בלאט 25 פון 28

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:25 pm
דורך בקיצור
שלום עליכם @הדסים

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:38 pm
דורך שמח
@שוהם
ס'האט מיר געשמעקט אז די ציטירסט מיר אין דיין אינטערשריפט.

כ'האב אפי' נישט געדענקט אז כ'האב אזאנס אמאל געשריבן.

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:36 pm
דורך מחפש שלווה
שלום עליכם יעדער איינער איך בין ניי דא אין איך וויל פשוט אויסטרייען מיין ניק צי ס'ארבעט

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:38 pm
דורך שינאווער
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:36 pm שלום עליכם יעדער איינער איך בין ניי דא אין איך וויל פשוט אויסטרייען מיין ניק צי ס'ארבעט
עליכם שלום

יאפ ס'ארבעט.

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:31 am
דורך Think and Thank
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:38 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 11:36 pm שלום עליכם יעדער איינער איך בין ניי דא אין איך וויל פשוט אויסטרייען מיין ניק צי ס'ארבעט
עליכם שלום

יאפ ס'ארבעט.

דאס הייסט געארבעט? זאל ער אנהייבן קנאקן פאוסטס וועט מען זעהן צו ס'ארבעט...

----

שלום עליכם הרב @מחפש שלווה

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:46 pm
דורך הדסים
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:25 pm שלום עליכם @הדסים
עליכם שלום און שלום וברכה לידידנו @דערווייל, כ'האף ביסט נישט צוריקגעקומען ווייל איך בין, כ'האף נישט צו פארברענגען צופיל צייט דא...

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 6:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
@דער תהלים איד וואס איז די נייע לבוש? א קיטל? א ציצית און ווייסע העמד?
און בכלל פארוואס האסטו געפנט א פרישע ספר? האסט געקוויט תורתך און אנגעהויבן יסודי? אדער צוגעלייגט עדישענאל יסודי? אדער פשוט פרייעסטו זיך בשמחת חברי יסודי טראץ וואס דו בלייבסט ביי תורתך?

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 26, 2025 8:35 pm
דורך נו נו
העלא!

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 31, 2025 1:49 am
דורך הדסים
@מאניש בנבנשתי כ'האב נישט געוואוסט אז דו דרייסט דיך נאך דא, כ'האב לעצטנס געטראפן איינס פון דיינע ארטיקלען; כ'זאג דיר האסט געמאכט מיין נאכט... א זוך אויף דיינע תגובות האט מיר געגעבן שטאף אויף א האלבע יאר....

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:59 pm
דורך שינאווער
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס שטייט ביי @נקודות טובות "אקטיווער שרייבער"?

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:20 pm
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:59 pm קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס שטייט ביי @נקודות טובות "אקטיווער שרייבער"?
איך האלט סתם אזוי אז טיטלען דארפן אוועקגיין. לייק, אויב אין צוויי חדשים שרייבסטו אזויפיל פאוסטס באקומסטו אזא טיטל אבער אויב גייט דורך צוויי אומאקטיווע חדשים ווערט די טיטל פארשווינדן

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:25 pm
דורך נקודות טובות
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:20 pm
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:59 pm קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס שטייט ביי @נקודות טובות "אקטיווער שרייבער"?
איך האלט סתם אזוי אז טיטלען דארפן אוועקגיין. לייק, אויב אין צוויי חדשים שרייבסטו אזויפיל פאוסטס באקומסטו אזא טיטל אבער אויב גייט דורך צוויי אומאקטיווע חדשים ווערט די טיטל פארשווינדן
מסכים, אבער דו דארפסט ריפלעיסן די טיטל מיט עפעס אנדערש. מען קען נישט פלעין אראפנעמען און לאזן ליידיג. קום אויף מיט עפעס.

בד''וו, אז מען רעדט שוין. דו שרייבסט געשמאק. איך גלייך דיר זייער שטארק. לאו דוקא נייעס, בכלל דיין פאזעטיווע נעגעטיוועטע... איך געדענק דיר נישט זיין אזוי אקטיוו אמאל.

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:10 am
דורך חלום חלמתי
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:25 pm

למשל די טיטל אקטיווע אדער אידטיש שרייבער קען אוועקגיין. די ווערסט צוריק א אנגענומענע באנוצער

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 10:49 am
דורך פופציגער
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:25 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:20 pm
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:59 pm קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס שטייט ביי @נקודות טובות "אקטיווער שרייבער"?
איך האלט סתם אזוי אז טיטלען דארפן אוועקגיין. לייק, אויב אין צוויי חדשים שרייבסטו אזויפיל פאוסטס באקומסטו אזא טיטל אבער אויב גייט דורך צוויי אומאקטיווע חדשים ווערט די טיטל פארשווינדן
מסכים, אבער דו דארפסט ריפלעיסן די טיטל מיט עפעס אנדערש. מען קען נישט פלעין אראפנעמען און לאזן ליידיג. קום אויף מיט עפעס.

בד''וו, אז מען רעדט שוין. דו שרייבסט געשמאק. איך גלייך דיר זייער שטארק. לאו דוקא נייעס, בכלל דיין פאזעטיווע נעגעטיוועטע... איך געדענק דיר נישט זיין אזוי אקטיוו אמאל.
גא"מ, זעמיר זיך מחי’ מיט @חלום חלמתי ’ס פאוסטס

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 2:56 pm
דורך נקודות טובות
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:10 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:25 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:20 pm

איך האלט סתם אזוי אז טיטלען דארפן אוועקגיין. לייק, אויב אין צוויי חדשים שרייבסטו אזויפיל פאוסטס באקומסטו אזא טיטל אבער אויב גייט דורך צוויי אומאקטיווע חדשים ווערט די טיטל פארשווינדן
מסכים, אבער דו דארפסט ריפלעיסן די טיטל מיט עפעס אנדערש. מען קען נישט פלעין אראפנעמען און לאזן ליידיג. קום אויף מיט עפעס.
למשל די טיטל אקטיווע אדער אידטיש שרייבער קען אוועקגיין. די ווערסט צוריק א אנגענומענע באנוצער
איך האב א חבר מיט וועמען איך פלעג דאווענען יארן לאנג יעדן שבת וואך איין און וואך אויס אין איין ביהמ"ד.

דער חבר האט קע"ה קינדער געבענטשטע משפחה, אבער געוואוינט האט ער אין זיין חתונה דירה פאר 15 יאר. עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז געווען געצווינגען צו גיין זוכן א צווייטע דירה, זיין ביז איצטיגע דירה איז שוין פשוט געווען אויסגעוואקסן.

לכתחילה האט ער געזוכט א דירה אינעם זעלבן געגענט, וויבאלד נאכן וואוינען דארט פאר אזוי פיל יאר, איז שווער געווען צו טראכטן פון זיך סעטלען ערגעץ אנדערש. ווי נישט ווי איז ער צוגעוואוינט צו זיין ביהמ"ד, זיינע חברים, זיינע שכנים, זיינע קינדערס חברים און שכנים, זיין גראסערי, וכו' וכו' וכו'. אבער ווען נאכן זוכן פאר עטליכע חדשים און נישט געטראפן עפעס לייטיש, האט ער בלית ברירה געסעטעלט אויף א שיינע דירה א מייל צו וואקן פון זיין ביז איצטיגע געגענט.

געצויגען האט ער זיך אהין בין כסא לעשור שנת תשפ"ה. זייענדיג אומבאקוועם צו דאווענען אין א פרעמדן ביהמ"ד יום הקדוש און אזוי אויך סוכות, האט ער פון אנפאנג אראפשפאצירט די גאנצע מהלך ביז די ביהמ"ד וואו מיר פלעגן דאווענען צוזאמען, דאס פלעגט אין געדוירען באלד צוואנציג מינוט.

נאך סוכות האט ער איינגעזעהן אז דאס איז נישט קיין מהלך, די טעג ווערן קערצער, די וועטער ווערט קעלטער, מען קען נישט אראפשפאצירן דריי מאל א שבת די גאנצע וועג. האט ער זיך ערגעץ וואו מסדר געווען אין א געגענט ביהמ"ד אין זיין נייע געגענט.

ס'איז אים אבער שווער געווען, ער האט זיך געבענקט צו זיינע אלטע חברים, ער פלעגט צוריק טראכטן פון די גוטע צייטן ווי אזוי ער פלעגט פארברענגען אמאל. די חברים זיינע, די שבת'דיגע חברותות, דער רב דארט, דער שמש מיט זיין אייגענארטיגקייט. וכו' וכו' וכו'. אבער, ער האט פארשטאנען אז ער דארף גיין ווייטער אין לעבן, מען קען זיך נישט אפשטעלן ביי וואס איז געווען. יעצט דארף מען זעהן צו טוהן וואס איז די בעסטע פאר יעצט.

די פארגאנגענע יאר נאך פסח האט ער באשלאסן, אז אזוי ווי מען האט דאך שוין גערוקט די זייגער, די וועטער איז שוין בעסער, אפשר איז כדי צו אראפ וואקן כאטש איין תפלה א שבת צו זיין אלטע ביהמ"ד. ער האט זיך געבענקט צו די פלאץ וואו ער האט אזוי געשמאק פארברענגט אזוי פיל יאר. טאקע נישט יעדע שבת, אבער ער האט באשלאסן אז ווען עס וועט זיין בכדי שיעשו וועט ער אראפוואקן.

אזוי האט עס אנגעהאלטן פאר עטליכע וואכן, בדרך כלל פלעגט ער אראפ וואקן צום פרק שיעור שבת נאכמיטאג, און דערנאך פארבלייבן דארט אויף שלש סעודות. אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז ער איז געפארן אין קאנטרי.

די פאריגע שבת לך לך האבן איינער פון די מתפללי בית המדרש חתונה געמאכט, און מיין חבר האט באשלאסן צו קומען דאווענען ביי אונז לכבוד די שמחה. נאכן דאווענען קומט איינער צו צו מיר און פרעגט מיר מיט אזא בייזע מינע אויפן געזיכט, "ווער איז דער איד וואס איז געזיצן דא"? פרעג איך אים "וואס איז דער פראבלעם, וואס גייט פאר"? זאגט מיר יענער, "גארנישט, ער האט זיך פלעין געזעצט אויף מיין פלאץ". פרעג איך יענעם צוריק "וואס? אויף דיין פלאץ? דו ווייסט ווער די איד איז? דו ווייסט וועמענס פלאץ דאס איז"? דער איז איז פון די ערשטע מתפללים דא אין ביהמ"ד, ווען די ביהמ"ד האט נאך געסטראגעלט פאר מנין האט ער געמאכט זיכער צו דאווענען דא אלע דריי תפילות, ער פלעגט צו גיין צום עמוד ווען עס האט אויסגעפעלט, פארשטייט זיך ער האט זיך משתתף געווען יותר מכפי יכלתו בממון צו אוועקשטעלן דאס פלאץ. די זיץ אויף וואס דו זיצט דא יעדען שבת איז די זיץ אויף וואס יענער איז געזיצן 15 יאר! ער זיצט נישט אויף דיין זיץ, דו זיצט אויף זיין זיץ!

והנמשל מובן מאליו. איך מיין נישט מיר, עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז איינער וואס איז געווען אקטיוו דא, און פשוט וויבאלד די אומשטענדען ערלויבן אים נישט אויף די מינוט ווייטער צו שרייבן צו אפט, זאל ער צוריק ווערן עפעס א גרינער פרישע באניצער. קענסט אים רופם "וועטעראן באניצער" "פארשלאפענע באניצער" אבער פרישע באניצער?

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 3:06 pm
דורך חלום חלמתי
גאַאד. די האסט ליטערלי אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל פאר אזא פשוטע פוינט...?!

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 3:58 pm
דורך להגדיל הטראסק
אז ער קומט אריין ווינציג זאל אבער די ווינציג זיין אסאך...

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:06 pm
דורך נקודות טובות
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 3:06 pm גאַאד. די האסט ליטערלי אפגעשריבן א גאנצע ארטיקל פאר אזא פשוטע פוינט...?!
קודם כל, איך דערשרעק מיך נישט פון דיין שארפקייט. איך האב דיר קלאר דאך געזאגט אז איך גלייך דיין פאזעטיווע נעגעטיוועטי....

צווייטענס, איך האב נישט אליינס געשריבן די ארטיקל. דאס האט מיר CHATGPT געשריבן. איך האב דיר געוואלט געבן צו שפירן אז איינער רעכענט זיך מיט דיר. איך האב פארט נישט געהאט קיין נערווען צו דיר ענטפערן, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר עפעס שרייבן, איך בין נאך ניטאמאל אנגעקומען צו איבערקוקן וואס איך האב געקאפי פעיסט...

אן עי סיריעס נאוט. למען האמת. דו ווילסט איך זאל גיין ברחל בתך?

ס'דא א איד וואס אויף אידטיש רופט ער זיך @נקודות טובות. ער איז געווען פון די ערשטע אקטיווע ניקס דא אויף די סייט, ער פלעגט כסדר שמועסן און דעבאטירן מיט די חברי הטישל, און אינאיינעם געהאלפן אוועקשטעלן דעם סייט.

די השגחה העליונה האט אבער אזוי געפירט אז די אומשטענדן זאל אים נישט ערלויבן צו שרייבן צו אפט אויף די מינוט. חוץ מזה האט דער @נקודות טובות אזא מנהג אז פון חמשה עשר באב ביז סוכות גייט ער כאילו אין קאנטרי.

ווען ער דערמאנט זיך צוריק צו די צייטן וואס ער האט יא פארברענגט דא, ברענגט עס אים ארויף בענקשאפט. ער האט זייער געגעליכן די חברים דא, די אטמעספערע, די הנהלה, די אייגענארטיגקייט פון געוויסע, וכו' וכו' וכו'. ער פראבירט אז ווען עס ארבעט זיך אים אויס זאל ער אריינצוקומען כאטש ליינען, און אמאל אויך אבערלאזן א קאמענטאר. (כאטש וואס עס מאכט זיך טאקע זעלטן לעצטענס) אבער ער קוקט ארויס אז בקרוב זאל ער קענען צוריק ווערן א חלק פון די מקום.

פלוצלינג קומט איינער אן און געבט אזא פרעג פארוואס ביי נקודות שטייט אקטיווע שרייבער. איך ווייס אז יענער האט עס געמיינט אלץ א פריינטליכע קאמענטאר, און איך האב עס טאקע אזוי אנגענומען. (און יישר כח פאר אלע וואס געבן מיר כסדר די גוטע געפיל אז מען געדענקט מיך) איך האב אייך אבער געוואלט זאגן אז מיין הארץ איז מיט אייך, כאטש וואס עס איז מיר די טעג זייער שווער צו שרייבן דא, האב איך נאך אין פלאן מיט'ן אויבערשטענס הילף צו זיין צוריק.

יעצט ליין איבער די משל, און זאג מיר צו דו פארשטייסט עס בעסער, אדער דו קוקסט עס נאך אלץ אן ווי אזא פשוט'ע פוינט...

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:12 pm
דורך שמח
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:06 pm

כ'מיין האסט נישט ריכטיג פארשטאנען @חלום חלמתי'ס ווערטער, ער האט זיך בעיקר באצויגן צו זיין אייגענע - ערליך פארדינטע - טיטל, קארעקט מי איף איים ראונג.

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:20 pm
דורך חלום חלמתי
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:12 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:06 pm

כ'מיין האסט נישט ריכטיג פארשטאנען @חלום חלמתי'ס ווערטער, ער האט זיך בעיקר באצויגן צו זיין אייגענע - ערליך פארדינטע - טיטל, קארעקט מי איף איים ראונג.
💯 כ'אב ניטאמאל געכאפט אז די מדובר איז איבער @נקודות טובות . איך רעדט פון אזא טיטל ווי מיר וואס א שיינע פאר ניקים האבן און איך ווארט אויף זיי אין די בולעטין טעמע...

נקודות. אָם, דיר וואלט איך געגעבן א טיטל ווי חבר ותיק, אהבת קדומים/דור דעה...

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בילד

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:52 pm
דורך חיימ'קע
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:28 pm
קענסט נאך תשובה טאן....

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:58 pm
דורך שבת קודש
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 3:06 pm
די השגחה העליונה האט אבער אזוי געפירט אז די אומשטענדן זאל אים נישט ערלויבן צו שרייבן צו אפט אויף די מינוט.
איך האף פאר גוטע סיבות

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 5:54 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 12:58 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 8:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 3:06 pm
די השגחה העליונה האט אבער אזוי געפירט אז די אומשטענדן זאל אים נישט ערלויבן צו שרייבן צו אפט אויף די מינוט.
איך האף פאר גוטע סיבות
יא, געלויבט השם יתברך.

Re: קאמפלימענטן און הערות צו ניקס

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:02 am
דורך Think and Thank
@פעיק ניוז עס איז נישטא אזא ווארט עדיוקירטער און אומעדיוקירטער אין קיין שום שפראך אין די וועלט. אין ענגליש זאגט מען עדזשוקעיטעד און אנעדזשוקעיטעד, און אין אידיש איז עס געבילדעט און אומגעבילדעט.