בלאט 25 פון 35

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 12:36 am
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:56 am
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:16 pm ס'א נייעס?
קאנגרעסמאן שרי טענעדאר פון מישיגען האט אריינגעגעבן אימפיעטשמענט פאפירן קעגן טראמפ
וואס איז די קלאגע?
פארן נישט פאלגן דאס געריכט בנוגע צוריקברענגען דעם גארסיא פון על סאלוואדאר,
פארן אפזאגן די אטוירניס וואס האבן זיך פארנומען מיט איינזעצן די יאנואר 6 פראטעסטירער
פארן דראפן די טשארזשעס קעגן עדעמס
פארן אוועקנעמען געוויסע ספענדינג
פארן אפזאגן צענדליגער ארבייטער
פארן אויפלעזן דעם עדיוקעישן דעפארטמענט
פארן אויפלעזן USAID
פארן אפשטעלן אויסלענדישע פאנדינג
פארן נוצן דאוזש אפצושטעלן געלטער באשטעטיגט דורך קאנגרעס כביכול
פארן דערקלערן א פאלשע סטעיט אוו עמערזשענסי
טעריפס
פארן סטראשען אוועקצונעמען שטחים פון אנדערע מדינות (גרינלאנד און פאנאמא)
פארן זיך צוקריגן מיט קאנאדע
פארן מיליטערישע אפעראציעס אין מעקסיקא צו כאפן דראג קארטעלן
פארן וועלן מבטל זיין די פארדאנס פון ביידען
פארן סטראשען איינצונעמען עזה
פארן אוועקנעמען סעקיוריטי קליערענס אן רשות
פארן אוועקשטעלן דאוזש
פארן אויפנעמען מאסק
פארן אוועקשיקן AP פונעם אוועל אפיס
פארן נוצן די זשאסטיס דעפארטמענט קעגן זיינע פאליטישע שונאים

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:10 am
דורך מאירוואלף
אסטאן מארטין וועט באגרעניצן אמעריקאנער עקספארטן צוליב טראמפ'ס טאריפס, און וועט זיך פארלאזן אויף עקזיסטירענדע אינווענטארי אין אמעריקע. אנדערע פירמעס, ווי סטעלאנטיס און מערצעדעס, האבן צוריקגעצויגן פון זייערע פינאנציעלע פאראויסשאצונגן צוליב אומזיכערקייט אין די האנדל פאליטיק.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 8:21 am
דורך נאו לעיבל
א נייע עמערסאן אנקעטע באשטעטיגט אז טראמפ'ס עפראוועל רעיטינג איז טיף אינטערן וואסער אויף רוב פון זיינע פאלעסיס.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 9:28 am
דורך מאירוואלף
די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געשרינקן אינעם ערשטן קווארטאל פונעם יאר, צום ערשטן מאל זינט 2022.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 3:06 pm
דורך ווער
טראמפ האט געמאלדן אז ער רישט זיך אז קאנאדא'ס פרעמיער מיניסטער מארק קארני וועט קומען באזיכן די ווייסע הויז ערגעץ אין די קומענדיגע וואך

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 4:18 pm
דורך שינאווער
דער אמעריקאנער טרעזשורי סעקרעטאר סקאט בעסענט האט געזאגט אז וואשינגטאן און קיעוו קענען היינט מיטוואך אונטערשרייבן א מינעראלן אפמאך — א וויכטיגע טייל פון די אמעריקאנער דרוק צו ענדיגן אוקריינע'ס מלחמה מיט רוסלאנד — אויב "לעצט-מינוטיגע" פראבלעמען ווערן מסודר,
אונזער זייט איז גרייט צו אונטערשרייבן, די אוקריינער האבן נעכטן באשלאסן צו מאכן עטליכע לעצט-מינוטיגע טוישונגען, האט בעסענט געזאגט בשעת א קאבינעט זיצונג געפירט דורך פרעזידענט טראמפ,
מיר זענען זיכער אז זיי וועלן דאס איבערטראכטן, און מיר זענען גרייט צו אונטערשרייבן היינט נאכמיטאג אויב זיי ווילן,

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געארבעט פאר עטליכע וואכן מיט קיעוו צו אויסארבעטן א אפמאך וואס וואלט געגעבן צוטריט פאר די פאראייניגטע שטאטן צו אוקריינע'ס מינעראלן און זעלטענע ערד,
טראמפ וויל דעם אפמאך אלס אויסטויש פאר די הילף וואס איז געגעבן געווארן פאר אוקריינע דורך ביידען, זינט רוסלאנד'ס אינוואזיע אויף אוקריינע אין 2022,
דער פרעזידענט האט געזאגט אז די אפמאך וועט ערלויבן די פאראייניגטע שטאטן צו "אנהייבן גראבן און טון וואס מיר דארפן טון" אין אוקריינע,
עס איז אויך גוט פאר זיי ווייל איר וועט האבן אן אמעריקאנער אנוועזנהייט אויפן ארט," האט טראמפ צוגעגעבן,
די אמעריקאנער אנוועזנהייט וועט האלטן אסאך שלעכטע עלעמענטן אינדרויסן פון לאנד אדער זיכער ארויס פון דער געגנט וואו מיר גראבן.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:39 pm
דורך שינאווער
א רעפארטער פון עי בי סי האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט טראמפ אין דער אוועל אפיס און ער האט פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו גרילן טראמפ אויף א יעדער נושא עקסטער אבער מער ווייניגער אן ערפאלג.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:57 pm
דורך בודקע
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:39 pm א רעפארטער פון עי בי סי האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט טראמפ אין דער אוועל אפיס און ער האט פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו גרילן טראמפ אויף א יעדער נושא עקסטער אבער מער ווייניגער אן ערפאלג.
אויב מעגליך, מער דעטאלירט?

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:15 pm
דורך שינאווער
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:57 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:39 pm א רעפארטער פון עי בי סי האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט טראמפ אין דער אוועל אפיס און ער האט פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו גרילן טראמפ אויף א יעדער נושא עקסטער אבער מער ווייניגער אן ערפאלג.
אויב מעגליך, מער דעטאלירט?
יעדער פרואוו פון דעם רעפארטער אים צו צודריקן צום וואנט, ווייזט אים טראמפ אז ער איז נישט קיין נייער אין דעם נושא און ער צעמאלט אים איינמאל און נאכאמאל.

א טייל זענען די נושא פון די בארדער, וואו טראמפ מאכט אים צושטימען אז ביידען האט געטון א שלעכטע ארבעט, און ווען די רעפארטער דרוקט אים איינמאל און נאכאמאל פארוואס ער גייט נישט לויט דער געזעץ מיטן נאכן א טרייעל פאר א יעדע אימיגראנט פאר מ'דעפארטירט אים, פרעגט אים טראמפ דו ווילסט זעהן 20 מיליאן טרייעלס וואס יעדע איינס פון זיי געדויערט בערך 2 וואכן? און דאס איז אין דער זעלבער צייט וואס ביידען האט אריינגעלאזט [אן קיין טרייעל] "אומלעגאל" טויזענטער מערדער וואס דארפן ווערן אראפגענומען פון די גאסן ווי שנעלער?! און ווען דער אורח ענטפערט אים ווייטער "געזעץ איז געזעץ", זאגט אים טראמפ נו, אין הכי נמי, איך גיי לויטן געזעץ איך פאלג מיינע לויערס וואס זיי זאגן אז ס'איז לעגאל צו טון.
און ביידען האט יא געטון לעגאל ווען ער האט דאס צוגעלאזט?
און ווען ער פארדרייט די נושא מיט די גענג מעמבער וואס איז אומיושרדיג געשיקט געווארן קיין אל סאלוואדאר, ווערט ער ווידעראמאל איבערצייגט ווער עס קען בעסער, ווען טראמפ לייגט אים אראפ ווער דער אזויגערופענע אומשיליגער אומלעגאלער אימיגראנט איז, און וואספארא סכנה ער איז געווען פאר די מענטשהייט,[ און ווען טראמפ זאגט אים אז מען האט געטראפן אויפשריפטן אויף זיינע הענט אז ער איז א טייל פון די ווענעזועלע גענג גרופ זאגט אים דער רעפארטער אז ס'איז נישט אמת, און טראמפ זאגט אים, דו ווילסט זעהן א בילד דערפון? זאגט ער איך האב געזעהן א בילד דערפון, און ס'איז געפאטא שאפט, האט אים טראמפ איבערגעזאגט איינמאל און נאכאמאל וואס ער האט אים געזאגט בעפאר, ביז דער אורח האט פארדרייט דעם נושא צו רוסלאנד אוקריינע...] פרעגט אים דער רעפארטער פארוואס ער פאלגט נישט דער ריכטער וואס האט אים געהייסן צוריק ברענגען דעם אימיגראנט, זאגט אים טראמפ אז וואס זאל ער טון אז ס'זענען דא ראדיקאלע לינקע ריכטער וואס האבן אגענדעס, פרובירט דער אורח צו מאכן אזא דיפערענט מצב ווען ער ווייזט פאר טראמפ דער טעלעפאון אויף זיין טישן, און ער זאגט אים "דו ביסט דער פרעזידענט דו קענסט מיט איין פאון קאלל אים צוריק ברענגען, זאגט אים טראמפ טאקע איך קען טאקע, פרעגט ער אים נו פארוואס טוסטו דאס נישט יעצט דא שוין? זאגט אים טראמפ: ווען איך טוה ווען וואס איך וויל וואלט איך נישט דא געווען יעצט, איך פאלג דער געזעץ, איך פאלג וואס מיינע לויערס הייסן.

ביי אוקריינע נושא פרעגט ער אים צווישן אנדערע, דו טראסט פוטין? ענטפערט אים טראמפ: איך טראסט נישט אסאך מענטשן, למשל דיר טראסט איך נישט, דו הייבסט אן דעם אינטערוויו פריער אז דו ביסט זייער העפי צו רעדן מיט מיר, און דו הערסט נישט אויף זיך צו טענה'ן מיט סטופיד קשיות, צו דער גענג מעמבער פון על סאלוואדאר האט יא געהאט אויפשריפטן אויף זיין האנט צו נישט... וכו וכו

דער רעפארטער הערט אים נישט אויף צו איבערהאקן פארלוירענערהייט ביי יעדער ענטפער עקסטער.
וכהנה וכהנה, אויף יעדער נושא עקסטער.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:36 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:15 pm

איך רעד שוין נישט ווען ס'קומט צו פיט העגסעט, דער רעפארטער פרעגט אים אינמיטן, אויב ער האלט פון אים 100%, אויף וואס טראמפ ענפערט אים, דאס איז א סטופיד קשיא, איך דארף נישט זיין 100 פראצענט קאנפידענט אין גארנישט אריינגערעכנט דיר, און איך בין בכלל נישט הונדערט פראצענט זיכער אז מיר וועלן ענדיגן אונזער אינטערוויו ביזן סוף.

און דאן פארדרייט ער דעם נושא צו אילאן מאסק. און צו ראבערט עף קענעדי. און וואס ער קען נאר, און יעדעס מאל וואס ער פרובירט צו צודריקן טראמפ בעקפייערט אים עס פופצן מאל אזוי שטארק.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:37 pm
דורך בודקע
@שינאווער , טענקס!

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 10:28 pm
דורך חלום חלמתי
@שינאווער זייער קלאר!

כ'אב געזען די אינטערוויו, דאס איז א טאלאנט פון שרייבן דיטאלירט אן פארענדערן די ארגינעלע אפטייטש!

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 10:31 am
דורך ווער
כינע האט אנגעהויבן אויסשליסן פארשידענע אמעריקאנער טעכנאלאגישע פראדוקטן פון זייערע טאריפס‎

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:06 am
דורך נאו לעיבל
ברעיקינג:

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:48 am
דורך ארי בארי באקסער
עס איז נישט קלאר אצינד ווער עס וועט איבערנעמען די שטעלע פון וואלץ, מיט טייל וועלכע שפעקולירן אז דאס וועט מעגליך זיין דער ספעציעלע ווייסע הויז שליח סטיוו וויטקאף.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:28 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער שטעלט זיין נעשינאל סעקיוריטי אדווייזער מייק וואלץ אלץ אמבאסאדאר צו די יו-ען
IMG_7270.jpeg
IMG_7270.jpeg (196.15 KiB) געזען געווארן 224 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 pm
דורך נאו לעיבל
ארי בארי באקסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:48 am עס איז נישט קלאר אצינד ווער עס וועט איבערנעמען די שטעלע פון וואלץ, מיט טייל וועלכע שפעקולירן אז דאס וועט מעגליך זיין דער ספעציעלע ווייסע הויז שליח סטיוו וויטקאף.
מארקא רוביא ווערט צייטווייליגע נעשענאל סעקיורעטי עדווייזער.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:33 pm
דורך שינאווער
נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 pm
ארי בארי באקסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:48 am עס איז נישט קלאר אצינד ווער עס וועט איבערנעמען די שטעלע פון וואלץ, מיט טייל וועלכע שפעקולירן אז דאס וועט מעגליך זיין דער ספעציעלע ווייסע הויז שליח סטיוו וויטקאף.
מארקא רוביא ווערט צייטווייליגע נעשענאל סעקיורעטי עדווייזער.
סא ער האט יעצט צוויי פאזיציעס?

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:43 pm
דורך פשוט און גראד
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:33 pm
נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 pm
ארי בארי באקסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:48 am עס איז נישט קלאר אצינד ווער עס וועט איבערנעמען די שטעלע פון וואלץ, מיט טייל וועלכע שפעקולירן אז דאס וועט מעגליך זיין דער ספעציעלע ווייסע הויז שליח סטיוו וויטקאף.
מארקא רוביא ווערט צייטווייליגע נעשענאל סעקיורעטי עדווייזער.
סא ער האט יעצט צוויי פאזיציעס?
קארעקט

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:48 pm
דורך שינאווער
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:28 pm טראמפ שיקט מייק וואלץ צו די יו ען
IMG_7270.jpeg
לויט ווי ס'קוקט מיר אויס, איז א אמבאסאדער'ס ארבעט כרחוק מזרח ממערב אפגערוקט פון דער אמט פון א נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, ווען עס קומט צו דער תחום פון פאקטישע ארבעט. בין איך גערעכט?

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:57 pm
דורך ווער
א פעדעראלע ריכטער אין טעקסעס האט געאורטיילט אז טראמפ האט אומלעגאל גענוצט א קריגס צייט געזעץ צו דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:57 pm
דורך ווער
טשיינע'ס סטעיט מידיא האט געמאלדן אז אמעריקא האט זיך געוואנדן צו בעדזשינג צו פארהאנדלן איבער טראמפ'ס 145 פראצענט טאריפס

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 6:07 pm
דורך הדסים
נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:31 pm
ארי בארי באקסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 11:48 am עס איז נישט קלאר אצינד ווער עס וועט איבערנעמען די שטעלע פון וואלץ, מיט טייל וועלכע שפעקולירן אז דאס וועט מעגליך זיין דער ספעציעלע ווייסע הויז שליח סטיוו וויטקאף.
מארקא רוביא ווערט צייטווייליגע נעשענאל סעקיורעטי עדווייזער.
אן אויסטערלישע טפשות לדעתי

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 6:17 pm
דורך שינאווער
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:57 pm טשיינע'ס סטעיט מידיא האט געמאלדן אז אמעריקא האט זיך געוואנדן צו בעדזשינג צו פארהאנדלן איבער טראמפ'ס 145 פראצענט טאריפס
אזוי אויך האט טשיינע נעכטן געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג איבער דער מעגליכקייט אז קאוויד האט זיך גאר אנגעפאנגען אין אמעריקע...

דעי חברה פרובירן ניטאמאל צו ניצן פראפעסיאנאלע ליגנטס, סתם א פאטש פאר א פאטש.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 6:22 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 6:17 pm
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:57 pm טשיינע'ס סטעיט מידיא האט געמאלדן אז אמעריקא האט זיך געוואנדן צו בעדזשינג צו פארהאנדלן איבער טראמפ'ס 145 פראצענט טאריפס
אזוי אויך האט טשיינע נעכטן געמאלדן אז זיי עפענען אן אויספארשונג איבער דער מעגליכקייט אז קאוויד האט זיך גאר אנגעפאנגען אין אמעריקע...
דאס קומט לכאורה נאך א באריכט אז אוקריינע האט אנגעהויבן די מלחמה מיט רוסלאנד