וואס טוט זיך אין די כערסאן אומגעגענט ביי די דניעפער טייך?
די מיליטערישע אקטיוויטעטן פון די אוקריינער ארמיי ארום די דניעפער איז גאנץ שטארק געשטיגן דורכאויס די לעצטע פיר וואכן. אין רעאקציע צו דעם איז די רוסישע אנוועזנהייט אויפן לינקע זייט דניעפער אויך געשטיגן.
די אוקריינער שטייען כהיום אויף די רעכטע זייט און די רוסן זענען סטאנציאנירט אויף די לינקע זייט דניעפער. עס איז דא שאנסן אז די אוקריינער מיליטער זאל פרובירן איבערשפרייזן די דניעפער. אזא אקט איז זייערנגעפארפול אבער פון די צווייטע זייט, טראגט עס א גרויסע ווערד אויב איז עס סוקסעספול. דאס ברענגט די אוקריינער מיליטער נאנט צו די קרים האלב אינדזל און אזוי אויסקרויזן די רוסישע אריינגעגרובענע פעסטונגען אויסגעשפרייט אויפן זאפאריזשע פראנט.
יוני זעקס תיכף ווען די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע האט זיך אפיציעל אנגעהויבן איז די קאכאווקע דאמבע העכער די דניעפער טייך געווארן איבערגעבראכן -ווארשיינלעך אין א רוסישע סאבאטאזש אקציע - ווי א מאכטפולע שטראם וואסער האט פארפלייצט די גאנצע אומגעגענט. מען האט דאן שפעקולירט צו דאס מאכט שווערער אדער גאר גרינגער פאר די אוקריינער אין די געגענט צו קענען עווענטועל אריבערשפרייזן די דניעפער, און בכלל, וועלכע ארמיי פארדינט אדער דערלייגט מער פון די קאכאווקע צוזאמבראך. איך האב דאן געזאגט אז פאר נאך א לאנגע וויילע קומט נישט אין באטראכט קיין אוקריינער לאנדונג. די קאכאווקע דאמבע איבערבראך האט טאטאל אפגעשטעלט די מעגליכקייט פאר אוקריינע צו קענען סוקסעפול אריבערשפרייזן די דניעפער.
די אוקריינער האבן כסדר, נאך אפי' בעפאר די קאכאווקע צוזאמבראך געהאלטן אין איין דורכפירן קליינע שפיאנאזש מיסיעס און איבערפעלער אויף רוסישע פאזיציעס אריבער די לינקע זייט דניעפער. א צאל זענען געווען קורץ טערמיניג ווען די רוסן האבן זיי עלימינירט און א טייל איז געווען סוקסעספול ווען די אוקריינער האבן באוויזן צו אנהאלטן א קליינע אנוועזנהייט. בעיקר ארום די דאטשי געגענט. אבער קיינמאל נישט קיין ערענסטע אפעראציעס.
יעצט אז זאכן ביים דניעפער פאלן צוריק אין פלאץ איז די לאגע אנדערש. עס קומט צו עטליכע הונדערט קילאמעטער שטח וואס קען ווערן טייל פון די קריג ווי מען קען זיך אויסשלאגן. א מעגליכקייט אז די אוקריינער זאלן פרובירן צו לאנדן אריבער די דניעפער איז יעצט א סך העכער ווי פאריגער יוני און יולי.
צו דאס מיינט בהחלט אז אזאנס גייט פאסירן? עס מוז נישט זיין. אבער די שאנסן זענען א סך געשטיגן און מען דארף זיך רעכענען אז אזאנס קען פאסירן און דעריבער זיין פאקוסירט אויף די ראיאן צו זען אויב די אוקריינער אפעראציעס גייען ארויף א שטאפל.
די שטימונג אויף א צאל רוסישע נייעס קאנאלן איז אז אוקריינע וועט מעגליך פרובירן אפשר נאכאמאל א שטארקערע שטיפ אין די ראבאטינע-ווערבאווע-נאוואפראקאפיווקע פראנט אין זאפאריזשע ווי די אוקריינער האבן דערווייל נישט געהאט די געגארטע סוקסעסן וואס זיי האבן געוואלט. און אזוי אויך איבער א מעגליכע אמפיביעס לאנדונג אריבער די דניעפער אין כערסאן.
די קאכאווקע דאמבע צוזאמפאל פאריגער יוני 6 האט געגעבען צייט און די מעגליכקייט פאר די רוסן צו שיפטן א צאל בריגאדעס פון כערסאן קיין זאפאריזשע צו פארטיידיגן די הויפט ארט פון די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע אין ראבאטינע און אביסל צו די וועליקע נאוואסילקע פראנט.
די אוקריינער צוויי הויפט פראנטן זענען געווען די ראבאטינע און וועליקע נאוואסילקע פראנט. די וועליקע נאוואסילקע פראנט ווי די אוקריינער האבן בעיקר געהאט א צאל מארין בריגאדעס האט אנהייב געהאט מער מאמענטום אבער איז מיט די צייט אויסגעלאפן פון סטיעם און פארבליבן איז די הויפט פראנט ארום ראבאטינע, נאוואפראקאפיווקא, ווערבאווע, ווי די אוקריינער ציל איז צו גרייכן די לאנד גרעניצן אדער דעראבערן די שטאט טאקמאק צו א מינימום.
ארום א חודש צוריק אין סעפטעמבער האבן א צאל רוסישע נייעס קאנאלן באריכטעט אז עלעמענטן פון די אוקריינער פינעוו אין דרייסיגסטער, זעקס אין דרייסיגסטער, זיבן אין דרייסיגסטער מארין בריגאדעס, זענען אנגעקומען קיין כערסאן (די מארין בריגאדעס זענען געווען אויפן וועליקע נאוואסילקע פראנט).
ביי סוף סעפטעמבער האבן די אוקריינער געהאט אוועק געריקט פון וועליקע נאוואסילקע און געשטעלט אין כערסאן ראיאן צום ווייניגסטענס ארום זיבן טויזנט זעלנער, ארום פופציג טאנקן און אריבער צוויי הונדערט געפאנצערטע טרעקלעך.
זינט דאן איז דא כסדר'דיגע באריכטן דורך די רוסן, איבער פארשטערקערטע אוקריינער דראון אפעראציעס און דראון אטאקעס. אזוי אויך ארטילעריע אטאקעס מצד די אוקריינער ארמיי. בלויז פאריגער וואך האט די רוסישע קאנאל רייבאר באריכטעט אז צוויי פון די אויבנדערמאנטע אוקריינער מארין בריגאדעס האבן גענומען די דערפל פאוימא און שלאָגן זיך פאר פישאניווקא אריבער די לינקע זייט דניעפער.
נישט יעדע ארט לענגאויס די דניעפער איז אייניג. נישט אין ברייט פון
די רעכטע זייט צו די לינקע זייט און נישט לגבי די גרינגקייט צו אפערירן אויפן שטח לאנד. דהיינו, מען שפרייזט אריבער פון די רעכטע ברעג אריבער א קליינע טייך צום לינקע ברעג און פארטיג. א גרויס טייל איז פול מיט קליינע אינזלען. און נאך קלענערע טייכן ווי די קאנקא טייך און נאך א צאל וואס לויפן דורך אין די ראיאן, שאפנדיג זומפיגע שטחים ווי עס איז שווער צו מאנעוורירן מיט שווערע מאשינען.
ביי די אנטאנאווקע באן בריק (עטליכע קילאמעטער צפון פון די אנטאנאווסקי בריק) לדוגמא, איז די זומפיגע שטח פיר קילאמעטער טיף. די דניעפער אליינס איז בלויז א האלבע קילאמעטער. די בריק העכער דעם איז חרוב. דערנאך קומט אנדערטהאלבען קילאמעטער זומפן. דערנאך נאך א קליינע בריק העכער די ווערכאניע קאנקא טייך וואס איז אויך חרוב. דערנאך קומט נאך צוויי קילאמעטער זומפן. די אנטאנאווקא בריק האבן די רוסן חרוב געלייגט ביים דורכפירן א ריקצוג פאריאר אזא צייט ביים דניעפער. נאך א טייל פונעם בריק איז פארשוועמט געווארן ביי די קאכאווקע דאמבע פארפלייצונג.

- 20231025_193623.jpg (113.55 KiB) געזען געווארן 573 מאל
די קאנקא בריק האבן די רוסן באמבאדירט עטליכע חדשים צוריק. נאך די אוקריינער האבן אנגעהויבן אקטיוויטעטן ביי אלעשקי וואס איז נישט ווייט פון דארט.
טא, אזא פיר קילאמעטער איז צוטיילט צווישן רייזן אויף שיפלען, שפאנצירן צופיסנס, זומפיג, גלייכע שטחים מיט כמעט ווי צו נעמען שוץ. די אפיציעלע בריקן חרוב. די טשעלענדזשעס זענען גרויס אבער די פארדינסטן זענען נאך גרעסער אויב זענען די אוקריינער מצליח.
די ציל פאר אוקריינע איז צו שאפן א צאל ברידזשהעדס אריבער די דניעפער. פארברייטערן די אנוועזנהייט אויפן לינקע זייט דניעפער. איבערשניידן רוסישע דעפענסיווע ליניעס. פארכאפן די נידריגע שטחים ארום די שווארצע ים, און עפענען וועגן און שטעגן אין ריכטונג צו די קרים האלב אינזל.
אזא ברייטע אפעראציע רעכנט אריין דריי פאזעס און אין יעדע פאזע איז פארהאן עטליכע שטאפלען. פון זיך צוגרייטן, עקסיקיוטן, עטאבילירן ברידזשהעדס, פארכאפן א צאל שליסל ערטער אויף די לינקע ברעג, פארשטארקערן די אטאקעס אין צאל און אין קראפט, איבערשניידן א צאל רוסישע פארטיידיגונס פאזיציעס.
יעדע פון די פאזעס און שטאפלען קען מען צונעמען מער באריכות וויאזוי עס ברויך צוגיין און וואס די פארדינסטן זענען. אבער נישט פאר יעצט.
די אוקריינער וועלן -לויט מומחים פון די ראכהאן גרופע- ווארשיינליך פרובירן צו עטאבלירן א ברידזש-העד גלייך אריבער די דניעפער אין די שליסל געגענטער אנגעצייכנט אויפן מאפע לענגאויס די לינקע זייט דניעפער אויף די ערשטע פינעוו זאנעס. די Key areas פון 1-5. די פינעוו שליסל ערטער זענען:
1 פידסטעפנע
2 קאכאווקע
3 הארנאסטייאיווקע
4 וועליקע, לעפעטיכע
5 פערוואמאייאיווקע.

- ezgif-1-f11563dc56.jpg (193.12 KiB) געזען געווארן 573 מאל
עס מיינט נישט בהחלט אז אין פאל אוקריינע שפרייזט אריבער די דניעפער וועלן זיי תיכף צילן די אלע אויבנדערמאנטע פאזיציעס, אבער זיי זענען מעגליכע קאנדידאטן.
אין פאל די אויבנדערמאנטע שליסל ערטער זענען פארכאפט קען אוקריינע זיך ערלויבן צו גיין טיפער אין לאנד און זיך באניצן מיט א צאל מאנעוורע קארידארן (MC) צו מאנעוורירן אויפן שטח.
מאנעוורע קארידאר 1 נעמט אריין די גאנצע ברעגעס פון די לינקע זייט דניעפער. פון צפון זייט ביי אלעשקי, קרינקי און די אנטאנאווסקי בריק ביז ארויף דרום צו פערוואמאייאיווקע. אלע שליסל ערטער, זאנעס 1-2-3-4-5. דאס רעכנט אריין די פלעצער אלעשקי (1), פעטראפאווליווקע (2), הארנאסטייאיווקע (3), וועליקע לעפעטיכע (4), וועליקע זנאמאייאיווקע (5).
מאנעווערע קארידאר 2 רעכנט אריין צו גיין טיפער מזרח. שליסל ערטער 2-9-11. דאס רעכנט אריין די שטעטלעך פעטראפאווליווקע (2), ניזשנעי (9), און מעליטפאל (נישט מעליטפאל) (11).
מאנעווערע קארידאר 3 מיינט זיך האלטן מער נידעריג ביי דרום פונעם בילד. שליסל ערטער 6-7-8. דאס רעכנט אריין סקאדאווסק-מיכאליווקע (6), טשאפלינקע (7), טשלאקאווע (8).
דערנאך איז דא א צאל א'נטקעגען-קומענדיגע א'וועניוס (AA) וואס לויפן פון איין שטח צום אנדערע. דאס שוין אבער מער דקות'דיג. אז עס וועט נוגע זיין וועט מען עס דעמאלטס באהאנדלען.
וואס טוט זיך מיט די מיליטערישע קראפט אויפן שטח. וואס האבן די אוקריינער און וואס האבן די רוסן. צו זיין קלאר, די אינפארמאציע ווערט אפדעיטעט זינט סיי אוקריינע און סיי רוסלאנד שיפטן אהין מער כוחות. ביידע זייטן האבן א גרויסע צאל כוחות דארט. די רוסן האבן לעת עתה מער.
א ליסטע פון די קרעפטן פון ביידע ארמייען אינעם ראיאן. אזוי אויך בערך ווי די דירעקציעס פון די אוקריינער קענען זיין.

- ezgif-1-ed78107401.jpg (210.33 KiB) געזען געווארן 573 מאל
אוקריינע קען אין א סורפרייז אטאקע מיט אויסגערעכנטע קאארדינאציע און געצילטע ראקעטן ווארשיינלעך אויסברייטערן זייער ברידזשהעד אויפן לינקע זייט. אבער עס צו נעמען ווייטער און בויען מאמענטום וועט זיך אויספעלן מער כוחות פון וואס זיי האבן.
כהיום איז די וועטער גאנץ גיט פאר אזאנע אקציעס. פארשטייט זיך אז ספיעד איז וויכטיג. אין רעגענדיגע סעזאן איז געוויס שווערער צו אפערירן מיט סוקסעס. די קאמוניקאציע פון די אנגריף כוחות אויף איין זייט דניעפער און די אוקריינער צענטער באזע אויפן אנדערע זייט סמבטיון ווערט אוטאמאטיש שווערער אין אזא פאל.
צו דאס גייט פאסירן? איך ווייס נישט. אבער די שאנסן דריי חדשים צוריק איז געווען 0 און יעצט איז עס ווארשיינלעך 50%. מצד די שטימונג אויף די רוסישע קאנאלן זענען די שאנסן פאר אן אוקריינער אטאקע ווארשיינלעך נאך העכער און זיי פרובירן צו נעמען די נויטיגע מאסנאמען דאס צו אפהאלטן.
קרעדיט
@נקדימון