בלאט 26 פון 28

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:22 pm
דורך צווייטער
מאיר שלום האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 3:39 pm א גוטע שאלה, ווער קען אריינקומען מיט מראי מקומות.

איך טראכט אפשר אז מ'מעג עסן די סעודה פארן דאווענען ווייל ס'איז דאך נישט דרך גאוה נאר לצורך מצוה עוברת.

און אפשר דארף ער מאכן קידוש פארן עסן, הגם געווענליך ווערט מען מחיוב בקידוש הערשט נאכן דאווענען, אבער אין א פאל וואס מ'מעג עסן פארן דאווענען איז דא וואס זאגן אז מ'איז שוין מחיוב בקידוש אפילו פארן דאווענען.
ווער זאגט אז ער דארף קידוש מאכן פאר די סעודה? אפשר מעג ער עסן אזויווי דו זאגסט ווייל ס'איז דאך נישט דרך גאוה נאר לצורך מצוה עוברת, און וויבאלד ס'איז בעפארן דאווענען איז ער נאך פטור פון קידוש, נאר שפעטער נאכן דאווענען וועט ער קידוש מאכן אן קיין פת, נאר עפעס אנדערש אלס קידוש במקום סעודה.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:36 pm
דורך הדסים
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:22 pm
מאיר שלום האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 3:39 pm א גוטע שאלה, ווער קען אריינקומען מיט מראי מקומות.

איך טראכט אפשר אז מ'מעג עסן די סעודה פארן דאווענען ווייל ס'איז דאך נישט דרך גאוה נאר לצורך מצוה עוברת.

און אפשר דארף ער מאכן קידוש פארן עסן, הגם געווענליך ווערט מען מחיוב בקידוש הערשט נאכן דאווענען, אבער אין א פאל וואס מ'מעג עסן פארן דאווענען איז דא וואס זאגן אז מ'איז שוין מחיוב בקידוש אפילו פארן דאווענען.
ווער זאגט אז ער דארף קידוש מאכן פאר די סעודה? אפשר מעג ער עסן אזויווי דו זאגסט ווייל ס'איז דאך נישט דרך גאוה נאר לצורך מצוה עוברת, און וויבאלד ס'איז בעפארן דאווענען איז ער נאך פטור פון קידוש, נאר שפעטער נאכן דאווענען וועט ער קידוש מאכן אן קיין פת, נאר עפעס אנדערש אלס קידוש במקום סעודה.
פשטות איז די סיבה אז זמן קידוש איז נאכן דאווענען, ווייל ס'איז נאכנישט זמן סעודה, אבער אויב עסט מען שוין די סעודה דארף מען לכאורה מאכן קידוש דאן

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 11:15 am
דורך דעת קדשי
.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:52 am
דורך Azoi Tzi Zugen
ערנסטע שלאכטן אין וויעטנאם... (איך האב דאס געטראפן אין אן ארכיוו)

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:05 pm
דורך לאקאלער רב
פארוואס ביי אלע דינערס הייבן די רעדנערס אן "ברשות כל הקהל הקודש" און ביים אפיעל אין ביהמ"ד "ברשות הגבאים"?

פשוט ווי בארשט, ביים דינער האב איך באשלאסן אנטייל צו נעמען און איך קען גיין ווען איך וויל, משא"כ אינמיטן דאווענען האב איך נישט געגעבן דאס מינדערסטע רעכט פאר דעם יעניגן זיך אויפשטעלן דרש'נען, וואגן זאל ער זיך צו זאגן ברשות כל הקהל הקודש...

א געדאנק ביים היינטיגן טעגליכן "ברשות הגבאים" פאר (אדער בשעת?) אשרי ובא לציון...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:06 pm
דורך לאקאלער רב
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:05 pm פארוואס ביי אלע דינערס הייבן די רעדנערס אן "ברשות כל הקהל הקודש" און ביים אפיעל אין ביהמ"ד "ברשות הגבאים"?

פשוט ווי בארשט, ביים דינער האב איך באשלאסן אנטייל צו נעמען און איך קען גיין ווען איך וויל, משא"כ אינמיטן דאווענען האב איך נישט געגעבן דאס מינדערסטע רעכט פאר דעם יעניגן זיך אויפשטעלן דרש'נען, וואגן זאל ער זיך צו זאגן ברשות כל הקהל הקודש...

א געדאנק ביים היינטיגן טעגליכן "ברשות הגבאים" פאר (אדער בשעת?) אשרי ובא לציון...
וויאזוי זאגט מאיר מרדכי "ואם אין אפיעל אומרים אשרי ובא לציון"...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:00 pm
דורך דעת קדשי

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm
דורך וואוילער
פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: פרייטאג אפריל 11, 2025 6:09 am
דורך להגדיל הטראסק
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
ווער זאגט אז מען נוצט? מען האלט עס בשעת די ברכה, מען מוטשעט זיך מיטן לעכטל כל זמן עס איז נאך אין קאנטראל נאכדעם טוט מען די בדיקה כראוי

מען האלט עס בלויז אלס מסורה.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 12:24 am
דורך וואוילער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 6:09 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
ווער זאגט אז מען נוצט? מען האלט עס בשעת די ברכה, מען מוטשעט זיך מיטן לעכטל כל זמן עס איז נאך אין קאנטראל נאכדעם טוט מען די בדיקה כראוי

מען האלט עס בלויז אלס מסורה.
האסט געמאכט א להגדיל הקשיא, לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז מיין קשיא גאר שטארק ארויסגעברענגט.
וואס איז שייך מסורה דא אז מ'זאל עס האלטן ביים ברכה?
וואס איז די דזאוק פון האלטן א זאך ביים ברכה און זיך מוטשען דערמיט ווען מ'וועט עס בכלל נישט נוצן?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 12:33 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 12:24 am

עס ווערט געברענגט אין ספרים פארוואס מען ניצט די אלע זאכן

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 16, 2025 1:38 pm
דורך וואוילער
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 12:33 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 16, 2025 12:24 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2025 6:09 am

ווער זאגט אז מען נוצט? מען האלט עס בשעת די ברכה, מען מוטשעט זיך מיטן לעכטל כל זמן עס איז נאך אין קאנטראל נאכדעם טוט מען די בדיקה כראוי

מען האלט עס בלויז אלס מסורה.
האסט געמאכט א להגדיל הקשיא, לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז מיין קשיא גאר שטארק ארויסגעברענגט.
וואס איז שייך מסורה דא אז מ'זאל עס האלטן ביים ברכה?
וואס איז די דזאוק פון האלטן א זאך ביים ברכה און זיך מוטשען דערמיט ווען מ'וועט עס בכלל נישט נוצן?
עס ווערט געברענגט אין ספרים פארוואס מען ניצט די אלע זאכן
ווער קען צוברענגען ביטע?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 5:45 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
איך נוץ די לעכט פאר די בדיקה, אזויווי מיין טאטע טוט.

אלטמאדיש?..

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 6:15 pm
דורך הדסים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 5:45 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
איך נוץ די לעכט פאר די בדיקה, אזויווי מיין טאטע טוט.
איך אויך,
ס'איז מיר געווען א שטיקל חידוש דער גאנצער מדובר דא.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 7:39 pm
דורך וואוילער
וואס טוען ענק אין א קלאזעט מיט וועש? אינטערן בעט? וכדומה

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 11:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 7:39 pm וואס טוען ענק אין א קלאזעט מיט וועש? אינטערן בעט? וכדומה
כמיין אז מברויך עס נישט אריינלייגן אין די קלאזעט, מהאלט עס גענוג נאנט. חוץ אויב ס'איז א טיפע קלאזעט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 11:36 pm
דורך הדסים
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 7:39 pm וואס טוען ענק אין א קלאזעט מיט וועש? אינטערן בעט? וכדומה
און וואס טוט מען ביי ענק נישט אין א קלאזעט פול מיט וועש?
איך נוץ דעם ליכט וויפיל ס'איז שייך און דאס איבריגע האלט מען נישט אזוי נאנט

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:37 am
דורך וואוילער
מען ברויך אריינשיינען בחורין ובסדקין מיט די ליכטיגקייט פונעם ליכט, האלטן ווייט איז נישט קיין בדיקת חמץ.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:12 am
דורך להגדיל הטראסק
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
פון הגדת ברך משה - ליין קודם די צווייטע און נאכדעם די ערשטע - ווייסעך נישט פארוואס עס האט זיך אויסגעשטעלט דא אנדערש

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:20 pm
דורך דער תהלים איד
טרעף איך נישט קיין כשרות ווינקל דא, העמיר עס לייגן דאהי אין על דא.

אז כ'האב הנאה געהאט, זאלט איר אויך הנאה האבן...

זייער א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי ברוך ט''ב שליט"א בעניני כשרות, דעם חוה''מ פסח

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:13 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:20 pm טרעף איך נישט קיין כשרות ווינקל דא, העמיר עס לייגן דאהי אין על דא.

אז כ'האב הנאה געהאט, זאלט איר אויך הנאה האבן...

זייער א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי ברוך ט''ב שליט"א בעניני כשרות, דעם חוה''מ פסח

נאך א מעמד וואס איז פארגעקומען דעם חול המועד איבער כשרות אין וומסב''ג
1000366943.jpg
1000366943.jpg (156.93 KiB) געזען געווארן 446 מאל

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:22 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:20 pm טרעף איך נישט קיין כשרות ווינקל דא, העמיר עס לייגן דאהי אין על דא.

אז כ'האב הנאה געהאט, זאלט איר אויך הנאה האבן...

זייער א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי ברוך ט''ב שליט"א בעניני כשרות, דעם חוה''מ פסח

זעמיר געווען אפאר מינוט אינעווייניג ביים דרשה, זייער הנאה געהאט. אינפארמאטיוו און אינטערסאנט.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:57 am
דורך הדסים
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:20 pm טרעף איך נישט קיין כשרות ווינקל דא, העמיר עס לייגן דאהי אין על דא.

אז כ'האב הנאה געהאט, זאלט איר אויך הנאה האבן...

זייער א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי ברוך ט''ב שליט"א בעניני כשרות, דעם חוה''מ פסח
► Show Spoiler
viewtopic.php?t=1006

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 6:48 am
דורך מאירוואלף
בן גביר היינט אין 770...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 3:12 pm
דורך צווייטער
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:17 pm פארוואס נוצט מען די טרעדיציאנאלע בדיקת חמץ סעט, אין די צייט וואס די עיקר בדיקה ווערט געטוהן דורך א פלעש לייט, און א וועקיום קלינעם במקום די פעדער און לעפל?

שוין גערעדט דא דערפון?
אויסער אלס מסורת אבות לערנט די גמרא אין פסחים(דף ו' מיין איך) ארויס פון א פסוק אז ס'דארף זיין דוקא מיט א נר.

לאור הנר וכו':

מנא הני מילי אמר רב חסדא למדנו מציאה ממציאה ומציאה מחיפוש וחיפוש מחיפוש וחיפוש מנרות ונרות מנר מציאה ממציאה כתיב הכא (שמות יב, יט) שבעת ימים שאור לא ימצא בבתיכם וכתיב התם (בראשית מד, יב) ויחפש בגדול החל ובקטן כלה וימצא ומציאה מחיפוש דידיה וחיפוש מנרות דכתיב (צפניה א, יב) בעת ההיא אחפש את ירושלים בנרות ונרות מנר דכתיב (משלי כ, כז) נר (אלהים) [ה'] נשמת אדם חופש כל חדרי בטן.