PNG (507.07 KiB) געזען געווארן 579 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 7:06 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ איז דער ערשטער אמעריקאנע פרעזידענט צו רייזן אויפן שפאגל נייעם מארין וואן העליקאפטער.

- נייעמ.PNG (188.84 KiB) געזען געווארן 515 מאל

- נייע.PNG (163.25 KiB) געזען געווארן 515 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:15 pm
דורך שינאווער
די נייע כינעזער עי-איי מאדעל דיעפּ-סיעק ווערט געזען צענזורירן נייעס וואס איז שלעכט פאר כינע.

- K0RMYs.jpeg (25.68 KiB) געזען געווארן 422 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:24 pm
דורך שינאווער
נאך א רינגעלע אין דער קייט פון די מאסיווע דעפארטאציעס: א טאטעל פון 40 אומלעגאלע כינעזער אימיגראנטן צוטיילט אין צוויי ווענ'ס זענען געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די לאקאלע פאליציי אין פלארידא.
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:36 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ביי די רעפובליקאנע קאנפרענץ אין פלארידא צווישן אנדער געלאזט פאלן ווערטער איבער די פרעזידענטליכע עלעקשאנס אין יאר 2028.
טראמפ האט גערעדט איבער די פאנטאסטישע געלטער וואס זיין קאמפיין האט אויפגעטריבן אין די לעצטע צייט, און לכאורה וועט דאס שוין נישט זיין פאר זיין קאמפיין ווייל ער קען שוין נישט לויפן נאכאמאל, דאן האט ער זיך געוואנדן צו די פארזאמעלטע פרעגנדיג אויב ער איז בארעכטיגט צו לויפן פאר נאך א טערמין...
קאמענטארן זענען איבעריג...

- יי.PNG (77.38 KiB) געזען געווארן 389 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:43 pm
דורך שינאווער
דער - ווארשיינליך צוקונפטיגער - פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע האט דורכאויס א פרעסע קאנפרענץ איבער אנטיסעמיטיזם זיך אויסגעדרוקט צווישן אנדערע אז "מען דארף דעפארטירן אלע אומלעגאלע אימיגראנטן וואס דרייען זיך אין לאנד" ווייל זיי זענען שולדיג אין דער אויפשטייג אין האסן פארברעכנס אין קאנאדע.

- ייי.PNG (121.96 KiB) געזען געווארן 389 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:48 pm
דורך שינאווער
פוטין ביי א באזוך היינט אין א מיליטערישער דראון טעסט סענטער

- ייייי.PNG (328.5 KiB) געזען געווארן 390 מאל

- יייי.PNG (332.53 KiB) געזען געווארן 390 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:52 pm
דורך שינאווער
דער באקאנטער סי ען ען דזשערנאליסט דזשים קאוסטע וועלכע האט געהאט די באקאנטע באקאנטע אויסטויש מיט פרעזידענט טראמפ אין זיין ערשטן טערמין האט רעזיגנירט פון זיין אמט.

- HHHHH.PNG (523.28 KiB) געזען געווארן 383 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 4:53 pm
דורך שינאווער
די ניו יארק סיטי פאליציי זוכן דריי מענטשען וועלכע האבן גע'גנב'ט אן אר. סאבוועי באן אין קווינס, און ארום געפארן דערמיט א שטיק צייט.
עס איז נישט קלאר גענוי ווי לאנג זיי זענען ארום געפארן מיט די באן, אבער פון רעקארדירונגן וואס די צוויי האבן פארעפענטליכט זעט מען אז זיי זענען ארום געפארן אויף א שנעלע ספיד.
נאכ'ן צוריק שטעלן די באן ביי אן ארט נישט ווייט פון וואו זיי האבן עס גע'גנב'ט, האבן זיי איבערגעלאזט די באן מיט פארשלאסענע טירן, אן אנדייטונג אז איינער פון זיי האבן געהאט שליסלן אריין צו גיין.

- rtr1bhzc_0_250128042048.jpg (89.71 KiB) געזען געווארן 380 מאל