בלאט 27 פון 155
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:32 pm
דורך קטןודל
מען גלאנצט איבער די פאדלאגע פון ביהמ"ד הגדול דבאבוב לקראת די ימים נוראים
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:36 pm
דורך קטןודל
לקראת סיום הזמן נבחנו אברכי "כולל להוראה ירושלים" בראשות הגר"י סקוצילס שליט"א בעל "אהל יעקב" אצל מרנן גדולי ההוראה שליט"א: הגאון רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז ב"ב, הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער חבר ביד"צ העדה החרדית, הגאון רבי משה בראנסדארפער רב היכל הוראה
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:36 pm
דורך הקוראים
כ"ק אדמו״ר מוואודרידזש שליט"א
קומט יעצט אן צו מנחם אבל זיין
משפחת הרה"ח חיים בער מייזעלס ז"ל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 5:05 am
דורך קטןודל
האדמו"ר ממאכנובקא-בעלזא צינדט א לעכטל בליל ההילולא קדישא של הרה"ק מבעלזא כ"א אב
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 5:06 am
דורך קטןודל
האדמו"ר ממאכנובקא-בעלזא ביים ציון הק'
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:04 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מפינסק-קארלין זיך משתתף ביי א שמחת שבע ברכות פון אן אייניקל פון מרן הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א מרא דארעא קדישא
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:13 am
דורך Headquarters
חסידי ברסלב אין אמעריקא האבן אויפגענומען מיט גרויס עקסטאז און שמחה די פאזיטיווע נייעס אז ענדליך וועט מען בעז"ה זוכה זיין פריש צו עפענען א ישיבה גדולה פאר ברסלב'ע בחורים וואס ווילן שטייגן אין עבודת השם אויפ'ן הייליג'ן רבינ'ס דרך, און אנטשפרעכט ארויסצוגעבן הערליכע פירות וואס וועט בעז''ה זיין א שטאלץ פאר כלל חסידי ברסלב אין אמעריקא.
די סדרי ישיבה וועט בעז"ה זיין אוועקגעשטעלט מיט שיעור עיון און שיעור פשוט, שלחן ערוך און ספרי רבינו, תפילה בהתלהבות ודביקות, שמחה בהשם, אלעס מיט א מיט א געשמאק און ליכטיגקייט, עפעס צו וואס יעדע ברסלב חסיד שטרעבט שוין לאנג.
די מגידי שיעור וועלן זיין צוזאמגעשטעלט פון אינגעלייט תלמידי חכמים, בני עלי-ה מיט אסאך נסיון אין הסברה און פארשטיין צו די נפש פון א בחור, און אריינשיינען א שמחה און חיות אין תורה ועבודת השם.
א שטאב פון געניטע עסקנים זיצן אין די טעג צו פארענדיגן אלע פרטים וואס עס פעלט זיך אויס פאר די ישיבה, הן מיט'ן אהערשטעלן א שטאנדהאפטיגע וועד הגשמי צו פארזיכערן די עקזיסטענץ פון די ישיבה ווייל אם אין קמח אין תורה, הן מיט'ן מסדר זיין די בנינים פאר די ישיבה און אש"ל וכו'. און שפיץ פון די באגאבטער עסקן נמרץ לכל קדשי בית ברסלב הרבני הנכבד מוה"ר דוד קויפמאן הי"ו פון Dart Media.
פלעצער זענען באגרעניצט וכל הקודם זכה!!
מער פרטים וועט בעז"ה נאכפאלגן.
עלטערן וואס ווילן אריינשיקן די בחורים אין די הייליגע ישיבה און מקיים די צווי פון הייליגן רבי'ן וואס האט געזאגט: "פאר אייערע קינדער זאלט איר צו וויסן טוהן וואס דא האט זיך אפגעטוהן" זאלן רופן 917-768-0022.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:17 am
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
=דאנערשטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
בהר"ר יוסף יושע גאלדבערגער שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' עזריאל מאיר קאהן שליט"א - אבד"ק סענדשארדזש, אינאיינעם מיט עטליכע רבני ודייני קהלתינו הק' לאור די יעצטיגע קאמפיין פאר קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטאמאלא ווי די חשובע רבנים שליט"א שטייען בראש פון די קהילה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות לטובה פאר די קהילה, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע רבנים שליט"א און די אנוועזענדע עסקנים.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען אינטן אינעם זאל א מעמד 'הכרת הטוב' פאר אנ"ש פון בני ברק וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט צו מנדב זיין גרעסערע סכומים פאר מוסדותינו הק' אין ב"ב, אינאיינעם מיט א מעמד כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' אין ב"ב,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק לכבוד המעמד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו חידושי תורה מהר"א ט"ב פאר אלע נדבנים,
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:52 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
האדמו"ר מקאליש אין מחנה קאליש.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:52 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
מעמד חנוכת הבית און הנחת אבן הפינה אין מחנה אהל ברוך קראסנא.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:32 am
דורך ניקל
כלל ישראל ווערט גערופן מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואת כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע ליידט פון א שווערע חולשה און די רבי שליט"א איז אנגעוויזן אויף תפילת ישראל,
די ציבור איז מתפלל לרפואת מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש.
לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון רבי'נס שטוב וועט די רבי דערווייל נישט אריין געפירט ווערן אין שפיטאל נאר בלייבן בביתו נאוה קודש אונטער די אבזערוואציע פון א געניטע שטאב דאקטוירים.
והן א-ל כביר לא ימאס תפילת רבים.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:36 am
דורך טיפע טאשן
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
וויפל האט מען געדארפט געבן כדי צו קומען?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:49 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:36 am
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
וויפל האט מען געדארפט געבן כדי צו קומען?
איך מייו צווישן 5 און 10 טויזענט
נישט זיכער
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:15 pm
דורך עדיטאריעל
הרה"צ ר' חיים שלמה מילר אבד"ק נייטרא שליט"א - בקודש פנימה בייי מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים שליט"א מרא דארעא קדישא
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:49 pm
דורך קישטא קאי
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:49 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:36 am
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
וויפל האט מען געדארפט געבן כדי צו קומען?
איך מייו צווישן 5 און 10 טויזענט
נישט זיכער
דאללער אדער שקל?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:36 pm
דורך צדיק נסתר
קישטא קאי האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:49 pm
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:49 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:36 am
וויפל האט מען געדארפט געבן כדי צו קומען?
איך מייו צווישן 5 און 10 טויזענט
נישט זיכער
דאללער אדער שקל?
דאלער!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:29 pm
דורך כרוספדין
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 11:36 am
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 11, 2023 9:15 am

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביים מעמד הכרת הטוב פאר תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' ב"ב, פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~

~
וויפל האט מען געדארפט געבן כדי צו קומען?
ארגינעלע מודעה פון שנת תשע”ט אז די שבת איז אין פלאן, (אינטערסאנט אז טייל פון די 25 אינגעעלייט וואס זענען געקומען האבן חתונה געהאט שפעטער)
.

- IMG-20230811-WA0052.jpg (203.08 KiB) געזען געווארן 698 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 12, 2023 9:36 pm
דורך הקוראים
post_id=10604 האט געשריבן:דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:36 pm
כ"ק אדמו״ר מוואודרידזש שליט"א
קומט יעצט אן צו מנחם אבל זיין
משפחת הרה"ח חיים בער מייזעלס ז"ל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 12, 2023 9:37 pm
דורך הקוראים
ביהמ"ד סקווירא מאנסי:
שיעור בפרקי אבות בשבת זו
ע"י הרה"ג ר' יהושע לעבאוויטש שליט"א
בן כ"ק מרן אדמו״ר מוואודרידזש שליט"א
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:23 am
דורך ישיבה קטנה
כ"ק אדמו״ר מסאטמאר מהר״א שליט"א ביי ניחום אבלים פון משפחת הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע"א.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:20 am
דורך קטןודל
האחים האדמורי"ם מטשערנאביל שליט"א ביי די שמחת החתונה פון בן אחיהם אב"ד טשערנאביל-אלעד
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 10:24 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מדינוב ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר לקראת די יארצייט
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 12:12 pm
דורך סאטמארע נייעס
סאטמאר מהר''א
*מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*
לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הר"ר מאיר אליעזר מייזליש שליט"א
בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א
וחתן הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א
ר"מ ישיבת בית יוסף צבי
בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א
*שישו ושמחו בשמחת רבינו*

סאטמאר'ע נייעס
