צום זאך! האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 12:09 am
חשוב'ע חברים! שלום עליכם אייך
פאר אלע טייערע יידן דא גלייך
די בן עיר מיטן בן כרך
פון חב"ד ביז ברסלב נ נח
בני אברהם יצחק ויעקב היינו הך
בנים קרויים בין כך ובין כך
די נייע פארום דא איז כו"ע דורשין לשבח
א שיינע סוכה'לע מיט כשר'ע סכך
אדער מיטן משל פונעם טהור'ן שמן פך
ס'איז מיט פולע תוכן'דיגע אינהאלט רייך
ס'געשמאק דא צו אריין שפאצירן אסאך
כאפן אמאל א שמייכל צו א לאך
צו ווערן אויפגעפרישט און וואך
יעדער איינער מיט זיין שפראך
האט זיין אייגנארטיגן פאך
וואס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך
און ברענגט פון זיך אוצרות א טייך
וואס מאכט דאס פלאץ פאר א פראך
אלזא, א שהחיינו דא איך מאך
ווען א נייע ניק איך דערגרייך
לך אזבח תודה זבח
אריין געסיינט, בום טראך..
מיטן גאנצן רמ"ח..
צופרידן ביז צום דאך..
שמח בחור שמח..
שלך לחמך שלח..
און איך האף טאקע צו רעדן
צום זאך!