בלאט 29 פון 67

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:12 pm
דורך להגדיל הטראסק
עס איז געווען א תקופה וואס ברעסלעוו איז געווען מיין רעטונגס ברעט, אבער אויך תקופות וואס ברעסלעוו איז געווען פאר מיר סם המות.
ברעסלעוו איז מיט אסאך זאכן אנדערש און צומאל אין שארפן קאנטראסט צום סיגוטן דרך.

איך בין אביסל עלטער, אביסל מער ערפארונג אין די נושאים, כ'האב פונקט געהאט א לענגערע שמועס מיט א באקאנטער משפיע, און מ'האמער ארומגערעדט איבער די נושאים, און כ'האף אז מען האט אויפגעטון.

מען קען אסאך פראבלעמען אוועקנעמען מיט די ריכטיגע מהלכים אן צוקומען צו די סכנה'דיגע וועג פון ברעסלעוו, וועלכע איז צומאל סם החיים און צומאל סם המות.

אבער עס איז קלאר אז מען קען די ברעסלעווע וויכטיגע מעדעצין אויסמיידן, און צומאל טאקע מיט די הייליגע ספרים פון ר' נחמן זעלבסט, קען מען אויסמיידן ברעסלעוו.

ווי האט דער חכימא דיהודאי הגה"צ ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל געזאגט?
קענסט לערנען וואס דו ווילסט, נאר פונקט ווי די לערנסט עבודת ישראל ווערסטו נישט קיין פארפלאמטע קאזניצער חסיד, פונקט ווי ווען דו לערנסט מאור ושמש נעמסטו נישט אן דער קראקעווער דרך, און ווען דו לערנסט אוהב ישראל ווערסטו נישט קיין אפטער אנהענגער, דאס זעלבע איז מיט תניא און מיט ליקוטי מוהר"ן...

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:14 pm
דורך באמבאסטיש
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:08 pm
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:22 pm
צדיק נסתר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:15 pm
פיין ענטפערט ער צום זאך, אסאך ברעסלב'ע ווילן אראפ שטעלן די טאן כאילו אז אויב איינער מיטשעט זיך מיט נסיונות האט ער נאר איין פלאץ ווי זיך צו הייבן אין אידישקייט, אומאן.

אויף דעם ארויף זאגן מיר אז טויזענטע אידן הייבן זיך בדור האחרון פון די נסיונות הדור אן אומאן
איך ווייס נישט וואס אסאך ברסלבע ווילן אראפשטעלן, די מציאות איז ווען איינער מיטשעט זיך מיט ניסיונות און ער האט נישט דעם קשר מיט זיין סאטמארע רבי וואס ווילסטו זאל ער טון? גייט ער אויף אומאן ווי ער האט א רבי אן קיין גבאים און קען רעדן צו אים אן קיין פילטער, און די רבי זאגט אים, איך בין דא דיר צו העלפן

די וואס האבן א קשר מיטן רבין וואס לעבט, און פילט ווי ער פארשטייט אים און זאגט אים צו הבטחות ברוחניות אויב ער פאלגט אים תבוא עליו ברכה, ליידער א גרויס חלק אנ"ש האבן נישט דעם קשר
קען רעדן צו אים???
ווי חשוב וואלט געווען אויב איר קענט רעדן צו די באשעפער אליינס. לו לבדו ראוי להתפלל, ואין לזולתו ראוי להתפלל.
זייער חשוב! און אקוראט דאס לערנט רבי נחמן אויס צו רעדן אלעס צום אייבערשטן!

אגב וואס טוסטו מיט דיין א.ג. לעבעדיגע רבי? וואס דארפסטו אים? גיי גלייך צום אייבערשטן?

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:21 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:12 pm עס איז געווען א תקופה וואס ברעסלעוו איז געווען מיין רעטונגס ברעט, אבער אויך תקופות וואס ברעסלעוו איז געווען פאר מיר סם המות.
ברעסלעוו איז מיט אסאך זאכן אנדערש און צומאל אין שארפן קאנטראסט צום סיגוטן דרך.

איך בין אביסל עלטער, אביסל מער ערפארונג אין די נושאים, כ'האב פונקט געהאט א לענגערע שמועס מיט א באקאנטער משפיע, און מ'האמער ארומגערעדט איבער די נושאים, און כ'האף אז מען האט אויפגעטון.

מען קען אסאך פראבלעמען אוועקנעמען מיט די ריכטיגע מהלכים אן צוקומען צו די סכנה'דיגע וועג פון ברעסלעוו, וועלכע איז צומאל סם החיים און צומאל סם המות.

אבער עס איז קלאר אז מען קען די ברעסלעווע וויכטיגע מעדעצין אויסמיידן, און צומאל טאקע מיט די הייליגע ספרים פון ר' נחמן זעלבסט, קען מען אויסמיידן ברעסלעוו.

ווי האט דער חכימא דיהודאי הגה"צ ר' מרדכי דוד קאהן ז"ל געזאגט?
קענסט לערנען וואס דו ווילסט, נאר פונקט ווי די לערנסט עבודת ישראל ווערסטו נישט קיין פארפלאמטע קאזניצער חסיד, פונקט ווי ווען דו לערנסט מאור ושמש נעמסטו נישט אן דער קראקעווער דרך, און ווען דו לערנסט אוהב ישראל ווערסטו נישט קיין אפטער אנהענגער, דאס זעלבע איז מיט תניא און מיט ליקוטי מוהר"ן...
די תורה קען אויך זיין סם המות. וועגן דעם הערט מען אויף לערנען תורה?

בנוגע הגאון ר‘ מרדכי דוד ז"ל, איך וואלט געזאגט: לערן אלע ספרים, און דארפסט נישט ווערן קיין חסיד פון קיינעם... די עיקר איז פאלגן וואס ס‘שטייט.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:29 pm
דורך להגדיל הטראסק
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:21 pm בנוגע הגאון ר‘ מרדכי דוד ז"ל, איך וואלט געזאגט: לערן אלע ספרים, און דארפסט נישט ווערן קיין חסיד פון קיינעם... די עיקר איז פאלגן וואס ס‘שטייט.
דא שטעקט די פראבלעם, ר' מרדכי דוד האט נישט געזאגט די סוף פון דיינע ווערטער...

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:36 pm
דורך עומד על תלת
טיר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:33 pm געהערט די דרשה, מחילות כבוד תורותו הרמה , ער איז סותר אנהייב זאגט בשם די רבי ז"ל אז אתה חונן קומט פאר השבינו, דאס מיינט אז די ברסלבע טון יא תשובה נאכדעם זאגט ער אז פאר'ן קיין אומאן איז די מעזיטש אז מ'דארף נישט תשובה טאן ר' נחמן גייט שוין ארויסנעמען פון גיהנום
די עמקות פין די ווארט איז אז מען ווייסט נישט וואס די ריכטיגע תשובה איז,
אין אנדערע ווערטער מען טוט נישט תשובה....
אין נאכאמאל נישט יעדע איינער....

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:38 pm
דורך שמות
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:14 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:08 pm
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:22 pm
איך ווייס נישט וואס אסאך ברסלבע ווילן אראפשטעלן, די מציאות איז ווען איינער מיטשעט זיך מיט ניסיונות און ער האט נישט דעם קשר מיט זיין סאטמארע רבי וואס ווילסטו זאל ער טון? גייט ער אויף אומאן ווי ער האט א רבי אן קיין גבאים און קען רעדן צו אים אן קיין פילטער, און די רבי זאגט אים, איך בין דא דיר צו העלפן

די וואס האבן א קשר מיטן רבין וואס לעבט, און פילט ווי ער פארשטייט אים און זאגט אים צו הבטחות ברוחניות אויב ער פאלגט אים תבוא עליו ברכה, ליידער א גרויס חלק אנ"ש האבן נישט דעם קשר
קען רעדן צו אים???
ווי חשוב וואלט געווען אויב איר קענט רעדן צו די באשעפער אליינס. לו לבדו ראוי להתפלל, ואין לזולתו ראוי להתפלל.
זייער חשוב! און אקוראט דאס לערנט רבי נחמן אויס צו רעדן אלעס צום אייבערשטן!

אגב וואס טוסטו מיט דיין א.ג. לעבעדיגע רבי? וואס דארפסטו אים? גיי גלייך צום אייבערשטן?
אויב רבי נחמן לערנט דאס אויס, דעמאלטס האסטו געמיינט צו זאגן "גייט ער אויף אומאן...און קען רעדן צו אים [די באשעפער אליינס] אהן קיין פילטער." ב"ה הלוואי.
"לעבעדיגע רבי" איך האף אז קיינער דאווענט נישט צו זייער לעבעדיגע רבי, אפשר יא אין איין פלאץ.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:43 pm
דורך עומד על תלת
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:14 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:08 pm
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:22 pm
איך ווייס נישט וואס אסאך ברסלבע ווילן אראפשטעלן, די מציאות איז ווען איינער מיטשעט זיך מיט ניסיונות און ער האט נישט דעם קשר מיט זיין סאטמארע רבי וואס ווילסטו זאל ער טון? גייט ער אויף אומאן ווי ער האט א רבי אן קיין גבאים און קען רעדן צו אים אן קיין פילטער, און די רבי זאגט אים, איך בין דא דיר צו העלפן

די וואס האבן א קשר מיטן רבין וואס לעבט, און פילט ווי ער פארשטייט אים און זאגט אים צו הבטחות ברוחניות אויב ער פאלגט אים תבוא עליו ברכה, ליידער א גרויס חלק אנ"ש האבן נישט דעם קשר
קען רעדן צו אים???
ווי חשוב וואלט געווען אויב איר קענט רעדן צו די באשעפער אליינס. לו לבדו ראוי להתפלל, ואין לזולתו ראוי להתפלל.
זייער חשוב! און אקוראט דאס לערנט רבי נחמן אויס צו רעדן אלעס צום אייבערשטן!

אגב וואס טוסטו מיט דיין א.ג. לעבעדיגע רבי? וואס דארפסטו אים? גיי גלייך צום אייבערשטן?
גיין צו א לעבעדיקע רבי זעהן די עבודה איז ווי א חסידישער ספר, עס ווארעמט אהן די הארץ צו עבודת השם.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:02 pm
דורך מכבי
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:38 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:08 pm די רבי האט היינט ארומגערעדט איבער ברעסלאוו פאר בחורים.

נאכן הערן די דרשה, מיט רעספעקט:

1. פארוואס האט דער רמב”ם געשריבן הלכות תשובה? נאכדעם קען מען דאך זינדיגן...

2. רבי נחמן האט עס יא געזאגט.

3. עס פארן טאקע טויזענטער אידן פון וואס דער רבי רעדט אז ווען הגרימ שעכטער זאל ווען ברענגען וכו‘ ס‘איז עקטשולי דא טויזענטער אזעלכע. זיי עסן עקסטער. זיי דאווענען עקסטער.

4. ראש השנה און תיקון הכללי האט גארנישט איינס מיטן צווייטן.

5. די מעשה פון ר‘ דוד שלמה... עיין כאן, די לעצטע נקודה: viewtopic.php?p=111490#p111490
1 דער רמבם האט געשריבן הלכות תשובה צו וויסן וואס מען דארף טוען און צי שטרעבן צו קענען לעבן מיט תשובה א גאנץ לעבן
2 אפילו ר' נחמן האט דאס יא געזאגט וויל מהר"א אז זיינע מענטשן זאלן דאס נישט אננעמען ווייל אנדערע צדיקים האבן נישט געהאלטן אזוי
5 נישט קיין נפקא מינה פארוואס דער רבי האט עס געזאגט האלט מהר"א אז די מציאות איז אזוי

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:30 pm
דורך להגדיל הטראסק
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:21 pm די תורה קען אויך זיין סם המות. וועגן דעם הערט מען אויף לערנען תורה?
יא! צב"ש חקירה אויף אמונה, קבלה, די גמרות וואס מען לאזט אויס אין חדר, געוויסע תקופות זיך דערווייטערט פון לערנען נ"ך, און די ליסטע איז נישט קליין...
אין פעלער וואס די תורה איז סם המות לערנט מען נישט יענע חלקי התורה!

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:31 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:02 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:38 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:08 pm די רבי האט היינט ארומגערעדט איבער ברעסלאוו פאר בחורים.

נאכן הערן די דרשה, מיט רעספעקט:

1. פארוואס האט דער רמב”ם געשריבן הלכות תשובה? נאכדעם קען מען דאך זינדיגן...

2. רבי נחמן האט עס יא געזאגט.

3. עס פארן טאקע טויזענטער אידן פון וואס דער רבי רעדט אז ווען הגרימ שעכטער זאל ווען ברענגען וכו‘ ס‘איז עקטשולי דא טויזענטער אזעלכע. זיי עסן עקסטער. זיי דאווענען עקסטער.

4. ראש השנה און תיקון הכללי האט גארנישט איינס מיטן צווייטן.

5. די מעשה פון ר‘ דוד שלמה... עיין כאן, די לעצטע נקודה: viewtopic.php?p=111490#p111490
1 דער רמבם האט געשריבן הלכות תשובה צו וויסן וואס מען דארף טוען און צי שטרעבן צו קענען לעבן מיט תשובה א גאנץ לעבן
2 אפילו ר' נחמן האט דאס יא געזאגט וויל מהר"א אז זיינע מענטשן זאלן דאס נישט אננעמען ווייל אנדערע צדיקים האבן נישט געהאלטן אזוי
5 נישט קיין נפקא מינה פארוואס דער רבי האט עס געזאגט האלט מהר"א אז די מציאות איז אזוי
1. רבי נחמן די זעלבע זאך.
2. ער זאגט נישט אזוי, דיין אייגנס. און אגב די תיקון הכללי האט רבינו יואל געהייסן שרייבן אין די סאטמארע תהילים‘ס כידוע. (פרעג דיך נאך אויב ווייסטו נאכנישט).
5. ער ברענגט א ראיה פונעם דברי יואל? אה. די ראיה איז נישט אזוי.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:03 am
דורך פארק שול
ער האט גערעדט צו זיינע תלמידים וואס פאלגן אים.
ווער עס פארט קיין אומן און עס שטערט אים שטארק די דרשה זאל עס אריין לייגן אין זיין מניעות רענצל

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:08 am
דורך להגדיל הטראסק
איך האב יעצט איבערגעהערט אביסל פון די דרשה
ער האט נישט קיין פראבלעם ווען יחידים פארן אויף א געהויבענע פארנעם צו א צדיק אמת, מיט תשובה ותיקון המעשים, און צו די זייט זאגט מען אויך תיקון הכללי אלס הילף און תיקון פאר די חטאים.

ער האט א פראבלעם ווען מענטשן אן קיין אתה חונן, צב"ש בחורים ווערן דארט מקושר, און ווען איינער אן באזעסענע דעת נעמט דעם דירעקציע איז עס זייער סכנה'דיג אז ער זאל צוקומען צו א הפקר לעבן אויף ר' נחמנ'ס חשבון.

איך מיין אז עס איז זייער קלאר ווען מען איז מדייק אין זיינע ווערטער.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:33 am
דורך בן מנחם
רעאליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:01 pm
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:57 pm אלס איינער וואס פארט שוין קרוב צו צען יאר קיין אומאן ב"ה, קען איך מעיד זיין ביודעי ומכירי קאמינא אויף הונדערטער יודן יוצאי ישיבת סאטמאר וואס זענען היינט יראים ושלמים א דאנק די נסיעה קיין אומאן,

נישט פארענדיג וואלטן זיי היינט געווען אויסגעלאשן און מיואש און אויסגעשפילט פון יודישקייט ווייל דא בלייבענדיג וואלט קיינער נישט אינטערסירט צו זיי לעבן בכלל
דורכן פארן אינטערסירט מען זיך יא צו זיי לעבן?
זיי ווערן געוואר אז די באשעפער דארף זיי .

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:36 am
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
בן מנחם האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:33 am
רעאליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:01 pm
באמבאסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 7:57 pm אלס איינער וואס פארט שוין קרוב צו צען יאר קיין אומאן ב"ה, קען איך מעיד זיין ביודעי ומכירי קאמינא אויף הונדערטער יודן יוצאי ישיבת סאטמאר וואס זענען היינט יראים ושלמים א דאנק די נסיעה קיין אומאן,

נישט פארענדיג וואלטן זיי היינט געווען אויסגעלאשן און מיואש און אויסגעשפילט פון יודישקייט ווייל דא בלייבענדיג וואלט קיינער נישט אינטערסירט צו זיי לעבן בכלל
דורכן פארן אינטערסירט מען זיך יא צו זיי לעבן?
זיי ווערן געוואר אז די באשעפער דארף זיי .
און דא קומט די באוואוסטע קשיא: און אין סאטמאר ווייסט מען נישט אז דער באשעפער דארף דיר? און די אמת איז אז טאקע, נאר יענער איז עס געוואר געווארן אין אומן, אז א צווייטער ווערט עס געוואר אין וויליאמסבורג איז גאר פיין.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:51 am
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:08 am איך האב יעצט איבערגעהערט אביסל פון די דרשה
ער האט נישט קיין פראבלעם ווען יחידים פארן אויף א געהויבענע פארנעם צו א צדיק אמת, מיט תשובה ותיקון המעשים, און צו די זייט זאגט מען אויך תיקון הכללי אלס הילף און תיקון פאר די חטאים.

ער האט א פראבלעם ווען מענטשן אן קיין אתה חונן, צב"ש בחורים ווערן דארט מקושר, און ווען איינער אן באזעסענע דעת נעמט דעם דירעקציע איז עס זייער סכנה'דיג אז ער זאל צוקומען צו א הפקר לעבן אויף ר' נחמנ'ס חשבון.

איך מיין אז עס איז זייער קלאר ווען מען איז מדייק אין זיינע ווערטער.
נישט קיין סתירה מיט דיינע פריערדיגע ווערטער בנוגע סם המות?

למען האמת מיין איך אז מ'קוקט איבער דעם טענה'ריי אנהייב זעט מען אז ס'איז כמעט נישטא קיין מחלוקת צווישן די ברסלב'ע דא אין די פונקטן ארויסגעברענגט ביי דער דרשה. נאר וואס דען, אזויווי דו האסט געזאגט; אז מ'איז גוט מדייק זעט מען, דער פראבלעם איז אז רוב מענטשן זענען נישט מדייק און זיי פילן כנראה אז ס'גייט ווערן א פארטייאישע זאך צו האקן.

און אביסל ליגט עס אין זייערע הענט יעצט, אויב וועלן זיי יעצט זיין שטיל וועט עס בלייבן ביי דעם וואס ס'איז יעצט, אבער אויב זיי וועלן צוריקפייטן און זיך טענה'ן וועט עס טאקע גיין ווייטער.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 2:03 am
דורך להגדיל הטראסק
נישט קיין שום סתירה.

איינער וואס האט דעת, איינער וואס איז מיושב, אים ציעט ברעסלעוו, אים ציעט ר' נחמן, קיין שום פראבלעם, איינער האט ליב באר מים חיים, איינער בני יששכר, און איינער ליקוטי מוהר"ן.

משא"כ ווען די שכל איז נאכנישט גענוג רייף, מען נעמט אן זאכן נישט מיושב, דא ווערט א חורבן, דא איז די תורה צומאל סם המוות

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 2:50 am
דורך בן מנחם
לענינו דאס האבעך לעצטענס געזעהן און א ספר נר דוד עמוד פג, א ספר וואס איז שוין ארויסגעקומן א שיינע פאר יאר פארן וועלט קריג, מיט הסכמות רבי יהודה גרינוואלד אב"ד
סאטמר, רבי בנימין פוקס אב"ד גרוסווארדיין, רבי שאול בראך אב"ד קאשוי, והסכמה נוספת בשם האדמו"ר ה"אהבת ישראל" מוויז'ניץ...




Screenshot 2025-01-02 134522 (1).png
Screenshot 2025-01-02 134522 (1).png (81.2 KiB) געזען געווארן 426 מאל

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 3:21 am
דורך שמחה של מצוה
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:08 am איך האב יעצט איבערגעהערט אביסל פון די דרשה
ער האט נישט קיין פראבלעם ווען יחידים פארן אויף א געהויבענע פארנעם צו א צדיק אמת, מיט תשובה ותיקון המעשים, און צו די זייט זאגט מען אויך תיקון הכללי אלס הילף און תיקון פאר די חטאים.

ער האט א פראבלעם ווען מענטשן אן קיין אתה חונן, צב"ש בחורים ווערן דארט מקושר, און ווען איינער אן באזעסענע דעת נעמט דעם דירעקציע איז עס זייער סכנה'דיג אז ער זאל צוקומען צו א הפקר לעבן אויף ר' נחמנ'ס חשבון.

איך מיין אז עס איז זייער קלאר ווען מען איז מדייק אין זיינע ווערטער.
זייער ריכטיג!! ער זאגט קלאר אז ווען איינער פארט אויף די ריכטיגע אופן ווי ווען ער פארט מיט ר' יעקב מאיר תבוא עליו ברכה.
דערקעגן זאגט ער אז איינער וואס פארט מיט א מטרה פון הפקרות נישט צו תשובה טוהן זאלן ער וויסן אז אן תשובה איז גארנישט דא.
אבער אויב איז זרח א ערליכע יונגערמאן וואס אנדערש ווי זיינע חברים אין קרית יואל שפירט ער אז ער איז אויסגעלאשן, און ברסלב איז דאס וואס העלפט איהם צו האבן א חיות אין זיין יודישקייט און ער פארט קיין אומן אויף א ערליכע שטייגער, קומט יעצט זיין שוויגער/חבר וכדו' מיט די דרשה און הייבט איהם אן צו רודפ'ן היתכן? דאס וואס ס'טוהט וויי פאר די וואס פארפירן דא. (איך רעד שוין נישט פון די ברסלב'ע).
בקיצור איך זעה נישט דא קיין מחלוקת בשיטה נאר ווייטאג אויף די שוועריגקייט אויפצוכאפן דאס וואס דו האסט אויפגעכאפט נאר נאכן איבערהערן ווי ער זאגט אליין אנהייב עס איז א ''האקעלע שאלה''.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:27 am
דורך ראובן
קען זיין אז וואס איך זאג יעצט איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין די פריערדיגע בלעטער, אבער אפאר נקודות. ס'איז געווען מקומות וואס האבן זיך שטארק מתנגד געווען צו ברסלב עד הסוף. פון די מקומות רעד מיר נישט יעצט והוא פשוט. לאמיר אבער רעדן פון אזא מקום ווי סאטמאר, וואס לגבי דעם זענען דא נאך מקומות וואס פאלן אריין אין דעם כלל. מ'איז נישט געווען קעגן ברסלב, אבער יא געהאט געוויסע פראבלעמען מיט דעם דרך. ביז אהער איז פארשטענדליך.
יעצט הייבט זיך אן די נרדף קארטל. איך האב שוין גערעדט מיט כמה ברסלבער חסידים און זיי שטעלן אוועק א טאן ווי די "סיסטעם" האלט מלחמה מיט זיי. לדעתי איז עס א שקר גס וואס איז עביד לגלוי. אדרבה לאמיר מאכן דעם חשבון, וויפיל היימישע אידן פארן קיין אומן? שווערע טויזענטער יעדעס יאר. פון אלע אידן און אלע יארן איז געווען געציילטע וואס מ'האט געווארפן פון די מוסדות פאר דעם! די "סיסטעם" גייט נישט אן אז דו פארסט קיין אומן. נאר וואס דען? אז דו הייבסט אן קאמאנדעווען ביי יענעם וועט מען דיר ווייזען דעם טיר. דאס איז דאך נישט מער ווי נארמאל ניין? וואלסטו געווען אנדערש? לפי ידיעתי האט ברסלב כמעט נישט קיין מוסדות און זיי זיצן אלע נאר ביי אנדערע ממילא קומט עס אויס אייביג א one way street אבער היעלה על הדעת אז מ'קען קומען אין א ברסלבר ישיבה און זאגן אנדערש ווי די חינוך דארט דארף זיין?
עס איז געווען א איד וואס איז אינדערהיים געווען א רב אין שטאט סאטמאר. ער איז געקומען קיין אמעריקא נאכן קריג און געהאט א וויזיע וויאזוי אידישקייט דארף אויסזעהן. ער האט געבלוטיגט און געשטעלט א קהילה וויאזוי ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין. יעצט קומט א אינגערמאן און לערנט אויס די קינדער אין "זיין" מוסד אנדערש. וואס האסטו טענות? אז א וויזניצער איז א מלמד אין סאטמאר און מסביר פאר דו קינדער אז בחירות איז א גרויסער מצוה און סאיז אפילו געווען רבי'ס וואס האבן געזינגען לעשות נחת וכו' גייט דער מלמד קענען צוריקומען די נעקסטע טאג? אוודאי נישט. פארוואס ווייל דער מוסד פארקויפט עפעס אנדערש. וכן מיט די קונטרסים אין שול ודבר פשוט הוא פאר יעדער וואס טראכט אן נגיעות.
נ. ב. איך ווייס אויך אז ס'דא אומשולדיגע ברסלבר מלמדים וואס פליען אבער מה נעשה אז ביי זיי (גראדע איז דא נאך איינס אבער ס'איז נישט נוגע פאר יעצט) איז א חלק פון די עבודה צו כאפן נאך מענטשן ממילא ציטערט מען פאר זיי

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:39 am
דורך ראובן
אגב, ווען איינער פון די הייבן מיר אן מסביר זיין וועגן ברסלב ענטפער איך אז איך בין גרייט צו מאכן א חברותאשאפט אין ליקוטי מהר"ן (איך בין באמת גרייט). דארט ענדיגט זיך עס אייביג בדוק ומנוסה... כמובן אז מ'רעד נישט פון די אמתע ברסלבע וואס זענען אידן מורם מעם

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 6:39 am
דורך הדסים
ראובן האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:39 am אגב, ווען איינער פון די הייבן מיר אן מסביר זיין וועגן ברסלב ענטפער איך אז איך בין גרייט צו מאכן א חברותאשאפט אין ליקוטי מהר"ן (איך בין באמת גרייט). דארט ענדיגט זיך עס אייביג בדוק ומנוסה... כמובן אז מ'רעד נישט פון די אמתע ברסלבע וואס זענען אידן מורם מעם
גאנץ גוט... אבער למען האמת ווען דו וועסט פרובירן מאכן א חברותא אין גמרא אויף אזא אופן וועט זיך עס ענדיגן אויף אן ענליכן פלאץ.


הוספה: אויב האסטו געמיינט צו זאגן אז זיי זענען נישט ערנסט לגבי הפצה, איך מיין אז די גאנצע מאכן א מצוה פון הפצה איז נאר ביי תלמידי מוהרא"ש. און דאס איז אויך אן ענטפער אויף דיין פריערדיגע פאוסט.

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:09 am
דורך בני יואל
ראובן האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:27 am קען זיין אז וואס איך זאג יעצט איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין די פריערדיגע בלעטער, אבער אפאר נקודות. ס'איז געווען מקומות וואס האבן זיך שטארק מתנגד געווען צו ברסלב עד הסוף. פון די מקומות רעד מיר נישט יעצט והוא פשוט. לאמיר אבער רעדן פון אזא מקום ווי סאטמאר, וואס לגבי דעם זענען דא נאך מקומות וואס פאלן אריין אין דעם כלל. מ'איז נישט געווען קעגן ברסלב, אבער יא געהאט געוויסע פראבלעמען מיט דעם דרך. ביז אהער איז פארשטענדליך.
יעצט הייבט זיך אן די נרדף קארטל. איך האב שוין גערעדט מיט כמה ברסלבער חסידים און זיי שטעלן אוועק א טאן ווי די "סיסטעם" האלט מלחמה מיט זיי. לדעתי איז עס א שקר גס וואס איז עביד לגלוי. אדרבה לאמיר מאכן דעם חשבון, וויפיל היימישע אידן פארן קיין אומן? שווערע טויזענטער יעדעס יאר. פון אלע אידן און אלע יארן איז געווען געציילטע וואס מ'האט געווארפן פון די מוסדות פאר דעם! די "סיסטעם" גייט נישט אן אז דו פארסט קיין אומן. נאר וואס דען? אז דו הייבסט אן קאמאנדעווען ביי יענעם וועט מען דיר ווייזען דעם טיר. דאס איז דאך נישט מער ווי נארמאל ניין? וואלסטו געווען אנדערש? לפי ידיעתי האט ברסלב כמעט נישט קיין מוסדות און זיי זיצן אלע נאר ביי אנדערע ממילא קומט עס אויס אייביג א one way street אבער היעלה על הדעת אז מ'קען קומען אין א ברסלבר ישיבה און זאגן אנדערש ווי די חינוך דארט דארף זיין?
עס איז געווען א איד וואס איז אינדערהיים געווען א רב אין שטאט סאטמאר. ער איז געקומען קיין אמעריקא נאכן קריג און געהאט א וויזיע וויאזוי אידישקייט דארף אויסזעהן. ער האט געבלוטיגט און געשטעלט א קהילה וויאזוי ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין. יעצט קומט א אינגערמאן און לערנט אויס די קינדער אין "זיין" מוסד אנדערש. וואס האסטו טענות? אז א וויזניצער איז א מלמד אין סאטמאר און מסביר פאר דו קינדער אז בחירות איז א גרויסער מצוה און סאיז אפילו געווען רבי'ס וואס האבן געזינגען לעשות נחת וכו' גייט דער מלמד קענען צוריקומען די נעקסטע טאג? אוודאי נישט. פארוואס ווייל דער מוסד פארקויפט עפעס אנדערש. וכן מיט די קונטרסים אין שול ודבר פשוט הוא פאר יעדער וואס טראכט אן נגיעות.
נ. ב. איך ווייס אויך אז ס'דא אומשולדיגע ברסלבר מלמדים וואס פליען אבער מה נעשה אז ביי זיי (גראדע איז דא נאך איינס אבער ס'איז נישט נוגע פאר יעצט) איז א חלק פון די עבודה צו כאפן נאך מענטשן ממילא ציטערט מען פאר זיי
גענאגעלט

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:12 am
דורך בני יואל
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:36 am
בן מנחם האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 1:33 am
רעאליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 8:01 pm
דורכן פארן אינטערסירט מען זיך יא צו זיי לעבן?
זיי ווערן געוואר אז די באשעפער דארף זיי .
און דא קומט די באוואוסטע קשיא: און אין סאטמאר ווייסט מען נישט אז דער באשעפער דארף דיר? און די אמת איז אז טאקע, נאר יענער איז עס געוואר געווארן אין אומן, אז א צווייטער ווערט עס געוואר אין וויליאמסבורג איז גאר פיין.
סהאט צוטין מיט ווי מטרעפט די אייבירשטער? ביי ענק זאגט מען דאך אז פאר משיח גייט קומען גייט יעדער ווערן ברסלב, נישט אזוי?

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:20 am
דורך בן מנחם
בעצם זעה איך נישט קיין מחלוקה דא ווייל די רבי שליט''א האט געזאגט אז איינער וואס פארט ווייל ער איז מקושר מיטן צדיק תבא עליו ברכה. און אויב איז דא א מציאות אז איינער פארט ווייל ער וויל דורך דעם קענען פורק עול זיין און עובר זיין בשיטה אויף די תורה ח''ו איז א זאך וואס די ברסלבע זענען אויך דערקעגן עד הסוף .

Re: אלעס ארום ברסלב

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:22 am
דורך מסתמא
הדסים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 6:39 am
ראובן האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 4:39 am אגב, ווען איינער פון די הייבן מיר אן מסביר זיין וועגן ברסלב ענטפער איך אז איך בין גרייט צו מאכן א חברותאשאפט אין ליקוטי מהר"ן (איך בין באמת גרייט). דארט ענדיגט זיך עס אייביג בדוק ומנוסה... כמובן אז מ'רעד נישט פון די אמתע ברסלבע וואס זענען אידן מורם מעם
גאנץ גוט... אבער למען האמת ווען דו וועסט פרובירן מאכן א חברותא אין גמרא אויף אזא אופן וועט זיך עס ענדיגן אויף אן ענליכן פלאץ.


הוספה: אויב האסטו געמיינט צו זאגן אז זיי זענען נישט ערנסט לגבי הפצה, איך מיין אז די גאנצע מאכן א מצוה פון הפצה איז נאר ביי תלמידי מוהרא"ש. און דאס איז אויך אן ענטפער אויף דיין פריערדיגע פאוסט.
די תלמידי מוהרא”ש לענ”ד זענען נאך (פון) די ווייניגסטע שעדליך מיט זייערע דעות אויב בכלל, זיי דאווענען נישט צו קיין צדיקים, קאכן זיך נישט אין קיין ממוצע‘שאפט, לייקענען נישט קיין בחירה וכו‘ די ענינים פון די ברסלבע ספרים וואס זענען זיך לפנים סותר צו יהדות זענען זיי ממש נישט גורס. נישט אז כבין א חלק פון זיי אדער סיי וואס נאנט צו דעם אבער צו לייקענען וואס זיי טוען אויף אין זייער אייגענע תחום איז ווי מכחיש זיין שמש בצהרים, אזוי מיינעך גאנץ קלאר לע”ע עכ”פ. וויפיל כהאב נאר כאילו געזוכט שלעכטס און געוואלט מקבל זיין לשון הרע האב איך גארנישט געטראפן נישט קיין שמץ עבודה זרה אדער שיתוף אדער באשולדיגונגען אין ג”ע וכו‘ און יא, כרעד פונעם ראש ישיבה הידוע, מה אומר סוכ”ס טוט ער אויף א ים, כבין רעדי מיך צו מתדיין זיין פא”פ מיט סיי ווער, כהאב באמת זעראו נגיעה. נישט אז איך האלט אז מדארף פארקויפט ווערן דארטן אבער כרעד מצד השעדליכקייט, כבין משוכנע אז סאיז לא מיניה ולא מקצתיה.

עניוועי, צום נושא, די באגריף הפצה פון ברסלב איז בכלל נישט ניי אדער מיוחד צום מהרא”ש, אין די ריכטיגע ברסלב זעהט מען אין דער באגריף/צדיק/יסוד ר‘ נחמן און די ברסלבע דרך איבערנעמען די וועלט אלץ א הכרח/שלב/תנאי/הכנה לגאולה, כהאלט זייער אסאך מיט און סאיז גארנישט ניי, אדרבה ואדרבה, מטיילט דארטן לדעתם אונגארישע וויין און מאיז מגלה אורו של השי”ת עי”ז.