בלאט 26 פון 155
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:04 am
דורך קטןודל
כרוספדין האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:26 pm
פון וואו קומט די עזרת אבותינו ניגון וואס מ’זונגט דא?
דוכט זיך מיר אז דאס איז א באבוב-45 ניגון, און מעגליך גאר פארפאסט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א זעלבסט.
אויב עמיצער קען אריינקומען דאס באשטעטיגן.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:11 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מטשערנאביל-ארה"ב באזוכט ביי אחיו האדמו"ר מטשערנאביל-אשדוד
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:17 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מקראלי אין קערעסטיר
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:18 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מאמשינוב שליט"א ביים ציון פונעם זיידן הרה"ק ר' שמעון שלום מאמשינוב זי"ע ביום ההילולא בביה"ח העתיק בטבריה
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:30 am
דורך קטןודל
געהויבענער 'זכרו' סיום אין מאנסי, הגה"צ גאב"ד סאטמאר-מאנסי טרעט אויף
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:34 am
דורך קטןודל
האדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג איז עוסק בלימוד התורה במקום הנופש
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:15 am
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
רבינו שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:15 am
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
רבינו שליט"א ביי כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:16 am
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
=מיטוואך ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה יאקאב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג'ד'ה' ווי דער רבי איז אריין אין עטליכע כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער פאלאטשעק הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל אהרן אייזדארפער הי"ו און הרה"ח ר' הערש בער מייזעלס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד דברי חיים,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
אויך זענען אריין די עסקני וראשי 'קרן אברהם יוסף' שע"י מבצר הכוללים פון ווי עס ווערט פארטיילט אריבער א האלב מיליאן דאלער א יאר פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם קרן ווי מען האט ארויסגעברענגט אז אינאיינעם מיט די אנדערע קרנות וועלכע גייען אן אן עטליכע בתי מדרשים איבער קרית יואל ווערט פארטיילט קרוב צו א מיליאן דאלער פאר די מוסדות הק'!
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל ברא"ל בראך הי"ו און הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן ולרפו"ש,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
דורך טיפע טאשן
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:44 am
נעכטן נאכט איז פארגעקומען ביי סאטמאר'ע רבי מהר"א אין שטוב א גרויסע אסיפה פאר "שייטל מאכער", צו קלאר מאכן די הוראות וועלכע שייטלען זענען עפ"י הלכה אסור צו גיין לויט אלע פוסקים, אלס שער באשה ערוה, און דעריבער דער וואס פארקויפט עס איז עובר אויף אן איסור.
אז כ'וועל האבן מער פרטים וועל איך אריינקומען אי"ה.
איין אויסצוג וואס כהאב נאכגעהערט אז דער רבי האט געזאגט:
"פונקט ווי ס'וועט קיינעם נישט בייפאלן צו אנטון א קלייד וואס זעט אויס ממש ווי דעם גוף ח"ו און שרייען 'איך בין געהעריג אנגעטון', יעדער פארשטייט אז דאס איז אן ערוה, די זעלבע מיט שער באשה ערוה, אויב זעט עס אויס ווי האר איז עס א געהעריגע ערוה ר"ל"
מ'האט דארט פארטיילט א קונטרס פאר די שייטל מאכער, כהאב נאר די קאווער:
פון סאטמאר'ע נייעס
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קארט, אינאיינעם מיט הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה
מיט די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אינעם שטאט ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות, גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן, און שטארק אויפגעפאדערט זיך צו האלטן על דרכי הצניעות און נישט פארקויפן און מכשיל זיין די נשים צדקניות בעניני צניעות אין אזא הייליגע שטאט.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:09 pm
דורך Headquarters
הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר וומסב"ג, ראדני סטריט
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:11 pm
דורך איך
Headquarters האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:09 pm
הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר וומסב"ג, ראדני סטריט
מען מאכט איבער די ווייבער שול אויך?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:15 pm
דורך יום טוב
Headquarters האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:09 pm
הרחבת גבולי הקדושה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר וומסב"ג, ראדני סטריט
הרחבת גבולי הקדושה? מסקרעיפט איבער די פאדלאגע
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:21 pm
דורך Headquarters
אדמו"ר מקראלי אין קרעסטיר
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:21 pm
דורך Headquarters
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט די קעמפס
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:22 pm
דורך Headquarters
טיש יארצייט במחנובקא בעלזא. לרגל יומא דהילולא קדישא של כ"ק אדמו"ר הרה"ק מוהר"א מבעלזא זיע"א.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm
דורך Headquarters
כבוד חכמים ינחלו: עשרות אברכי 'מכנובקה בעלזא' נבחנו להוראה אצל מרן פוסק הדור
עשרות אברכים מצויינים לומדי כולל "מרכז התורה – רשת הכוללים" מכנובקא בעלזא נבחנו להוראה במעונו של מרן פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך שליט"א גאב"ד ירושלים.
מרן פוסק הדור לא הסתיר את התרגשותו העצומה למראה האברכים המופלגים רבני כולל מכנובקא שהראו בקיאות יוצאת דופן, וענו על כל השאלות בצורה ברורה ורהוטה שהפליאה את הנוכחים.
אחר שסיים את המבחן האציל מברכותיו לחכמי ורבני הכולל שהשקיעו עמל ויזע חודשים ארוכים עד שזכו בס"ד לקנות לימודם בקניין נצח, ובמיוחד הביע ברכה נרגשת לעומד בראשם ראה"כ הרה"ג ר' אלעזר יונה בראנדר שליט"א על השקעה העצומה בחברי ורבני הכולל.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm
דורך Headquarters

- 0R9A9560 copy.jpg (209.23 KiB) געזען געווארן 630 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:24 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער

בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
הגה"צ אבד"ק סענדזשארדזש שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהלתינו הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א און הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א, לאור די קאמפיין פאר קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גוואטומאלא.
~

~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 4:31 pm
דורך הקוראים
הקוראים האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 12:10 pm
שמחת התנאים
בבית וואודרידזש קאסאן
ווערט געזען:
אב״ד יאמפאלא, אב״ד סעמהאי, אדמו״ר מוואודרידזש, אב״ד חאליוב,
אדמו״ר מקאסאן, אדמו״ר מצאנז זמיגראד, אב״ד טארטיקוב,
.
לאור די בילד פונעם תנאים
מיט טארטיקוב און סעמיהאי רב
האבן מיר געטראפן א ענליכע בילד פון נישט לאנג צוריק
3 גדולי תורה
האדמו״ר מוואודרידזש שליט"א
רבי אלי דוב וואכטפויגל שליט"א ר״י זכרון משה ס. פאללסבורג
רבי מעכיל זילבר שליט"א
כד יתבין ישראל ועסקין בשמחת התורה קודשא בריך הוא אומר לפמליא דיליה חזו בני חביבי דמשתכחין בצערא דילהון ועסקין בחדוותא דילי
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:17 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
מטעם קהל תולדות צבי ספינקא אין וויליאמסבורג איז געמאלדן געווארן, אז אין א היסטארישע שריט וועט היי יאר צום ערשטן מאל פארקומען די צענטראלע יארצייט טיש ביום ז"ך אב אין א גיגאנטישע געביידע סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם בעל ההילולא, נאנט צום מקום מנוחת קדשו אויפן וואשינגטאן בית החיים אין ניו דזשערזי.
אנדערש ווי ביז היינט ווען דער רבי שליט"א פלעגט פראווענען די יארצייט טיש בהיכל ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, וועט צום ערשטן מאל היי יאר פארקומען די יארצייט טיש על אדמת ניו דזשערזי, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם בעל ההילולא. ווי געווענליך וועט דער רבי אנקומען צום ציון הק' ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג און אויפטרעטן מיט דברי כיבושין והתעוררות, און תיכף דערנאך וועט מען זיך וואשן צום סעודת הילולא רבתי, אין א שיינע גרויסע בנין וואס געפונט זיך עטליכע מינוט פון די ציון הק', אין ניו בראנסוויק ניו דזשערזי.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:57 pm
דורך קטןודל
מעמד קביעת מזוזה לבנין חדר אוכל החדש במחנה סערדאהעלי בראשות כ"ק מרן הגה"צ מסערדאהעלי שליט"א
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:35 pm
דורך קטןודל
שמחת השבע ברכות לנכד המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:37 pm
דורך קטןודל
האדמו"ר מוויזניץ-קיימישע בביקור אצל האדמו"ר מספינקא-ב"פ
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:32 pm
דורך קטןודל
האדמו"ר מספינקא-אנטווערפן במקום הנופש אין עסטרייך