כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בקיצור, קיין נייעס איז שוין נישט דא אין לב טהור.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- בשמים הודו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
- Location: ניו יארק
- x 115
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 677
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לרבים השואלים האמיר זיך אראפגעזעצט מיט די עסקנים און אביסל צונומען אויף קליינגעלט וואס קאסט אלס יעצט פאר די עסקנים וואס יום ולילה לא ישבותו. וירא הקהל וישפטו.
דירה געלט איז יעצט דא איין קאפל וואס צאלט $1500 און צווי קאפעלס וואס צאלן $1650
די עסקנים באצאלן די ערשטע חודש און צומאל אויך די צווייטע.
קליידער איז יעדע קאפל בערך $3900 (שטריימל, בעקיטשע, רעקל, העמדער, אונטערוועש, פרויען קליידער ועוד) און אויב עס איז דא איין צוויי קינדער איז עס נאך $4-500 און ארויף.
שכר לימוד פאר יעדע קינד איז לכה"פ $300 א חודש
יעצט איז דא 5 מענטשן וואס די סעלפאון איז אויף די עסקנים, א סך הכל פון $150 א חודש.
אויסשטאפירן א דירה (בעטן, שענק, פרידזש פריזער, אויוון וכדו') אויף א נארמאלע פארנעם, איז א ערך פון צוויי אלפים. (דאס איז שוין נאכ'ן צוזאמנעמען חפצים פון נדיבי לב)
לעקטער פאר יעדע דירה איז $100-150
עסן פאר יעדע משפחה איז א שיינע פאר הונדערט דאלער א וואך, אויב איז עס א קליינע בעבי איז עס לכה''פ נאך א הונדערטער פאר פארמולע.
לעגאלע דאקומענטן פאר א משפחה איז בערך $300.
דאקטורים מיט מעדיצינען ביז די גאווערמענט באצאלט עס איז אויך אפאר דאלער.
יעצט איז געווען איינער וואס האט וויכטיג געדארפט גיין פאר טעראפי ASAP, א נישטיגע $200 פאר 45 מינוט, ס"ה פון $1200 א חודש דערווייל.
אמת טאקע אז די עסקנים ארבעטן שווער צו באקומען גוטע פרייזן, אבער אחרי ככלות הכל בלייבט איבער זייער אסאך אויף אונזערע פלייצעס.
לאמיר געדענקען אז מיר טוען עס פאר אונזערע ברודער און שוועסטער בלוט און פלייש, און די גרעסטע הנאה וועט זיין ווען מיר וועלן זעהן ווי שיין זיי האבן זיך איינגעגלידערט צווישן אונזער עולם כאחד האדם.
יעצט האמיר די געלעגנהייט צו ראטעווען דורות פשוטו כמשמעו!!!
ומכאן הקריאה יוצאת פאר די עולם אידן וואס זענען נאך בעמק הבכה.
קומטס ארויס בהמוניכם און זייטס אונז מזכה מיט די מצוה, מיר קוקן ארויס אויף אייך און מיר ווארטן אייך צו באגריסן אזוי ווי ביזט יעצט און ביתר שאת ויתר עוז.
בלייבטס נישט פארזונקען און אייערע מחשבות ווער וועט אייך העלפן, ווייל מיר שטייען גרייט מיט ברייטע ארעמעס אייך מקבל פנים צו זיין.
יא דו האסט די כוחות!!!
ונסיים מעין הפתיחה, לאמיר אלע כאפן א זכות און די געוואלדיגע מצוה, און ווער עס וויל געבן ספעציפיש און וויל האבן א רעסיט צו הענגען און די סוכה, זאל זיך פארבינדן פריוואט און מיר וועלן שיקן די רעסיטס.
https://toirem.org/23423
נ.ב. היות אויף די תורם סיסטעם קען מען נישט זעהן גלייך די נדבות, ביטע שיקט מיר אין אישי אדער אין אימעיל manhig45@gmail.com וויפיל איר האט מנדב געווען (אויב מעגליך א סקרינשאט) און מיר וועלן מפרסם זיין די עושי מצוה און אין אייער זכות אנווארעמען נאך אידן פאר די הייליגע צוועק. ייש''כ ותזכו למצוות!!

מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס ווערט געזוכט א ווארעמע שטוב, פאר א בחור’ל פון די חשוב’ע יוצאים, פאר א שטיק צייט,
אין די קרית יואל געגנט
אויב איר טראכט אז ס’איז פאר אייך, און איר האט די מעגליכקייט
ביטע פארבינד אייך אין אישי
אין די קרית יואל געגנט
אויב איר טראכט אז ס’איז פאר אייך, און איר האט די מעגליכקייט
ביטע פארבינד אייך אין אישי
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מנהיג האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 9:44 pm
ומכאן הקריאה יוצאת פאר די עולם אידן וואס זענען נאך בעמק הבכה.
קומטס ארויס בהמוניכם און זייטס אונז מזכה מיט די מצוה, מיר קוקן ארויס אויף אייך און מיר ווארטן אייך צו באגריסן אזוי ווי ביזט יעצט און ביתר שאת ויתר עוז.
בלייבטס נישט פארזונקען און אייערע מחשבות ווער וועט אייך העלפן, ווייל מיר שטייען גרייט מיט ברייטע ארעמעס אייך מקבל פנים צו זיין.
יא דו האסט די כוחות!!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר’ שמואל. איר דארפט אייך צואיילען, לויט ווי דער עולם קומט אריין, קוקט אויס אז איר וועט דארפען זיין גרייט גאר בקרובשמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 4:36 pm איך בין גרייט זיך צוצושטעלן צו די עסקנים, און טון לויט ווי אזוי זיי פארשטייען, אויף וועלכע סכום זיי וועלן זאגן.
דער עולם האט נישט קיין השגה וויפיל מען קען אויפטון דא, נישט בלויז מיטן העלפן די באטראפנדע משפחה, נאר אויך מיט די מעסעדזש וואס קומט אן צו די אידן וועלכע געפינען זיך נאך דארט, און ציטערן (איך רעד מידיעה), אז ווען זיי קומען קיין אמעריקע, וועט מען זיי לאזן אויפן וואסער ח"ו.
מיט אייער נתינה שיקט איר א מעסעדזש פאר צענדליגע נפשות מישראל, אז מיר זענען דא אייך צו העלפן אויף יעדן סארט וועג, און מיר ווילן זיכער מאכן אז איר שפירט זיך גוט און באקוועם, אויף וועלכער אופן עס איז נאר שייך.
נעמט דאס נישט פאר לייכט, דאס איז פדיון שבויים, פיזיש און גייסטיש. ווארפט אריין גרויסע נתינות כיד ה' הטובה עליכם, כי אין לך צדקה גדולה מזו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א איד וואס געפינט זיך נאך אין בבל, ער האט זייער אסאך מיט געמאכט
מ'דארף אים העלפן!
עס ווערט געזוכט איינער וואס פארט אהין אין די קומענדיגע וואך, מיטצושיקן א קליין סכום געלט פאר אן אמת'ער נצרך, איינער וואס איז באמת נישט א חלק פון דאס פלאץ, אבער לעת עתה קען ער נאכנישט בשום אופן אפלאזן וועגן געוויסע ערנסטע סיבות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 132
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: מאנסי ניו יארק
- x 521
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער איז דער שואל?וואס דען האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 10:23 pmא איד וואס געפינט זיך נאך אין בבל, ער האט זייער אסאך מיט געמאכט
מ'דארף אים העלפן!
עס ווערט געזוכט איינער וואס פארט אהין אין די קומענדיגע וואך, מיטצושיקן א קליין סכום געלט פאר אן אמת'ער נצרך, איינער וואס איז באמת נישט א חלק פון דאס פלאץ, אבער לעת עתה קען ער נאכנישט בשום אופן אפלאזן וועגן געוויסע ערנסטע סיבות
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אנאנים.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 132
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: מאנסי ניו יארק
- x 521
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט מער און נישט ווייניגער!!
https://tablet.otzar.org/#/book/635568/ ... /0/end/0/c
אגב, איך האלט זיך נאך ביי מיין בקשה צו חברי קהילת לב טהור אויב קען איינער דאס ברענגען מיט דאו''ן לאודינ''ג אפציעס
https://tablet.otzar.org/#/book/635568/ ... /0/end/0/c
אגב, איך האלט זיך נאך ביי מיין בקשה צו חברי קהילת לב טהור אויב קען איינער דאס ברענגען מיט דאו''ן לאודינ''ג אפציעס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כהאב מיך מתבונן געווען, עס איז דא די כלל אז עונשים קומען מידה כנגד מידה און אויכעט ווייסן מיר דעם קשוט עצמך ואח”כ קשוט אחרים.
בעצם אין תורת הנגלה מיינט ’עירוב רב’ די פרעמדע פעלקער וועלכע האבן זיך אנגעטשעפעט אין כלל ישראל ביי יציאת מצרים. זיי האבן געזעהן די ניסים און געווארן איבערגענומען, אבער עס איז נישט געוווען קיין פולשטענדיגע ריינע גירות. דאס איז די פשוטע פשט אין עירוב רב.
קומט א כת און באצייכנט אונז די ריכטיגע בני אברהם יצחק ויעקב אלץ עירוב רב... נאכדעם ווערט די כת אליינס אנגעפולט מיט גרים און אזאנע סארט וועלכע זענען מכשיל מיט די חמורות שבחמורות.... נו ווער איז די ריכטיגע עירוב רב???? מבהיל!!!
-------
כוויל נאר אויסקלארן אז איך באצוה מיך נישט אויף קיין פאל צו קיין שום ריכטיגע גר. מיר זענען מחיוב מיט אלע סארטן ציוויים און אזהרות צו ליעב האבן און מקרב זיין א גר. איך מיין נישט חס וחלילה דא די גואטאמאלע גרים באופן כללי, חס ושלום!!! הלואי שיהא חלקי עמהם!!

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אז ס'איז שוין ממילא גאנץ שטיל דא לאמיר צולייגן מיינע 5 צענט. שוין זינט די מערכה האט זיך אנגעהויבן זעט מען דער עולם נעמט זייער פערזענליך דאס אז ס'איז דא אידן וואס האלטן זיי פאר ערב רב (וזה מתרץ קצת איך הם סברו שלהציונים מפריע קבוצה כה קטנה...) איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער הייליגער ד"ח שרייבט שוין בדורו אז רוב דור איז נשמות הערב רב. (נישט אז אין גואטעמאלא איז מען באשיצט... נאר די נקודה).מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 12:12 am כהאב מיך מתבונן געווען, עס איז דא די כלל אז עונשים קומען מידה כנגד מידה און אויכעט ווייסן מיר דעם קשוט עצמך ואח”כ קשוט אחרים.
בעצם אין תורת הנגלה מיינט ’עירוב רב’ די פרעמדע פעלקער וועלכע האבן זיך אנגעטשעפעט אין כלל ישראל ביי יציאת מצרים. זיי האבן געזעהן די ניסים און געווארן איבערגענומען, אבער עס איז נישט געוווען קיין פולשטענדיגע ריינע גירות. דאס איז די פשוטע פשט אין עירוב רב.
קומט א כת און באצייכנט אונז די ריכטיגע בני אברהם יצחק ויעקב אלץ עירוב רב... נאכדעם ווערט די כת אליינס אנגעפולט מיט גרים און אזאנע סארט וועלכע זענען מכשיל מיט די חמורות שבחמורות.... נו ווער איז די ריכטיגע עירוב רב???? מבהיל!!!
-------
כוויל נאר אויסקלארן אז איך באצוה מיך נישט אויף קיין פאל צו קיין שום ריכטיגע גר. מיר זענען מחיוב מיט אלע סארטן ציוויים און אזהרות צו ליעב האבן און מקרב זיין א גר. איך מיין נישט חס וחלילה דא די גואטאמאלע גרים באופן כללי, חס ושלום!!! הלואי שיהא חלקי עמהם!!
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 125
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 491
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב פון אים א ים מיט מכתבים, איך פארשטיי נישט אזוי גוט זיין שפראך.
אויב אינטערסאנט קען איך לייגן דא, ער האט אויף יעדן דיטעל א געוואלד געבויעט גג עם גג הקדמות מיט מקורות... כדרך די ביכער פון להבדיל ארז'ן.
- בשמים הודו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
- Location: ניו יארק
- x 115
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט שיין דאס צוטוהן פאר א מענטשכבוד מלכים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 2:07 amאיך האב פון אים א ים מיט מכתבים, איך פארשטיי נישט אזוי גוט זיין שפראך.
אויב אינטערסאנט קען איך לייגן דא, ער האט אויף יעדן דיטעל א געוואלד געבויעט גג עם גג הקדמות מיט מקורות... כדרך די ביכער פון להבדיל ארז'ן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כווייס נישט וואו דאס שטייט. און אפילו טאמער אזאנס שטייט, אונז פארשטייען מיר נישט די דאזיגע דברי חיים און מקען גארנישט טון מיט אזא מימרא. אין תורת הנגלה פאר פשוטע תרי”ג מצוות אידן האט דאס נישט קיין מקום.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:25 amאז ס'איז שוין ממילא גאנץ שטיל דא לאמיר צולייגן מיינע 5 צענט. שוין זינט די מערכה האט זיך אנגעהויבן זעט מען דער עולם נעמט זייער פערזענליך דאס אז ס'איז דא אידן וואס האלטן זיי פאר ערב רב (וזה מתרץ קצת איך הם סברו שלהציונים מפריע קבוצה כה קטנה...) איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער הייליגער ד"ח שרייבט שוין בדורו אז רוב דור איז נשמות הערב רב. (נישט אז אין גואטעמאלא איז מען באשיצט... נאר די נקודה).מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 12:12 am כהאב מיך מתבונן געווען, עס איז דא די כלל אז עונשים קומען מידה כנגד מידה און אויכעט ווייסן מיר דעם קשוט עצמך ואח”כ קשוט אחרים.
בעצם אין תורת הנגלה מיינט ’עירוב רב’ די פרעמדע פעלקער וועלכע האבן זיך אנגעטשעפעט אין כלל ישראל ביי יציאת מצרים. זיי האבן געזעהן די ניסים און געווארן איבערגענומען, אבער עס איז נישט געוווען קיין פולשטענדיגע ריינע גירות. דאס איז די פשוטע פשט אין עירוב רב.
קומט א כת און באצייכנט אונז די ריכטיגע בני אברהם יצחק ויעקב אלץ עירוב רב... נאכדעם ווערט די כת אליינס אנגעפולט מיט גרים און אזאנע סארט וועלכע זענען מכשיל מיט די חמורות שבחמורות.... נו ווער איז די ריכטיגע עירוב רב???? מבהיל!!!
-------
כוויל נאר אויסקלארן אז איך באצוה מיך נישט אויף קיין פאל צו קיין שום ריכטיגע גר. מיר זענען מחיוב מיט אלע סארטן ציוויים און אזהרות צו ליעב האבן און מקרב זיין א גר. איך מיין נישט חס וחלילה דא די גואטאמאלע גרים באופן כללי, חס ושלום!!! הלואי שיהא חלקי עמהם!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 125
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 491
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי מסביר ביטע. ווייל?בשמים הודו האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 2:26 amנישט שיין דאס צוטוהן פאר א מענטשכבוד מלכים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 2:07 amאיך האב פון אים א ים מיט מכתבים, איך פארשטיי נישט אזוי גוט זיין שפראך.
אויב אינטערסאנט קען איך לייגן דא, ער האט אויף יעדן דיטעל א געוואלד געבויעט גג עם גג הקדמות מיט מקורות... כדרך די ביכער פון להבדיל ארז'ן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וועגן דער בעל שו"ת "ויען שאול" פון גוואטעמאלע.
עס רעדט זיך וועגן א וואוילער איד וואס האט זיך בשעתו מוסר נפשו געווען כפשוטו וכמעט כל מאדו פאר קהילת לב טהור. (ער האט פארקויפט זיין הויז אין א"י) וכו'.
לויט וואס איך האב פארשטאנען האט ער מעיר געווען אויף די שטרענגע שטראפ'ן וואס מרת טעללער האט באקומען. (ער האט זיך אנגערופן אז דאס איז אזוי ווי קמצא ובר קמצא)...
אפשר וועט מען נאך אמאל ברענגען, וואס ער איז געשעדיגקט געווארן פון דעם, און וואס ער האט זעהר טייער באצאלט פאר דעם. א חלק פון זיין "תשובה" איז נאך אקטיב עד היום הזה.
ווען ער וואלט דעמאלס געשוויגן, מן הסתם וואלט ער געווען פון די משפיעים און מעתיקי השמועה אדער איינע פון די אנגרופענע זקנים בלויז אין א דריי טעג.
געווען א שטיק צייט א מגי"ש אין קהילת אור חדש, דערנאך צוריק געגיינגען צו בבל.
יעדער אנדערער וואס וואלט אדורך געגאנגען אפילו נאר אפערטל פון וואס דער איד האט געליטן – נישט זיכער אז ער וואלט דאס געקענט אויסהאלטן.
דערווייל האלט מען דאס פארמאכט...
[נאך א נקודה, ווער פון אחב"י אשר נדבה לבו וואס האט א געדאנק ווי אזוי צו העלפן דעם איד, וואס ליגט באמת אין תורה ועבודה, וואס איז געבליבן סטאק אין גוואטעמאלע, על לא עוול בכפו. זאל ער ביטע זיך פארבינדן מיט א פריוואטע מעסעדזש. אפשר מיט אפאר קעצאלעס קען ווערן דא א שטיקל ישועה.., יישר כח טייערע ברודער!].

- פאוסטס: 42
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
- Location: ישראל
- x 83
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס דען האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 10:05 am וועגן דער בעל שו"ת "ויען שאול" פון גוואטעמאלע.
אפשר וועט מען נאך אמאל ברענגען, וואס ער איז געשעדיגקט געווארן פון דעם, און וואס ער האט זעהר טייער באצאלט פאר דעם. א חלק פון זיין "תשובה"אפילו ס'עקזעסטירט שוין נישט די עונשים ותיקונים דארט?איז נאך אקטיב עד היום הזה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב איר ווילט זיך דעגרונטעווען דער אמת'ן אמת וואס עס שטערט דעם עולם? קאן זיין סאיז ווי איר זאגט, אבער כמיין אז נישט,הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 1:25 am
אז ס'איז שוין ממילא גאנץ שטיל דא לאמיר צולייגן מיינע 5 צענט. שוין זינט די מערכה האט זיך אנגעהויבן זעט מען דער עולם נעמט זייער פערזענליך דאס אז ס'איז דא אידן וואס האלטן זיי פאר ערב רב (וזה מתרץ קצת איך הם סברו שלהציונים מפריע קבוצה כה קטנה...) איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער הייליגער ד"ח שרייבט שוין בדורו אז רוב דור איז נשמות הערב רב. (נישט אז אין גואטעמאלא איז מען באשיצט... נאר די נקודה).
מיר שטעכט נישט בכלל אז איינער האלט מיר פאר אן ערב רב, א שטיק קליפה, יו נעים איט.. כווייס במילא אז צווישען ביליאן מענטשען וועל איך טרעפן גענוג און נאך האסענדע און ערגערע מיינונגען איבער מיך, און איבער אלעם..
מיר שטעכט אזוי שטארק אז מען האט גענומען -פון די הייליגסטע עובד'ישע מושגים- אלטס א מיטעל צו פייניגען אנדערע אומשולדיגע מענטשליכע גופים און צארטע אידישע נשמות רח''ל א שטייגער ווי דער נאצי ימ''ש האט געמאכט א בערזעל פון די גוויל פון א ס''ת רח''ל
צו זיין אויפריכטיג נישטא עכט קיין משל אדער נמשל צו די פרשה, גארנישט און אונזער דורכגעווייקטע בלוטיגע גלות היסטאריע האט עפעס אן ענליכקייט צו די נאטור פון די טראגעדיע מיטן שיינעם נאמען לב טהור
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 10:36 amיא, ווי מקען אביסל פארשטיין פון די בריוווואס דען האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 10:05 am וועגן דער בעל שו"ת "ויען שאול" פון גוואטעמאלע.
אפשר וועט מען נאך אמאל ברענגען, וואס ער איז געשעדיגקט געווארן פון דעם, און וואס ער האט זעהר טייער באצאלט פאר דעם. א חלק פון זיין "תשובה"אפילו ס'עקזעסטירט שוין נישט די עונשים ותיקונים דארט?איז נאך אקטיב עד היום הזה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 982
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כיהודא ועוד לקרא.וואס דען האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 10:05 am וועגן דער בעל שו"ת "ויען שאול" פון גוואטעמאלע.
עס רעדט זיך וועגן א וואוילער איד וואס האט זיך בשעתו מוסר נפשו געווען כפשוטו וכמעט כל מאדו פאר קהילת לב טהור. (ער האט פארקויפט זיין הויז אין א"י) וכו'.
יעדער אנדערער וואס וואלט אדורך געגאנגען אפילו נאר אפערטל פון וואס דער איד האט געליטן – נישט זיכער אז ער וואלט דאס געקענט אויסהאלטן.
[נאך א נקודה, ווער פון אחב"י אשר נדבה לבו וואס האט א געדאנק ווי אזוי צו העלפן דעם איד, וואס ליגט באמת אין תורה ועבודה, וואס איז געבליבן סטאק אין גוואטעמאלע, על לא עוול בכפו. זאל ער ביטע זיך פארבינדן מיט א פריוואטע מעסעדזש. אפשר מיט אפאר קעצאלעס קען ווערן דא א שטיקל ישועה.., יישר כח טייערע ברודער!].
איך קען ר' שאול בויער (גאסנבויער - בלשונם של לב-טהור). ער איז אריבערגעגאנגען זייער פיל. זיין פרשה ווי אזוי ער איז אנגעקומען אהין איז פארבינדן מיט א גאנצע געשיכטע, ווי אזוי ער האט זיך ממש מוסר-נפש געווען דערפאר. זיין משפחה האט אים נישט געוואלט לאזן קומען, ער האט עטליכע מאל פראבירט צו שווערצן דעם גרעניץ פון ארץ-ישראל און מען האט אים אפילו ארעסטירט דערפאר. דוכט זיך אז ער איז אנטלאפן דורך ירדן... אין איינע פון די ווידאוס וואס דער פריעדיגע רבי רעדט מיט רעפארטער, זעט מען אים זיצן אין די זייט בשעת מען רעדט איבער משפחת בויער, און דער רעפארטער ווייסט אפילו נישט אז ער זיצט דארט, דאן זאגט דער רבי אז דער בעל-דבר געפינט זיך דא נעבן אונז און מען קען אים פרעגן...
אין די לעצטע יארן איז ער געווארן דערווייטערט און אפגעפרעגט, קיינער רעדט נישט געהעריג מיט אים דארט און ער איז עטוואס מנודה. איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז אפילו זיינע אייגענע קינדער זענען נישט מיט אים אויף איין בלאט. דאס איז צוליב זיינע שטעלונגען קעגן די הנהגה. ער האט זיך נאכאלס זיין אייגנארטיגע מיינונג, בשעת ער שטעלט זיך אוועק קעגן די מתנגדים פון לב-טהור און אויסגעשפראכן קעגן די קהילה פון כנישתא חדא, אבער אויך שטארק קעגן די הנהגה, א זאך וואס האט שטארק דערווייטערט דעם ציבור פון אים.
עס איז שווער זיך פארצושטעלן די געפילן פון א מענטש, וואס וואוינט אויף א פלאץ וואו ער איז פארפיינטעט, און ער האט אפילו נישט א צווייטע פלאץ וואו זיך צו דרייען. עס איז א ביטערע רחמנות אויף אזא מענטש, און עס איז זיכער א מצוה אים ארויסצודערזען פון דארט, צו א פלאץ וואו מען וועט אים מקרב זיין און ער וועט זיך שפירן באקוועם.
זייענדיג דארט האב איך אביסל גערעדט מיט אים. ער האלט זיך פאר א ידען און שיסט מאמרי חז"ל און סיפורים פון חזון-איש וכו'. מענטשן זאגן אז ער איז א שטיקל תלמוד-חכם און יודע ספר. איין זאך איז ער זיכער, א נרדף און ער דרייט זיך ארום ווי א יוון אין די סוכה. דער גרעסטער רחמנות איז נאך דער פאקט, אז קיינער רעדט נישט פון אים בכלל. בשעת די גאנצע וועלט זארגט זיך אויף מענטשן וואס געפינען זיך דארט, מען איז מטכס עצה און מען טראכט ווי אזוי מען קען דעם העלפן און יענעם העלפן, גיבט קיינער נישט קיין בלינק מיט די אויג און טראכט א מינוט, 'וואס טוט זיך מיט ר' שאול בויער'? - פון אים האט מען בכלל אינגאנצן פארגעסן, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אים, דוכט זיך כולל זיינע קינדער.
עס איז א מצוה רבה אים אריינצושיקן עפעס געלט. עס איז אן אמת'ער מת מצוה און קיינער וועט דיר אפילו נישט מכיר טובה זיין אויף דעם, בלויז דער באשעפער אליין. ווער רעדט נאך, אויב איינער קען אים העלפן ארויסקומען פון דארט און מסדר זיין אין לעבן, דאס איז שוין גאר א גרויסער מצוה.
געדענקט, מען רעדט איבער אן איינזאמער מענטש אויף די וועלט, וואס עס איז זעלטן פארהאן אזא איינזאמקייט. א מענטש וואס וואוינט אויף אן ארט וואו קיינער רעדט נישט מיט אים, און זיינע אייגענע קינדער (דוכט זיך) האבן אים פארלאזט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויוויי! ר’ @שמואל פוקס עס רייסט ביים הארץ צו הערן אזאנס!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)