בלאט 25 פון 41
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 1:07 pm
דורך שינאווער
דער העכסטער אמעריקאנער געריכט האט געשטימט צו פארבאטן טיקטאק אויב ווערט זי נישט אפגעקויפט דורך אן אמעריקאנער באזירטער פירמע.
טיקטאק איז געזען געווארן אלס א נאציאנאלע זיכערהייט געפאר צוליב וואס זי איז אפערירט דורך א כינעזער פירמע.

- GPlNUc.jpeg (137.39 KiB) געזען געווארן 408 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 1:26 pm
דורך שינאווער
ניסים האט נעכטן פאסירט אין די גוש שמונים געגנט וואו א קליין קינד איז ארויסגעראטעוועט געווארן פון א קאר נאכן זיין פארשפארט דארט פאר 3 שעה, דאס קינד איז באמערקט געווארן ווען א יונגערמאן וואס האט די זעלבע מאדעל קאר האט געזוכט זיינס און אריינגעקוקט דערין, הצלה האט אפגעפירט דאס קינד אין שפיטאל אין א לייכטע צושטאנד.

- HM8ejD.jpeg (142.07 KiB) געזען געווארן 405 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:05 pm
דורך שינאווער
א פרישער פייער האט אויסגעבראכן אין קאלעפארניע, און דאסמאל ביי א ליטיום בעטערי סטארעדזש.
דער פייער ברענט ביי די סטאָרעדזש פון די "וויסטרא קאָרפּ" אין מאנטערעי בעי, נעבן סאנטא קרוז און ווייט פון די לאָס אַנדזשעלעס פייערן, אָבער עס ברענט אַרויס פון קאָנטראָל שוין עטליכע לאַנגע שטונדן פון נעכטן נאָכמיטאָג. די באַאַמטע האָבן דערקלערט א לאָקאַלע דיזעסטער סטאַטוס, צוליב די שעדליכע רויעך פון די ליטיום בעטעריס, און פופצן הונדערט איינוואוינער אַרום זענען עוואַקואירט געוואָרן פונעם געגנט.

- batteryplantfire1e1737121108659_57_250117125740.jpg (54.95 KiB) געזען געווארן 398 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:07 pm
דורך שינאווער
ביידען האט אינטערגעשריבן א 'שטעלונג' דעקלעראציע, אז די 'איקוועל רייטס אמענדמענט איז פארמאל א חלק פון די קאנסטיטוציע.
די אמענדמענט, וואס טוט פארזיכערן גלייכע רעכטן פאר פרויען, איז באשטעטיגט געווארן דורך קאנגרעס אין יאר 1972 למס', אבער כדי עס זאל ווערן א חלק פון די קאנסטיטוציע דארפן עס 38 סטעיטס באשטעטיגן. צוריק אין יאר 2020 למס' איז ווירדזשיניע געווארן די 38'סטע סטעיט, אבער עס איז נישט אזוי גלאטיג, נעמענדיג אין באטראכט אז דורכאויס די יארן האבן 5 סטעיטס צוריק געצויגן זייער אריגינעלע באשטעטיגונג און פארשידענע דעדליינס זענען געווארן איבערגעהיפט.

- AP25002635645990640x400_57_250102045012.jpg (25.33 KiB) געזען געווארן 397 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 8:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א געוועזענע עקזעקיוטיוו פון טעסלא האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די פירמע, זאגנדיג אז ער איז אייגעגאנגען אויפן זשאב מיטן תנאי אז ער קען ארבעטן רעמאטלי, אבער מאסק האט אים שפעטער געסטאשעט אז ער גייט אים פייערן אויב ער מופט נישט צו דער געגנט פון די פירמעס הויפטקווארטיר, א זאך וואס ער האט נישט געקענט טון צוליב געזונהייט אישוס.

- unnamed (99).png (585.04 KiB) געזען געווארן 370 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ביידען האט אויסגענוצט זיינע סאמע לעצטע טעג אין אפיס צו שניידן די אורטיילן פון נאנט צו צוויי אהאלב טויזנט ארעסטאנטן וועלכע זיצן פאר נאן-ווייאלענט דראג קלאגעס, ברעכנדיג דערמיט היסטאריע אלס דער פרעזידענט מיט די מערסטע פארדאנס און אורטייל שניטן.

- YQYRZXF67NDIHISUEQY7YO3LYU.jpg (67.74 KiB) געזען געווארן 366 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ וועלכער האט געבראכן היסטאריע מיט זיין צוריקקער צום ווייסן הויז, וועט ברעכן היסטאריע מיטן אפהאלטן די איינשווערונג צערעמאניע אינעם קעפיטאל געביידע, אנשטאט אויף אירע טרעפ, צוליב די פרעסטן וועלכע זענען ערווארטעט.
די לעצטע מאל א פרעזידענט איז געווארן איינגעשוואוירן אינעם 'רוטאנדע' [די מיטלסטע חלק פונעם געביידע] איז געווען אין 1985 ווען רעיגען האט אנגעהויבן זיין צווייטע טערמין. די וועטער וואס איז ערווארטעט איז די קעלטסטע זינט דאן.

- unnamed (100).png (431.61 KiB) געזען געווארן 360 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:07 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ביליאנער ביל געיטס האט געזאגט פאר רעפארטער אז ער האט אפגעהאלטן א דריי שטונדן מאלצייט מיט טראמפ, רעדנדיג איבער גלאבאלע געזונטהייט פראבלעמען, און ער איז 'בעאיינדרוקט' פון טראמפס אינטערסע און וויזיע דערויף.
גלאבאלע געזונהייט איז א טעמע וואס האלט דעם ביליאנער פארנומען אסאך פון זיין ליידיגע צייט, און ער שפענדט מיליאנען דאלארן דערויף.

- unnamed - 2025-01-18T210410.052.png (411.61 KiB) געזען געווארן 356 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט דער כינעזער שי זשימפינג דעם פארלאפענעם פרייטאג, וואו זיי האבן דיסקוסירט האנדל אנגעלעגנהייטן, דראג פראבלעמען און טיקטאקס פארבאט.
לויט באריכטן האט זשימפינג געסטראשעט טראמפ מיט קעגנזייטיגע טאריפס אויב א האנדל מלחמה וועט זיך אנטוויקלען.

- unnamed - 2025-01-18T210731.526.png (375.7 KiB) געזען געווארן 354 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:15 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א זשורי אין פלארירע האט געפונען cnn שולדיג אין פארלוימדונגס קלאגעס פארן באשמוצן זאכארי יונג, א געוועזענער מארין וועלכער האט געקעמפט אין אפגאניסטאן, פארן אנגעבליך דורכפירן שווארצע מארקעט שמוגלערייען, דורכאויס די אמעריקאנע ארויסציאונג אין אפגאניסטאן.
די זשורי האט געפונען אז די מידיע נעץ דארך באצאלן פינף מיליאן דאלאר פאר יונג, אויסער די אנדערע שאדנס וואס ער וועט קענען אויפווייזן.

- unnamed - 2025-01-18T211023.923.png (298.06 KiB) געזען געווארן 350 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פעדעראלע רעגולאטארן האבן ארייגעטראגן קלאגעס קעגן די 'פעפסי' פירמע, פארן אומלעגאל פארהאנדלען מיט וואלמארט איבער זיי געבן עקסקלוסיוו ביליגע פרייזן אויף זייערע געטראנקען.

- unnamed - 2025-01-18T211531.602.png (470.67 KiB) געזען געווארן 349 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:19 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א באס אין ניו יארק איז געבליבן געשטראנדעט העכער אן אווערפעס, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

- unnamed - 2025-01-18T211756.999.png (361.59 KiB) געזען געווארן 350 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:24 pm
דורך גמח
@שאינו יודע לשאול איך האב הנאה פון דיין נאמען ווייל קיין ''תם'' ביסטו זיכער נישט........
....you are on stopble
!!!keep on your great work
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שטיצער פון דער געוועזענער פאקיסטאנער פרעזידענט אימראן קאהאן האבן זיך פארזאמלט אינדרויסן פון א טורמע אין איסלאמאבאד צו צייגן שטיצע פאר קאהאן וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צו פערצן יאר אין טורמע, בעת זיין פרוי איז צוגעטיילט געווארן זיבן יאר.
קאהאן וועלכער איז אראפגעזעצט געווארן פון בענקל מיט אן אומצוטרוי אפשטימונג, ווערט באשולדיגט אין קארופציע.

- Screenshot 2025-01-18 212711.jpg (106.99 KiB) געזען געווארן 345 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 18, 2025 9:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שינאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:05 pm
א פרישער פייער האט אויסגעבראכן אין קאלעפארניע, און דאסמאל ביי א ליטיום בעטערי סטארעדזש.
דער פייער ברענט ביי די סטאָרעדזש פון די "וויסטרא קאָרפּ" אין מאנטערעי בעי, נעבן סאנטא קרוז און ווייט פון די לאָס אַנדזשעלעס פייערן, אָבער עס ברענט אַרויס פון קאָנטראָל שוין עטליכע לאַנגע שטונדן פון נעכטן נאָכמיטאָג. די באַאַמטע האָבן דערקלערט א לאָקאַלע דיזעסטער סטאַטוס, צוליב די שעדליכע רויעך פון די ליטיום בעטעריס, און פופצן הונדערט איינוואוינער אַרום זענען עוואַקואירט געוואָרן פונעם געגנט.
batteryplantfire1e1737121108659_57_250117125740.jpg
דער בעטערי פלענט ווערט גענוצט צו אוועקלייגן פאוער פאר קאליפארניע, און איז דער גרעסטער אזא פלענט אין די וועלט.
לויט באאמטע איז פערציג פראצענט פון די בעטערי פלענט פארניכטעט געווארן אינעם פייער.

- unnamed - 2025-01-18T212945.517.png (262.18 KiB) געזען געווארן 341 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א מערדער האט זיך אריינבאקומען אין די איראנע סופרים קאורט און געשאסן און אומגעברענגט צוויי ריכטער, בעפאר ער האט זיך אליינס דער'פטר'ט. איין אנוועזנדער איז פארוואונדעט געווארן.
די מאטיוון זיינע זענען דערווייל אומבאקאנט, און איראנע באאמטע זאגן אז דער פארשוין איז נישט פארבינדן צו סיי וועלכע אנגייענדע קעיסעס וועלכע ווערן אצינד באהאנדלט אין געריכט.

- Moghiseh-Razini.jpg (45.08 KiB) געזען געווארן 257 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:35 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ביידען האט געשאנקען א פארדאן פאר דער דעמאקראטישער הויז ספיקער אין ווירזשיניע, וועלכע איז געזיצן העכער זיבן יאר פאר דראג קלאגעס.

- unnamed - 2025-01-19T133418.814.png (410.54 KiB) געזען געווארן 253 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בן גביר האט געמאדלן אז זיינע פארטיי מיטגלידער וועלן אריינגעבן זייער רעזיגנאציע פאפירן זיך ארויסצוציען פון די קאאליציע, נאכפאלגנדיג די משכונות אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן.

- unnamed - 2025-01-19T133603.223.png (371.55 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אמאמזאן האט צייטווייליג אפגעשטעלט די טעסט רייזעס פון אירע דעליווערי דראונס, נאכפאלגנדיג א עקסידענט ווען צוויי דראונס האבן זיך צוזאמגעשטויסן אין די לופט אין די טעסטינג צענטער אין ארעגאן.
אין א באזונדערע אינצידענט, האבן טעסטערס אויספרובירט וואס עס פאסירט ווען איין פראפעלער הערט אויף ארבעטן, און די דראונס האבן געקראכט דורכאויס די טעסט.

- 1737225028174.jpeg (105.57 KiB) געזען געווארן 240 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:47 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פראקורארן האבן פארמאכט די קלאגעס אנטקעגן דער געוועזענער ניו יארק ליוטענענט גאוו. ברייען בענזשעמין, נאכדעם וואס דער הויפט עדות איז געשטארבן.
בענזשעמין איז באשולדיגט געווארן אין 22' אויפן דירעקטירן סטעיט געלטער צו א ריעל עסטעיט דעוועלאפער, אין אויסטויש פאר קאמפיין ביישטייערונגען, און איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן. אבער זיין קעיס איז פארמאכט געווארן נאכדעם וואס דער דעוועלאפער, וועלכע האט קאאפערירט מיט פראקורארן, איז געשטארבן אינמיטן די פראצעס.

- unnamed - 2025-01-19T134304.333.png (297.07 KiB) געזען געווארן 234 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:49 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רוסישע דראון און מיסיל אטאקעס דעם שב"ק אין קיעוו האבן אומגעברענגט דריי, בעת נאך דריי זענען אומגעקומען אין אנדערע שטעט פון די אטאקעס.

- unnamed - 2025-01-19T134750.731.png (564.97 KiB) געזען געווארן 230 מאל

- unnamed - 2025-01-19T134803.671.png (413.49 KiB) געזען געווארן 230 מאל

- unnamed - 2025-01-19T134818.012.png (658.66 KiB) געזען געווארן 230 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 1:51 pm
דורך שינאווער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 19, 2025 1:38 pm
בן גביר האט געמאדלן אז זיינע פארטיי מיטגלידער וועלן אריינגעבן זייער רעזיגנאציע פאפירן זיך ארויסצוציען פון די קאאליציע, נאכפאלגנדיג די משכונות אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן.unnamed - 2025-01-19T133603.223.png
דעי בילד זעהט אויס ווי א פורים שפיל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 2:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די אדוואקאטן פון דער רוסישער אפאזיציע פירער נאוואלני, וועלכער איז געשטארבן אין טורמע מיט א יאר צוריק, זענען פאראורטיילט געווארן צו טורמע אויף 'עקסטרעמיזם' קלאגעס.
די דריי אדוואקאטן זענען צוגעטיילט געווארן פינף אהאלב, פינף און דריי יעריגע טורמע טערמינען, און פארבאטן געווארן פון פראקטיצירן געזעץ, פאר נאך דריי יאר. נאוואלני הויפט אדוואקאט איז געווען אין אויסלאנד אין די צייט פון די ארעסטן, אבער איר אפיס איז איבערגעפאלן געווארן און זי איז אנגעקלאגט געווארן אָן איר אנוועזנהייט.
ווי זאגט יענער: אמעריקע איז די זעלבע ווי רוסלאנד, נאר מיט מער פעיפער ווארק... #זשוליאני

- unnamed - 2025-01-19T135514.098.png (484.42 KiB) געזען געווארן 217 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 2:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער אהייאו ליוטענענט גאוו. זשאן יוסטעד ווערט געזען זיך ווישן די טרערן ביים אקצעפטירן די נאמינאציע דורך אהייאו גאוו. Mike DeWine צו איבערנעמען די זיץ פון זשעי. די. ווענס וואס ווערט אצינד ליידיג.
ער וועט דינען אלס סענאטאר ביז א ספעציעלע עלעקשאן וועט אפגעהאלטן ווערן אין 26'.

- unnamed - 2025-01-19T140116.073.png (577.29 KiB) געזען געווארן 209 מאל
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יאנואר 19, 2025 2:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
77 זענען אומגעקומען אין ניגעריע, ווען א אויל טאנקיר טראק האט זיך איבערגעדרייט און די מאסן זענען זיך צוזאמגעלאפן שעפן אויל, און דער טראק האט דאן עקספלאדירט.

- unnamed - 2025-01-19T140511.845.png (288.02 KiB) געזען געווארן 207 מאל

- unnamed - 2025-01-19T140520.752.png (875.42 KiB) געזען געווארן 207 מאל