Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:48 pm
וויליאמסבורג באגריסט "ועד לדיני תורה"! ערשטע רינגעלע אין קייט 'דייני הלכה למעשה' דורך מופלגי מבצר הלומדים דסאטמאר
אונטערנעמונג איינגעשטעלט דורכ'ן הנהלת המבצר נאנט צו צען יאר צוריק, צו באגלייטן לומדי החבורות ביז'ן יוצא זיין להוראה אויף ספעציפישע מקצועות אלס "דייני הלכה למעשה" עפ"י בקשתו ועידודו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א
זה יצא ראשונה: "ועד לדיני תורה" אוועקגעשטעלט נאך וואס ערשטע רבני המבצר חברי "חבורת חושן משפט" זענען זיך משלים בכל מכמני דיני ממונות
וויליאמסבורג - בשמחה מרנינה ווערט באגריסט די געבענטשטע שאפונג פון "דייני הלכה למעשה" וואס איז נארוואס ארויס מכח אל הפועל דורכ'ן בארימטן מגדל עוז "מבצר הלומדים דסאטמאר", נאך יארן הארעוואניע און דאס באגלייטן די לומדים מופלגים ואריות שבחבורה, ארויסצוגיין להוראה אויף ספעציפישע מקצועות בהלכה וואו זיי זענען זיך משלים.
די גרויסע אונטערנעמונג פון איינשטעלן ספעציעלע דייני הלכה למעשה איז צושטאנד געקומען אין א תקופה ווען דער מבצר הלומדים האט זיך שטארק צעוואקסן, בכמות ובאיכות, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט א מציאות פון פילצאליגע לומדים וואס זענען זיך בליעה"ר משלים אין פארשידענע מקצועות, און זענען מוכשר צו פסק'ענען שאלות אין זייער מקצוע וואס זיי האבן דורכגעטון מיט א גרינטליכקייט, נאר עס פעלט זיך אויס אן עקסקלוסיווע באגלייטונג, ספעציעל אינעם חלק פון חזרות און בחינות, און דערנאך דער חלק פון נעמען שימוש והדרכה, ביז'ן זיין ראוי להוראה.
די הנהלת המבצר, אין שפיץ פון די ראשי החבורות, ועל צבאם דער ראש הכולל הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, האבן דאן בעידודו והתייעצות פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, זיך אריינגעווארפן מיט פלייס און איינגעשטעלט באזונדערע כוחות הרבצת התורה זיך אפצוגעבן ספעציעל מיט דעם געביט, צו העלפן די לומדים דעגרייכן א השלמה אויף א באזיס פון מנחיל זיין מאור תורתם פאר רבים וכן שלמים, וואס דאס איז דאך דער תכלית הנרצה פון לימוד התורה "ללמוד על מנת לעשות".
במשך די גאנצע צייט האט מען געהאט א נאנטע צוזאמענארבעט מיט'ן בארימטן "מבצר הכוללים" קרית יואל, וואס האט אויך איינגעשטעלט אן ענליכער אינציאטיוו פון "ועדי הוראה", ווי עס איז שוין דארט איינגעשטעלט געווארן א צאל ועדי הוראה אנגעפירט דורך די רבני הכוללים, אויף עירובין, סת"ם, אא"וו.
טובים השנים מן האחד, האט דער מבצר הלומדים אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט'ן מבצר הכוללים אין קרית יואל געארבעט אויפ'ן אייניגן פראנט במשך די גאנצע תקופה, און ב"ה מ'האלט שוין ביי דעם שטאפל, ווען די פרי יגיעה הייבט זיך אן אויסצאלן, מיט'ן אוועקשטעל פון די "דייני הלכה למעשה" וואס הייבט אן ארויסגיין מכח אל הפועל. די דייני הלכה למעשה וועלן אי"ה שטיין גרייט פאר'ן ברייטן ציבור איבער אלע עניני הוראה וואס איז נוגע זייער מקצוע וואס זיי האבן קונה געווען מיט א שלימות ביז'ן ערהאלטן דעם כח ההוראה אויפ'ן מקצוע.
צוערשט איז אצינד געגרינדעט געווארן די ערשטע רינגעלע אינעם צוקונפטיגן קייט, וואס דאס איז דער "ועד לדיני תורה", אנגעפירט דורך מובחרי לומדי "חבורת חושן משפט" וואס גייט שוין אן לאנגע יארן בתוככי המבצר און זענען שוין אצינד אויסגעוואקסן אלס פולע בעלי הוראה לעניני ממונות, ככל דייני בי"ד ביי כלל ישראל אויפ'ן שענסטן פארנעם, און איצט קומט מען ארויס מיט א סערוויס צום ציבור, מיט סיי וועלכע הילף בנוגע דיני חושן משפט וואס סיי ווער ס'וויל זיך דורכרעדן בעניני חו"מ אדער מסדר זיין שטרות און שליכטן קלענערע סכסוכים וכדומה, קען זיך מעלדן צו די חשוב'ע חבורה.
לעת עתה איז געשטעלט געווארן דריי דיינים פון די אויסגערופענע לומדי החבורה ומורי הוראה רבות בשנים, וואס שטייען אין שפיץ פונעם ועד לדיני תורה, הלא המה הגאון רבי עמרם ראזנער שליט"א ראש החבורה, הגאון רבי אברהם אבערלענדער שליט"א, הגאון רבי מנחם זאב שטערן שליט"א, און בקרוב וועט געמאלדן ווערן פרישע דיינים מומחים לומדי החבורה.
אלס ספרא דדיינא איז נתמנה געווארן הר"ר חיים צבי (בהר"ר יעקב) ווייס שליט"א מרבני מבצר הלומדים ומח"ס הלכות יחוד למעשה.
דער ועד איז שוין אין פולע דינסט פאר די חברי הקהלה, וועלכע האבן די פריוועליגיע צו געניסן פון אזא וויכטיגע סערוויס פון א בית דין וואס שטייט גרייט ווען אימער צו שליכטן קלענערע סכסוכים און משכין זיין שלום בין איש לרעהו, כדת של תורה ביושר ובצדק.
אין דער זעלבער צייט איז די הנהלת המבצר אקטיוו מיט די פארשריט ביי אנדערע חבורות אינעם מבצר, וואס מ'גרייט זיך אין די נאנטע צוקונפט צו קענען מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פון מעמיד זיין די סעריע דייני הלכה למעשה אויף מערערע מקצועות, אויף וואס דער ציבור קוקט שטארק ארויס און באגריסט דאס מיט גרויס הנאה, מיט די ריכטיגע רעספעקט פאר די תלמידי חכמים פון אונזער דור וועלכע שטייגן אויס אין תורה אויף הלכה למעשה.
לדון ולהורות.