א לענגערע אנאליז אינערהאלב די משכונות סיטואציע אין מדינת ישראל: קרעדיט
@ראטשילד
דער בחור האט געוואלט קויפן א הויז, א ביליגע, נאך יארן לאנג פון אראפ פלאשן חודש'ליכע רענט האט דער ראש המשפחה באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט צוזאמגעקלויבט די שפארזאמע פרוטות שנהפכו לסכום גדול, און מ'גייט קויפן א הויז!
נו וואס טוהט מען? מ'ווענדט זיך צו א גוטע בראוקער וואס זאל זוכן די ריכטיגע פראפעטי.
ויהי היום, די סעלפון דריזלט, אתא בראוקער ודיעלו בידו, ער האט א גאלדענע מציאה עין לא שזפתו און עס איז נאכנישט ארויף אויף די מארקעט, א מעשה א בוידעם א זקן א תרח בן תשעים האט אפגע'פגר'ט, האט איבערגעלאזט א שיינע הויז וואס איז ווערד א קנאפע 2 מעלאונעס, זיין בן יחיד'ל איז נישט קיין גרויסע חכם, א שטיקל קרימינאל אויך, שולדיג אסאך געלט, די טונקעלע מאפיאנערן לויפן אים נאך, ער וויל פטור ווערן פון די הויז און צאלן די חובות בעפאר איינער ווערט געוואר אז ער האט באקומען א פעטע ירושה, ער איז גרייט צו פארקויפן די הייזקע פאר 1 מיליאן אבער קעש טבין ותקילין יעצט דא און שוין.
אונזער בחור ווערט אויפגעהייטערט, די ענדרענעלין לעוול הייבט זיך און פאנגט אן צו לאזן אירע שפורן, צום מזל וברכה זיצט ער יעצט ביי די יערליכע חנוכה פארטי ארום גענומען מיט די נאנטע פאמיליע מיטגלידער, זיינע קינדער כשתילי זיתים ארום זיין טיש, די זוויות מחוטבות לאכן ארום און סערווירן די נארהאפטיגע געשמאקע לאטקעס, און יעצט בהיות בראוקרו באקריגט ער א טעקסט "קאם נאו!! אויב איר ווייסט וואס איז גוט פאר דיר קום יעצט אריבער און ברענג מיט א בינטל קעש העולה כמס' מיליאן".
ואילין מיליא די מיליאן האט ער אבער קיין ווערטער נישט, וואס זאגט ער פאר די פאמיליע מיטגלידער? די ראש המשפחה לאזט איבער דאס געזינדל לאנחות? קען מען דען איבערלאזן א חנוכה מסיבה כצאן בלי רועה? קען ער דען פארלאזן דאס ארט אינגאנצן צוברעכן די הארמאנישע אטמוספערע באין רואה?
ער זיצט אויבן אן, זיין געזיכט שיינט און טוישט קאלירן תמול ושלשום משמשים בערבוביא, די עולם הייבט אן צו כאפן אז עפעס גייט פאר, "טאטע!! איז אלעס אין ארדענונג"? פרעגן די טייערע שאף, די טאטע איז קיין ליגענער נישט "ניין, בכלל נישט! עס איז מיר אונטערגעקומען א צודרייטע דיעל און איך קווענקל נאך צו איך זאךל פארלאזן און צוברעכן אונזער מסיבה בעבור השלמת הקנין והמקח.
"קום אריין קלאר" - עוללים שואלים, און די טאטע לייגט אראפ אין געציילטע ווערטער במה מדובר.
די עולם ווערט עקסיידעט, די געמיטער ווערן הייסער און ווארימער, מצאו מנוח לכף רגלם! אן אייגענע הויז! "יעצט! טאטע! אבער שוין! איר קענט נישט ווארטן קיין מינוטע, נו טאטע! פארוואס זענט איר נאך דא???
דעם טאטנ'ס מאנטל איז געקומען צו פליען, די דרדקים האבן שנעל אנגעטון דעם טאטן מיטן פעלץ און ווען די טאטע האט דערגרייכט זיין מיניווען האט ער שוין געטראפן די גאנצע משפחה זיצן שיין אין די קאר ווארטנדיג אז די טאטע זאל דריקן די געז פעדאל און זיך ארויס לאזן צום ריכטונג פון די בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
די נשארים וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ זיך אריין צו שטיפן אין די מיניווען האבן זיך שנעל ארויף געפאק'ט אויף די ברודער'ס/שוואגער'ס טרעקעלעך און שנעל ארויס מארשירט נאכייאגנדיג דעם טאטן די מורה דרך באשעפענדיג א לענגערע קאנאווי פון פריילעכע מקחי מקח ששים ושמחים עליונים ששו ותחתונים עלזו כולם נקבצו ובאו "מ'גייט שליסן די היסטארישע מקח"!!
די עלטערע איידעם האט געוואלט מאכן א מצב, ווי נישט ווי קוקט ער שוין ארויס ווייטער, ער ווייסט אז לא לעולם חוסן און די ראש המשפחה וועט זיך איינמאל בהגיע עתו - געזעגענען פון אט דאס וועלטעלע - און דאן ווער וועט ירש'ענען די נארוואס געקויפטע הייזקעלע? נעוודאי די עלטסטע איידעם! ער איז דאך נאנט צום שיסל און ער האט די בעסטע וועג צו אריבערפירן צו אים די שליסל, אומר ועושה, די מקח מוז געשען ויהי מה, ער רופט אן פלוני די חברותא וואס ארבעט אין פרינט-טאון און ער בעט מ'זאל זויפארט ארויס פרינטן ריזיגע שילדן "בורא עולם בבנין השלם זה הקנין" מיט נאך פארשידענע קידוש לבנה סייז לאוזונגען ווי "קויף! קויף! טאטע קויף!! יעצט, איצט, שנעל און גיך! עס מאכט נישט אויס די פרייז! מיר ברויכן די מקח! מיר דארפן א הויז!!
די אנדערע צאצאים לא טמנו ידם בצלחת, זיי האבן נאר פארערגערט די קלחת, זיי האבן ארויסגעדינגען בעלי מנגנים מיט ריזיגע גראנדיעזע ספיקערס, די מלחיני המשפחה האבן שוין קאומפאזירט נייע פריש געמאכטע ניגונים "אוי טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין, יא איך וויל זיין, א הויז אייגענטומער אוי אוי אוי"...

די יונגערע טין עידזשערס וואס גלייכן מער די דזשעזי סטייל מיוזיק זיי האבן איבעראשט דען עולם מיט די באמבעדיגע סינגל בו בו ריי ריי ריי עוי עוי לאם לאם לאם



און שפעטער האט מען געהאפקעט קין-יאן קין-יאן חזן וקהל וחוזר הניגון פזמון ארויף פזמון אראפ...
נאך א קורצע וויילע, ריקט זיך אן די שיירה לבית האבלים, די פארקויפער שטייט בייםן פענסטער מיט אן אפענע מויל, ער טרעפט א גאנצע לוסטיגע פאמיליע, כאפט נישט וואס גייט פאר לשמחה מה זו עושה?
די בראוקער וואס איז שוין מיעד פון אויסזויגן פון זיין אויסגעמאטערטע פינגער אלערליי פארשידענע טענות ומענות פארוואס די הויז איז נישט ווערד קיין סאך, אפשר א מיליאן וועט מען קענען ארויס קעשן... און דא טרעפט ער זיך מיט א מחנה ששין ושמחים לעשות רצון קונים, די עולם איז גאר פריילעך צו אפקויפן די כאדטקע...
ועני אנא הוא בא?
די בלאסע נאסע טאטע קומט אריין, מיט זיינע ציין האלט ער די טאשקע, מיט די הענט פראבירט ער צו באשיצן זיינע אומשולדיגע אויערן וואס רייסן אויף מאימת הרעש קול ענות גבוה מעל גבוה, ניגוני הקטנים גברו על לחני הגדולים, די משפחה הענפה איז אריין געקומען מיט די גאנצע שטיצע, די קינדער מאטעווירן דעם טאטן, ברכות הבנים גברו על ברכות ההורים, און די ריזיגע קאלירטע שילדן האבן קלארער ווי קלאר ארויסגעברענגט די מציאות אז דא גייט געשלאסן ווערן א מקח ויהי מה שקיינחילוק די פרייז, א הויז, געקויפט יעצט און שוין! פאר א יעדע פרייז!
די אומבאהאלפענע טאטע שטייט דך ונכלם, די מוכר זעט אז זיין נכס'ל איז היבש אינטערגעשאצט און ער קען באקומען דערפאר א גוטע מכס'ל, ער דרייט מיטן צונג און שיסט ארויס "אינטער 3 מיליאן איז נישט דא וואס צו רעדן"!!
אמר מוכר ואתא בראוקער און פאר די טאטע איז טונקל געווארן כחשכת לילה.
די טאטקע קווענקל'ט פראבירט צו פארהאנדלען, אפשר דאך, אולי יחוס, רעכן דיך מיט מיין יחוס, א קוועטש אהער א קוועטש אהין, עס העלפט נישט קיין פודנו, מצילנו איז פארנומען, די אפעטיט איז געוואקסן, דער מוכר האט פארשטאנען וואס פארא פארמעגן ער האט כמעט ארויסגעלאזט פון זיין ארעם, מ'האט אים שיהר פארנערט איבערלאזענדיג חסר כל לעקיש און ארעם.
א גאלדענע אנטוישונג האט ארומגענומען די געוועזענע פאטענציאלע קונה, מיט אזעלעכע בנים ובני בנים קען מען קיין דירה'לע אויך נישט קויפן און אזוי האט ער פארלאזט דאס מקום מיט א מעלאונע אבער אן קיין הויז.
ווען די פרעסע האט זיך אינטרעסירט ביי די משפחת המלוחה וואס איז פארגעגאנגען ביי די מאדנע דעמאנסטראציע אקעגן די אבל האבן זיך די קינדער אויסגעדריקט:
נע, גארנישט... אונזער פארריקטע שלאמזל'דיגער טאטע האט פראבירט צו מאכן א דיעל און גארנישט... ער האט אנגעזעצט אזוי ווי געווענדליך. נו, זאל ער ווייטער צאלן רענט לאורך ימים ושנים, נעקסטיים זאל ער זיך צוהערן צו אונזער רייד און קויפן די דירה אנע קוקן אויף זייטיגע דעטאלן ווי די פרייז אד"ג...
--------
די נמשל? כבהמות נדמו.
יא, איך רעד פון די איזראעליס.
זיי באהנדלען די משכונות סיטואציע שוין באלד ערגער ווי די פריילעכע קטנות המוחין משפחה.
שמיני עצרת אינדערפרי, האט מדינת ישראל געכאפט א שווערע מכה הכתובה בתורה, "בניך ובנתיך נתנים לעם אחר ועיניך ראות וכלות אליהם כל היום ואין לאל ידך... בנים ובנות תוליד ולא יהיו לך כי ילכו בשבי" רח"ל ליידער ליידער האבן זיך די שחצני קברניטי המדינה געטראפן מיט אן ערנסטע בראך.
טויזענטע חללים און הונדערטע שבויים ה"י, די כאמאס האט זיך ארויסגעלאזט אין א מסע הרג וביזה און צוגענדיגט ליידער בחטף און מיטגענומען קיין עזה אנשים נשים וטף.
איך וועל נישט אריין גיין אין חשבונות שמים, מיר ווייסן זייער קלאר אז אין די רגע וואס קוב"ה וועט מחליט זיין אז ושבו בנים לגבולם - וועלן זיך די אלע פארכאפטע אומקערן אהייםן געזונטערהייט!
איך וויל נאר פראבירן צו פארשטיין במוחי הקט והדל וואס טראכטן למען ה' די א"ג חכמי אתונה היושבים במדינת ישראל, די אלע קארפן קעפ וואס זיצן סיי אין די רעגירונג און זיי אין די באקוועמע לופטיגע מידיע קארידארן, יושבי אולפנות ודוברי שחץ ומרמה, צו דען כאפן זיי נישט אז במו ידיהם טרייבן זיי ארויף די פרייז פון די אומבאהאלפענע משכונות?
לאמיר מאכן אביסעלע סדר:
יחיא סינוואר ימ"ש וחבר מרעיו וואס זענען זייערע פראייארעטיס:
קודם כל, ווילן זיי איבערלעבן - זענען גרייט צו אוועקגעבן אלע זייערע שאהידן בלויז צו איבערלעבן.
דערנאך - ווילן זיי געלט.
שפעטער - כבוד.
באפרייען די טעראריסטן וואס זענען איינגעשפארט אין מדינת ישראל.
ווילן א פאלעסטינער לאנד.
די לעצטע - זיך זארגן פאר די פאלעסטינער בירגער'ס פרידן.
מאידך גיסא - די איזראעליס האבן אן אנדערע סדר ווי זאכן גייען:
צום ערשטנס ווילן זיי א לאנד וואס אין די לאנד זאלן זיי לעבן.
זיי זענען גרייט צו גיסן בלוט [רק בדם וגו'] אבער מיט די ציהל פון לעבן אין זייער אייגענע לאנד.
דערנאך ווילן זיי זיך זארגן פאר די בירגער'ס זיכערהייט און פרידן.
צוריק ברענגען די פארכאפטע משכונות.
געלט.
כבוד.
יעצט, ווען די צווי צדדים טרעפן זיך אין א קאנפליקט, צד כאמאס האט באוויזן צו פארכאפן א דאזע איזאראעליס אריין אין זייערע טונקעלע טונעלן, און מ'פראבירט צו דערגרייכן אן אפמאך, וואס וויל א יעדע זייט טוהן? א יעדער וויל אנקומען ווי דער שטארקער און מעכטיגער וואס אלע קארטן ליגן אין זיינע הענט.
די כאמאס ווייסט אז ביי די איזראעליס איז דאס לעבן א וויכטיגע ארטיקל אלזא מאכן זיי זיכער צו האלטן ווי לענגער די משכונות נאנט צום הארץ [אויב זיי האבן איינס]
ווייטער די איזראעליס - קענען זייערע כאמאסיסטן, זיי ווייסן אז די פאלעסטינער לעבנס איז נישט ווערד ביי זיי ניטאמאל כקליפת השום, פראבירן זיי צו שלאגן די כאמאס אויף די פאר האקעלע ווייעכע ערטער וואס דארט טוהט זיי יא וויי דהיינו - אנזייען א תוהו ובוהו אין עזה מיט די ציהל צו דערגרייכן די שלאנג הייל וואס דארט זיצט דער מנוול און אים אומברענגען צוזאמען מיט זיינע חברים מנוולים.
פאשטייט זיך איזראעל צילט אויך צו עלימינירן כאמאס און רעדוצירן ביז אינגאנצן אראפנעמען די געפאר וואס שטייט העכער די מדינת ישראל בירגער פון צו האבן אזא שכן ווי כאמאס, אבער מיר גייען יעצט רעדן וועגן די משכונות סיטואציע - דאס איז א פריוואטע קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און יחיא סינוואר וואס טראכט נישט פון גארנישט אויסער זיין וואוילזיין.
אלזא, סינוואר האט זיך געטראפן הארט בעפאר די פריערדיגע משכונות דיעל - אין א טיפע פלאנטער, ער האט שוין געשמעקט די איזרעלי סאלדאטנ'ס שיך און ער האט געשפירט ווי די שטריק נעמט שוין ארום זיין שמוציגע האלדז, מה עשה אותו משוקץ? הייבט אויף א טעלעפאון צו איסמאיל האניא און געבט איבער די גרינע ליכט אז מ'קען זיך פארריקן מיט א משכונות דיעל, משכונות פאר די פרייז פון עטליכע שטילע טעג.
פארוואס דארך ער די שטילשטאנד? פשוט, כדי צו פארן מהכא להתם אן צו כאפן א איזראעלי קויל אין קאפ - ברויך מען א שטיקעלע הפסקה.
די הומאניטארישע הילף? האט ער צוגעלייגט צו די דיעל נישט ווייל ער זארגט זיך פאר זיין פאלק וואס הונגערט צום טויט, נע.. ער דארף אנשטעלן א שטיקעלע אימעדזש פאר די וועלט + ער דארף נאכאלץ שפייזן זיינע כאמאס קעמפער וואס כידוע 60% פון די הומאניטארישע הילף קומט אן צו זייערע בייכער.
אבער נחזור לעניינינו - אלע דרייט זיך ארום יחיא סינוואר און זיין אנגעבלאזענע איגא.
[ווער עס מיינט אז סינוואר איז גרייט צו זיין א שאהיד - טעות גדולה בידיו און ער זאל זיך בעסער נאכפרעגן.]
למעשה האט די איזראעלי סטארטעגיע פון האקן שטיקער און אריין בייסן אין סינוואר'ס פערזענליכע זיכערהייט צוים - זיך ארויסגעשטעלט ווי א גאר ריכטיגע מהלך!
די וועג פון מאכט און שטייפע פייער גיסונג האט זייער פיין איבערגעגעבן די מעסעדזש פארן שטן אז זיינע טעג זענען געציילטע און ער האט זיך געטראפן בלית ברירה און ער האט געמוזט ארויסלאזן א דאזע משכונות צו קענען כאפן זיין אטעם.
נאך א פונקט, - סינוואר איז גאר א כיטערע פארשוין, ער קען א פליסיגן העברעיש, [טאקע אדאנק די איזראלי שוטים וואס האבן אים אלעס אויסגעלערנט אין תפיסה] און ער איז גאר באקאנט אין די איזראעלי פאליטישע הלוך ילך, ער וואטשט אין זיין מערה אלע נייעסער און אלע מהדורות חדשות פון די איזראעלי קאנאלן, ער זעט און שמעקט וואס גייט פאר אין די מדינה, - די ערשטע 2 חדשים האט ער זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער האט געהאפט אז די צוריבענע נארישע איזראעלי פאליטיקאנטן וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן און רעפארמירן א אחדות רעגירונג, און מיט א צושלפאלטענע צוריבענע לאנד איז גרינגער זיך צו שלאגן און ווער רעדט פון האנדלען וועגן משכונות... אבער דא האט ער זיך געטראפן מיט בעני גאנץ וואס האט מכלומרשט שלום געמאכט למען טובת המדינה און ער האט זיךל אנגעשלאסן מיט נתניהו אין א ספעציעלע מלחמה רעגירונג, בעני גאנץ איז גאר ארויף געקוקט ביי סינוואר, סינוואר ווייסט אז בעני האט פלייצעס און צוזאמען מיט נתניהו זענען זיי גאר א שטארקע קאאליציע וואס וועט נישט איבערלאזן קיין שריד ופליט פון כאמאס,