בלאט 265 פון 295

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:21 am
דורך איד
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:17 am
ביסט גערעכט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:33 pm יעצט אויפדענאכט איז געוועהן ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א הגאון רבי חיד"א ווייס דומ"ץ סאטמאר (מהר"יי) אנטווערפן שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א ווי מען האט ארימגעשמועסט איבער די ברענעדיגע נושא פון "לב טהור"
חיד"ו, נישט חיד"א
אויב שרייבט מען ווייס, דארף מען שרייבן חי''ד

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:24 am
דורך תינוק הבורח
איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:21 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:17 am
ביסט גערעכט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:33 pm יעצט אויפדענאכט איז געוועהן ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א הגאון רבי חיד"א ווייס דומ"ץ סאטמאר (מהר"יי) אנטווערפן שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א ווי מען האט ארימגעשמועסט איבער די ברענעדיגע נושא פון "לב טהור"
חיד"ו, נישט חיד"א
אויב שרייבט מען ווייס, דארף מען שרייבן חי''ד
מען רופט אים חיד"ו ווייס.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:50 am
דורך ארבעט זאנע
פארגאנגענע יאר א' תרומה תשפ''ד ביים גרויסארטיגן מעמד קהלא קדישא האט מען געמאלדן ברבים אזי די ארכיטעקט פלענער פאר די נייע בהמ''ד וועט נעמען בערך א יאר
און תיכף דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די ארבעט,

לויט מיין קאלאנדער איז שוין א יאר פון דעמאלטס, איינער מיט עפעס אינפארמאציע?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:30 pm
דורך שבת קודש
ארבעט זאנע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:50 am פארגאנגענע יאר א' תרומה תשפ''ד ביים גרויסארטיגן מעמד קהלא קדישא האט מען געמאלדן ברבים אזי די ארכיטעקט פלענער פאר די נייע בהמ''ד וועט נעמען בערך א יאר
און תיכף דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די ארבעט,

לויט מיין קאלאנדער איז שוין א יאר פון דעמאלטס, איינער מיט עפעס אינפארמאציע?
איך ווייס נישט וואס די פלענער זענען אבער שווער צו גלייבן אז עפעס גייט דא פאסירן אין די קומענדיגע תקופה

אין אלע קהלות ווי מען האט לעצטענס געבויעט גרויסע בתי מדרשים ווי בעלז. סקווירא. וויזניץ שיכון.וויזניץ מרכז. באבוב 45 וכדו' איז עס געקומען מצד די אדמורי''ם וואס האבן עס פארלאנגט און עס געשטופט א גאנצע צייט די רבי'ס האבן שווער געארבעט צאמצושטעלן די געלטער זיי האבן יעדעם מחייב געווען מיט ריזיגע סכומים ממילא איז עס צושטאנד געקומען, דא אבער ווי ס'קוקט אויס אינטערסירט עס דעם רבי'ן גאנץ קנאפ ווער גייט שטופן די עסקנים מיט אזא ריזיגע אונטערנעמונג.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 1:08 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 12:21 pm
רעאליסטיש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:11 am אור פניך עלינו אדון נשא
בית המדרש הגדול ווערט צוגעגרייט מיט טויזענטער פלעצער לכבוד שבת שקלים בצל הקודש
די פארטש גאלעריע מעג שוין ווערן געפענט פאר יעדע שבת, ארום 200 בחורים שטייען אין בעק פון ביהמ''ד מידי שבת בשבתו שבת אינדערפרי
זעה איך אין די היימשטאט אז אט דאס גייט מען טועהן עס גייט ווערן געפענט פאר יעדן שבת

גייט די זיצן דארט ווערן פארדינגען?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 1:43 pm
דורך Joel
רבינו שליט"א ביי כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם שמאיע הי"ו פון לאנדאן און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' לאנדאן.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 2:20 pm
דורך איך
SatmarW - ShabbosShkulim (11x17) SPREAD.jpg
SatmarW - ShabbosShkulim (11x17) SPREAD.jpg (384.29 KiB) געזען געווארן 2172 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:08 pm
דורך Glass
unnamed (16).jpg
unnamed (16).jpg (238.39 KiB) געזען געווארן 2097 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:13 pm
דורך דער תהלים איד
א קלארקייט בנוגע די נייע "הכשר" אויף אינגל מלבושים, אין מוסדות קרית יואל

(סאטמאר וומסב"ג מהר"א האט עס שוין אויך געמאלדן - נאך וועלן נאכפאלגן)

https://preview.dpmggroup.com/levisheikuvodflyer

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:57 pm
דורך רעאליסטיש
רבינו שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הר"ר יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזיקוב גאס.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:00 am
דורך רעאליסטיש
רעאליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:57 pm רבינו שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הר"ר יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזיקוב גאס.
רבינו שליט"א ביים זיך משתעשע זיין מיט די תלמידים פארן דאווענען

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:40 pm
דורך א חסיד פון רב
= אור פניך עלינו אדון נשא =

חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג גרייטן זיך דעם שבת קודש מיטצוהאלטן און מיטצולעבן א געהויבענעם שבת שקלים, אלע תלמידי וחסידי סאטמאר אינאיינעם בהיכל בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג, בראשות כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

אזויווי יעדע פון די שיינע שבתים במשך די יאר און די ימים טובים װערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם ברב עם הדרת מלך פאר די אלפי חברי הקהילה בהיכל בית מדרשינו הגדול בראשות דעם רב שליט"א, וועט די וואך שבת קודש פרשת תרומה, שבת ראש חודש אדר, שבת שקלים געפראוועט ווערן כאיש אחד בלב אחד בראשות דעם רב שליט"א, אויף א פארגרעסערטע פארנעם מער ווי געווענליך מיט א בחינה פון מעלין בקודש ולא מורידין.

די הנהלת הקהילה האט נישט געשפארט קיין צייט, כח און געלט, און אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות, קאפ און מח אהערצושטעלן דעם גאנצן שבת אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, און ס'זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה און סוקסעס,
די סדר השבת בכל פרטיה ודקדוקיה איז אויסגעשטעלט געווארן אויפ'ן בעסטן פארנעם לטובת אנשי שלומינו חברי קהילתינו הק', און אזוי אויך די מקומות וואו מ'וועט זיך מתאסף זיין במשכ'ן שבת ווערן אויסגעשטעלט אריינצולייגן די מאקסימום זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור.

די תפילות שבת קודש וועלן אפגעראכטן ווערן בהיכל בית מדרשינו הגדול ווי יעדע וואך, מיט מערערע צוגעלייגטע זיץ פלעצער.

די התוועדות ליל שבת קודש וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם בהיכל בית מדרשינו הגדול, אנדערש ווי יעדע וואך וואס עס ווערט געפראוועט אין די חדרי התפילה בהיכל מאיר זעליג,
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג, זקנים עם נערים, אברכים ובעלי בתים, בחורי חמד און ילדי תשב"ר, וועלן זיך צוזאמקומען להתענג מזיו נועם השבת, זינגען צוזאמען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן ניגוני שבת קודש, און ספעציעל ניגוני שמחה אריינטרעטנדיג יעצט אין די ימי השמחה פון חודש אדר, מען וועט הערן הערליכע דברי תורה פונעם רב שליט"א, ציצים ופרחים על פרשת השבוע ובענינא דיומא,

די היכל הביהמ"ד וועט ווערן אויסגעשטעלט מיט הונדערטער זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן אלע חברי קהילתינו הק', טאטעס און קינדער, באזונדערע פלעצער וועט זיין צוגעשטעלט פאר רבני ודייני קהילתינו הקדושה אויפ'ן אויבנאן לכבודם הראוי.

שבת קודש אינדערפרי וועט מען האבן די זכיה אז דער רב וועט יורד זיין לפני התיבה צו תפילת שחרית און מוסף, זאגן די יוצרות לכבוד שבת שקלים, און מעורר זיין אלע פארזאמעלטע מיט א הלל בוקע רקיעים, און ביים הויכפונקט וועט דער רב עולה זיין און ליינען די הייליגע קריאה פון שבת שקלים, און קריאה מעורר הזמן אראפצוברענגן השפעות טובות למען הכלל והפרט.

שלש סעודות אין דעם געהויבענעם מסוגל'דיגע זמן בעת רעוא דרעוין וועט מען ממשיך זיין מיט די פארגרעסערטע אויסשטעל וואס איז גאר פראקטיש און אהערגעשטעלט וואס מ'האט גענוצט אין די פארגאנגענע וואכן די ימי השובבי"ם ווען א ריזיגע עולם איז זיך צוזאמגעקומען הערן די דברים חוצבים להבות אש, די דברי כיבושין אין די העכסטע מינוטן פונעם שבת דורכ'ן רב שליט"א,
אינאיינעם מיט'ן ציבור לאלפים וועט מען זיך דערווארעמען מיט די הייסע ניגונים, שירות ותשבחות, אין שפיץ וועט מען הערן די התעוררות'דיגע דברי תורה וואס ווערט איבערגעגעבן מן ההר אל העם דורכ'ן רב שליט"א מיט אן אש קודש ורגש דקדושה, אויפפלאמענדיג לבבות ישראל לאביהם שבשמים, יעצט ווען מען טרעט אריין אין די ימי השמחה פון חודש אדר און מ'שטייט בעצם היום פון שבת שקלים וועט מען נתעורר ווערן עד דכדוכה של נפש און זוכה זיין צו אלע השפעות וואס קומען אראפ.

עס וועט זיין צוגעשטעלט באסעס תיכף נאך תפילת מעריב פאר אנשי שלומינו װאס וואוינען אין די ווייטערע געגנטער.

= השבת נועם הנשמות והשביעי עונג הרוחות ועדן הנפשות =

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 3:25 pm
דורך רעאליסטיש
הגאון הגדול רבי יושע אייכענשטיין שליט"א ראש ישיבת יד אהרן בארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בשליחות הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 12:42 am
דורך רעאליסטיש
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים כינוס התלמידים פון ישיבה גדולה עסק התורה פון מאנסי אינאיינעם מיט'ן שמחת השבע ברכות לכבודו פונעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א, פארגעקומען אין ביהמ"ד אנשי חי"ל פראנקפורט בשכונת חתם סופר אין קרית יואל.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 12:49 am
דורך רעאליסטיש
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי, אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 12:54 am
דורך רעאליסטיש
הרה"צ רבי צבי הירש פיש שליט"א - אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בעת די זמני כניסה לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 3:11 pm
דורך איך
דברי התעורורת והתבוננות של הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א
בעת רעוא דרעוין בבית מדרשינו הגדול
שבת תרומה - שקלים
בגודל הכנה דרבה ליום טוב בלימוד ספרי חסידות

https://www.dropbox.com/s/jqxzgdtthjn61 ... m7e22&dl=0

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 8:44 pm
דורך איך
🌴בצל הקודש🌴
תלמידי ישיבת אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר מרדכי שלעזינגער שליט"א בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעות.
~🌴~
מערקט די נייע ספרים שטוב
IMG_20250302_183536_615.jpg
IMG_20250302_183536_615.jpg (201.25 KiB) געזען געווארן 957 מאל
IMG_20250302_183542_789.jpg
IMG_20250302_183542_789.jpg (257.37 KiB) געזען געווארן 957 מאל
IMG_20250302_183531_633.jpg
IMG_20250302_183531_633.jpg (239.14 KiB) געזען געווארן 957 מאל

שבת שקלים באריכט פון א גאסט

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 8:59 pm
דורך בן נביאים
ק/פ
אהוביי וידידיי, אודה ולא אבוש....

סאיז מיר אויסגעקומען צו זיין אין קרית יואל אויף דעם שבת צוליב א משפחה שמחה, די שמחה איז טאקע נישט געווען אין ביהמ"ד אויף 12 גארפילד און נישט אין ביהמ"ד אויף 5 גארפילד, אבער דאך נישט ווייט פון דארט.
איך בין געגאנגן אין די מקוה שבת אינדערפרי אין גרויסן ביהמ"ד פון מהר"א אויף 12 גארפילד בערך 9 אזייגער, און איך בין שטיין געבליבן....

ראשית: די הינטערשטע שטאק האט אויסגעזעהן ווי אן עירפארט..... איך האב געמיינט אויף א מינוט אז ס'איז שמיני עצרת אדער וואס...

שווערע הונדערטער מענטשן צווישן די מקוה, די היכל התורה, די קאווע שטובל און סתם די האללוועי.....

והשנית: ביי אונז האט מען געענדיגט דאווענען בערך 12 אזייגער, בשעת'ן קידוש בין איך געגאנגן זעהן וואס טוהט'זיך אין ביהמ"ד הגדול ביי מהר"א, ואילו לא ראיתיו לא האמנתיו!

ס'איז טאקע שבת שקלים, שבת ראש חודש, אבער דא האט אויסגעזעהן ווי שבועות אדער שביעי של פסח וכו', דאס ביהמ"ד איז געווען אפען מיט אלע היכלים און פליגלען אויף אלע צדדים, און ס'איז געווען, בלי שום גוזמא, ממש אינגאנצן מלא על כל גדותיו....

אלע דורכגענג פול אינגאנצן....!

אלפים אידן.....

ויותר מזה, והוא העיקר, דאס ביהמ"ד האט געפלאקערט....!!!

איך האב שוין אמאל געשריבן דא, אז מאורעות מיט אסאך מענטשן קען מען טרעפן ביי ביידע צדדים, אבער דעם פייער וואס מהר"א ברענגט אריין ביי זיינע מעמדים תפילות וכו' דאס איז לגמרי נישט דא ביי ...

דאס איז אלעס וואס עיני ראו ולא זר....

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 9:23 pm
דורך לכל קהלא
איך האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:44 pm 🌴בצל הקודש🌴
תלמידי ישיבת אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר מרדכי שלעזינגער שליט"א בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעות.
~🌴~
מערקט די נייע ספרים שטוב
IMG_20250302_183536_615.jpgIMG_20250302_183542_789.jpgIMG_20250302_183531_633.jpg
דעס איז די אלטע נאר צויגעבויט?
איינער קען אריינקומען מיט מער דעטאלן?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 9:47 pm
דורך ווערווייס
לכל קהלא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:23 pm
איך האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:44 pm 🌴בצל הקודש🌴
תלמידי ישיבת אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר מרדכי שלעזינגער שליט"א בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעות.
~🌴~
מערקט די נייע ספרים שטוב
IMG_20250302_183536_615.jpgIMG_20250302_183542_789.jpgIMG_20250302_183531_633.jpg
דעס איז די אלטע נאר צויגעבויט?
איינער קען אריינקומען מיט מער דעטאלן?
צוגעבויט א נייע עקסטענשאן

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 10:12 pm
דורך רעאליסטיש
*דאנערשטאג פרשת תרומה כ"ט שבט יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלעזר גאנדעל הי"ו.
- ב"ר אברהם יואל שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' און געטייטשט אז די ברען און התלהבות וואס צדיקים לייגן אריין אין א מצוה איז משפיע פאר די שפעטערדיגע דורות, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א וואס זיין השפעה איז נאך דא ביז היינט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 10:50 pm
דורך יחזקאל הלוי
לכל קהלא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:23 pm
איך האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:44 pm 🌴בצל הקודש🌴
תלמידי ישיבת אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר מרדכי שלעזינגער שליט"א בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעות.
~🌴~
מערקט די נייע ספרים שטוב
IMG_20250302_183536_615.jpgIMG_20250302_183542_789.jpgIMG_20250302_183531_633.jpg
דעס איז די אלטע נאר צויגעבויט?
איינער קען אריינקומען מיט מער דעטאלן?
צו דיין קשיא איז די תירוץ אז דעיס איז אינגאנצן א נייע ספרים שטוב אויף די אנדערע זייט.

מיין שאלה איז נאר צו די צווייטע שטאק איז אויך דא (עכט) ספרים און ווי אזוי קומט מען אן דערצו?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 10:54 pm
דורך לג בעומר
יחזקאל הלוי האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 10:50 pm

יא דא געהעריג ספרים גראדע אויך א סעיף פארן רבינס ספר תורה קעגן איבער דעם רבין איז די טרעפ ארויף

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:49 pm
דורך ווערווייס
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 10:54 pm
יחזקאל הלוי האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 10:50 pm
לכל קהלא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 9:23 pm
דעס איז די אלטע נאר צויגעבויט?
איינער קען אריינקומען מיט מער דעטאלן?
צו דיין קשיא איז די תירוץ אז דעיס איז אינגאנצן א נייע ספרים שטוב אויף די אנדערע זייט.

מיין שאלה איז נאר צו די צווייטע שטאק איז אויך דא (עכט) ספרים און ווי אזוי קומט מען אן דערצו?
יא דא געהעריג ספרים גראדע אויך א סעיף פארן רבינס ספר תורה קעגן איבער דעם רבין איז די טרעפ ארויף
די טרעפ זענען נישט אין שטוב, נאר אינדרויסן פון שטוב