בלאט 28 פון 28

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:21 pm
דורך ווער
שומער האט ערוועקט אויפברויז צווישן אסאך קאנגרעס דעמאקראטן, וועלכע זאגן אז ער האט פארראטן די פארטיי דערמיט וואס ער האט געשטימט אין שטיצע פון א פאנדינג ביל צו פארמיידן א שאטדאון פון די פעדעראלע רעגירונג. צווישן אנדערן האבן א גרופע ליבעראלע קאנגרעס מיטגלידער געזאגט אז שומער מוז אפטרעטן פון זיין פירערשאפט אמט, אבער שומער פארטיידיגט זיך און זאגט אז ער האט געטאן וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג פאר'ן לאנד.

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:28 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:21 pm שומער האט ערוועקט אויפברויז צווישן אסאך קאנגרעס דעמאקראטן, וועלכע זאגן אז ער האט פארראטן די פארטיי דערמיט וואס ער האט געשטימט אין שטיצע פון א פאנדינג ביל צו פארמיידן א שאטדאון פון די פעדעראלע רעגירונג. צווישן אנדערן האבן א גרופע ליבעראלע קאנגרעס מיטגלידער געזאגט אז שומער מוז אפטרעטן פון זיין פירערשאפט אמט, אבער שומער פארטיידיגט זיך און זאגט אז ער האט געטאן וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג פאר'ן לאנד.
ער טענה'ט אז א שאטדאון וואלט געגעבן פארן פרעזידענט מער עקזעקוטיוו מאכט

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 9:41 pm
דורך עריק
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:28 pm
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 3:21 pm שומער האט ערוועקט אויפברויז צווישן אסאך קאנגרעס דעמאקראטן, וועלכע זאגן אז ער האט פארראטן די פארטיי דערמיט וואס ער האט געשטימט אין שטיצע פון א פאנדינג ביל צו פארמיידן א שאטדאון פון די פעדעראלע רעגירונג. צווישן אנדערן האבן א גרופע ליבעראלע קאנגרעס מיטגלידער געזאגט אז שומער מוז אפטרעטן פון זיין פירערשאפט אמט, אבער שומער פארטיידיגט זיך און זאגט אז ער האט געטאן וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג פאר'ן לאנד.
ער טענה'ט אז א שאטדאון וואלט געגעבן פארן פרעזידענט מער עקזעקוטיוו מאכט
אין הכי נמי סוואלט געגבין מער מאכט , אבער ווי האט פעלוסי געזאגט אז מען געבט קיינמאל נישט עפעס אן צורוקבאקומען עפעס דערפאר

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:05 pm
דורך ווער
ניו דזשורסי סענעטאר קרי בוקער האלט אינמיטן געבן א גאר לאנגע רעדע אינ'ם סענאט צו פראטעסטירן אקעגן פאליסיס פון די טראמפ אדמיניסטראציע
בוקער האט אנגעפאנגן זיין רעדע נעכטן 7 אווענט, און איז צומאל געהאלפן געווארן דורך אנדערע דעמאקראטן וועלכע האבן אריין געפרעגט און אים פראבירט צו העלפן דורך אנדערע וועגן. דורכאויס די רעדע האט בוקער ארום גערעדט איבער פארשידענע איינגעלעגענהייטן, צווישן דעם איבער רעגירונג שניטן פון די טראמפ אדמיניסטראציע, און אזוי אויך האט ער פארגעליינט בריוון וואס איינוואוינער פון זיין דיסטריקט האבן אריין געשיקט. דערווייל ווערט נישט זיין רעדע באטראכט ווי א פיליבאסטער וויבאלד די סענאט איז נישט אקטיוו מיט באהאנדלן בילס, אבער אויב וועט די רעדע לויפן ביז נאך 12 מיטאג קען עס אריין גיין אין דעם קאטאגאריע, וויבאלד דעמאלטס דארף די טשעמבער זיך צוזאמזעצן.

די לענגסטע רעדע וואס א סענעטאר האט געגעבן איז געווען צוריק אין יאר 1957 למס', ווען סאוט קאראליינא סענעטאר סטארם טאָרמאָנד האט אנגעהאלטן א פיליבאסטער פון 24 שעה מיט 18 מינוט אקעגן די סיוויל רייטס עקט. איינס פון די לענגסטע אין די לעצטערע יארן איז געווען צוריק אין יאר 2013 למס', ווען סענעטאר טעד קרוז האט גערעדט פאר 21 שעה מיט 19 מינוט אקעגן אבאמא קעיר

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:39 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:05 pm ניו דזשורסי סענעטאר קרי בוקער האלט אינמיטן געבן א גאר לאנגע רעדע אינ'ם סענאט צו פראטעסטירן אקעגן פאליסיס פון די טראמפ אדמיניסטראציע

וואס האט ער דערפון אויב סענאט איז נישט אין סעשאן?
די סענאטארן דארפן זיצן דארט בשעת מעשה?
א כאפטע ליידיגגייער/זיצער...

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 6:18 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:39 pm

image000000_15.gif
image000000_15.gif (225.99 KiB) געזען געווארן 214 מאל

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 6:29 pm
דורך שינאווער
ער רעדט נאך אלץ!!!

ס'איז שוין דער צווייט לענגסטע פיליבאסטער אין היסטאריע!!

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 6:31 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 6:29 pm ער רעדט נאך אלץ!!!

ס'איז שוין דער צווייט לענגסטע פיליבאסטער אין היסטאריע!!
ס'הייסט א פיליבאסטער אפילו סענאט איז נישט אין סעשאן?

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 9:53 pm
דורך הדסים
דרשה גענומען 25 שעה און 5 מינוט ל"ע
לענגסטע אין היסטאריע
די ביז יעצטיגע לענגסטע איז געווען אין 1957 גענומען 24:18

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:01 pm
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן קריטיקירט עטליכע רעפּובליקאנער סענאט מיטגלידער וועלכע גרייטן זיך פּאטענציעל צו שטימען צו בלאקירן זיינע טאריפס אויף קאנאדע. טראמפּ האט זיך באצויגן צו א פּרואוו פון די דעמאקראטן דורכצופירן א ביל וואס וועט בלאקירן די טאריפס, און ער שרייבט אז ער האפט אז די רעפּובליקאנער סענאטארן, מיטש מעקאנעל פון קענטאקי, סוזען קאלינס פון מעין, ליסע מורקאוסקי פון אלאסקע און רענד פּאול פון קענטאקי וועלן צוריקציען און שטימען קעגן דעם ביל

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 1:26 pm
דורך חלום חלמתי
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:01 pm פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן קריטיקירט עטליכע רעפּובליקאנער סענאט מיטגלידער וועלכע גרייטן זיך פּאטענציעל צו שטימען צו בלאקירן זיינע טאריפס אויף קאנאדע. טראמפּ האט זיך באצויגן צו א פּרואוו פון די דעמאקראטן דורכצופירן א ביל וואס וועט בלאקירן די טאריפס, און ער שרייבט אז ער האפט אז די רעפּובליקאנער סענאטארן, מיטש מעקאנעל פון קענטאקי, סוזען קאלינס פון מעין, ליסע מורקאוסקי פון אלאסקע און רענד פּאול פון קענטאקי וועלן צוריקציען און שטימען קעגן דעם ביל
זיי האבן נישט געפאלגט

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:50 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 1:26 pm
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:01 pm פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן קריטיקירט עטליכע רעפּובליקאנער סענאט מיטגלידער וועלכע גרייטן זיך פּאטענציעל צו שטימען צו בלאקירן זיינע טאריפס אויף קאנאדע. טראמפּ האט זיך באצויגן צו א פּרואוו פון די דעמאקראטן דורכצופירן א ביל וואס וועט בלאקירן די טאריפס, און ער שרייבט אז ער האפט אז די רעפּובליקאנער סענאטארן, מיטש מעקאנעל פון קענטאקי, סוזען קאלינס פון מעין, ליסע מורקאוסקי פון אלאסקע און רענד פּאול פון קענטאקי וועלן צוריקציען און שטימען קעגן דעם ביל
זיי האבן נישט געפאלגט
ס'גייט ממילא נישט אין ערגעץ היות זשאנסאן פלאנט עס נישט ארויפצוברענגען פאר אן אפשטימונג

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 10:57 am
דורך ווער
דער אמעריקאנער סענאט האט צוריקגעוויזן א מאושן דורך סענעטאר בערני סענדערס צו בלאקירן וואפן האנדל מיט מדינת ישראל, מיט אן אפשטימונג פון 83-15 מיט 15 דעמאקראטן שטיצנדיג דעם אפשטימונג.