בנוגע די היסטאריע פונעם יישוב, וואלט געווען אינטערסאנט צו איבערגעבן פרטי ההתייסדות, אדרבה ואדרבה.
זומער תשע''ט האט הרב יהושע רובין ארויסגעלייגט אן עד אז ווער עס וויל מיטקומען אנהייבן א יישוב אין אריזאנע זאל אים רופן.
עטליכע האבן גערופן, דריי זענען געווען ערנסט דערביי און ר' יהושע האט זיך געטראפן מיט זיי, אינאיינעם. די דריי זענען געווען הרב מענדיל גאלדבערגער וואס האט עס געוואלט פארן געזונט, רבי חיים מאיר פרייליך, און נאך א דריטער איד. זיי האבן געקלערט דעמאלס פון פיניקס אריזאנע, הרב ג''ב און רובין זענען טאקע געפארן קיין אריזאנע דינגען וואקאציע הייזער ווי ווייטער באשריבן.
שפעטער האט ר' יהושע אנגעהויבן קוקן אויף אנדערע געגנטער אין די סביבה, ער איז קודם געגאנגען קיין טשענדלער, און דאן אביסל ווייטער קיין קאסא גראנדא.
לאמיך גיין קלארער. די היינטיגע וואך פינף יאר צוריק סוף אדר תש"פ, ווען קאוויד 19 האט אויסגעבראכן, האט הרב רובין צאמגעפאקט זיין משפחה און זיך ארויסגעלאזט מיט א ווען קיין אריזאנע שפירנדיג אז יעצט ווען מוסדות זענען פארשלאסן איז די מערסטע פאסיגע צייט זיך אריבערציען צו א נייע מקום ישוב.
צוערשט איז ער מיט די משפחה אנגעקומען אויף פסח קיין סקאטסדעיל וואו ס'איז שוין פארהאן א אידישע קהילה. אויף פסח זענען איינגעשטענען ביי אים זיין טאטע דער דינוב'ער רבי שליט''א, מיט עטליכע חתונה געהאטע געשוויסטער.
בעפאר ל"ג בעומר ווען די געדינגענע דירה איז שוין נישט געווען עוועילעבעל האט ער זיך געצויגן צו א דירה נענטער צו קאסא גראנדע אין די שטאט טשענדלער, אריזאנע. עטליכע טעג בעפאר ל"ג בעומר האט רבי יהושע גערופן די דריי אויבענדערמאנטע אפליקעישן'ס פארציילענדיג זיין פארשריט אז ער איז שוין ב"ה אין אריזאנע און גרייט אן די באדן אין א פרישע געגנט, קאסא גראנדע! און ער האפט נאך שבועות (תש"פ) זיך אריבערצוציען.
הרב מענדיל גאלדבערגער האט זיך גלייך צוגעכאפט און זיך אינטרעסירט ביי ר' יהושע'ן איבער וויאזוי מען קען קומען צו אריזאנע נישט מיט א פליגער, און וואו מען קען איינשטיין ביז מען טשעקט טאקע אויס די פלאץ און מען טרעפט א הויז. ר' יהושע האט אים געהאלפן, נישט בלויז געהאלפן פראקטיש נאר זעהנדיג אז רבי מענדיל האט נישט דאס געלט וואס אזא שפיל קאסט, האט ער אים באצאלט סיי די טרעין צו קומען און סיי א דירה ביי ברונער'ס ישוב אין טוסאן וואו איינצושטיין.
רבי חיים מאיר פרייליך וועלעכע איז אויך געווען איינע פון די דריי האט געענטפערט אז אינדערצווישן האט ער שוין געקויפט א דירה אין מאנטיסעלא. ווידער דער דריטער האט געוואלט צו ווארטן און זעהן וואס ס'ווערט מיט רובין'ס חלומות...
אין אריזאנע איז דעמאלטס אויך געווען רבי הערשי גאטדינער און רבי מענדיל קלאגסברוין און נאך. זיענדיג אינעם סטעיט האבן זיי אלע אויך באקומען א רוף פון ר' יהושע צו קומען באזוכן קאסא גראנדע.
די ערשטע תושב צו פאקטיש וואוינען אין קאסא גראנדע, איז געווען דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א וועלעכע האט זיך אריבערגעצויגן צו א געדינגענע דירה גלייך נאך שבועות תש"פ.
ט"ו סיון תש"פ איז הרב יחיאל שטיינמעץ שליט"א פון מאנסי, דעמאלס געווען דומ"ץ ניקלשבורג, געקומען באזוכן דעם מרא דאתרא שליט"א בדירתו החדשה אין קאסא גראנדע
Screenshot_20250323-025327~2.png
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=B ... lnlp9e2aWK
די ערשטע "קלאוזינג" אויף א דירה אין קאסא גראנדא איז געווען ר' יהושע רובין, כ"ה סיון תש"פ.
(עטעטשט די קאנטראקט RAAZ Residential Purchase Contract (022020)(1).pdf.
ווי מען זעט דא האט ער געקלאוזט אויף איינעם'ס נאמען, און עס דערנאך אריבערגעפירט צו די אייגענע נאמען, אידישע ביזנעס...
ר' יהושע האט זיך "בו ביום" אריבערגעצויגן פון טשענדלער צו די נייע געגנט וואס ער האט ערפינדן, קאסא גראנדא, וואו ער האט געהאפט צו קענען פיינעלי מאכן א אידישע יישוב מיט ביליגע דירות און אלע אנדערע מעלות וואס ער האט געזען אינעם פלאץ.
זיין הויז איז טאקע פון יענעם טאג אן געווען די גאסט-הויז פאר צענדליגער באזוכער דורכאויס די לעצטע פאר יאר.
ביי זיין חנוכת הבית איז געקומען זיך באטייליגן צווישן אנדערע, הרב מענדיל גאלדבערגער, וואס האט דעמאלס זיך אויפגעהאלטן אין טוסאן.
Screenshot_20250323-024156~3.png
ס'איז געווען כ"ה סיון, רבי משה אברהם ברוין - וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן פאר'ן פלאן פונעם יישוב - האט דעמאלס ארומגעפירט ר' מענדיל מיט זיין קאר צו קוקן הייזער פאר זיך צו קויפן, און רבי מענדיל איז טאקע באותו יום אריין אין קאנטראקט און האט געקלאוזט אויף א דירה אין קאסא גראנדע. דאס איז געווען י' תמוז תש"פ. נישט ווייל רבי מענדיל איז אזוי פארמעגליך נאר ס'איז געווען מיט הלואות וואס ר' יהושע רובין האט אים געשאפט. רבי יהושע האט אים אויך אויסגערישט בחנם די גאנצע הויז, פון אפלייענסעס ביז בעטן (בעט געוואנט האט געשיקט במתנה הרב שבתי ברונער הי"ו).
קורץ דערויף איז געווען א שמחה אין משפחת רובין, ר' מענדיל רובין (ברודער פונעם מייסד ר' יהושע) האט געהאט א מיידעל בעיבי, און צום קידוש, ד' אב, האט רבי יהושע מיט זיין טאטע דער מרא דאתרא געטראכט וואו צו מאכן די קידוש און קריאת השם, קיין שבת'דיגע ביהמ''ד איז דאך נאכנישט דא.
היות דינוב'ע רבי האט נאכנישט געהאט א אייגענע דירה נאר א געדינגענע, האט מען מציע געווען פאר הרב מענדיל ג''ב אז אפשר זאל מען מאכן די ערשטע שבת ביהמ"ד ביי אים אין גאראדזש, און אזוי ארום מאכן יעצט דארט די קידוש, ברענגען מנין און א ספר תורה וכו'. רבי מענדיל האט זיך געפריידט דערצו און רבי יהושע האט שנעל אויסגערישט די גאראדזש אלץ ביהמ''ד.
אלול תש''פ האט דינוב'ע רבי געמאכט א נסיעה קיין נו יארק מיט'ן פלאן צו צאמפאקן אלע זיינע פעקלעך אפיציעל און פארלאזן ניו יארק. אבער זייענדיג אין ניו יארק האט ער באקומען קאוויד זייער שווער, און געבליבן אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן. ערשטע טאג סליחות איז רבי יהושע רובין געפארן קיין ניו יארק צו צאמפאקן זיינע פעקלעך און עס ארויסשיקן קיין אריזאנע, ווען אינדערצווישן וועט ער וויילן ביי זיין טאטן אין שפיטאל פאר ראש השנה תשפ''א.
צום גדלי' בייטאג האט די מאווינג טראק צאמגעפאקט רבי יהושע רובין'ס הויז און נאך יענע נאכט איז משפחת רובין געווען צוריק אין קאסא גראנדע, מיט אלע פעק און זעק.
גלייך נאך שמחת תורה, יענע ערשטע יאר תשפ"א, האט רבי מענדיל גאלדבערגער פארלאזט די פלאץ צוריק קיין ניו יארק, און מודיע געווען אז זיין רביצין ווייל נישט זיין אויף אזא שטילע פלאץ.
אפגערעדט אז די רבנות דארט האט רבי מענדיל קיינמאל נישט געפלאנט, כאטש ער האט א זון וואס וויל עס כהיום, (רבי מענדיל איז אפילו מיטגעקומען מיט ר' יהושע רובין סוף זומער תש"פ בעטן רבי יחיאל שטיינמעץ צו אננעמען די רבנות).
שפעטער ווען רבי יחיאל איז שוין טאקע געקומען האבן די קינדער פון רבי מענדל שוין טאקע געוואלט אנדערש, אבער דאס איז שוין נישט נוגע פאר דא.
קומענדיגע מאל הרב מענדיל איז געווען אין אריזאנע איז געווען ווינטער תשפ"ב ווען ער איז נאכאמאל דארט געווען פאר ארום צוויי חדשים פונעם ווינטער, און איז דערנאך צוריקגעפארן סוף ווינטער (צוליב די מיינונג פון די זון איבער די אויפנאמע פון הרב שטיינמעץ ואכמ''ל).
רבי מענדל איז א חשוב'ער איד און ער פארדינט זיין פריוואטקייט, נאר אז מען האט געפרעגט האב איך געשריבן דעם סיפור ההתייסדות.
==
נ.ב. די פרטי הדברים פרט ופרט האב איך מברר געווען רעדענדיג סיי מיט די ערשטע תושבים וואס זיי האבן עס אליינס מיטגעלעבט ה"ה הרב רובין ומשפחתו און ר' משה אברהם ברוין, און סיי האב איך אלעס עקסטער קאנפירמד מיט הרב אריאל שושן אבד"ק אהבת תורה סקאטסדעיל, הרב גבריאל גץ ראש ישיבה דפיניקס, רבי מרדכי ווייס א מארגעזש בראוקער וועלעכע האט דארט געמאכט די ערשטע שבת התוודעות שבת שמות תש"פ און האט באגלייט ר' יהושע'ן פון זומער תש"פ, רבי ישראל טעסער מלמד אין פיניקס, און נאך לאקאלע פיניקס אידן.
איך האב אויך גערעדט מיט עטליכע פון די ערשטע תושבים ווי הרב חיים וויגדער, ר' ברוך אברהם ברויער, דער היינטיגער דיין הרב יצחק אייזיק בערגער, ר' משה מייזעלס, הרב שבתי ברונער, רבי מענדיל קלאגסברוין און זיינע קינדער, הרב בנציון טויבער, און אויך רבי יחזקאל וויינגארטן און רבי אהרן בנציון בייגעל פון בארא פארק וואס זענען נאנטע שותפים אויף דעם פראיעקט מיט ר' יהושע'ן, און נאך.