גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
גיוס אפדעיטס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 51

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

נאך נשמות געראטעוועט
היינט איז ערשינען אין אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ" אן אומגליקליכער היימישער בחור וואס האט מיט טרערן אין די אויגן דערציילט אז ער האט ליידער נישט געקענט שטיין אין די פרעשור אין ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין נעץ, ער האט זיך רעקרוטירט אין טמא'נעם מיליטער.
"נאך צוויי גאנצע טעג בין איך אנטלאפן פון דארט, און יעצט בין איך פארפלאנטערט ביז איבערן קאפ" האט ער דערציילט א דערשראקענער, טרייסלענדיגערהייט.
ווי ער פארציילט האט מען אים אריינגעשטעלט אין די מכלומר'שטע חרדישע "נצח יהודה" באטאליאן. "מען קען אפשר פארקויפן פארן ציבור אז דאס איז א חרדישע אפטיילונג. עס איז ווייט פון צו זיין אזוי". מען קען דארט קוים דאווענען, בקושי היטן שבת, און עס זענען דארט פארהאן שווערע פראבלעמען מיט שמירת עיניים. "איך וויל בלייבן אן ערליכער איד" האט זיך דער בחור געבעטן.
דער בחור קען זיך נאכנישט אנכאפן פון די קאשמארן וואס ער איז דארט אריבער. ער איז געקומען זיך בעטן ביי ר' שמעון שישא שליט"א ער זאל אים געבן אן עצה וויאזוי פטור צו ווערן פון זייערע הענט.
איבעריג צו זאגן אז ר' שמעון האט אים געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וואס צו טוהן. האפטנליך וועט דער בחור זען א ישועה אינגיכן.

דאס אין צייט וואס צענדליגער שטראמען טאג טעגליך צום אפיס פון ר' שמעון, און א פלייץ פון בחורים ווערן געהאלפן נאכאנאנד דורך די געטרייע שטאב פון מרכז עזר"י בהכוונת רבותינו הגאוה"צ הביד"צ העדה החרדית שליט"א.
גיוס אפדעיטס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 51

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

קודקוד - די שוידערליכע פלאן
די מיליטער זיצט נישט שטיל און זוכט אלע סארט וועגן ווי מ'קען אריינשלעפן וואס מער חרדישע אידן אינעם טמא'נעם צה"ל. דאס איז א זאך וואס גייט שוין אן לאנגע יארן, נאך פון ווען מען האט אויפגעשטעלט די מכלומר'שטע פרומע "נח"ל החרדי" - א באטאליאן אין די "נחל" בריגאדע. אום תשס"ב האט די באטאליאן זיך געטוישט די נאמען אויף "נצח יהודה" (ראשי תיבות נוער צבאי חרדי - חרדישע מיליטערישע יוגנט) אין די "כפיר" בריגאדע.
אום די לעצטע יאר האט די מיליטער אויפגעשטעלט א נייע בריגאדע וואס איז אינגאנצן געאייגנט פארן חרדישן ציבור מיטן נאמען "חשמונאים". זיי האבן געשוואוירן אין דעם פויבסט בארד אז דארט וועט מען שטרענג האלטן אלע הלכות פון כשרות, שבת און צניעות, עס וועט זיין א חוב צו דאווענען דריי מאל א טאג און עס וועלן זיך נישט אנזעהן פרויען אינעם באזע בשום אופן. דאס איז פארשטייט זיך וויסטע הבטחות און דער מציאות איז ווייט פון דעם.
אבער דאס האט זיך נישט אפגעשטעלט דא.
אין די לעצטע תקופה זענען זיי אויפגעקומען מיט א נייעם פלאן וואס רופט זיך "קודקוד". דאס איז כאילו אן אומשולדיגע קורס פון לערנען הויך טעק אונטער די אויסגעוואשענע ווערטער "מערכת הביטחון". ווען מען קריכט אריין טיפער שטעלט זיך ארויס דאס שוידערליכע: די אלע וואס לערנען אין דעם קורס זענען פולקאמע סאלדאטן וואס דינען אין צה"ל אלס א טייל פון די 8200 אפאראט אין די אינפארמאציע פליגל.
די באדינגונגען דארט זענען זייער באקוועמע: מען דארף נישט אנטון מונדירן, מען ארבעט נישט שבת, מען גייט אהיים יעדע נאכט. קיינער דארף ניטאמאל וויסן אז יענער דינט אין די אפאראט, אפילו נישט די עלטערן פון דעם בחור. און דאס איז פשוט אז נאר חרדים ארבעטן דארט .זיי זאגן פארשטייט זיך צו אז יעדער אויסשטודירטער וועט באקומען א תעודה וואס וועט אים עפענען אלע טויערן אין אלע הויך-טעק קאמפעניס.
אין די לעצטע טעג איז אנגעקומען א בחור אין אפיס פון מרכז עזר"י און ער האט דערציילט אז ער איז געווען אין די "קודקוד" און ער איז אנטלאפן פון דארט. דער בחור האט פארציילט "ריכטיג אז נאר חרדישע ארבעטן דארט, אבער עס זענען דארט דא פול מיט מכשולות. קודם כל, עס קענען אסאך מאל אנקומען דארטן פרויען אבער נישט דאס איז דער עיקר, דער עיקר איז אז די מיליטער איז די "איזראעלישע שמעלץ טאפ" (ווי דער ערשטער ראש הכופרים ב. ג. שר"י האט מגדיר געווען די איזראעלי מיליטער), איך שפיר ווי מיינע דעות בייטן זיך שטייטליך, דו זעסט בחורים וואס קומען פון פונדאמענטאלע חרדישע הייזער און מיט די צייט ווערן זיי פארפוילט פון אינעווייניג, זיי ווערן "חרדים חדשים". מען בייט דארט די גאנצע מהלך המחשבה, מען הייבט אן טראכטן און באטראכטן יעדע זאך מיט א גוי'אישע בליק. איך האב געשפירט אז איך קען דארט נישט ממשיך זיין. מיין נשמה ווערט פארברענט".
ווי דער בחור דערציילט זענען די מיליטער זייער שטארק אינטערעסירט אז די "קודקוד" פלאן זאל זיין סוקסעספול. זיי ווארטן שוין צו ארויסגיין צום גאס און ווייזן אז עס קומען ארויס פונעם קורס געשולטע חרדים. דער קאמאנדיר פון דעם בחור איז פריוואט אראפגעקומען צום בחור אין שטוב און זיך פרובירט איינבעטן ביי אים ער זאל צוריקומען, צוזאגנדיג פיתום ורעמסס טאמער ער וועט צוריקומען.
דער בחור האט באקומען די פונקטליכע אנווייזונגען פון ר' שמעון שישא שליט"א, און ער וועט בקרוב זיך ארויסדרייען פון זיי.
דאס איז נאר איינע פון די מעשות וואס קומען פאר און ווערן פארציילט צווישן די ווענט פון אפיס אויך א טאג טעגליכן רוטין. נאר נעכטן אליין זענען געווען אין אפיס ביי די שעות פון קבלת קהל צווישן 8:00 און 10:00 ביינאכט א צאל פון נישט ווייניגער ווי 53 (!) בחורים וואס מוטשען זיך מיטן מיליטער. ר' שמעון גיבט פאר יעדן פון זיי א פונקטליכע הדרכה וואס צו טון.
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

גיוס אפדעיטס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 08, 2025 2:04 pm די לעצטע יאר האט די מיליטער אויפגעשטעלט א נייע בריגאדע וואס איז אינגאנצן געאייגנט פארן חרדישן ציבור מיטן נאמען "חשמונאים". זיי האבן געשוואוירן אין דעם פויבסט בארד אז דארט וועט מען שטרענג האלטן אלע הלכות פון כשרות, שבת און צניעות, עס וועט זיין א חוב צו דאווענען דריי מאל א טאג און עס וועלן זיך נישט אנזעהן פרויען אינעם באזע בשום אופן. דאס איז פארשטייט זיך וויסטע הבטחות און דער מציאות איז ווייט פון דעם.
לייג אויך צו אז די מיליטער האט זיך נישט געוואלט מחייב זיין אז א בחור וואס גייט אריין דארט וועט זיכער דארט בלייבן, נאר איינמאל ער איז אין מיליטער קען מען אים אריבערפירן צו אן אנדערע בריגאדע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
גיוס אפדעיטס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 51

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

ערשטמאליגע אויפדעקנוג - ברייטער באריכט פון א משפט אין מיליטערישן געריכט

מיר ברענגען דא אראפ אן ערשטמאליגן פראטאקאל פון א משפט וואס איז נעכטן פארגעקומען אין מיליטערישן געריכט וועגן א בחור וואס מען האט איינגעשפארט אין טורמע.
מיר וועלן דא פארלייגן די פראטאקאלן, די טייטש און ערקלערונגען וואו עס פעלט זיך אויס.

לפני כבוד השופט, סגן הנשיאה סבסטיאן אוסובסקי
אנקלאגער
די מיליטערישע פראקוראר מטכ"ל
קעגן

דער פארדעכטיגטער
פרייוואט (Private - דער פאראורטיילטער ווערט שוין פארעכנט ווי א סאלדאט) אהרון קינסטליך
אנוועזנדע:
פון די פראקוראר זייט: קמ"ש
(קצין משפטים - געריכטן אפיציר) לוטם בהדנה
פון די פארטיידיגונג זייט: נישט רעפרעזענטירט. אנוועזנד אין זאל איז א קאפיטאן מטעם די מיליטערישע פארטיידיגונג
רעגיסטראטארין: טוראי גלי פוקס

פראטאקאל

דער ריכטער אידענטיפיצירט דעם באשולדיגטער דורך זיין תעודת זהות

תובע: וועגן די "חשד סביר"
(חשד סביר איז א געריכטליכע סיבה צו קענען האלטן א מענטש. ווי די געריכט פאנגט זיך אן דארף מען ערקלערן וואס איז די סיבה וואס די פאליציי האט איינגעזעצט דעם פאראורטיילטן) האלטן מיר אז א מעלדונג ארום 24 שעה נאכן פארהאלטן פארמירט א קלארע "חשד סביר" אויף דעם ארעסטאנט. וועגן די געזונטהייט טענות (דער בחור האט גע'טענה'עט אז ער איז נישט בסדר נפשיותדיג) וועל איך שיקן צו א לאנגיעריגע פסק פון געריכט אז די זאכן געהערן צום דאקטאר פון טורמע און ער איז דער וואס דארף באשטעטיגן צי דער ארעסטאנט איז פאסיג צו זיצן.
אזוי אויך ווי עס איז באצייכנט געווארן אין דעם סעסיע אין די מינוטן הארעוועט די רעלעוואנטע לשכת הגיוס צו שיקן אלע פארשונג מאטעריאל ארום דעם פארדעכטיגטן וואס זענען צוגעלייגט געווארן צו די ראיות וואס שטייען פארן געריכט אויף אן אופן אז עס וועט אריבערגיין דעם "חשד סביר" נאך העכער פון א "ספק סביר"
(ספק סביר איז אן הארבערע דרגה וואס קען שוין צוברענגען צו אן אורטייל)

דער ריכטער שלאגט פאר פארן אנגעקלאגטן צו זיין רעפרעזענירט דורך די מיליטערישע פארטיידיגונג.
אנגעקלאגטער: איך וויל זיין רעפרעזענטירט דורך מיין רב, הרב שמעון שישא.
געריכט אפיציר: מיר האבן גערעדט מיט הרב שישא. ער זאגט אז ער האט נישט יעצט אן אדוואקאט און אז ער וויל רעדן מיט אים
(מ'האט דווקא נישט געברענגט דער לויער אזוי אז דער ריכטער זאל דארפן אליין דורכקוקן די דאקומענטן...)
אנגעקלאגטער: איך וויל נישט א מיליטערישער פארטיידיגער, איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם, אלע זענען קעגן מיר.
באשלוס
עס איז געברענגט געווארן פאר מיר די בקשה פונעם פראקוראר צו פארלענגערן די ארעסט פונעם פארדעכטיגטן, כדי מ'זאל אים קענען פארשן, ביז מארגן אין די מיטאג שעה'ן. אין די בקשה וואס איז ג'חתמ'עט דורכ'ן פראקוראר איז פארצייכנט אז דער פראקוראר בעט אז דער געריכט זאל דורכקוקן די פערסאנאלע קעיס פון דעם פארדעכטיגטן און די מאטריאל פון די באווייזן וואס איז צאמגענומען געווארן ביז אהער.
פון דורכטון די פראקוראר קעיס קומט ארויס אז די פארש מאטריאל וואס ער וויל פארלייגן איז נאר די דעקלעראציע פון דער פארדעכטיגטער בשעת'ן זיך שטעלן פאר די מיליטערישע פאליציי
(אין אנדערע ווערטער, זיי טענה'ן אז ווען מען האט אים איינגעזעצט האט ער מודה געווען אז ער ווייסט אז ער האט זיך געדארפט שטעלן און ער האט זיך נישט געשטעלט) דער פראקוראר האט באצייכנט אז עס איז גענוג די הודאה אין פאליציי כדי אוועקצושטעלן א "חשד סביר".
(אבער...) אז מען קוקט אריין אין די דעקלעראציע וואס דער פארדעכטיגטער האט געזאגט זעט מען אז ער האט טאקע געזאגט "יא" אין פארבינדונג צום מודה זיין אין די פארדאכט, אבער ווען מען קוקט אריין שטערקער שטעלט זיך ארויס אז דער פארדעכטיגטער האט איבערגעגעבן פאר זיינע פארשער אז ער איז א "פסיכיאטערישער פאציענט און אויך נאך וואס איך האב זיך געשטעלט אין בקו"ם (לשכת הגיוס) האט מען מיר גארנישט געשיקט". שפעטער האט דער פארדעכטיגטער נאכאמאל געזאגט "מען האט מיר גארנישט געשיקט נאך וואס איך האב זיך געשטעלט אין בקו"ם". אויף די שאלה פארוואס ער האט זיך געשטעלט, האט דער פארדעכטיגטער געענטפערט "מיין טעראפיסט האט מיר געשיקט".
(דאס מיינט, ער האט אפשר טאקע געענטפערט "יא", אבער עס קומט נאכדעם א גרויסע "אבער")
פון דעם קען מען נישט ארויסלערנען אז דער פארדעכטיגטער האט מודה געווען אין ברעכן דעם געזעץ פון נישט קומען צום דינסט.
דעריבער, פאר דעם אליין, און אויך אין ליכט פון דעם פאקט אז נאך מער פון 24 שעה איז דאס די איינציגסטע ראיה וואס דער פראקוראר האט צו פארלייגן, איז גוט צו באפעלן אז דער פארדעכטיגטער זאל באפרייט ווערן פון ארעסט.

(ביז דא האט דער שופט זיך אפילו נישט באצויגן צום פאקט אז דער בחור איז נישט געזונט און ער איז פסיכיאטעריש באהאנדלט. דער איינציגסטער פאקט אז די מיליטער האט ארויסגענומען א האלבע "יא" פון אים, און דאס איז די אייציגסטע באווייז קעגן אים - דאס אליין האט שוין צוגעברענגט דעם שופט אנצושרייען די פראקורארן מיט כעס, ווי ער זאגט "איר מאכט ליצנות? פאר דעם האלט איר א מענטש 24 שעה?!"
פון דא אין ווייטער באציט זיך דער ריכטער אויך וועגן די געזונט צושטאנד פון דעם בחור)
אין ליכט פון די אומבויגזאמע רושם וואס איך האב באקומען, און אין ליכט פון דער פאקט אז ער איז נישט רעפרעזענטירט, האב איך געבעטן זיין ערלויבעניש צו קוקן די דאקומענטן וואס ער האט געברענגט אין געריכט הויז.
(ווען עס וואלט געווען א לויער וואלט זיך דער ריכטער נישט גענומען די טרחא צו איבערקוקן די צעטלעך, אבער היות ר' שמעון האט דווקא נישט געברענגט קיין לויער האט דער שופט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, נאר ארויפצושטעלן זיינע ברילן אויפן שפיץ נאז און אליין דורכקוקן די פאפירן.
ליינענדיג די דאקומענטן איז דער ריכטער געווארן צושוידערט) מען רעדט דא פון א לאנגע ליסט פון דאקומענטן וואס ווייזן אויף א חשד פון א פסיכאטישע דיסארדער, סיכיזאאפעקטיווע כראנישע און סכיזאפרענישע דיסארדער. דער פארדעכטיגטער איז אויך באשטעטיגט דורך די "ביטוח לאומי" אז ער האט פראצענטן פון דיסאַביליטי וועגן זיין מצב.
דעריבער, באפעל איך צו באפרייען דעם פארדעכטיגטן, אן קיין תנאים.
דער פארדעכטיגטער וועט זיך שטעלן צו א פארשונג, לויט די באדערפענישן.

לסיכום: דער ריכטער האט אראפגעשליידערט די פראקורארן פון אלע טרעפ. מיט אזעלכע שוואכע באווייזן, און נאך 24 שעה האלטן א מענטש וואס ליידט אויף א שורה פון מחלות, "שעמט איר זיך נישט?"

אבער די מעשה שטעלט זיך נישט אפ דא
תובע: מיר ווילן בעטן צו אויפהאלטן די דורכפיר פון די באשלוס אויף נאך 24 שעה כדי מיר זאלן קענען אונטערזוכן אויב מ'קען אפעלירן. מיר בעטן א שעה כדי אונטער צו זוכן די באשלוס.
דער ריכטער בעט אז אין זאַל זאל אריינקומען א קאמענד אדוואקאט: מעידשזאר ליאור דאיץ' קומט אריין אין זאל.
(דא האט דער ריכטער מחליט געווען אז בעל כרחו פון דעם בחור וועט ער באקומען א מיליטערישער אדוואקאט)

באשלוס

נאך וואס איך האב אריינגעקוקט אין אלע מאטעריאל און טארץ די ווידערשטאנד פון דעם פארדעכטיגטן, באשטים איך מעידשזאר ליאור דאיץ' זאל פארטרעטן דעם פארדעכטיגטן אין די פראצעס וואס פירט זיך קעגן אים.
סניגור: מיר וועלן זיך נישט קעגנשטעלן צום אויפהאלטן די דוכפירונג און מיר וועלן אויסנוצן די צייט צו שמועסן מיטן פראקוראר.
(דאס איז פונקט וואס א "סניגור צבאי" איז ווערד. ער שטעלט זיך נישט קעגן און ער איז גרייט אקעגן צו גיין די פראקורארן)
דער פארדעכטיגטער האט געברענגט מעדיצינען מיט זיך וועגן זיין געזונט צושטאנד, דאס זענען מעדיצינען וואס ער מוז נעמען בקביעות.
דער פארדעכטיגטער זאל בלייבן אין געריכט הויז
(דאס כדי ס'זאל זיך יעצט נישט אנהייבן א נייע חתונה פון צוריקטראגן דעם בחור אין טורמע)

באשלוס

איך באפויל צו אויפהאלטן די דורכפירונג פון מיין באשלוס ביז 15:15 (ארום א שעה צייט)
א קאפיע פון די באשלוס וועט אמשנעלסטן אריבערגעפירט ווערן צום קאמאנדיר פון די קליניק, כדי מען זאל קענען דריגענד אפשאצן די נוטיגקייט פון נעמען די מעדיצינען וואס ער האט געברענגט מיט זיך.

די צווייטע געריכט פאנגט זיך אן

אנגעקלאגטער: נאך וואס איך האב זיך דורכגערעדט מיט "הרב" (ר' שמעון שישא שליט"א) דערקלער איך אז מעדזשאר ליאור דאיץ' פארטרעט מיר ביים היינטיגן דיסקוסיע.
תובע: מיר בעטן דורכצוטראכטן פונדאסניי די באשלוס, אין די צייט וואס איז אריבער פון די פריערדיגע באשלוס זענען אנגעקומען פארש מאטעריאל וואס שטעלן פעסט די פארדאכט און בארעכטיגן א נייע איבערטראכט פון די באשלוס.
די פראקוראר לייגט פאר די מאטעריאל פארן געריכט. בעט נאכאמל צו פארלענגערן די ארעסט ביז מארגן. עס פעלט אונז א תע"צ
(א סארט סיבה פון אנקלאגן) און דעריבער בעטן מיר צו פארלענגערן די ארעסט ביז מארגן.
סניגור: מיר זענען קעגן. ערשטנס, דער פראקוראר האט אויסגענוצט די צייט וואס מען האט געגעבן נאך וואס מען האט שוין באשלאסן צו באפרייען פון ארעסט - כדי צו פארזעצן מיט פארשן, און נישט כדי צו באטראכטן צו אפעלירן ווי ער האט דערקלערט. אין די צייט זענען צאמגענומען געווארן פארש מאטעריאל וואס די פארטיידיגונג האט נישט עספיעט דוכצוקוקן ווי עס דארף צו זיין, אבער פון אויבנאויף קוקט אויס ווי עס איז נישטא קיין סטאבילע אינפראסטראקשן צו באשטימען אז דער פארדעכטיגטער איז רעקרוטירט געווארן לעגאל און ער איז געווען באוואוסטזיניג צו דעם. פון דעם פארש קעיס שטעלט זיך ארויס אז ער האט א שווערע קרימינאלע פארגאנגענהייט אויף וואס ער האט באקומען א צייכן פון ר"פ
(רישום פלילי) 9,000 , א צייכן וואס ווי באקאנט לויט די באפעלן פון אכ"א און די תקנות פון מיט"ב פאדערט אז דער רעקרויטמענט זאל ווערן ערלויבט דורך דער קאמאנדיר פון מיט"ב אדער זיין וויצע, און לויט די געריכט פון אפעלירן וועגן מפל בן הרוש (דאס איז עפעס אן אנדער פסק פון אן אנדערן געריכט) קומט ארויס אז ווייניגסטנס בארעכטיגט עס איבערצוטראכטן אלטערנאטיווע ארעסטן (ווי הויז ארעסט וכדו')

אין שיין פון באמערקונגען פון געריכט גייען ארויס די צדדים פון זאל

- נאך אן הפסקה -
תובע: נאכן איבערקוקן די זאכן, די פארש מאטעריאל, די טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן און די באמערקונגען פון געריכט ("באמערקונגען" איז א שיינע ווארט ארויסצוברענגען די קולות וואס דער שופט האט געמאכט אויפן פראקוראר...) וועלן מיר נישט שטיין אז די ארעסט זאל פארזעצן.

באשלוס

רעכענענדיג זיך מיט די שטעלע פון פראקוראר, באפויל איך אויסצומעקן די בקשה דורכצוטראכטן פונדאסניי מיין באשלוס צו באפרייען דעם פארדעכטיגטן.
דער פארדעכטיגטער וועט זאפארט ווערן באפרייט פון ארעסט.
פיילס
סריקה_20250508 (4).png
סריקה_20250508 (3).png
סריקה_20250508 (2).png
גיוס אפדעיטס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 51

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

די גזירה גייט ארויף א טרעפל
"אין די אלע יארן פון ווען מרכז עזרה ויעוץ שטייט" זאגט העסקן ר' שמעון שישא שליט"א, "איז נאך קיינמאל נישט פארגעגאנגען אין אפיס דאס וואס עס טוט זיך יעצט אפ אין די לעצטע טעג".
ר' שמעון האט זיך לעצטנס איינגעפירט א מנהג אויפצושרייבן יעדן טאג אויף א קליין צעטעלע אלע נעמען פון די בחורים וואס זענען געקומען זיך מתייעץ זיין אין אפיס ביי די שעות פון קבלת קהל, צווישן 8:00 ביז 10:00 ביינאכט. נעכטן אליין איז מען אנגעקומען צו די אומגלויבליכע ציפער פון 60 (!) מענטשן.
ווען ר' שמעון איז נעכטן אנגעקומען צום אפיס האט ער זיך אנגעשטויסן אין א לאנגע רייע וואס האט זיך געשלענגלט ביז אינדערויסן פון טיר. ר' שמעון האט זיך געמוזט אדורך שטופן אין די שמאלע און געפאקטע קארידאר כדי אנצוקומען צו זיין צימער.
ר' שמעון איז געזעצן און אויפגענומען מענטשן פון אכטע ביז עלף אזייגער. טראץ וואס עס הייסט אז ביז צענע איז דא קבלת קהל, האט זיך עס אבער אריינגעשלעפט ביז עלעף. און עס ענדיגט זיך נישט דא. אויפמארגן 8:00 אזייגער אינדערפרי דארף שוין ר' שמעון שטיין וואך אויף די פיס, וויבאלד אין די שעה עפענען זיך די טויערן פון די לשכות הגיוס אין גאנץ לאנד, און ר' שמעון דארף שטיין הילפס גרייט און זיין אנליין בקשר אויפן טעלעפאן מיט די אלע בחורים וואס זענען געשיקט געווארן אין לשכת הגיוס כדי צו מסדר זיין א פטור. נעכטן אליין איז ר' שמעון געשטאנען בקשר מיט 18 (!) בחורים וואס זענען געווען אין די לשכות אויסגעשפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל...
די קליינע צעטעלע וואס ר' שמעון שרייבט אויף
די קליינע צעטעלע וואס ר' שמעון שרייבט אויף
IMG_4914.JPG (96.38 KiB) געזען געווארן 378 מאל
זיצט ר' שמעון אין אפיס און עס קומט אריין א בחור וואס פלאצט אויס אין א געוויין "וואס גייט פאר?" פרעגט ר' שמעון באזארגט. "איך האב מורא, איך ציטער אהיימצוגיין אין שטוב" ענטפערט דער בחור אינגאנצן דערשראקן. דער בחור האט פארציילט אז ער קען שוין נישט שלאפן פון נעכטן ביינאכט, נאך וואס ברוטאלע קלעפ אויפן טיר פון זיין הויז אין שטאט "באר יעקב" אין דרום ארץ ישראל האבן אויפגעוועקט זיין טאטע מאמע און געשוויסטער אינמיטן נאכט. "וואו איז יענקל?" האט א שטרענגער מיליטערישער פאליציאנט געפאדערט מען זאל זאפארט ארויסגעבן דעם בחור, וואס זיין איינציגסטע זינד איז אז ער וויל בלייבן ערליך און ח"ו זיך נישט רעקרוטירן צום טמא'נעם מיליטער. דער בחור איז נישט געווען אין הויז יענע נאכט, און די עלטערן האבן געענטפערט פאר די פאליציי אז זיי האבן נישט קיין אהנונג ווי ער געפינט זיך יעצט. ווי נאר די ענטפער איז געקומען האבן די פאליציאנטן איינגעבראכן אין הויז, און פונקט ווי אין די פינסטערע צייטן אין רוסלאנד ווען די "כאפער'ס" זענען געקומען כאפן די קאנטאניסטן האבן די פאליציי פון די "אידישע מדינה" אנגעהויבן איבערקערן די שטוב, זוכנדיג און נישטערנדיג נאכן בחור. זיי האבן איבערגעדרייט יעדע זאך וואס קען זיך רוקן, אונטער די בעטן און העכער די שאפעס, אינדערצייט וואס א גאנצע משפחה פון דערשראקענע אומשולדיגע טאטע מאמע און קליינע קינדער שטייען אין זייט מיט פידזשאמעס און קוקן פארפרוירן פון שרעק ווי די כוליגאנעס וואנדאליזירן זייער הויז. דאס איז א טראומע וואס עס זייער שווער אויסצומעקן.
נאך א שעה פון זוכן און קרייץ פארהערן זענען זיי ארויס מיט ליידיגע הענט, "מיר וועלן נאך צוריקומען" האבן די רשעים פארזיכערט מיט א סאדיסטישן שמייכל. "וואס זאל איך טון יעצט?" זאגט דער בחור א פארלוירענער, "מארגן וועלן זיי מיר קומען זוכן אין ישיבה".
און דאס איז נישט די איינציגסטע באריכט וואס איז אנגעקומען אין אפיס. אין די לעצטע נאכט זענען זיי געווען אין נאך אפאר אדרעסן און אנגעזייט אנגסט אין כאאס זוכנדיג בחורים וואס שטעלן זיך נישט אין מיליטער.
זיי זאגן עס אפיציעל, "צה"ל וועט אין די קומענדיגע טעג אונטערנעמען א דראמאטישע אקציע צו אינפארסירן דעם חוק הגיוס". דער הויפט גענעראל זמיר (וואס הייסט רעכט גענויגט אין קעגנזאץ צום פריערדיגן הויפט, און איז פערזענליך אויפגענומען געווארן דורך נתניהו, ווי כאילו זיינע פאליסיס זענען אנדערש פון דער גענעראל הלוי, און זיינע מיינונגען וועגן גיוס זענען מילדערע - שטעלט זיך ארויס אז דער נייער פריץ איז ערגער פון דעם אלטן) האט קלאר מודיע געווען אז עס האבן זיך געענדיגט די גוטע צייטן, און די מיליטער וועט אין די קומענדיגע טעג נעמען שארפע שריט קעגן אלע בחורים וואס לויטן יעצטיגן געזעץ זענען זיי מחוייב זיך צו מאביליזירן אין מיליטער.
דער יהדות החרדית שטייט קאמפס גרייט קעגן די אלע פעלנער, און אין די אפיסעס פון מרכז עזר"י גרייט מען זיך מיט תפילה דורון ומלחמה, האפנטליך אז די גזירה זאל בטל ווערן אינגיכן.
פיילס
צהל מתנכל לעולם התורה.png
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5080

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאירוואלף »

עמית סגל: וועט עס פאראורזאכן א קאאליציע קריזיס? מדנ"י מיליטער מעלדט דעם אנהייב פון אן ארעסט־אפעראציע קעגן די וואס האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די גיוס באפעל.

דערמאנונג - ארי' דרעי האט געסטראשעט אז ש"ס וועט פארלאזן די רעגירונג אויב אפילו איין ישיבה-בחור ווערט ארעסטירט.
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5080

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאירוואלף »

די חרדים האבן איבערגעגעבן א מעסעדזש צו נתניהו: אויב די מיליטערישע פאליציי וועט אנפאנגען א פראאקטיווע ארעסט אפעראציע קעגן ישיבה-בחורים, וועלן מיר באטראכטן די מעגליכקייט פון תיכף רעזיגנירן פון דער רעגירונג. (אדמקר)
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5080

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאירוואלף »

א עלטערער חרדישער עסקן אטאקירט זיינע פריינט: "אין די פארגאנגענעם יאר האבן מיר געשריגן עטליכע מאל - מיר דארפן קאנפראנטירן נתניהו מיט א געמיינזאמע סטראשע פון ​​אלע חרדישע פארטייען, אבער פארשידענע עלעמענטן האבן זיך דערקעגנגעשטעלט און יעצט עסן מיר וואס מיר האבן אויפגעקאכט" (ארי כהן).
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 843
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5080

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאירוואלף »

די עדה החרדית וועט זיך היינט צוזאמענזעצן פאר אן עמערדזשענסי אסיפה נאך דער ארעסט אפעראציע. זיי באטראכטן די אפציע צו נעמען אלע בחורים וואס ווערן דעפינירט ווי "אנטלויפער" און זיי איבערגעבן אין אן מסודרדיגע פראצעסיע צו דער מיליטערישער פאליציי.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 5:29 am די עדה החרדית וועט זיך היינט צוזאמענזעצן פאר אן עמערדזשענסי אסיפה נאך דער ארעסט אפעראציע. זיי באטראכטן די אפציע צו נעמען אלע בחורים וואס ווערן דעפינירט ווי "אנטלויפער" און זיי איבערגעבן אין אן מסודרדיגע פראצעסיע צו דער מיליטערישער פאליציי.
וואס וועט דאס העלפן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6454
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14789

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

IMG-20250513-WA0120.jpg
IMG-20250513-WA0120.jpg (93.75 KiB) געזען געווארן 579 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6454
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14789

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א היימישע אבלאווע!!!...

אין די לעצטע וואכן, זייט דער גזירת גיוס איז געווארן א פאקט, טויזנטער בני ישיבות באקומען "צוי מעצר" און דער פאניק איז גרויס ביי טאטעס און מאמעס, קען מען נישט אטעמען פון איבער-ארבעט אין די אפיסעס וואו דער גאנצער חרדישער ציבור לויפט זיך צו ראטעווען.

ווי ר' שמעון שישא זאגט מיר קען ער לעצטנס נישט דאווענען, עסן, שלאפן, ער זיצט אין אפיס מבוקר ועד ערב אינאיינעם מיט אלע אנדערע עסקנים און מ'קומט נישט נאך די לאנגע רייעס! יעדער בעט זיך "מיין קעיס איז די וויכטיגסטע!... מיין פרוי שלאפט נישט רואיג!... מיין בחור באקומט שוין חרדה (ענקזייעטי)!... אא"וו. און דאס אלעס בו בזמן וואס מ'דארף לויפן צו משפטים און טורמעס.

אבער זייט נעכטן דינסטאג איז ממש קאטאסטראפע.

די מיליטער האט אנגעווארפן א פחד אז זיי גייען אנהויבן נאכיאגן מיט ארעסטן, און דער עולם איז פיל מיט פחדים, מענטשן זענען געקומען צו לויפן ממש יעדע מינוט אין טאג נאך איינער און נאך איינער. עוללים שאלו להצלה...
פיילס
IMG_4869.JPG
IMG_4858.JPG
IMG_4854.JPG
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6454
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14789

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 12:12 pm א היימישע אבלאווע!!!...

IMG_4870.JPG
IMG_4846.JPG
IMG_4831.JPG

IMG_4910.JPG
IMG_4907.JPG
IMG_4884.JPG

אבער אינצווישן... אויסגעמאטערטערהייט... כאפט מען אריין א "לחיים" פון א געהאלפענער!
IMG_4895.JPG
IMG_4895.JPG (192.44 KiB) געזען געווארן 481 מאל
IMG_4862.JPG
IMG_4862.JPG (106.99 KiB) געזען געווארן 481 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5244

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך נקודות טובות »

@דער תהלים איד א תמימותדיגע פראגע. איך זעה אויף די בילד קהל יטב לב דסאטמאר. איז דאס די אייניציגסטע פלאץ וואס העלפט ארויס בחורים מיט מיליטערישע פראבלעמען אין א"י? איך זעה אויפן בילד א משיח'יסט, קומען אלע טאקע קיין סאטמאר?
ליתר הבנה, אז משיחסטן קומען קיין סאטמאר איז פארשטענדליך, אבער וואס טוט זיך מיט גור בעלזא וויזניץ. האבן זיי אייגענע?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
גיוס אפדעיטס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 12:07 pm
x 51

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך גיוס אפדעיטס »

ביד"צ העדה החרדית איז דן וועגן די לעצטע אנטוויקלונגען אינערהאלב גזירת הגיוס

נעכטן איז פארגעקומען א מושב בי"ד דורך הגאוה"צ מרנן חברי בד"צ העדה החרדית שליט"א ווי עס איז ארויפגעברענגט געווארן אויפן טיש דורך העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא שליט"א שליח הבד"ץ די אלע דעטאלן איבער די גזירת הגיוס, וואס איז אין די לעצטע טאג ארויף א שטאפל, ווען די מיליטערישע אויטאריטעטן האבן אנגעפאנגען צו נעמען שריט קעגן דעם חרדישן ציבור און דורכפירן ארעסטן אויף ערליכע בחורים וואס שטעלן זיך נישט אין מיליטער.
ווי שוין ברייט באריכטעט, זענען די מיליטערישע פאליציי געקומען ביי אפאר שטובער זוכן נאך "עריקים" אנזייענדיג פאניק אין כאאס אין יעדע פלאץ ווי זיי האבן באזוכט.
ר' שמעון האט איבערגעגעבן אלע פרטים פאר בית דין, און דן געווען לגבי די ווייטערדיגע שריט. אין די קומענדיגע טעג וועט בית דין ארויסגעבן א שארפע קול קורא, דארט וועלן זיי רופן מחזק צו זיין בחורי ישראל קעדן די גזירת השמד, און אראפרייסן די אלע אזויגערופענע חרדישע מיטארבעטער וואס זוכן אריינצוכאפן אומשולדיגע בחורים אין נעץ פון טמאנ'עם מיליטער היל"ת.
און דער זעלבער צייט וואס בית דין איז געזעצן אויף די מדוכה, האט א מיסטעריעזע מויל ארויסגעליעקט פאר די פרעסע אז איינע פון די פלענער וואס איז פארגעלייגט געווארן פאר בית דין אויפן טיש, איז צו צאמנעמען אלע בחורים וואס ווערן דעפינירט אלס "עריקים" און ארויסגיין מיט א מסודר'דיגע פראצעסיע ביז די טויערן פון מיליטערישן טורמע, און דארט זיך איבערגעבן פונעם אייגענעם ווילן. זאלן זיי זיך אן עצה געבן מיט טויזנטער בחורים וואס פולן אן אין איין מאל אלע טורמעס...
ווי נאר די שמועה איז פארשפרייט געווארן האט זיי געכאפט די קדחת... היסטערישע טעלעפאן רופן זענען געקומען צו פליען פונעם ריכטונג פון פאליציי, זיכער צו מאכן אז די שמועה איז טאקע ריכטיג. די מיליטער איז אריין אין א פאניק און זיי האבן זיך צוגעאיילט צו ערקלערן און ארויסשטעלן אן אפיציעלן סטעיטמענט אז מען מיינט בכלל נישט די פרומע, און די גאנצע אקציע וואס זיי נעמען אונטער איז געצילט פאר די גאנצע באפעלקערונג און נישט דווקא נאר חרדישע בחורים...
image.png
image.png (369.41 KiB) געזען געווארן 414 מאל
אזוי צו אזוי, דאס יהדות החרדית שטייט גרייט צו טון ווייטער וואס מען האט צו טון, לויט די הוראות פון רבותינו הביד"צ שליט"א.
פיילס
ר' שמעום ביים דיון ביי בית דין
ר' שמעון ביי בית דין.JPG (173.23 KiB) געזען געווארן 414 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6454
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14789

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 12:36 pm @דער תהלים איד א תמימותדיגע פראגע. איך זעה אויף די בילד קהל יטב לב דסאטמאר. איז דאס די אייניציגסטע פלאץ וואס העלפט ארויס בחורים מיט מיליטערישע פראבלעמען אין א"י? איך זעה אויפן בילד א משיח'יסט, קומען אלע טאקע קיין סאטמאר?
ליתר הבנה, אז משיחסטן קומען קיין סאטמאר איז פארשטענדליך, אבער וואס טוט זיך מיט גור בעלזא וויזניץ. האבן זיי אייגענע?
דער אפיס איז נישט קהל יטב לב'ס, נאר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית.

דער סיין זאגט אז דאס ווערט "אויסגעהאלטן" דורך סאטמאר.

און יא, דאס איז דער איינציגסטער אפיס וואו אלע קעיסעס ווערן געהאלפן אומזינסט, און אלע אלע אלע קרייזן קומען, חסידישע ליטוווישע ספרדישע וכו'. (גראדע פאר ספרד'ישע איז יא דא נאך א אפיס וואס העלפט, פאר גרינגע קעיסעס, וכל דבר הקשה שיקן זיי צום מרכז)
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

"משוגעים", אמר מרן הראשון לציון הגר"י יוסף שליט"א בשיעורו השבועי על הימין הישראלי.
"אם היינו הולכים עם השמאל הרבה יותר טוב היה. הולכים עם הימין, דבוקים בימין. לא יודע מה מצאו אצל הימין היום".
אבל אנחנו (JDNׂׂ) כאן, לא רק כדי להביא את התיעוד אלא בשביל לספר כי מאחורי הקלעים, יש הצעה קונקרטית שהועברה לנציגים חרדיים, לזנוח את הברית עם ראש הממשלה בנימין נתניהו ולחבור למחנה הרל"ב.

JDN
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:58 pm "משוגעים", אמר מרן הראשון לציון הגר"י יוסף שליט"א בשיעורו השבועי על הימין הישראלי.

אין אידיש?
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:27 pm

"משוגעים" האט זיך דער רל"צ הרב יצחק יוסף אויסגעדרוקט אויפן רעכטן בלאק ביי זיין וועכנטליכער שיעור,
"אויב וואלטן מיר געגאנגען מיט די לינקע וואלט ווען געווען אסאך בעסער. מ'גייט מיט די רעכטע, מ'איז צוגעבינדן צו די רעכטע, כ'ווייס נישט וואס איז דארט אזוי גוט היינט"
און דאס איז נישט סתם א דרשה נאר ביהיינד די סיענס הערט מען אז ס'איז דא קאנקרעטע פלענער זיך אפצולאזן פון די רעכטע רעגירונג און גיין מיט לינקע רלבי"ם (רל"ב - רק לא ביבי).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:39 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:27 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:58 pm "משוגעים", אמר מרן הראשון לציון הגר"י יוסף שליט"א בשיעורו השבועי על הימין הישראלי.
"אם היינו הולכים עם השמאל הרבה יותר טוב היה. הולכים עם הימין, דבוקים בימין. לא יודע מה מצאו אצל הימין היום".
אבל אנחנו (JDNׂׂ) כאן, לא רק כדי להביא את התיעוד אלא בשביל לספר כי מאחורי הקלעים, יש הצעה קונקרטית שהועברה לנציגים חרדיים, לזנוח את הברית עם ראש הממשלה בנימין נתניהו ולחבור למחנה הרל"ב.

JDN
אין אידיש?
"משוגעים" האט זיך דער רל"צ הרב יצחק יוסף אויסגעדרוקט ביי זיין וועכנטליכער שיעור אויפן רעכטן בלאק,
"אויב וואלטן מיר געגאנגען מיט די לינקע וואלט ווען געווען אסאך בעסער. מ'גייט מיט די רעכטע, מ'איז צוגעבינדן צו די רעכטע, כ'ווייס נישט וואס איז דארט אזוי גוט היינט"
און דאס איז נישט סתם א דרשה נאר ביהיינד די סיענס הערט מען אז ס'איז דא קאנקרעטע פלענער זיך אפצולאזן פון די רעכטע רעגירונג און גיין מיט לינקע רלבי"ם (רל"ב - רק לא ביבי).
יישר כח
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:39 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:27 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:58 pm "משוגעים", אמר מרן הראשון לציון הגר"י יוסף שליט"א בשיעורו השבועי על הימין הישראלי.
"אם היינו הולכים עם השמאל הרבה יותר טוב היה. הולכים עם הימין, דבוקים בימין. לא יודע מה מצאו אצל הימין היום".
אבל אנחנו (JDNׂׂ) כאן, לא רק כדי להביא את התיעוד אלא בשביל לספר כי מאחורי הקלעים, יש הצעה קונקרטית שהועברה לנציגים חרדיים, לזנוח את הברית עם ראש הממשלה בנימין נתניהו ולחבור למחנה הרל"ב.

JDN
אין אידיש?
"משוגעים" האט זיך דער רל"צ הרב יצחק יוסף אויסגעדרוקט אויפן רעכטן בלאק ביי זיין וועכנטליכער שיעור,
"אויב וואלטן מיר געגאנגען מיט די לינקע וואלט ווען געווען אסאך בעסער. מ'גייט מיט די רעכטע, מ'איז צוגעבינדן צו די רעכטע, כ'ווייס נישט וואס איז דארט אזוי גוט היינט"
און דאס איז נישט סתם א דרשה נאר ביהיינד די סיענס הערט מען אז ס'איז דא קאנקרעטע פלענער זיך אפצולאזן פון די רעכטע רעגירונג און גיין מיט לינקע רלבי"ם (רל"ב - רק לא ביבי).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6454
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14789

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער וואלף איז דא!!!!

Poster 1 Wolf.jpg
Poster 1 Wolf.jpg (133.95 KiB) געזען געווארן 189 מאל
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1360

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 4:17 pm דער וואלף איז דא!!!!

Poster 1 Wolf.jpg
:lol: :lol: :lol: :lol:
ביזט זיס!!!
שרייב פאוסט