בלאט 27 פון 35
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 4:21 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:13 pm
בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:12 pm
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:09 pm
יעי!!!
וואס אזוי פרייליך?
נישט קיין אייסעלעשעניסט, א בחור מיט די קאפ אויף די פלייצעס, און א פיסק אויף שרויפן.
לאמיר האפן אז ער וועט טוישן די טאן אביסל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 5:37 pm
דורך מאירוואלף
Temu שטעלט אפ אלע שימפמענטס קיין אמעריקע צוליב די טאריפס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 7:07 pm
דורך חלום חלמתי
בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:12 pm
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:09 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 12:26 pm
אקסיאוס
טראמפ'ס הויפט פאליטישער ראטגעבער סטיווען מילער שטייט ארויס אלס דער הויפט קאנדידאט פאר די ראלע פון נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער.
יעי!!!
וואס אזוי פרייליך?
קוק זיין פרעסע קאנפערענץ נעכטן ווי ער טיילט מכות פאר די מידיע.מנה אחת אפים פארן זיך אננעמען פאר די מס דרייצן גענג מעמבער.
ס'האט קיינער נישט געהאט קיין פאלאו אפ קוועשן דערויף...
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 7:33 pm
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 7:07 pm
בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:12 pm
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 4:09 pm
יעי!!!
וואס אזוי פרייליך?
קוק זיין פרעסע קאנפערענץ נעכטן ווי ער טיילט מכות פאר די מידיע.מנה אחת אפים פארן זיך אננעמען פאר די מס דרייצן גענג מעמבער.
ס'האט קיינער נישט געהאט קיין פאלאו אפ קוועשן דערויף...
העמיר דארף קוקן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 12:46 pm
דורך ווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעפאנגן ארויס געבן טויזנט דאלאר צאלונגן פאר אימיגראנטן וועלכע פארלאזן דאס לאנד אויף די אייגענע האנט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:26 am
דורך מאירוואלף
בלומבערג: אויב געשפרעכן מיט די יונייטעד וועלן דורכפאלן, פלאנירט די אייראפעאישע פאראיין צו לייגן טאריפן ווערט פון 100 ביליאן יורא אויף אמעריקאנער סחורות.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 9:59 am
דורך גליק
פרעזידענט טראמפ פארארדענט אפשטעל פון פעדעראלע געלטער פאר געפארפולע וויירוס עקספערימענטן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 10:02 am
דורך ווער
עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז אויב זאל די טאריף קריג צווישן אמעריקא און כינע ווייטער אנהאלטן, דאן וועט דאס אריין שטיפן די כינעזער עקאנאמיע אין א דעפרעסיע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 10:03 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארויף שטעלן 100% טאריפס אויף מאוויס וועלכע ווערן פראדוצירט אין אויסלאנד, כדי צו ראטעווען האליוואד פון אונטערגיין
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 11:02 am
דורך מאירוואלף
די איראנער נור נייעס אגענטור באריכטעט אז די פערטע רונדע פון געשפרעכן צווישן די יונייטעד סטעיטס און איראן וועט פארקומען אין עומאן זונטאג.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 12:01 pm
דורך ניקל
קאנאדע'ס פרעמיער מיניסטאר קארני איז אנגעקומען קיין וואשינגטאן זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ

- Screenshot_20250506_120019_Plus.jpg (206.26 KiB) געזען געווארן 388 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 12:02 pm
דורך ניקל
אין א פריערדיגע אויסברוך פון פרעזידענט טראמפ איבער'ן באזוך

- Screenshot_20250506_120125_WhatsApp.jpg (249.67 KiB) געזען געווארן 386 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 1:27 pm
דורך ווער
אין א גאר פאזיטיווע דערגרייכונג האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ געמאלדן אז די האוטי רעבעלן פון תימן גייען אויפהערן אטאקירן שיפן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 2:46 pm
דורך ניקל
סופרים קאורט שטימט אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ איבער'ן ארויסווארפן די משונה הבריות מענטשן פון די מיליטער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 5:49 am
דורך מאירוואלף
אמעריקע און כינע וועלן אפהאלטן זייערע ערשטע טרעיד געשפרעכן די וואך אין גענף, שווייץ, אנגעפירט דורך טרעזשורי סעקרעטאר בעסענט און הויפט האנדל-פארהאנדלער גריר אויף די אמעריקאנער זייט, און וויצע-פרעמיער הע ליפענג פאר די כינעזער.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 10:10 am
דורך מאירוואלף
וויינעט:
דער איראנער אויסערן מיניסטער האט זיך פארבינדן מיט טראמפ'ס שליח און געבעטן צו פירן דירעקטע פארהאנדלונגען מיט די יונייטעד סטעיטס איבער נוקלעארע ענינים.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 10:12 am
דורך מאירוואלף
אמעריקאנער וויצע פרעזידענט ווענס: ביז דערווייל זענען די געשפרעכן מיט איראן גוט, זיי וועלן קענען האבן א ציווילע נוקלעארע פראגראם.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 11:22 am
דורך Think and Thank
בלק האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 10:55 am
מאירוואלף האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 7:07 am
AP
דעטאלירטע אמעריקאנער מיליטערישע פלאנירונג דאקומענטן פון די לעצטע טעג ווייזן אויף צוגרייטונגען פאר א גרויסער מיליטערישער פאראדע צו אפצייכענען טראמפ'ס 79סטן געבורטסטאג אין יוני. 6,600 זעלנער, לפחות 150 טרעקלעך אריינגערעכנט טאנקען, 50 העליקאפטערס, זיבן פארשידענע מוזיקאלישע בענדס און ארום 2,000 ציווילע מענטשן ווערן ערווארטעט זיך צו באטייליגן זיך אין די פייערונגן, וואס קענען קאסטן צענדליגער מיליאנען דאלאר.
פעיק נויז איט איז
עס איז א פאראדא פאר די מיליטערישע יארטאג
נוסח פראנקרייך.
(כ'געדענק נאך ווי אין זיין ערשטע טערמין איז טראמפ אהיימגעקומען פון די 'באסטילע טאג פאראדע' אין פאריז און געזאגט אז ער וואלט געוואלט האבן אזאנס אין אמעריקע לכבוד יולי 4, און די פיינט פון די מענטשהייט (המכונה מעינסטריעם מידיע) האבן צוגעלייגט בנשימה אחת "דאס צייגט טראמפ'ס ליבשאפט צו דיקטאטארן ווייל אזאנע פאראדעס קומען פאר אין רוסלאנד, כינע און דרום קארעא."
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 11:26 am
דורך Think and Thank
מאירוואלף האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 5:37 pm
Temu שטעלט אפ אלע שימפמענטס קיין אמעריקע צוליב די טאריפס.
אנגעהויבן פון ווען?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:26 pm
דורך מאירוואלף
די 250סטע געבורטסטאג פאראדע פון דער אמעריקאנער ארמיי, וואס איז געפלאנט פארן 14טן יוני (וואס וועט אויספאלן אויף פרעזידענט טראמפ'ס געבורטסטאג), ווערט ערווארטעט צו קאסטן צווישן 25 מיליאן און 45 מיליאן דאלאר. איבער 6,000 זעלנער פון יעדער דיוויזיע וועלן זיך באטייליגן, צייגנדיג פארשידענע תקופות פון די ארמיי געשיכטע מיט היסטארישע יוניפארמען און עקוויפמענט. די פאראדע וועט ארייננעמען:
מיליטערישע עקוויפמענט:
- 150 ארמיי וועהיקלעס, אריינגערעכנט 90 שווערע וועהיקלעס ווי טאנקען און ברעדלי קאמף וועהיקלעס
- 10 טאנקען
- 10 האוויצערס
- 60 לייכטע וועהיקלעס
לופט אויסשטעלונג:
- 50 קריגס עראפלאנען
- די ארמיי'ס גאלדענע נייטס פאראשוט גרופע
היסטארישע רעפרעזענטאציע:
- יעדע ארמיי דיוויזיע וועט רעפרעזענטירן אן אנדערע תקופה פון ארמיי געשיכטע
- פעריאדישע אוניפארמען און עקוויפמענט וועלן ווערן גענוצט
פרעזידענט טראמפ האט באטיטלט די געשאצטע 45 מיליאן דאלאר קאסטן אלס "ניסלעך" אין פארגלייך פאר וואס מיר וועלן ארויסנעמען דערפון. די פאראדע פלאנירונג איז שוין אין גאנג פאר איבער א יאר, כאטש וואס די גרויסקייט דערפון האט זיך לעצטנס פארגרעסערט. די געשעעניש קומט נאכדעם וואס א ענליכע פאראדע פארשלאג בשעת טראמפ'ס ערשטער אדמיניסטראציע איז אפגעווארפן געווארן צוליב א קאנטראווערסיע איבער טאנק באנוץ (עס וועט קאליע מאכן די שאסייען אין וואשינגטאן ועוד) און די קאסטן.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:33 pm
דורך מאירוואלף
די וואל סטריט דזשורנאל באריכטעט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט באאויפטראגט די אמעריקאנער שפיאנאזש אפטיילונגן צו פארשטערקערן שפיאנאזש זאמלונג אויף גרינלאנד.
דער דענישער אויסערן מיניסטער לארס לאקע ראסמוסען האט מיטוואך געזאגט אז ער וועט רופן דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר אין ליכט פון דעם באריכט.
דער ארטיקל "האט אויפגעברענגט א סך זארג, ווייל פריינט שפיאנירן נישט איינער אויפן אנדערן", האט ראסמוסען געזאגט אין ווארשע. "דאס איז זייער ערנסט, ממילא וועלן מיר רופן דעם אמבאסאדאר צו א זיצונג אינעם אויסערן מיניסטעריום."
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:35 pm
דורך מאירוואלף
פרעזידענט טראמפ'ס מיטל מזרח ראטגעבער און שליח סטיוו וויטקאף פלאנירט היינט צו אינפארמירן די מיטגלידער פון די יונייטעד נעישאנס זיכערהייט קאונסיל, איבער דברים העומדים על הפרק, אריינגערעכנט וועגן נוקלעארע געשפרעכן מיט איראן.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:40 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 10:12 am
אמעריקאנער וויצע פרעזידענט ווענס: ביז דערווייל זענען די געשפרעכן מיט איראן גוט, זיי וועלן קענען האבן א ציווילע נוקלעארע פראגראם.
סענאט רעפובליקאנער זענען מחולק ווייזט אויס.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 1:13 pm
דורך מאירוואלף
כינע באשטעטיגט האנדל געשפרעכן מיט די יונייטעד סטעיטס דעם פרייטאג, אבער בעידזשינג ווארנט אז 'סיי וועלכע סארט דרוק טאקטיקן... וועט נישט פירן אין ערגעץ.'
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 1:16 pm
דורך מאירוואלף
סאודי אראביע'ס מעסעדזש צו טראמפ, איידער זיין באזוך אינעם מיטל מזרח: "מיר זענען נישט אינטערעסירט אין קיין 'איבערראשנדע מעלדונגען' איבער נארמאליזאציע מיט מדינת ישראל".