בלאט 275 פון 282
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:25 pm
דורך חלום חלמתי
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 4:12 pm
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 4:01 pm
בעז''ה איך האב קשר מיט די הנהלת בית האופה דקר''י איך גיי פרעגן און צוריק קומען בלנ''ד.
געוואלדיג.
פארגעס אבער נישט אז ס'איז געווען שלא על מנת לקבל פרס.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:35 pm
דורך להגדיל הטראסק
מציאות הדברים:
איינער וואס איז פון די ראשי עסקנים פאר דעם פראיעקט האט זיך פארבינדן מיט די מהריי מצה בעקעריי פרעגן צו מען גייט קענען נוצן זייער אויוון צו וואס זיי האבן בחפץ לב מסכים געווען.
למעשה האט מען באשלאסן אליינס זיך איינצוהאנדלען אן אייגענעם אויוון.
דערמיט איז דער עסק געשלאסן, מען קען אריינגיין צו די נעקסטע שערוריה און דין ודברים...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:43 pm
דורך פלעשלייט
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:20 pm
פלעשלייט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:01 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 12:34 pm
ס'איז באשטעטיגט געווארן אז רבינו שליט''א וועט באקן ערב פסח מצוות אין די בנין פון די ישיבה גדולה, ווי מ'וועט אויפשטעלן א פראוויזארישע מצה בעקעריי פאר דעם איין טאג.
לויט די פלענער וועט ווערן אויפגעשטעלט פערענטשעס אויף ווי די פרחי חסידים וועלן קענען שטיין און מיטהאלטן דאס מצות באקן.
דאס איז א פרישע רינגעלע אין די קייט פון מאכ'ן גרויסע מעמדים אין יעדע געלעגנהייט.
ברם יזכר לטוב די סאטמאר מהרי"י מצה בעקעריי פון וויליאמסבורג, וואס האט בחפץ לב אוועק געבארגט די אויוון פאר די מעמד דורך סאטמאר מהר"א, שלא על מנת לקבל פרס.
איך בין נישט באקאנט פונקטליך וויאזוי און אויוון ארבעט, אבער איז טאקע נישט געווען קיין אנדער מנהל נאר שלעפן פון וומסב''ג ווי אזוי דו זאגסט? ס'קלעבט עפעס נישט ביי מיר וואס דו שרייבסט.
די אויוון איז געליגן אין בלומינגראוו אין די סטארעזש פון סאטמאר מהרי"י מצה בעקעריי פון וומ"ס, און פון דארט האבן די עסקני מהר"א עס אויפגעפיקט מיטן פלאן צו נוצן פאר די מעמד אפיות מצות דורך דעם רבין שליט"א ער"פ.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:47 pm
דורך פלעשלייט
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 4:35 pm
מציאות הדברים:
איינער וואס איז פון די ראשי עסקנים פאר דעם פראיעקט האט זיך פארבינדן מיט די מהריי מצה בעקעריי פרעגן צו מען גייט קענען נוצן זייער אויוון צו וואס זיי האבן בחפץ לב מסכים געווען.
למעשה האט מען באשלאסן אליינס זיך איינצוהאנדלען אן אייגענעם אויוון.
דערמיט איז דער עסק געשלאסן, מען קען אריינגיין צו די נעקסטע שערוריה און דין ודברים...
פאר מ' גייט צו די נעקסטע... לייג צו אז עסקני מהר"א האבן אויך אויפגעפיקט דעם אויוון, און געפלאנט צו נוצן... און
@פלעשלייט איז נישט סתם א פאנטאזירער וואס קומט סתם פארקויפן אייגן געמאכטע מעשיות... און עס איז ווערט אויסצולויבן דאס וואס די פארוואלטונג פון חסידי מהרי"י מצה בעקעריי האבן מסכים געווען צו פארבארגן דעם אויוון פאר א מעמד פאר זייער רבי'ס ברידער און נישט געבעטן קיין פעני דערפאר...
יעצט קען מען גיין צו די נעקסטע דין ודברים...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 4:49 pm
דורך פלעשלייט
וואס איך זאג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 3:54 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 3:37 pm
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 3:35 pm
וואס ברענט דיר אזוי שטארק צו זאגן נאן סטאפ אז די אויוון קומט פון מהר''י ???
איך בין אינוואלד אין די גאנצע פראסעס לא דובים ולא יער קיינמאל נישט געטראכט פון נעמען א אויבן פון די חסידי מהרי״י
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 4:35 pm
מציאות הדברים:
איינער וואס איז פון די ראשי עסקנים פאר דעם פראיעקט האט זיך פארבינדן מיט די מהריי מצה בעקעריי פרעגן צו מען גייט קענען נוצן זייער אויוון צו וואס זיי האבן בחפץ לב מסכים געווען.
למעשה האט מען באשלאסן אליינס זיך איינצוהאנדלען אן אייגענעם אויוון.
דערמיט איז דער עסק געשלאסן, מען קען אריינגיין צו די נעקסטע שערוריה און דין ודברים...
@להגדיל הטראסק נעקסט טיים פרעג
@וואס איך זאג, אויב ברויכסטו קראנטע מעשיות.. און ריכטיגע מציאות הדברים...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:08 pm
דורך להגדיל הטראסק
אז דו ווילסט דוקא האב איך יעצט גערעדט מיטן בעל המעשה אליינס
און דאס איז דער סיפור מיט אלע דעטאלן
ער איז א קרוב מיט אן איינגעשטעלטער דארט, א יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן חלומען וועגן דעם, האט ער אנגערופן דעם קרוב פרעגן צו ער האט אן אויוון, יענער האט געזאגט אז יא, עס ליגט דארט און דארט, איז דער עסקן מהר"א געווען רואיג אז כ'האב אן אויוון.
עטליכע וואכן צוריק איז דער עסקן מיט זיינס א קאלעגע אראפגעפארן צום אויוון, למעשה האט מען נישט געפונען קיין אויוון, ער האט זיך פרובירט צו פארבינדן מיטן קרוב וואס האט נישט אויפגעהויבן, האבן זיי זיך פארבינדן מיט א צווייטער איינגעשטעלטער וואס האט געזאגט אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
דערמיט איז פארענדיגט די צד מהרי"י פון די מעשה.
דער עסקן האט זיך דערנאך ארומגעדרייעט אין בית המדרש אביסל צוטראגן, מען שטייט שוין דא פאר פסח עטליכע וואכן און מען האט נישט קיין אויוון! האט אים זיינס א באקאנטער רעפערירט צו א געוויסער אויוון פראדוצירער - און נאכן עס אויסשמועסן מיטן רבי'ן וואס האט געגעבן הסכמה - האט מען זיך פארבינדן מיט יענעם און זיך איינגעהאנדלט א נייער אויוון.
תאוות הניצחון איז זייער א שטארקע תאוה וואס מען ברויך פרובירן צו ברעכן און נישט נאכגעבן, אבער לאמיתת הדברים בין איך געקומען דא מיט די ווארהייט, אצינד געהערט פונעם כלי ראשון.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:11 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שכוח @פלעשלייט און @להגדיל הטראסק און @אידטיש. איך גלייך די נארמאלע אויסשמועס וואס ברענגט א קלארקייט אין א מעשה. שכוח. (אפשר נעקסט טיים איז נאך בעסער אן קיין שום נעגאטיווע ווערטער אינדערצווישן....)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:22 pm
דורך פלעשלייט
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:08 pm

סא יענער זאגט אז מ' האט למעשה
נישט אויפגעפיקט דע אויוון ווייל מ' גארנישט געטראפן דארט??
איך פארשטיי גוט?
אדער מ' האט יא עפעס געטראפן און עס איז פשוט געווען צובראכן דעריבער האט מען עס נישט גענומען?
ווייל לפי ידיעתי האט מען טאקע געדארפט פארעכטן עפעס אינעם אויווען,
אבער עס איז געווארן אויפגעפיקט צו פארעכטן.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:23 pm
דורך להגדיל הטראסק
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:22 pm
סא יענער זאגט אז מ' האט למעשה
נישט אויפגעפיקט דע אויוון ווייל מ' גארנישט געטראפן דארט??
איך פארשטיי גוט?
ריכטיג, און זיך נישט ווייטער מטריח געווען צו זוכן צוליב דעם איינגעשטעלטער'ס זאגן אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:29 pm
דורך פלעשלייט
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:11 pm
שכוח @פלעשלייט און @להגדיל הטראסק און @אידטיש. איך גלייך די נארמאלע אויסשמועס וואס ברענגט א קלארקייט אין א מעשה. שכוח. (אפשר נעקסט טיים איז נאך בעסער אן קיין שום נעגאטיווע ווערטער אינדערצווישן....)
דער וואס האט גערעדט נעגעטיוו האט שוין חוזר געווען.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:30 pm
דורך פלעשלייט
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:23 pm
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:22 pm
סא יענער זאגט אז מ' האט למעשה
נישט אויפגעפיקט דע אויוון ווייל מ' גארנישט געטראפן דארט??
איך פארשטיי גוט?
ריכטיג, און זיך נישט ווייטער מטריח געווען צו זוכן צוליב דעם איינגעשטעלטער'ס זאגן אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
און אויב גיי איך ארויפלייגן די בילדער וואו עס ווערט אויפגעפיקט?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:34 pm
דורך להגדיל הטראסק
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:30 pm

איך פערזענליך ווער נישט נפגע ווען עס ווערט איבערצייגט אנדערש ווי די אינפארמאציע וואס איך האב באקומען, כל זמן איך געב איבער ארגינעל דאס וואס איך האב באקומען פון א צווייטן.
אנדערע ווייס איך נישט.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:34 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:30 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:23 pm
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:22 pm
סא יענער זאגט אז מ' האט למעשה
נישט אויפגעפיקט דע אויוון ווייל מ' גארנישט געטראפן דארט??
איך פארשטיי גוט?
ריכטיג, און זיך נישט ווייטער מטריח געווען צו זוכן צוליב דעם איינגעשטעלטער'ס זאגן אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
און אויב גיי איך ארויפלייגן די בילדער וואו עס ווערט אויפגעפיקט?
פארוואס דארפסטו דאס פרעגן? אויב דו האסט בילדער לייג ארויף, און אויב נישט נישט.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 5:37 pm
דורך פלעשלייט
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:34 pm
פלעשלייט האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:30 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:23 pm
ריכטיג, און זיך נישט ווייטער מטריח געווען צו זוכן צוליב דעם איינגעשטעלטער'ס זאגן אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
און אויב גיי איך ארויפלייגן די בילדער וואו עס ווערט אויפגעפיקט?
פארוואס דארפסטו דאס פרעגן? אויב דו האסט בילדער לייג ארויף, און אויב נישט נישט.
עס איז דא בילדער, אבער איך וואלט עס נישט דא ארויפגעלייגט, נאך וואס איך האב נישט קיין רשות.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 10:38 pm
דורך קרית יואל'ער איד
האב איך געפרעגט שבת א ברודער פון משפחת ל. וואס האלט שוין מיט פון אנהייב פון די פלענער, זאגט ער מיר ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין פלאן צו נעמען פון מהר''י, ער זאגט מיר ער איז שוין אינוואלד פון אנהייב ער האט פון דעם קיינמאל נישט געהערט, מ'איז שושן פורים אראפ געפארן צו אליעזר קרויס'ס אויוון און יענץ קויפט מען, און מארגן קומט עס אן און שוין.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 10:46 pm
דורך פלעשלייט
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 10:38 pm
האב איך געפרעגט שבת א ברודער פון משפחת ל. וואס האלט שוין מיט פון אנהייב פון די פלענער, זאגט ער מיר
ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין פלאן צו נעמען פון מהר''י, ער זאגט מיר ער איז שוין אינוואלד פון אנהייב ער האט פון דעם קיינמאל נישט געהערט, מ'איז שושן פורים אראפ געפארן צו אליעזר קרויס'ס אויוון און יענץ קויפט מען, און מארגן קומט עס אן און שוין.
סא
@להגדיל הטראסק האט סתם אויסגעטראכט א מעשה?
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 5:08 pm
אז דו ווילסט דוקא האב איך יעצט גערעדט מיטן בעל המעשה אליינס
און דאס איז דער סיפור מיט אלע דעטאלן
ער איז א קרוב מיט אן איינגעשטעלטער דארט (ביי מהרי"י), א יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן חלומען וועגן דעם, האט ער אנגערופן דעם קרוב פרעגן צו ער האט אן אויוון, יענער האט געזאגט אז יא, עס ליגט דארט און דארט, איז דער עסקן מהר"א געווען רואיג אז כ'האב אן אויוון.
עטליכע וואכן צוריק איז דער עסקן מיט זיינס א קאלעגע אראפגעפארן צום אויוון, למעשה האט מען נישט געפונען קיין אויוון, ער האט זיך פרובירט צו פארבינדן מיטן קרוב וואס האט נישט אויפגעהויבן, האבן זיי זיך פארבינדן מיט א צווייטער איינגעשטעלטער וואס האט געזאגט אז ער מיינט אז עס איז צובראכן.
דערמיט איז פארענדיגט די צד מהרי"י פון די מעשה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:01 pm
דורך קרית יואל'ער איד
איך האב נישט קיין מושג, איך האב שבת געפרעגט איינער פון משפחת ל. זאגט ער מיר ער האט נישט קיין אנונג, פרעג פון @להגדיל הטראסק
נאכאמאל איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז מ'נעמט א אויוון פון מהר''י, נאר ס'איז געווארן דא א דין ודברים בין איך געגאנגען פרעגן איינע פון די הנהלה און שוין.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 12:38 am
דורך רעאליסטיש
הגה"צ רבי יושע כ"ץ שליט"א - אב"ד מאגרוב אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א מיטוואך אין די נאכמיטאג שעות בביתו נאוה קודש.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 2:15 pm
דורך פלעשלייט
קרית יואל'ער איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:01 pm
איך האב נישט קיין מושג, איך האב שבת געפרעגט איינער פון משפחת ל. זאגט ער מיר ער האט נישט קיין אנונג, פרעג פון @להגדיל הטראסק
נאכאמאל איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז מ'נעמט א אויוון פון מהר''י, נאר ס'איז געווארן דא א דין ודברים בין איך געגאנגען פרעגן איינע פון די הנהלה און שוין.
אקעי
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 5:21 pm
דורך דער תהלים איד
מ'האט גאהאט גערעדט דא אינמיטן ווינטער וועגן די מקוה אין פאלם ספרינגס.
יעצט זעה איך אז דער לאקאלער חב"ד רב ראנט יעצט זיין קאמפיין פאר זיין גאנץ יאריגע מקוה.
https://raisethon.com/purity
דער חידוש פאר מיר איז אז ער בעט נאר 180 אלפים פאר'ן שם המקוה.

- Screenshot 2025-03-30 171755.jpg (11.56 KiB) געזען געווארן 816 מאל
ווען איך האב אפאר דאלאר וואלט איך געטראכט דערפון... מ'צאלט היינט אסאך מער פאר פלעצער וואו היימישע אידן טרעטן נישט איבער. דא האסטו א מקוה וואס וועט סיי ברענגען טהרה פאר די הונדערטער פארווארפענע דארט, און סיי צונוץ קומען פאר היימישע אידן אויך, אויב ס'וועט האבן א היימישע השגחה (איך גלייב אזוי).
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 8:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
עס איז דא אסאך וואס צו רעדן אין די נושא, און וויבאלד די נושא גייט לכאורה סייווי געמעקט ווערן לייג איך אריין מיינע צוויי צענט.
איך האב מיך שוין גענוג גערעגט און געכעסט איבער דעם ענין און אין א רואיגע מינוט בין איך געקומען צו די מסקנה וואס מען ברויך האלטן פאר די אויגן אין יעדע רואיגע מינוט.
פארוואס עס געשעהנט למעשה? פארוואס למפרע האט אזוי פאסירט? דאס ווייסט דער אייבערשטער.
אויב דער איד און די אידן וואס ערמעגליכן אזא אלף אפאראט אנצוגיין וועלן מיר פרעגן אויב זיי טוען ריכטיג, איז דער ענטפער קלאר, אז ניין! דאס איז קלאר נישט רצון הבורא! חלילה נישט פארצוזעצן צו טון און מחזק זיין אזוינע שריט.
און דעציט!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 11:12 pm
דורך וואס איך זאג
מען האט ב"ה היינט אויפרובירט די נייע אויוון בנוכחת פון רבי'ן אזוי ווי די אויוון איז נישט געווען גענוג שטארק אנגעהייצט זענען די מצות ארויס געקומען צובויגן אין מען גייט עס אויסטרייען א אנדערע טאג נאך אמאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 11:25 pm
דורך וואס איך זאג
די רבי האלט ווי לאנג ער טיילט געלט פאר כולל אינגעלייט דארף מען אין ארויס העלפן אפילו דער אין דער האבן טענות אין די רבי אליינס האט היייט אפאר מאל פיין געשמייכלט פון זיינע משוגעת'ן...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 11:42 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
קליינע קרישקעלעך פון דעם שיינעם מעמד חלוקה פאר טייל רבנים פון סאטמאר'ע כוללים.
מען האט אנגעצינדן די תורה פון רביה"ק זי"ע, יעדער האט געדארפט אויסהערן, דער נגיד האט זיך ארומגעדרייט זיכער מאכן אז קיינער שמיעסט נישט און קיינער הייבט נישט אויף א טעלפאן נאר מען האלט שיין מיט.
ווען דער רבי איז אנגעקומען האבן אלע תלמידי חכמים געדארפט ארויסגיין מקבל פנים זיין א שטייגער ווי מען זעט ביי די באזוכן אין די אינגערע כיתות אין ת"ת, עס איז געווען ספעציעל ספיקערס אין די האלוועיס פאר דעם קבלת פנים. דומ"ץ קרית יואל האט גערעדט בערך איינס אהאלב שעה אין ד' חלקי שו"ע. אסאך חלקים פונעם מעמד איז געווען אקעי נאר די יסורים פון דארפן זיצן 6 שעה אויף איין פלאץ אונטער א שטרענגע קאנטראל כדי צו באקומען דעם גרויסן טשעק איז נישט דוקא א בחינה פון כבוד התורה נאר אפשר א בחינה פון ארבעטן אויף די מדות פון לומדי תורה אז זיי זאלן קענען אויפגעבן יעדעס ביסל כבוד עד כדי כך.... .
(ב"ה עס איז דאסמאל נישט געווען דער פורים טאנץ מיט'ן רבי'ן וואס איז געווען לעצטע מאל)
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 12:15 am
דורך רעאליסטיש
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 11:42 pm
קליינע קרישקעלעך פון דעם שיינעם מעמד חלוקה פאר טייל רבנים פון סאטמאר'ע כוללים.
מען האט אנגעצינדן די תורה פון רביה"ק זי"ע, יעדער האט געדארפט אויסהערן, דער נגיד האט זיך ארומגעדרייט זיכער מאכן אז קיינער שמיעסט נישט און קיינער הייבט נישט אויף א טעלפאן נאר מען האלט שיין מיט.
ווען דער רבי איז אנגעקומען האבן אלע תלמידי חכמים געדארפט ארויסגיין מקבל פנים זיין א שטייגער ווי מען זעט ביי די באזוכן אין די אינגערע כיתות אין ת"ת, עס איז געווען ספעציעל ספיקערס אין די האלוועיס פאר דעם קבלת פנים. דומ"ץ קרית יואל האט גערעדט בערך איינס אהאלב שעה אין ד' חלקי שו"ע. אסאך חלקים פונעם מעמד איז געווען אקעי נאר די יסורים פון דארפן זיצן 6 שעה אויף איין פלאץ אונטער א שטרענגע קאנטראל כדי צו באקומען דעם גרויסן טשעק איז נישט דוקא א בחינה פון כבוד התורה נאר אפשר א בחינה פון ארבעטן אויף די מדות פון לומדי תורה אז זיי זאלן קענען אויפגעבן יעדעס ביסל כבוד עד כדי כך.... .
(ב"ה עס איז דאסמאל נישט געווען דער פורים טאנץ מיט'ן רבי'ן וואס איז געווען לעצטע מאל)
דרך אגב, כולל אינגעלייט וואס זיצן אויף אידיטש איז יתכן אז זיי דארפן נישט באקומען פון די חלוקה