בלאט 26 פון 301
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:49 pm
דורך מחדש
מחדש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:11 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:51 pm
מען האט פאראיאר גרעסער געמאכט די סוכה אין די ברייט, און היי יאר נאכאאל אין די לענג
אהא, נאך נישט געזען היי יאר, שכוח.
געווען קוקען וויפיל גרעסער מען האט עס געמאכט, נישטא קיין איין נייע האלץ, זעט נישט אויס ווי מען האט עס געמאכט גרעסער פון פאריאר.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:50 pm
דורך שבת קודש
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:53 pm
אגב די לאנגע 8 פיסיגע בענק זענען זייער היסטאריש עס ווערט שוין געניצט דורך א דור שישי, די בענק קומען נאך פון נעפ מענשאן מען קען עס זעהן אויף די פיקטשערס פון נעפ מענשאן, אויף די בענק האט מען געהערט די פייערדיגע של"ש תורות.
דאס קומט נישט פון נעפ מענטשען, דאס קומט פונעם פאליש פון ארום 20 יאר צוריק
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:51 pm
דורך יום טוב
מחדש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:47 pm
יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:22 am
משה רבינו האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:58 am
איך האלט נישט פון דינגען ווייל מען דארף האבן אן אנלאנער
גראדע זעה איך נישט די פראבלעם מיט די בענק סאיז טאקע נישט די בעסטע קאנדישאן אבער פאר א דירת עראי איז דאס אויך גוט , איך געדענק נאך ווען די בענק זענען געווען אין באנוץ אגאנץ יאר אין כולל און אין פאליש
גייסט אמאל צו א טיש סוכות? לערענסט אמאל אין סוכה?!
איך פארפאס כמעט נישט קיין טיש
לערנען לערן איך אין היכל אדער אינדערהיים אין מיין סוכה איך בין נישט בכח זיך צו שלאגן מיט די בינען
מאיז היינט זייער געספוילט אלעס מוז זיין 100% פערפעקט
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:55 pm
דורך יום טוב
מחדש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:49 pm
מחדש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:11 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:51 pm
מען האט פאראיאר גרעסער געמאכט די סוכה אין די ברייט, און היי יאר נאכאאל אין די לענג
אהא, נאך נישט געזען היי יאר, שכוח.
געווען קוקען וויפיל גרעסער מען האט עס געמאכט, נישטא קיין איין נייע האלץ, זעט נישט אויס ווי מען האט עס געמאכט גרעסער פון פאריאר.
אויך געווען קוקן יא דא עטליכע נייע פענעלס קוק פונדרויסן צד מזרח
חוץ מזה זעהט זיך אן אז סאיז היפש גרעסער
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:26 pm
דורך פישפיקלאדיין
מיט יארן צוריק ווען מען פלעגט מאכן די גרויסע אושפוזא דאהרן כינוס פלעגט זיין פיל א גרעסערע סוכה, אין די שפעטערע יארן ווען מען האט אויפגעהערט מאכן דעם כינוס וויל עס איז נישט געווען מער קיין פלאץ, האט מען דאס קלענער געמאכט ווייל פאר יעדע נאכט האט נישט אויסגעפעלט אזוי גרויס.
למעשה איז דאס שוין היינט איבערגעפילט אויף יעדע נאכט אויך, ווער רעדט נאך פון הושענא רבא אושפוזא דאהרן און געזעגענען טיש, האט מען פאראיאר אנגעהויבן צורוקברענגן די אלטע ברעטער און היי יאר נאכמער פארגרעסערט.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:30 pm
דורך יום טוב
כגעדענק איין יאר נאך אלטס רב דאכט זיך האט מען געבויעט די סוכה אויף די אנדערע זייט פונעם בית המדרש און מען איז אויפגע’ומען מיט אן המצאה צו בויען אנע פאולס למעשה איז עס צופאלן און מהאט געמוזט איבער בויען קלענער מיט פאולס
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:58 pm
דורך לייבקע יענטע'ס
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:50 pm
לייבקע יענטע'ס האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:53 pm
אגב די לאנגע 8 פיסיגע בענק זענען זייער היסטאריש עס ווערט שוין געניצט דורך א דור שישי, די בענק קומען נאך פון נעפ מענשאן מען קען עס זעהן אויף די פיקטשערס פון נעפ מענשאן, אויף די בענק האט מען געהערט די פייערדיגע של"ש תורות.
דאס קומט נישט פון נעפ מענטשען, דאס קומט פונעם פאליש פון ארום 20 יאר צוריק
גערעכט עס האט אויך געמאכט א סטאפ און פאליש.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:46 pm
דורך פרייזן

- unnamed - 2023-09-21T134447.018.jpg (159.17 KiB) געזען געווארן 634 מאל
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:19 pm
דורך אלכסנדר נחמן
פרייזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:46 pm
unnamed - 2023-09-21T134447.018.jpg
@פרייזן שכח פארן ברענגען
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:24 pm
דורך איפכא מסתברא¡¡
כ'זע די היסטארישע פרוכט ביימל וואס האט שטאלץ פארפיגט אויף די טויזענטער בילדער אלע יארן לג בעומר איז היסטאריע?!
איינער האט פרטים וויזוי און ווען ס'אט זיך אינגאנצן אפגעריסן?
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:26 pm
דורך ווער
איפכא מסתברא¡¡ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:24 pm
כ'זע די היסטארישע פרוכט ביימל וואס האט שטאלץ פארפיגט אויף די טויזענטער בילדער אלע יארן לג בעומר איז היסטאריע?!
איינער האט פרטים וויזוי און ווען ס'אט זיך אינגאנצן אפגעריסן?
איינער איז אריין גפארן אין עס לעצטענס
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:36 pm
דורך איפכא מסתברא¡¡
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:26 pm
איפכא מסתברא¡¡ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:24 pm
כ'זע די היסטארישע פרוכט ביימל וואס האט שטאלץ פארפיגט אויף די טויזענטער בילדער אלע יארן לג בעומר איז היסטאריע?!
איינער האט פרטים וויזוי און ווען ס'אט זיך אינגאנצן אפגעריסן?
איינער איז אריין גפארן אין עס לעצטענס
יא, דאמאלטס איז עס גיפאלן אדער ס'נאך גיווען מחובר
יעצט איז עס בכלל נישטא
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:44 pm
דורך ענותן
איפכא מסתברא¡¡ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:36 pm
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:26 pm
איפכא מסתברא¡¡ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:24 pm
כ'זע די היסטארישע פרוכט ביימל וואס האט שטאלץ פארפיגט אויף די טויזענטער בילדער אלע יארן לג בעומר איז היסטאריע?!
איינער האט פרטים וויזוי און ווען ס'אט זיך אינגאנצן אפגעריסן?
איינער איז אריין גפארן אין עס לעצטענס
יא, דאמאלטס איז עס גיפאלן אדער ס'נאך גיווען מחובר
יעצט איז עס בכלל נישטא
אפאר טעג שפעטער איז עס געווען אינגאנצן מנותק
Re: באריכטן און בילדער פון סאטמאר בני ברק (מהר"א)
געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:16 pm
דורך חוט של חסד
סעודת הילולא מוצאי יום הקדוש לזכרו פון הגה"צ ר' אליהו כ"ץ זצ"ל מריסקעווע ורב הקהילה
Re: נייעס, באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בקהילת סאטמאר ירושלים (מהר"א)
געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:18 pm
דורך חוט של חסד
ברכת יישר כח פאר די חשוב'ע עסקנים נאך די אויסנאם געלונגענע מגבית וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט א שטארקע סוקסעס.
Re: נייעס, באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בקהילת סאטמאר ירושלים (מהר"א)
געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 10:23 pm
דורך חוט של חסד
דעם ערב שבת תשובה האבן די 30 חשוב'ע נדיבים בעם וועלכע האבן מנדב געווען פון א מיליאן דאלאר און העכער לטובת הקמת בית מדרשינו החדש בעיה"ק ירושלים תובב"א אנהאלטן א פערזענליכע מתנה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, א ריין וואלענעם טלית גדול וואס די חוטי הציצית קומען פון די וואל וואס דער רבי שליט"א האט אליינס מפריש געווען פאראיאר חוה"מ ביי די גרויסע מעמד הפרשת ראשית הגז.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:27 am
דורך נאו לעיבל
קומט א סקעטש אויף סוכות?
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:47 am
דורך סומקא
שבועות
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:52 am
דורך נאו לעיבל
סומקא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:47 amשבועות
עפעס אפדעיטס קומט אויף סוכות?
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 12:26 pm
דורך לאקאלער רב
עס מוז באגריסט ווערן דעם אקט פון אראפזעצן דעם עולם דעם שבת צופרי ביי די שבת שובה דרשה, אלץ א יושב אין די ווייטערע אפטיילונגען אין ביהמ"ד פלעגט מיר אלץ באדערן פארוואס ביי יעדע דרשה, צו תקיעת שופר, כל נדרי און די לעצטערע ר"ה אויפדערנאכט, און די זעלבע ביי די עבודה"ק פון די נענועים אא"וו ענדיגט זיך דאס ב"מ ביי די בימה.
ענדליך איז מען צום שכל געקומען אז ס'דא נאך אידן אין ביהמ"ד, לויט ווי איך הער, איז די דרשה געהערט געווארן ביז אינגאנצן ביי די מערב וואנט (האפענטליך אויך "דערהערט").
איך וואלט געראטן עס אויך צו אינפארסירן אויף די נענועים, עס איז א מציאות אויב איעדער - לכה"פ אונטער די הויעכע חלל און אויך אונטער די (יעצטיגע) עזרת נשים - וועלן זיצן וועט א פיהל גרעסערער ציבור קענען מיטהאלטן.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:21 pm
דורך שבת קודש
.
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:28 pm
דורך שבת קודש
סומקא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:47 amשבועות
פארוואס אזוי לאנג?
Re: ביהמ''ד הגדול דקרית יואל מהר"א
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:14 pm
דורך איך
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:28 pm
סומקא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:47 amשבועות
פארוואס אזוי לאנג?
נישט קיין פראבלעם מען קען עס מאכן נאך לענגער
סוכה הגדולה
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:31 pm
דורך חוט של חסד
*וְסֻכָּה תִּהְיֶה לְצֵל יוֹמָם מֵחֹרֶב וּלְמַחְסֶה וּלְמִסְתּוֹר מִזֶּרֶם וּמִמָּטָר*
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי שיכון קרית יואל ב"ב יצ"ו קוועלן פאר פרייד מיטהאלטנדיג ווי דער ויבואו אל המנוחה ואל הנחלה ווערט פארפולקאמט, און די סוכה הגדולה שעל ידי קהלתינו הקדושה שטייט שוין על תילה בנויה במלוא הדרה אינעם גרויסן הויף פארנט פון בית מדרשינו הגדול אין צענטער פון שיכון.
אין די לעצטע עטליכע יאר האט זיך די סוכה געפינען אויפ'ן דאך פונעם בנין הת"ת וביהמ"ד. אצינד נאכן באנייען דעם נייעם היכל הבית המדרש אויפ'ן ערשטן שטאק פונעם בנין האט מען אין א בחינה פון ילכו מחיל אל חיל אויך אראפגעברענגט די סוכה הגדולה אינטן אינעם חצר לרווחת ליבם פון די הונדערטער אנשי שלומינו מתפללי בית מדרשינו הגדול.
*בַּסֻּכּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכּת*
Re: באריכטן און בילדער פון סאטמאר בני ברק (מהר"א)
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:46 pm
דורך חוט של חסד
אין לויף פון די עשרת ימי תשובה איז די פיבערהאפטיגע בוי ארבעט ווייטער פאראויסגעגאנגען מיט די פולסטע פארע, און מ'האט זיך ב"ה שטארק פאראויסגעריקט אויף עטליכע פראנטן.
צווישן אנדערע האט מען אויסגעגליכן די גאנצע ביהמ"ד פאדאלאגע, און נאך פארשידנארטיגע איינריכטונגען און אונטערנעמונגען לשפר ולשפץ את בית ה'.
אויב כ'וועל האבן בילדער/ווידיאוס וועל איך בל"נ ארויפלייגן.