בלאט 28 פון 28
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:30 am
דורך בודקע
קארנפלעקסמיטמילך איט איז.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:33 am
דורך בודקע

- IMG_20260412_023111_482.jpg (7.64 KiB) געזען געווארן 796 מאל
@ארי ווייזער, (כ'האף אז ס'איז טאקע דו..)אז דו ביסט שוין יא דא, כ'האב מיך באלעקט די פונגערס פון דיינע פונגערס! א מאסיוון שריפט, בעיקר די דרייוו עלאנג מיטן פאליציאנט איז געווען עפעס ספעציעל!
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm
דורך מנחם גאלד
בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 07, 2026 6:03 pm
@חיים אייזיק שווארטץ האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, אויב גייט עס הייסען שכונת יטב לב דעמאלטס וועט עס זיין אקעי?
חיים אייזיק האט טאקע געשריבן דער גרעסטער טייל פון דער ארטיקל, אבער אנדערע שרייבער האבן אויך געארבעט אויף דער ארטיקל, און דער שורה האט א צווייטע שרייבער - אן קיין שיכות מיט סאטמאר - צוגעלייגט, נאך דער שטורעם ארום די "האוזינג ביכל" ווען יענע שרייבער האט נישט געוויסט איבער קרית יטב לב.
דער שרייבער האט עס געשריבן אלץ א ווערטל פאר די רעדאקציע, און עס אנגעצייכנט צו ארויסנעמען, נאר עס איז בטעות אריין.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:08 pm
דורך הדסים
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm

העי דו ביסט דא, כ'האב געטראכט עס צו שרייבן אין א רעוויו אויף די יו"ט ארטיקלען אבער לאמיר עס ענדערש פרעגן דירעקט, א טראק דרייווער וואס קען נישט דרייוון פארלירט די לייסענס, א שרייבער וואס קען נישט שרייבן; ווי אזוי וועט ער דאס וויסן?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:14 pm
דורך נויז מאשין

די רעדאקטאר קוקט נישט איבער ארטיקלען? (כרעדט פון די האוזינג ביכל) כ'פרעג ווייל איך ווייס נישט וויזוי ס'ארבעט.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 2:15 pm
דורך בני יואל
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 07, 2026 6:03 pm
@חיים אייזיק שווארטץ האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, אויב גייט עס הייסען שכונת יטב לב דעמאלטס וועט עס זיין אקעי?
חיים אייזיק האט טאקע געשריבן דער גרעסטער טייל פון דער ארטיקל, אבער אנדערע שרייבער האבן אויך געארבעט אויף דער ארטיקל, און דער שורה האט א צווייטע שרייבער - אן קיין שיכות מיט סאטמאר - צוגעלייגט, נאך דער שטורעם ארום די "האוזינג ביכל" ווען יענע שרייבער האט נישט געוויסט איבער קרית יטב לב.
דער שרייבער האט עס געשריבן אלץ א ווערטל פאר די רעדאקציע, און עס אנגעצייכנט צו ארויסנעמען, נאר עס איז בטעות אריין.
כהער, מניצט פיליפינער צו שרייבען?
דער וואס האט זיי געזאגט פון שכונת חתם סופר קען אויך זאגן פון יטב לב….
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 3:01 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:08 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 07, 2026 6:03 pm
@חיים אייזיק שווארטץ האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, אויב גייט עס הייסען שכונת יטב לב דעמאלטס וועט עס זיין אקעי?
חיים אייזיק האט טאקע געשריבן דער גרעסטער טייל פון דער ארטיקל, אבער אנדערע שרייבער האבן אויך געארבעט אויף דער ארטיקל, און דער שורה האט א צווייטע שרייבער - אן קיין שיכות מיט סאטמאר - צוגעלייגט, נאך דער שטורעם ארום די "האוזינג ביכל" ווען יענע שרייבער האט נישט געוויסט איבער קרית יטב לב.
דער שרייבער האט עס געשריבן אלץ א ווערטל פאר די רעדאקציע, און עס אנגעצייכנט צו ארויסנעמען, נאר עס איז בטעות אריין.
העי דו ביסט דא, כ'האב געטראכט עס צו שרייבן אין א רעוויו אויף די יו"ט ארטיקלען אבער לאמיר עס ענדערש פרעגן דירעקט, א טראק דרייווער וואס קען נישט דרייוון פארלירט די לייסענס, א שרייבער וואס קען נישט שרייבן; ווי אזוי וועט ער דאס וויסן?
לכאורה וועט אים די רעדאקציע עס לאזן וויסן.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 6:24 pm
דורך פופציגער
בני יואל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:15 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 07, 2026 6:03 pm
@חיים אייזיק שווארטץ האט זיך נישט געקענט איינהאלטען, אויב גייט עס הייסען שכונת יטב לב דעמאלטס וועט עס זיין אקעי?
חיים אייזיק האט טאקע געשריבן דער גרעסטער טייל פון דער ארטיקל, אבער אנדערע שרייבער האבן אויך געארבעט אויף דער ארטיקל, און דער שורה האט א צווייטע שרייבער - אן קיין שיכות מיט סאטמאר - צוגעלייגט, נאך דער שטורעם ארום די "האוזינג ביכל" ווען יענע שרייבער האט נישט געוויסט איבער קרית יטב לב.
דער שרייבער האט עס געשריבן אלץ א ווערטל פאר די רעדאקציע, און עס אנגעצייכנט צו ארויסנעמען, נאר עס איז בטעות אריין.
כהער, מניצט פיליפינער צו שרייבען?
דער וואס האט זיי געזאגט פון שכונת חתם סופר קען אויך זאגן פון יטב לב….
אלא מאי וועט מען איינזעצן אז דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו איבער שכונת חתם סופר האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגן פארן שרייבער, און ביי קרית ייטב לב נישט.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
דורך לך לך
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 6:24 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:15 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 1:48 pm
חיים אייזיק האט טאקע געשריבן דער גרעסטער טייל פון דער ארטיקל, אבער אנדערע שרייבער האבן אויך געארבעט אויף דער ארטיקל, און דער שורה האט א צווייטע שרייבער - אן קיין שיכות מיט סאטמאר - צוגעלייגט, נאך דער שטורעם ארום די "האוזינג ביכל" ווען יענע שרייבער האט נישט געוויסט איבער קרית יטב לב.
דער שרייבער האט עס געשריבן אלץ א ווערטל פאר די רעדאקציע, און עס אנגעצייכנט צו ארויסנעמען, נאר עס איז בטעות אריין.
כהער, מניצט פיליפינער צו שרייבען?
דער וואס האט זיי געזאגט פון שכונת חתם סופר קען אויך זאגן פון יטב לב….
אלא מאי וועט מען איינזעצן אז דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו איבער שכונת חתם סופר האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגן פארן שרייבער, און ביי קרית ייטב לב נישט.
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 7:29 pm
דורך בודקע
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 6:24 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:15 pm
כהער, מניצט פיליפינער צו שרייבען?
דער וואס האט זיי געזאגט פון שכונת חתם סופר קען אויך זאגן פון יטב לב….
אלא מאי וועט מען איינזעצן אז דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו איבער שכונת חתם סופר האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגן פארן שרייבער, און ביי קרית ייטב לב נישט.
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
ברענג א נאמען ביטע, כ'וויל עס קאנפירמען.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
דורך פופציגער
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 6:24 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 2:15 pm
כהער, מניצט פיליפינער צו שרייבען?
דער וואס האט זיי געזאגט פון שכונת חתם סופר קען אויך זאגן פון יטב לב….
אלא מאי וועט מען איינזעצן אז דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו איבער שכונת חתם סופר האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגן פארן שרייבער, און ביי קרית ייטב לב נישט.
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
שקר. כמובן.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 9:19 pm
דורך לך לך
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 6:24 pm
אלא מאי וועט מען איינזעצן אז דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו איבער שכונת חתם סופר האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגן פארן שרייבער, און ביי קרית ייטב לב נישט.
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
שקר. כמובן.
וואס שקר, די האסט גערעדט צו אים אדער איך?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 9:36 pm
דורך שוואכער
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 9:19 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
שקר. כמובן.
וואס שקר, די האסט גערעדט צו אים אדער איך?
דו האסט גערעדט צו אים און געהערט די שקר גראד פון זיין מויל.
בעסער?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 9:38 pm
דורך בודקע
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 9:19 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
שקר. כמובן.
וואס שקר, די האסט גערעדט צו אים אדער איך?
איך נעם אן אז ביידע האבן נישט גערעדט.
אדרבה, קענסט מיך שיקן די נאמען צו קאנפירמען?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 9:41 pm
דורך פופציגער
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 9:19 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 7:20 pm
אינטערעסאנט, אבער ווען איך האב גערעדט צו איינע פון בילדערס האט ער מיר געזאגט אז מען האט אים געזאגט אז אויב באצאלט ער נישט פאר א באשרייבונג וועט מען זיכער מאכן עס אראפצוברענגען, וכך הוה...
שקר. כמובן.
וואס שקר, די האסט גערעדט צו אים אדער איך?
ס'איז פשוט שקר אז מאמענט האט איינעם געסטראשעט. שקר גמור.
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 10:07 pm
דורך הדסים
אקעי, מיינע טראכטונגען איבער'ן פסח מאמענט.
דער אינטערוויו מיט יניב וועקנין איז מיר סורפרייזינגלי געווען זייער אינטערעסאנט, עפעס וואס איך, אלס קנאפער מבין אין ברענדינג, האב נישט ערווארטעט. אין טערמין פון ערווארטונגען איז דאס דער געווינער. א גוטער שרייבער קען נעמען איינעם וואס זיין אינדוסטריע האט קנאפ אדער בכלל נישט קיין שייכות מיט'ן ליינער און פאבריצירן דערפון עפעס וואס זאל יעדן אינטערעסירן.
אויפ'ן זעלבן שניט איז מיר געווען א חידוש ארי סאמעט'ס אינטערוויו אז כ'בין בכלל געווען אינטערעסירט עס צו ליינען...
אויפ'ן אנדער'ן זייט פונ'ם ערווארטונגען וואגשאל איז דער אינטערוויו מיט מארק לעווין, כ'בין געווען איבערראשט אז ס'איז דא אן אינטערוויו מיט אים אבער דער ליידיגער תוכן האט מיר אביסל אנטוישט, הגם איך פארשטיי אז פאר א צוהערער פון ר' מארק איז געווען אינטערעסאנט ווי ער רעגט זיך און שרייט.
הארט אונטער דעם שטייט דער פון מייקראסאפט, קיין חידושים, בלויז דיפלאמאטישע ענטפערס געפרעגלט אין שניפסל.
פזמון חו"ק: "נתן צוקערמאן איז אן אייזערנער שרייבער און ער האט א גאלדענעם פעדער" ג"פ. זיין ארטיקל איז געווען סאליד גוט געשריבן, ליינענדיג שפירט מען נישט צי ס'איז גוט, שלעכט, אויסדרוקן, מ'ליינט עס ברציפות. כ'וואלט אים באטיטלט אלס דער היינטצייטיגער ראלניצקי.
בערגער'ס ארטיקל האמיר איבערגעלאזט פאר א קאווע מיט קאקאש, אבער חזקה אז עס איז מסתמא געוואלדיג.
גור, בעצם איז עס געווען א פיינער ארטיקל, נאר איך האב עפעס געשפירט אז אינ'ם היסטאריע חלק שבו איז נישטא קיין חידושים און אביסל אז עס פעלן געוויסע קרישקעלעך, (א דוגמא איז דאס אנעקדאטקעלע פון פרתו ביים די"ת פון אפטער רב זי"ע, בכלל איז די אוסטילא חתונה געווען היבש קורץ פאר אזא היסטארישע געשעעניש בקורות פרשיסחא.) אבער הערן הער איך צוריק אז מענטשן האבן שטארק הנאה געהאט דערפון, קען זיין פאר אזעלכע וואס ווייסן בכלל נישט, אדער ווייניג, איבער איר היסטאריע איז יא געווען שטארקע חידושים. דאס ענדיגן וועגן יואלי לאנדא מיט גור'ער קנאות האט מיר געמאכט זיך איינקורטשען מיט בושה. שוין.
ברסלב איז געווען א פיינער ארטיקל, די וואס האבן טענות ברויכן אינאכט נעמען אז דער שרייבער האט שפאצירט אויף דינע גלאז דעקארירט מיט אייער שאלעכץ און עס דורכגעמאכט בשלום. נאר למעשה האט געפעלט פונ'ם שלימות דאס אז מ'האט באשריבן דער מחלוקה נאר פון איין זייט.
דזשאן באלטאן האב איך געליינט נאר אויבנאויף, ס'האט מיר אויסגעזען אז ער איז זיך סותר דא-דארט, אבער דאס אליין אז ער האט געגעבן אן אינטערוויו איז שוין א חידוש פאר זיך.
אורחים אין וואשינגטאן האט מיר גראדע געקאסט א לאך עטליכע מאל, איך מיין אז דער ירוחם דרייט זיך ביי אונז אין ביהמ"ד... ווייס איך נאר נישט ווי אזוי עס האט געמאכט זיין וועג צום דעקל.
נוקלעארע סודות איז געווען אביסל אנטוישנד, כ'האב מיך איינגערעדט אז ס'וועט קומען א הסבר ווי אזוי זאכן דארט ארבעטן. איין חידוש איז יא געווען אז די היסטעריע דערוועגן איז געווען איבערגעטריבן.
איש היה איז נישט געווען מיין טייפ.. ס'האט נישט גערעדט צו מיר, אמאל פלעגט עס זיין מיין בעסטער יו"ט קאלום, דאכט זיך אז איש שותה ליגט מיר נאך דאס מערסטע אין די ביינער.
גרינלאנד איז פיין געווען, אליהו יואל איז א גוטער שרייבער, ס'ליינט זיך זייער בא'טעמ'ט.
די איבריגע ארטיקלען בין איך אדער נישט אנגעקומען אדער נישט געפילט פאר וויכטיג צו ליינען.
וואס נאך? אה דער מגיה זעט אויס ארבעט אווערטיים און איז אביסל מיד ביי דער ארבעט. כ'ווייס נישט וויפיל מענטשן עס שטערט אבער מיר מאכט נערוועז יעדער גראמאטישער גרייז. כפרת עוונות...
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: זונטאג אפריל 12, 2026 10:39 pm
דורך לך לך
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 9:41 pm
לך לך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 9:19 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 8:23 pm
שקר. כמובן.
וואס שקר, די האסט גערעדט צו אים אדער איך?
ס'איז פשוט שקר אז מאמענט האט איינעם געסטראשעט. שקר גמור.
פארוואס? ווייל איינער אין די מאמענט האט דיך אליינס געזאגט אז נישט, wow
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 2:48 am
דורך צפת'ער געסלאך
וואס איז געווען די שטורעם מיט די האוזינג ביכל?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 10:54 am
דורך בן תורה
וואס איז די טענה'ריי? לאמיר פרעגן די מאמענט אליינס. @חיים אייזיק שווארטץ האט די מאמענט געסטראשעט איינעם אז אויב אדווערטייזט ער נישט גייט מען אים אראפברענגען?
Re: 'מאמענט' מאגאזין
געפאוסט: מאנטאג אפריל 13, 2026 1:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול