בלאט 266 פון 601

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:13 pm
דורך רואה חשבונות
אמעריקע און די אליערטע קרעפטן האבן אנגעגריפן 30 צילן אנטקעגן די הוטי'ס דעם זיבעטן.

בילד פון אן אמעריקאנער שיף לאנטשן קרוז מיסעלס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:16 pm
דורך רואה חשבונות
ניקל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 4:47 pm פענטעגאן באאמטע זאגן אז דאס איז די אנהייב פון א לענגערע קאמפיין קעגן די איראנע געשטיצטע מיליציעס אין איראק און סיריע.
34 מיליטאנטן באריכטעט טויט נאך די לעצטע אמעריקאנער באמבעדירונגען.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:22 pm
דורך רואה חשבונות
אמעריקע האט ארויסגעשיקט דעם מעכטיגן B1 פליגער צו באמבעדירן דו איראנער געשטיצטע טעראריסטן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:25 pm
דורך ניקל
א גוטע וואך
39 זענען אומגעקומען און 24 זענען פארוואונדעט געווארן פון די אמעריקאנער באמבעדירונגען און איראק/סיריע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:29 pm
דורך ניקל
ביידען:
די אמעריקאנער אטאקעס האבן זיך אנגעהויבן יעצט (פרייטאג) און עס וועט ממשיך זיין און באשטימטע זמנים און פלעצער

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:31 pm
דורך ניקל
איראן פארדאמט די אמעריקאנער אטאקעס

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:31 pm
דורך ניקל
אמעריקאנער און בריטישע קאליציע האבן היינט דורכגעפירט פרישע באמבאדירונגען און הויפשטאט צנעא און תימן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:33 pm
דורך ניקל
אמעריקע:
אונז האב מיר דורכגעפירט באמבאדירונגען אויף 36 צילן אויף 13 פלעצער, און תימן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:36 pm
דורך ניקל
באריכטן אז ירדנע מלחמה פליגער האבן אויך אנטייל גענומען און די אמעריקאנער באמבאדירונגען און איראק/סיריע, און ריספאנד אויף די 3 אומגעקומען זעלנער, וואס איז פארגעקומען אויף די ערד פון ירדן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:39 pm
דורך ניקל
און די צייט וואס פילע לענדער האבן אויפגעהערט שטיצע צו די אונרא ארגאניזאציע אינטער די יו ען, האבן היינט די יונייטעט ערעבס עמערעטס געמאלדן אז זיי וועלן געבן 5 מיליאן דאלאר פאר זיי

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:40 pm
דורך ניקל
באריכטן איבער א שפאלט צווישן די צוויי חאמאס פירער איסמעיל האניע מיט יחיה סינוואר,
ווי סינוואר וויל א באלדיגע פייער-אפשטעל, און האניע שטעלט זיך און וויל ווארטן נאר אויף א פייער-אפשטעל אויף אייביג.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:42 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:25 pm א גוטע וואך
39 זענען אומגעקומען און 24 זענען פארוואונדעט געווארן פון די אמעריקאנער באמבעדירונגען און איראק/סיריע
10 פון די אומגעקומענע
IMG_20240203_194135_194.jpg
IMG_20240203_194135_194.jpg (317.4 KiB) געזען געווארן 636 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:43 pm
דורך פליט
לויט א וואל סטריט זשורנאל באריכט האבן F-16 קאמף פליגער פון די ירדנ'ע עיר-פארס אנטייל גענומען אין די אטאקעס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 7:46 pm
דורך פליט
באריכטן אז איראנע מיליצעס אין סיריע האבן פריש פרובירט צו אטאקירן א אמעריקאנע באזע אין קאנווא סיריע.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 03, 2024 9:02 pm
דורך פליט
באריכטן אז מדינת ישראל פארמאגט אין באזיץ אינפארמאציע וועלכע זענען גענוג מאכטפול צו קענען גענצליך פארשליסן די אונרא אגענטור פון די יו-ען און עס איז א שטארקע מעגליכקייט אז זי גייט עס פארשפרייטן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:33 am
דורך ניקל
בן גביר אין אן אינטערוויו מיט די וואל סטריט זשורנאל זאגט אז די ביידן אדמיניסטראציע שאדט מדינת ישראל'ס מלחמה אנשטרענגונג, און ער האלט אז דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וואלט געגעבן פאר מדינת ישראל א פרייע האנט צו עלימינירן כאמאס.

אנשטאט אונז געבן פולע שטיצע, איז ביידן פארנומען צו געבן עזה הומאניטארישע הילף און ברענשטאף וואס גייט פאר כאמאס. אויב טראמפ וואלט געווען אין די מאכט - וואלט די אויפפירונג פון אמעריקע געווען גאר אנדערש. זאגט ער

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:19 am
דורך ווער
קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן האט געמאלדן אז קאנגרעס וועט שטימען אויף א פעקעדזש פון 17 ביליאן דאלער הילף פאר מדינת ישראל'ס מיליטער.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:55 am
דורך ניקל
ליבערמאן'ס פארטיי ישראל ביתינו, ברענגט ארויף א אפשטימונג און כנסת צו דערקלערן די אונרא ארגאניזאציע אונטער די יו ען פאר א טעראריסטשע ארגאניזאציע, און אפשטעלן אלע פארבינדונגן מיט די ארגענעזאציע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:56 am
דורך ניקל
40 ראקעטן זענען היינט געווארן אריינגעשאסן פון צפון

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:58 am
דורך ניקל
חאמאס האט נישט באשטעטיגט די פייער-אפשטעל דיעל וואס איז געליגן אויפן טיש

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:52 pm
דורך רואה חשבונות
עס ווערט באריכטעט אז פון די 85 צילן וואס אמעריקע האט באמבעדירט אין איראק און אין סוריע זענען 84 געווען גאר גוט געצילט, טייל פון די באזעס זענען גענצליך חרוב געווארן און געוויסע נאר טיילווייז.

די חורבנות אין איינע פון די טעראריסטישע באזעס

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:23 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:52 pm עס ווערט באריכטעט אז פון די 85 צילן וואס אמעריקע האט באמבעדירט אין איראק און אין סוריע זענען 84 געווען גאר גוט געצילט, טייל פון די באזעס זענען גענצליך חרוב געווארן און געוויסע נאר טיילווייז.

די חורבנות אין איינע פון די טעראריסטישע באזעס
ווי איז געוועהן די "איין פלאץ" וואס איז נישט געלונגען?

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:32 am
דורך רואה חשבונות
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 12:23 am
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:52 pm עס ווערט באריכטעט אז פון די 85 צילן וואס אמעריקע האט באמבעדירט אין איראק און אין סוריע זענען 84 געווען גאר גוט געצילט, טייל פון די באזעס זענען גענצליך חרוב געווארן און געוויסע נאר טיילווייז.

די חורבנות אין איינע פון די טעראריסטישע באזעס
ווי איז געוועהן די "איין פלאץ" וואס איז נישט געלונגען?
איני יודע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:33 am
דורך רואה חשבונות
דער רעכטער בן גביר האט אנגעמאכט א שטורעם אין די מדנ"י ווען ער האט געזאגט אין אן אינטערוויאו מיט דעם וואל סטריט דזשערנעל, אז טראמפ וואלט אסאך בעסער געווען פאר די מדינה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 9:16 am
דורך רואה חשבונות
סעקרעטערי אוף סטעיט ענטאני בלינקען האט היינט געלאנדעט אין ריאד - סאודי אראביע צו דיסקאסירן די לעצטע שלום פארשלאגן צווישן מדנ"י און כאמאס, פון דארט פלאנט ער צו באזוכן א רייע לענדער אין מיטל מזרח. דאס איז שוין די פיפטע וויזיט זינט די אוקטבער זיבעטן אטאקע.