גיט מארגען צו דיר!
קענסט מיר געבען א מיניט צוויי?
יישר!
אידטיש האט א מויראדיגע זכיה אז ס'דרייט זיך דא א גאר חשובע ניק וואס איז א געוואלדיגער עסקן לטובת הצלת אחינו בני ישראל,
הער א מעשה'לע: געווען איז עס נישט לאנג צירוק, ווען א רוב קינדער זענען נאך געווען אין תפיסה (שעלטער) {לאמיר טאקע א תפלה טוהן צום רבש"ע פאר די וואס זענען נאך דארט אז ער זאל שוין באפרייען אלע נאך היינט, שוין יעצט, אמן!}
קינדער מיינט מען 'אלע' עידזעש פון א בן יומו ביז די 18, אינגלעך - מיידלעך - צושפרייט און אפאר לאקאלען,
די אומשטענדען אין די שעלטער איז שווער זיך פארצושטעלן אין נאך שווערער דאס אראפ צולייגען און ווערטער, ועל כולם שטעל דיר פאר ווי נאך שווערער ס'איז, די פאקט אז ס'רעדט זיך פון קינדער,
געווענליך, וועלן די נאטירליכע פארזארגערס פאר קינדער, טוהן אלעס מעגליך צו העלפען אין גריגער מאכען פאר זייערע קינדער, איז אבער דא, געווען אינגאנצען אנדערשט ווען די קינדער זענען אנגעזאגט געווארען נישט צו נעמען הילף פון קיינעם,
אלס א סך הכול מיינט עס אז מ'רעדט דא פון זיראו הכרת הטוב פון קיינעם רעלאוואנט צו די סטארי (פלוס קללות נמרצות)
איז אינטער געקומען די יו"ט פסח, אין די הארץ האט אנגעהויבען צו באכענען טראכטענדיג, וואס גייט דא זיין מיט די הייליגע קינדער, (פארגעס נישט אז געוויסע פון די קינדער זענען שוין עלטערן) אפי' מיט כאטש די מיניניום יוצא צו זיין די מצות היום ווי מצה מרור ד' כוסות וכו',
איז געקומען האי צדיק נקרא ב'ניק @על פי תורה מיט זאגענדיג אם אין אני לי מי לי אין אראנדזירט א מעגא מערכה, דעיס רעכנט אריין, אראנדזירינג אין 'פילטערן' (ס'קען דאך נישט זיין סיי ווער) א מחנה וואלאנטירען פאר אלע שעלטערס, מענער פאר די אינגלעך/בחורים/טאטעס אין פרויען פאר די מיידלעך/פרויען זיי צו פארען צו די מרחקים צו זיין מיט די אסורי שעלטערס אויף גאנץ יום טוב נאך מיט שלעפענדיג ממש כל צרכי החג, ונכלל בזה אפי' מעשה ביכלעך, ממש אלע גיטע זאכען, וואס די קאסט דערפון איז מיינד באגלינג..
למעשה ויהי היום.. אין די מר קרעדיט קארד ביל האט געלאנדעט, אין למעשה זאל נישט אויסגערעדט זיין איז עס שווארצע בישות - מ'רעדט דא פון א ערך פון 6 אלפים אין דעיס איז נאר פאר טיקעטס, (אויב נוגע, האב איך עס קאנפירמד דורכגייענדיג די בילל, ס'איז 100 פראצענט legit)
פאר א נויט טענעהט נאך די ניק @על פי תורה אז ער וויל נישט קאמפיינען פאר געלט, זיך זארגענדיג אז ס'זאל נישט שאטען פון די נדבות וואס ס'וואלט אפשר געגאנגען פאר אנדערע הוצאות/נצרכים. יעדע סעקונדע קאסט דאך נאך געלט
אין דא קומען אינז אריין אין די פיקטשער, דאס אז ער וויל נישט קאמפיינען, געזינטערהייט.
סאו לאמיר אינז אלע קאמפיינען אנשטאט איהם מיטן אקעגען קומען מיט די געלט!
לאמיר נישט צו לאזען א עסקן אינטערברעכען. א עסקן בימינו איז א ריזיגע מציאה, אין ס'איז א דבר גדול מאוד איהם צו מחזק זיין!!
א טיקעט קומט אויס צו א עוורידזש פון $900 - מיט די אלע נתינות ביז אהער, האמיר שוין געקאווערט ב"ה א טיקעט.
אין יעצט מיט דיין נתינה
איך בעעעעט דיר (די מער די בעסער) אפי' א קלייניגקייט, וועט עס ברענגען נאך נענטער, ביז מ'וועט מאכען אי"ה א ריזיגע שיינע לחיים מיט א רייכע פראגראם.
ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו, בברכת שפע ברכה והצלחה בכל ענינים, מתוך רחמים וחסדים גדולים ומרובים אמן!!!
ידיד נפש אב וכו'
לינק צום קאמפיין
https://www.dryveup.com/mission/150
לינק צום קאמפיין אשכול
viewtopic.php?p=184917#p184917