נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינא האט און א מאסיווע אטאקע נעכטן נאכט באמבאדירט די רוסן
זיי האבן געניצט די אמעריקאנער אטאקמס מיסילס און אנגעמאכט גרויס שאדן פאר די רוסן מיטן פארניכטן ניין העליקאפטערס און נאך
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פוטין איז היינט אנגעקומען אויף א באזוך אין טשיינע
ביים אנקומען
IMG_20231017_231354_651.jpg
IMG_20231017_231354_651.jpg (69.92 KiB) געזען געווארן 862 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:04 pm אוקריינא האט און א מאסיווע אטאקע נעכטן נאכט באמבאדירט די רוסן
זיי האבן געניצט די אמעריקאנער אטאקמס מיסילס און אנגעמאכט גרויס שאדן פאר די רוסן מיטן פארניכטן ניין העליקאפטערס און נאך
פוטין זאגט היינט און א ריספאנד צו די אטאקע ווי עס איז געניצט געווארן און א סורפרייז אטאקע די אמעריקאנער אטאקמס מיסילס אז ער סטראשעט נישט אבער די אמעריקאנער קאריער שיפן געפינען זיך נעבן זיינע הייפערסאניק מיסילס...
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אוועדיווקא קאנטער אטאקע....


די לעצטע וואך צייט האבן די רוסן פראבירט צו שטורעמען די פארגעסענע באכמוט גערופן אוועדיווקא, די ציל איז געווען צו קומען פון שטעטלעך ארום ביידע זייטן אוועדיווקא ווי די רוסן זענען אין קאנטראל און ארומנעמען די סיטי אזויווי ביי באכמוט און עס איבערנעמען, ווי אויך איז די ציל געווען אוועקצושלעפן אוקריינישע סאלדאטן פון אנדערע פראנטן וואס וואלט געדארפט שווערער מאכן מיט די קאנטער אפענסיווע. די רוסן זענען געקומען לויט שאצונגן מיט אזויפיל ווי 2500 טויזענט סאלדאטן (צום ווייניגסטן) און איבער 100 טרעקלעך - אריינגערעכנט טאנקן BMP'ס ארטילעריע שיסערס מרל"ס ווארפערס האוויצערס דראונס פליגערס וגו'.

די אוקריינער פון זייער זייט האבן עס באצייטענס אויפגעכאפט און אפגעווארט די רוסן באוואפנט מיט דראונס דזשאוולענס טאנקן קלאסטער באמבעס און פארשטייט זיך סאלדאטן, זיי האבן עס סוקסעספול אפגעשלאגן דערלאנגענדיג הילכיגע פראסקעס פאר די רוסן וואס טוט גאר שטארק וויי - ווי געזען פון די רוסישע בלאגערס.

די חברה וואס באשטעטיגן פארלוסטן באזירט אויף ווידיאוס לאקאציעס וכדומה זאגן אז וואלעדאר איז געווען נאר א בן מלך משל קעגן וויפיל די רוסן האבן דא פארלוירן, מרעדט נישט פון איין קאנטער אטאקע וואס די רוסן האבן דא דורכגעפירט, נאר מ'רעדט פון עטליכע אטאקעס אין לויף פון עטליכע טעג דורך באזונדערע חלקים פון די רוסישע ארמיי.


כדי צו האבן א שטיקל קלארקייט איבער די אויסשטעל פון אוועדיווקא סיטי מיט די שטעטלעך ארום וועלן מיר דא ארויפשטעלן עטליכע מאפעס קודם פון דיעפ סטעיט פאר די ד"ס ליינערס כדי צו כאפן פון ווי און וואס מען רעדט, דערנאך וועט מען גיין מער אין דיטעיל כאפן די בערג און וואסערן כדי צו ארויסהאבן די מצב ווי די רוסן זענען געקומען ווי זייער מיסטעיק איז געווען און דערשלאגן געווארן.




אוועדיווקא איז גלייך אונטער באכמוט ווען ס'קוקט צו סיטיס, וואס מיינט אז סאיז אין די דאנעצק אבלעסט, אונטער איר איז די פארשלאפענע מארינקא סיטי ווי די טיקטאקערס האבן ליב צו גיין...

בילד

אביסל נענטער מיט די צוויי שטעטלעך וואס זענען כעת אונטער די רוסן פון ווי זיי זענען געקומען מיטן פלאן אפצוהאקן די סיטי.

בילד

קרעדיט @נארמאליזעם
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אוקריינע האט זיך געגעבען א שטיקעל ריק די אנדערע זייט חערסאן אריבער די דינעפרא די לעצטע 24 שעה,

זיי האבען לויט אסאך באריכטען דארט פארכאפט א וויכטיגע סעטלמענט פיאמא אין יענע געגענט, סאיז וויכטיג ווייל עס האט צוטריט צו די קלענערע הייוועס וועלכע פירען ארויס פון די דארטיגע זומפען,

אויך האבען זיי היבש ארומגערינגעלט דורך דעם די גרעסערע פישכעניווקע, פון פישכעניווקע האבען זיי דורך קלענערע ראודס צוטריט צו די גרויסע וויכטיגע הייוועי E97 וועלכע האקט איבער סופלייס צו די אנטאנאוואסקי בריק ווי אוקריינע האלט אן מיט עקשנות די לעצטע פאר חדשים, זינט די אנהויב קאנטער אפענסיווע, דארט איז דא א קריטיש וויכטיגע בריזשהעיד אריבער די דיניפרא וואס פארשווערט די רוסען צי אטאקירען חערסאן סיטי אריבער די טייך

ווי אויך קענען זיי מיט די E97 אראפ פארען ביז קרימיע און אפהאקען די אלע שטעטלעך פון פון די לינקע זייט הייוועי ביז די דינעפרא, און דערמיט וועלען פאלען א גאנצע רייע שטעט ביים שווארצען ים, אויסער דעם וואס עס רוקט נענטער די פראנט צו קרימיע,

אויב סאיז אמת, איז די איצטיגע בריזשהעד וועלכע זיי האבען פארכאפט אריבער די דיניפרא פיר מאל אזוי גרויס ווי די בריזשהעד וועלכע זיי האבען געהאט ביז איצט לעבען די אנטאנאוואסקי,

אוקריינע מיליטער האט נישט געוואלט באשטעטיגען די באריכט


(חלק באריכט פון די isw)

קרעדיט @הערליכע ספר
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

א רוסישע אטאקע אויף א פאסט סענטער און כארקאוו האט איבערגלאזט 6 ציווילע טויט
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 459

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיר »

רוסלאנד באריכטעט אז אירע קרעפטן האבן צושטערט עטליכע פרואוון דורך אוקראינער קרעפטן אריבער צו גיין דעם דניעפער טייך אין די דרום חרסון ראיאן: לויט ווי רוסלאנד זאגט זענען פארגעקומען עטליכע אזעלכע פרואוון די לעצטע טאג צייט דורך אוקראינער סאבאטאזש איינהייטן, אבער אלע איינהייטן זענען פארניכטעט געווארן. צוויי טעג צוריק האט אמעריקאנער ריסורטש גרופע באריכטעט אז ווי עס שיינט האבן א צאל אוקראינער קרעפטן באוויזן דורכצוברעכן די מזרח זייט פונ'ם טייך.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/93504רוסישע מיליטערישע קארגא פליגער וואס האט געפירט מיסטעריעזע געצייג עקספלאדירט בעפאר זיך הייבן‎: די פליגער איז די רוסישע "איי על 76" מיליטערישע קארגא פליגער און אינמיטן זיך הייבן אויפן ראנוועי פון די באזע האט איינס פון די מאטארן אויפגעריסן אין העלישע פלאמען. אכט מיליטערישע פערסאנעל זענען געווען אויפן פליגער און האבן איבערגעלעבט, און עס איז שוין די צווייטע מאל אין די לעצטע חודש וואס אזא סארט רוסישע קארגא פליגער עקספלאדירט אויף א מיסטעריעזע פארנעם.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/93507
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 459

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיר »

14 דראונס אראפ געשאסן די נאכט אין אוקריינא 13 שאהיד אין איינ'ס א אנדערע סארט אין אויך איין קרוס מיסל איז אראפ געשאסן איין שאהיד האט יא געהיט א ציל
די אוקריינא האָבן ארעסטירט 3 מענטשן אין כערסאן פאר שפיאנירן פאר רוסלאנד
די isw שרייבט טראץ די גרויסע פארלוסטן בײ די רוסן אין אווידקע שיקן זײ נאך ריאנפארסמענט
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 358
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 459

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיר »

די רוסן באריכטן אז סאפסטאל קרימע איז אינטער אטאקע
די אוקריינא האָבן אראפגעשאסן אלע 6 שאהיד דראונס געשאסן
די אוקריינא צו עוועקאירן קינדער פון 23 כערסאן סעטעלמענטס
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:10 am אוועדיווקא קאנטער אטאקע....

קרעדיט @נארמאליזעם
חלק ב'


די עיקר שלאכטן ווי די רוסן טרייען צו שטורעמען איז דורך Krasnohorivka פון צפון און Voidane פון דרום.

ביי Krasnohorivka האבן די רוסן געליטן (און ליידן נאך אלס) פון הויכע נאמבערס פארלוסטן סיי מענטשליכע און סיי עקוויפמענט, דארט איז אויך דא א בארג וואס שטייט זיי אין וועג, בילדער און ווידיאוס צייגן ווי די רוסן טרייען ארויפצוגיין און ווערן באשאסן. די רעילראוד איז אויך איינע פון די פלעצער ווי די רוסן שטורעמען. די פארלוסטן וואס די רוסן ליידן האט זיך שוין אנגעהויבן 5 ק"מ אריין אין Krasnohorivka ווי די אוקריינער האבן אויפגעכאפט ווי די רוסן גרייטן זיך מיט צענדליגע טאנקן BMP'ס און נאך און האבן דארט אראפגעווארפן גראנאטן באשאסן מיט ארטילעריע און קאמעקאזי דראונס.

בילד

בילד

בילד

ביי Voidane טרייען די רוסן איבערצוקומען די וועלדער בנינים און טייכן, און ליידן זיך צוזאם פארלוסטן דורך די באהאלטענע אוקריינער, לויט רוסישע אקאונטס איז די אוקריינישע דעפענס אונטער דער ערד און מזעהט כמעט נישט קיין סאלדאטן, דארט האבן די אוקריינער צוריקגענומען שטח און פארגרעסערט די גרעי זאון, די טאנק וואס אוקריינע האט פארלוירן איז דארט חרוב געווארן ביים צוריקנעמען שטח. די רוסן באנוצן זיך מיט זייערע TOS פייער ווארפערס מער ביי Voidane ווי די אנדערע זייט.

זיי וועלן לכאורה טרייען אנצוקומען קיין אוועדיווקע דורך די וועלדער צווישן Voidane און Opytne כדי נישט צו דארפן פייטן אין די שטעטלעך ארום (אזויווי געזען אויפן צווייטע בילד).

בילד

בילד
קרעדיט @נארמאליזעם
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

ווערבאווע - ראבאטינע


נאכן זיך אויסשפרייטן נעבן קאפעני שפרייטן זיך יעצט די אוקריינער אויס נעבן נאוועפאקריווקע (נישט פארמישן מיט נאוועפראקפיווקע) און הייבן אן ארום נעמען ווערבאווע.
בילד
קרעדיט @נארמאליזעם
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

קורצע נייעס אפדעיט...


- אמעריקא שיקט נאך 150 מיליאן ווערד פון וואפן
- אויסטראליע שיקט 12.7 מיליאן ווערד פון מינע סופליי ווי אויך 3D פרינטערס
- שייגאו ביי זיין באזוך אויפן פראנט טענהט אז 24 אוקריינישע פליגערס זענען די וואך אראפגעשאסן געווארן דורך רוסלאנד'ס עיר דעפענס
- אוקריינע האט געגרינדעט א באטאליאן פון רוסישע בירגער וואס זענען קעגן זייער לאנד
- עטליכע (3) לעמפערט טאנקן זענען חרוב אדער געשעדיגט געווארן ביי די ראבאטינע פראנט
- 3 T90 טאנקן זענען חרוב געווארן נעבן Kurdumivka דורך רוסישע פייער
- אוקריינע האט אנגעהויבן ארויפצולייגן גראד מרל"ס טובס אויף אמעריקאנע האמוויס און רופן עס GMMWV.
קרעדיט @נארמאליזעם
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

וואס טוט זיך אין די כערסאן אומגעגענט ביי די דניעפער טייך?

די מיליטערישע אקטיוויטעטן פון די אוקריינער ארמיי ארום די דניעפער איז גאנץ שטארק געשטיגן דורכאויס די לעצטע פיר וואכן. אין רעאקציע צו דעם איז די רוסישע אנוועזנהייט אויפן לינקע זייט דניעפער אויך געשטיגן.

די אוקריינער שטייען כהיום אויף די רעכטע זייט און די רוסן זענען סטאנציאנירט אויף די לינקע זייט דניעפער. עס איז דא שאנסן אז די אוקריינער מיליטער זאל פרובירן איבערשפרייזן די דניעפער. אזא אקט איז זייערנגעפארפול אבער פון די צווייטע זייט, טראגט עס א גרויסע ווערד אויב איז עס סוקסעספול. דאס ברענגט די אוקריינער מיליטער נאנט צו די קרים האלב אינדזל און אזוי אויסקרויזן די רוסישע אריינגעגרובענע פעסטונגען אויסגעשפרייט אויפן זאפאריזשע פראנט.


יוני זעקס תיכף ווען די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע האט זיך אפיציעל אנגעהויבן איז די קאכאווקע דאמבע העכער די דניעפער טייך געווארן איבערגעבראכן -ווארשיינלעך אין א רוסישע סאבאטאזש אקציע - ווי א מאכטפולע שטראם וואסער האט פארפלייצט די גאנצע אומגעגענט. מען האט דאן שפעקולירט צו דאס מאכט שווערער אדער גאר גרינגער פאר די אוקריינער אין די געגענט צו קענען עווענטועל אריבערשפרייזן די דניעפער, און בכלל, וועלכע ארמיי פארדינט אדער דערלייגט מער פון די קאכאווקע צוזאמבראך. איך האב דאן געזאגט אז פאר נאך א לאנגע וויילע קומט נישט אין באטראכט קיין אוקריינער לאנדונג. די קאכאווקע דאמבע איבערבראך האט טאטאל אפגעשטעלט די מעגליכקייט פאר אוקריינע צו קענען סוקסעפול אריבערשפרייזן די דניעפער.

די אוקריינער האבן כסדר, נאך אפי' בעפאר די קאכאווקע צוזאמבראך געהאלטן אין איין דורכפירן קליינע שפיאנאזש מיסיעס און איבערפעלער אויף רוסישע פאזיציעס אריבער די לינקע זייט דניעפער. א צאל זענען געווען קורץ טערמיניג ווען די רוסן האבן זיי עלימינירט און א טייל איז געווען סוקסעספול ווען די אוקריינער האבן באוויזן צו אנהאלטן א קליינע אנוועזנהייט. בעיקר ארום די דאטשי געגענט. אבער קיינמאל נישט קיין ערענסטע אפעראציעס.

יעצט אז זאכן ביים דניעפער פאלן צוריק אין פלאץ איז די לאגע אנדערש. עס קומט צו עטליכע הונדערט קילאמעטער שטח וואס קען ווערן טייל פון די קריג ווי מען קען זיך אויסשלאגן. א מעגליכקייט אז די אוקריינער זאלן פרובירן צו לאנדן אריבער די דניעפער איז יעצט א סך העכער ווי פאריגער יוני און יולי.

צו דאס מיינט בהחלט אז אזאנס גייט פאסירן? עס מוז נישט זיין. אבער די שאנסן זענען א סך געשטיגן און מען דארף זיך רעכענען אז אזאנס קען פאסירן און דעריבער זיין פאקוסירט אויף די ראיאן צו זען אויב די אוקריינער אפעראציעס גייען ארויף א שטאפל.

די שטימונג אויף א צאל רוסישע נייעס קאנאלן איז אז אוקריינע וועט מעגליך פרובירן אפשר נאכאמאל א שטארקערע שטיפ אין די ראבאטינע-ווערבאווע-נאוואפראקאפיווקע פראנט אין זאפאריזשע ווי די אוקריינער האבן דערווייל נישט געהאט די געגארטע סוקסעסן וואס זיי האבן געוואלט. און אזוי אויך איבער א מעגליכע אמפיביעס לאנדונג אריבער די דניעפער אין כערסאן.

די קאכאווקע דאמבע צוזאמפאל פאריגער יוני 6 האט געגעבען צייט און די מעגליכקייט פאר די רוסן צו שיפטן א צאל בריגאדעס פון כערסאן קיין זאפאריזשע צו פארטיידיגן די הויפט ארט פון די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע אין ראבאטינע און אביסל צו די וועליקע נאוואסילקע פראנט.

די אוקריינער צוויי הויפט פראנטן זענען געווען די ראבאטינע און וועליקע נאוואסילקע פראנט. די וועליקע נאוואסילקע פראנט ווי די אוקריינער האבן בעיקר געהאט א צאל מארין בריגאדעס האט אנהייב געהאט מער מאמענטום אבער איז מיט די צייט אויסגעלאפן פון סטיעם און פארבליבן איז די הויפט פראנט ארום ראבאטינע, נאוואפראקאפיווקא, ווערבאווע, ווי די אוקריינער ציל איז צו גרייכן די לאנד גרעניצן אדער דעראבערן די שטאט טאקמאק צו א מינימום.

ארום א חודש צוריק אין סעפטעמבער האבן א צאל רוסישע נייעס קאנאלן באריכטעט אז עלעמענטן פון די אוקריינער פינעוו אין דרייסיגסטער, זעקס אין דרייסיגסטער, זיבן אין דרייסיגסטער מארין בריגאדעס, זענען אנגעקומען קיין כערסאן (די מארין בריגאדעס זענען געווען אויפן וועליקע נאוואסילקע פראנט).

ביי סוף סעפטעמבער האבן די אוקריינער געהאט אוועק געריקט פון וועליקע נאוואסילקע און געשטעלט אין כערסאן ראיאן צום ווייניגסטענס ארום זיבן טויזנט זעלנער, ארום פופציג טאנקן און אריבער צוויי הונדערט געפאנצערטע טרעקלעך.

זינט דאן איז דא כסדר'דיגע באריכטן דורך די רוסן, איבער פארשטערקערטע אוקריינער דראון אפעראציעס און דראון אטאקעס. אזוי אויך ארטילעריע אטאקעס מצד די אוקריינער ארמיי. בלויז פאריגער וואך האט די רוסישע קאנאל רייבאר באריכטעט אז צוויי פון די אויבנדערמאנטע אוקריינער מארין בריגאדעס האבן גענומען די דערפל פאוימא און שלאָגן זיך פאר פישאניווקא אריבער די לינקע זייט דניעפער.

נישט יעדע ארט לענגאויס די דניעפער איז אייניג. נישט אין ברייט פון
די רעכטע זייט צו די לינקע זייט און נישט לגבי די גרינגקייט צו אפערירן אויפן שטח לאנד. דהיינו, מען שפרייזט אריבער פון די רעכטע ברעג אריבער א קליינע טייך צום לינקע ברעג און פארטיג. א גרויס טייל איז פול מיט קליינע אינזלען. און נאך קלענערע טייכן ווי די קאנקא טייך און נאך א צאל וואס לויפן דורך אין די ראיאן, שאפנדיג זומפיגע שטחים ווי עס איז שווער צו מאנעוורירן מיט שווערע מאשינען.

ביי די אנטאנאווקע באן בריק (עטליכע קילאמעטער צפון פון די אנטאנאווסקי בריק) לדוגמא, איז די זומפיגע שטח פיר קילאמעטער טיף. די דניעפער אליינס איז בלויז א האלבע קילאמעטער. די בריק העכער דעם איז חרוב. דערנאך קומט אנדערטהאלבען קילאמעטער זומפן. דערנאך נאך א קליינע בריק העכער די ווערכאניע קאנקא טייך וואס איז אויך חרוב. דערנאך קומט נאך צוויי קילאמעטער זומפן. די אנטאנאווקא בריק האבן די רוסן חרוב געלייגט ביים דורכפירן א ריקצוג פאריאר אזא צייט ביים דניעפער. נאך א טייל פונעם בריק איז פארשוועמט געווארן ביי די קאכאווקע דאמבע פארפלייצונג.
20231025_193623.jpg
20231025_193623.jpg (113.55 KiB) געזען געווארן 571 מאל
די קאנקא בריק האבן די רוסן באמבאדירט עטליכע חדשים צוריק. נאך די אוקריינער האבן אנגעהויבן אקטיוויטעטן ביי אלעשקי וואס איז נישט ווייט פון דארט.

טא, אזא פיר קילאמעטער איז צוטיילט צווישן רייזן אויף שיפלען, שפאנצירן צופיסנס, זומפיג, גלייכע שטחים מיט כמעט ווי צו נעמען שוץ. די אפיציעלע בריקן חרוב. די טשעלענדזשעס זענען גרויס אבער די פארדינסטן זענען נאך גרעסער אויב זענען די אוקריינער מצליח.

די ציל פאר אוקריינע איז צו שאפן א צאל ברידזשהעדס אריבער די דניעפער. פארברייטערן די אנוועזנהייט אויפן לינקע זייט דניעפער. איבערשניידן רוסישע דעפענסיווע ליניעס. פארכאפן די נידריגע שטחים ארום די שווארצע ים, און עפענען וועגן און שטעגן אין ריכטונג צו די קרים האלב אינזל.

אזא ברייטע אפעראציע רעכנט אריין דריי פאזעס און אין יעדע פאזע איז פארהאן עטליכע שטאפלען. פון זיך צוגרייטן, עקסיקיוטן, עטאבילירן ברידזשהעדס, פארכאפן א צאל שליסל ערטער אויף די לינקע ברעג, פארשטארקערן די אטאקעס אין צאל און אין קראפט, איבערשניידן א צאל רוסישע פארטיידיגונס פאזיציעס.

יעדע פון די פאזעס און שטאפלען קען מען צונעמען מער באריכות וויאזוי עס ברויך צוגיין און וואס די פארדינסטן זענען. אבער נישט פאר יעצט.


די אוקריינער וועלן -לויט מומחים פון די ראכהאן גרופע- ווארשיינליך פרובירן צו עטאבלירן א ברידזש-העד גלייך אריבער די דניעפער אין די שליסל געגענטער אנגעצייכנט אויפן מאפע לענגאויס די לינקע זייט דניעפער אויף די ערשטע פינעוו זאנעס. די Key areas פון 1-5. די פינעוו שליסל ערטער זענען:

1 פידסטעפנע
2 קאכאווקע
3 הארנאסטייאיווקע
4 וועליקע, לעפעטיכע
5 פערוואמאייאיווקע.
ezgif-1-f11563dc56.jpg
ezgif-1-f11563dc56.jpg (193.12 KiB) געזען געווארן 571 מאל
עס מיינט נישט בהחלט אז אין פאל אוקריינע שפרייזט אריבער די דניעפער וועלן זיי תיכף צילן די אלע אויבנדערמאנטע פאזיציעס, אבער זיי זענען מעגליכע קאנדידאטן.

אין פאל די אויבנדערמאנטע שליסל ערטער זענען פארכאפט קען אוקריינע זיך ערלויבן צו גיין טיפער אין לאנד און זיך באניצן מיט א צאל מאנעוורע קארידארן (MC) צו מאנעוורירן אויפן שטח.

מאנעוורע קארידאר 1 נעמט אריין די גאנצע ברעגעס פון די לינקע זייט דניעפער. פון צפון זייט ביי אלעשקי, קרינקי און די אנטאנאווסקי בריק ביז ארויף דרום צו פערוואמאייאיווקע. אלע שליסל ערטער, זאנעס 1-2-3-4-5. דאס רעכנט אריין די פלעצער אלעשקי (1), פעטראפאווליווקע (2), הארנאסטייאיווקע (3), וועליקע לעפעטיכע (4), וועליקע זנאמאייאיווקע (5).

מאנעווערע קארידאר 2 רעכנט אריין צו גיין טיפער מזרח. שליסל ערטער 2-9-11. דאס רעכנט אריין די שטעטלעך פעטראפאווליווקע (2), ניזשנעי (9), און מעליטפאל (נישט מעליטפאל) (11).

מאנעווערע קארידאר 3 מיינט זיך האלטן מער נידעריג ביי דרום פונעם בילד. שליסל ערטער 6-7-8. דאס רעכנט אריין סקאדאווסק-מיכאליווקע (6), טשאפלינקע (7), טשלאקאווע (8).

דערנאך איז דא א צאל א'נטקעגען-קומענדיגע א'וועניוס (AA) וואס לויפן פון איין שטח צום אנדערע. דאס שוין אבער מער דקות'דיג. אז עס וועט נוגע זיין וועט מען עס דעמאלטס באהאנדלען.

וואס טוט זיך מיט די מיליטערישע קראפט אויפן שטח. וואס האבן די אוקריינער און וואס האבן די רוסן. צו זיין קלאר, די אינפארמאציע ווערט אפדעיטעט זינט סיי אוקריינע און סיי רוסלאנד שיפטן אהין מער כוחות. ביידע זייטן האבן א גרויסע צאל כוחות דארט. די רוסן האבן לעת עתה מער.

א ליסטע פון די קרעפטן פון ביידע ארמייען אינעם ראיאן. אזוי אויך בערך ווי די דירעקציעס פון די אוקריינער קענען זיין.
ezgif-1-ed78107401.jpg
ezgif-1-ed78107401.jpg (210.33 KiB) געזען געווארן 571 מאל
אוקריינע קען אין א סורפרייז אטאקע מיט אויסגערעכנטע קאארדינאציע און געצילטע ראקעטן ווארשיינלעך אויסברייטערן זייער ברידזשהעד אויפן לינקע זייט. אבער עס צו נעמען ווייטער און בויען מאמענטום וועט זיך אויספעלן מער כוחות פון וואס זיי האבן.

כהיום איז די וועטער גאנץ גיט פאר אזאנע אקציעס. פארשטייט זיך אז ספיעד איז וויכטיג. אין רעגענדיגע סעזאן איז געוויס שווערער צו אפערירן מיט סוקסעס. די קאמוניקאציע פון די אנגריף כוחות אויף איין זייט דניעפער און די אוקריינער צענטער באזע אויפן אנדערע זייט סמבטיון ווערט אוטאמאטיש שווערער אין אזא פאל.

צו דאס גייט פאסירן? איך ווייס נישט. אבער די שאנסן דריי חדשים צוריק איז געווען 0 און יעצט איז עס ווארשיינלעך 50%. מצד די שטימונג אויף די רוסישע קאנאלן זענען די שאנסן פאר אן אוקריינער אטאקע ווארשיינלעך נאך העכער און זיי פרובירן צו נעמען די נויטיגע מאסנאמען דאס צו אפהאלטן.

קרעדיט @נקדימון
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

דשאן קירבי:
די אמעריקאנער רעגירונג האט אינפארמעישן אז רוסלאנד שיסט צום טויט סאלדאטן וואס ווילן צוריקטרעטן און נישט מלחמה האלטן מיט אוקריינא
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ספיקער דזשאנסאן:
אונז קען מיר נישט פארלאזן אוקריינא, אויב יא וועט פוטין נישט זיך אפשטעלן ביי אוקריינא, און טשיינע וועט מעגליך גיין צו טייוואן
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2440

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיפע טאשן »

לויט איינע פון די אוקריינישע דעפענס רעדנערס האבן די רוסן שוין פארלוירן איבער 6,500 סאלדאטן ביי די אוועדיווקא פראנט זייט אקט' 10.

- לויט פרישע ווידיאוס קוקט אויס ווי די אוקריינישע מארינס האבן שוין אוועקגעשטעלט פאזיציעס אויך אין Krynky - כערסאן, לויט ווי סקוקט אויס איז האלב פון די ווילידזש אונטער די אוקריינער.

- נאך א רוסישע SU-25 אטאקע פליגער אז אראפגעשאסן געווארן העכער אוועדיווקא.

- די רוסן האבן זיך אפגערעדט איבער באמבאסטישע אטאקעס נעבן ווערבאווע דורך די אוקריינער די לעצטע צוויי טעג וואס האט חרוב געלייגט אלע ביימער ליניעס (וואס ווערט גענוצט דורך די רוסן אלס א חלק פון די דעפענס ליניע.

- די אוקריינער האבן איבער שבת באוויזן צו האבן פארשריט נעבן Raihorodka - לוהאנסק, ווידיאוס צייגט אסאך חרובע רוסישע עקוויפמענט ביי יענע געגנט.

כערסאן מאפע
Screenshot (999).jpg
Screenshot (999).jpg (102.32 KiB) געזען געווארן 431 מאל
לוהאנסק מאפע
Screenshot (1000).jpg
Screenshot (1000).jpg (115.62 KiB) געזען געווארן 431 מאל
קרעדיט @נארמאליזעם
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

סוואסטיפאל קרים, איז אטאקירט געווארן דורך אוקריינע די פארטאגס. רוסלאנד זאגט אז די אטאקע האט אריינגענומען אכט פראנצויזישע/ענגלישע שטורעם שאטן/סקאלפ מיסילס (און אז אכט זענען געווארן אינטערסעפטעד)
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

דייטשלאנד האט אנגעהויבן היינט טרענירן אוקריינער זעלנער אויף די צווייטע פאטריאט באטאריע. אין טאטאל וועלן איין אין זעכציג אוקריינער זיך טרענירן דערויף מיט די הילף פון צען איבערטייטשער
פיילס
20231030_084425.jpg
20231030_084422.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

ראספאטיטצע סעזאן. די בלאטע סעזאן אין אוקריינע לויפט אביסל שפעט די יאר און איז ווארשיינלעך אפגעריקט מיט א חודש. דאס מיינט אז עס וועט זיך מעגליך אנהייבן אינמיטן חודש נאוועמבער +/- אנשטאט אינמיטן אקטובער.

די בלאטע טעג הייבט זיך אן כמעשה'דיג און נאך עטליכע וואכן ווערט עס שווערער. אנגעהויבן אין לוהאנסק און נאכגעפאלגט עטוואס שפעטער אין דאנעצק און אין זאפאריזשע ווי די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע קומט פאר. (כערסאן וועט עס זיין שוואכער).

די בלאטע סעזאן ווי עס זעט דערווייל אויס וועט זיין מילדער ווי פאריאר. אז עס עס וועט זיין א שינוי אין די פארקעסט וואס קען טוישן די צייט און שטארקייט פון די בלאטעס, וועט מען עס געוויס מעלדן.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארטיידיגונג סעקרעטאר אוסטין:

פוטין סטראטעגיע איז אלעמאהל געווען אונז אויסצואווארטן

ער שפורט אז די מערב וועלט וועט מיד ווערן פון שטיצן אוקריינע און וועט אין קורצן אויספירן דאס זייניגע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די רוסן האבן געליטן פון א שווערע היימארס אטאקע זיך גרייטנדיג צו אריינברענגען פרישע סאלדאטן.

די סכום טויטע און טראנספארט טראקס ווערן נאך אנאליזירט, אבער לויט די ווידיא קוקט עס אויס צו זיין גאר הויעך.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:42 pm די רוסן האבן געליטן פון א שווערע היימארס אטאקע זיך גרייטנדיג צו אריינברענגען פרישע סאלדאטן.

די סכום טויטע און טראנספארט טראקס ווערן נאך אנאליזירט, אבער לויט די ווידיא קוקט עס אויס צו זיין גאר הויעך.
יעצט האלט עס ביי 120 סאלדאטן טויט און פארוואונדעט, 10 טראנספארט טראקס.

די באטאליאן איז געגרינדעט געווארן פאריגע יאר און באשטייט פון Chuvashia (רוסישע ראיאן) איינוואוינער, אפאר טאג איידערן אטאקע האבן זיי ארויסגעשטעלט א ווידיאו ווי מ'זעהט סאלדאטן פון יענע באטאליאן טאנצן פאר פרייד צו קענען זיין א חלק פון די מיליטער שרייענדיג "לאמיר צוריקקערן רוסלאנד פון אלאסקא ביז קיעוו"...
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די אוקריינער האבן אטאקירט א באן סטאנצע צוזאמען מיט א באן וואס האט געטראגן אויל נעבן דאנעצק סיטי, די סצענע איז פייערדיג, די רוסן האבן פראבירט אראפצוברענגן די מיסילס אן סוקסעס, באריכטן איבער פארוואונדעטע.
פיילס
F9y7EFJW0AAgJ5Y.jpg
F9y7EFGXUAAxATq.jpg
F9yHfoYXMAAKmik.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

לויט סעטעלייט בילדער קוקט אויס האט צפון קארעא אפגעשיקט קיין רוסלאנד בערך 2000 קארגא קאנטענערס פיל מיט בערך 500,000 ארטילעריע שעלס.

די סכום וויפיל שעלס צפון קארעא פארמאגט איז נישט באקאנט.
די סכום קאנאנען וואס זיי האבן מיטגעשיקט (אויב בכלל) איז נישט באקאנט, יעדע קאנאן האט א לימיט וויפיל שעלס סקען ווערן ארויסגעשאסן איידערן ווערן פארדזשאוועט.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די אוקריינישע מיליטער האט אפגעשלאגן א רוסישע קאנטער אטאקע נעבן Pershotravneve - כארקאוו.

1 טאנק חרוב
2 BMP'ס חרוב
3 טאנקן געשעדיגט
4 BMP'ס געשעדיגט
פיילס
Screenshot (1013).jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
שרייב פאוסט