Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 12:55 pm
די לעצטע שטימען ווערן נאך געציילט אין די היי יעריגע נאציאנאלע וואלן, און מען הערט שוין פון העכער צוואנציג קאנגרעס מיטגלידער וועלכע באטראכטן די מעגליכקייט פון רעטייערן פון קאנגרעס און לויפן פאר העכערע אמטן. פּאליטישע אנאליסטן זאגן אז עס איז זעלטן אז מען זאל האלטן בעפאר דעם אנהייב פון א צוויי יאר טערמין און עס זאלן שוין זיין אזויפיל מיטגלידער אין קאנגרעס וועלכע זענען נישט אינטערעסירט צו פארבלייבן. דאס קען שאפן קאפּ ווייטאג פאר ביידע פּארטייען אין קאנגרעס