בלאט 25 פון 29
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 8:20 am
דורך אנדערער
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 2:22 pm
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 12:18 pm
דער געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קואמא גייט געבן אן אויפטריט פאר די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע איבער די וויירוס קריזיס
IMG_20240903_142147_739.jpg
אומפארשעמטער האנארעבל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:02 pm
דורך ניקל
סענעטאר מיטש מעקאנעל וועט ווי געפלאנט אפטרעטן יעצט אין נאוועמבער פון די לידערשיפ
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 1:01 pm
דורך קענדי קראש
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:02 pm
סענעטאר מיטש מעקאנעל וועט אפטרעטן אין נאוועמבער פון די לידערשיפ
נייעס פון א האלבע יאר צוריק, עפעס פריש יעצט?
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 1:09 pm
דורך ניקל
קענדי קראש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 29, 2024 1:01 pm
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:02 pm
סענעטאר מיטש מעקאנעל וועט אפטרעטן אין נאוועמבער פון די לידערשיפ
נייעס פון א האלבע יאר צוריק, עפעס פריש יעצט?
נאופ.
קומט שוין נאוועמבער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:46 pm
דורך ווער
סענאט מינאריטעט וויפּ דזשאן טון האט אפאלירט צו פרעזידענט טראמפ ער זאל נישט פארמישט ווערן אין די סענאט ריפובליקאנער פירערשאפט פארמעסט
סענעטאר טון זאגט אז ער איז אין שטענדיגע פארבינדונג מיט טראמפ און מיט זיינע מענטשען, און אויב טראמפ באשלוסט קען ער האבן א שטארקע איינפלוס אויף די פראצעדור פון אויסקלויבן איינעם. ער זאגט אז ער האלט אז עס איז אין די בעסטע אינטערעסן סיי פון טראמפ און סיי פונ'ם סענאט עס צו לאזן צווישן סענעטארן, אבער ער קען נישט מאכן א באשלוס פאר טראמפ. טון פארמעסט זיך פאר די פאזיציע אקעגן סענעטארן דזשאן קארנין פון טעקסעס און ריק סקאט פון פלארידא
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:51 pm
דורך פשוט און גראד
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:46 pm
סענאט מינאריטעט וויפּ דזשאן טון האט אפאלירט צו פרעזידענט טראמפ ער זאל נישט פארמישט ווערן אין די סענאט ריפובליקאנער פירערשאפט פארמעסט
סענעטאר טון זאגט אז ער איז אין שטענדיגע פארבינדונג מיט טראמפ און מיט זיינע מענטשען, און אויב טראמפ באשלוסט קען ער האבן א שטארקע איינפלוס אויף די פראצעדור פון אויסקלויבן איינעם. ער זאגט אז ער האלט אז עס איז אין די בעסטע אינטערעסן סיי פון טראמפ און סיי פונ'ם סענאט עס צו לאזן צווישן סענעטארן, אבער ער קען נישט מאכן א באשלוס פאר טראמפ. טון פארמעסט זיך פאר די פאזיציע אקעגן סענעטארן דזשאן קארנין פון טעקסעס און ריק סקאט פון פלארידא
איך האף אז ער האט איהם פארפאקט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:58 am
דורך דער מוכר
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:51 pm
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:46 pm
סענאט מינאריטעט וויפּ דזשאן טון האט אפאלירט צו פרעזידענט טראמפ ער זאל נישט פארמישט ווערן אין די סענאט ריפובליקאנער פירערשאפט פארמעסט
סענעטאר טון זאגט אז ער איז אין שטענדיגע פארבינדונג מיט טראמפ און מיט זיינע מענטשען, און אויב טראמפ באשלוסט קען ער האבן א שטארקע איינפלוס אויף די פראצעדור פון אויסקלויבן איינעם. ער זאגט אז ער האלט אז עס איז אין די בעסטע אינטערעסן סיי פון טראמפ און סיי פונ'ם סענאט עס צו לאזן צווישן סענעטארן, אבער ער קען נישט מאכן א באשלוס פאר טראמפ. טון פארמעסט זיך פאר די פאזיציע אקעגן סענעטארן דזשאן קארנין פון טעקסעס און ריק סקאט פון פלארידא
איך האף אז ער האט איהם פארפאקט
יוסי געשטעטנער אויף קול מבשר קומט אריין היינט גאר שטארק איבער די האר אויפשטעלינדיגע חוצפה פון דשאן טון פון בעטן טראמפ וואס האט גיגיבן די ריפאליקענס 53 זיצן זאל זיך נישט אריינמישן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:48 pm
דורך פעיק ניוז
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:46 pm
סענאט מינאריטעט וויפּ דזשאן טון האט אפאלירט צו פרעזידענט טראמפ ער זאל נישט פארמישט ווערן אין די סענאט ריפובליקאנער פירערשאפט פארמעסט
סענעטאר טון זאגט אז ער איז אין שטענדיגע פארבינדונג מיט טראמפ און מיט זיינע מענטשען, און אויב טראמפ באשלוסט קען ער האבן א שטארקע איינפלוס אויף די פראצעדור פון אויסקלויבן איינעם. ער זאגט אז ער האלט אז עס איז אין די בעסטע אינטערעסן סיי פון טראמפ און סיי פונ'ם סענאט עס צו לאזן צווישן סענעטארן, אבער ער קען נישט מאכן א באשלוס פאר טראמפ. טון פארמעסט זיך פאר די פאזיציע אקעגן סענעטארן דזשאן קארנין פון טעקסעס און ריק סקאט פון פלארידא

Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:18 pm
דורך ניקל
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:55 pm
די פארמעסט פאר סענעט מאיאריטעט פירער ווערט היציגער פון מינוט צו מינוט, פילע מאגא לויעליסטן קומען שארף ארויס קעגן דשאן טאון און דשאן קארנין די צוויי ריינאו סענעטארן וואס ווערן באטראכט אלץ די הויפט קאנדידאטן אין די פארמעסט. די דריטע און מערסט מאגא קאנדידאט סענעטאר ריק סקאט פון פלארידע האט שוין באקומען די אינדאדסירונג פון סענעטארן רענד פאול, ביל העגערטי און ראן דשאונסאן.
פרעזידענט טראמפ וועט לויט באריכטן זיך נישט אריינמישן אין די פארמעסט.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:19 pm
דורך ניקל
סענעטאר רוביא שטעלט זיך ארויס פאר ריק סקאט

- Screenshot_20241110_132034_WhatsApp.jpg (102.83 KiB) געזען געווארן 938 מאל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:19 pm
סענעטאר רוביא שטעלט זיך ארויס פאר ריק סקאטScreenshot_20241110_132034_WhatsApp.jpg
אילאן מאסק האט ארויסגעשטעלט א אנקעטע אויף x וואס דער עולם האלט ווער זאל זיין סענאט פירער.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:28 pm
דורך מיילעך פריילעך

- IMG_20241110_142757_930.jpg (218.73 KiB) געזען געווארן 908 מאל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:16 pm
דורך קלאפן
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:28 pm
IMG_20241110_142757_930.jpg
די ערשטע מאל ער רעגט מיר אויף נאך די עלעקשאנס זאל ער זאגן הויך נעמען!!!!!! וואס איז ער אזוי נייס??????
יעדער איינער וואס האט נאר געהאט סיי וועלכע חלק אין די ביז יעצטיגע לידערשיפ האט נישט וואס צו זוכן דעם הויפט פאזיציע.
יעדער וואס האט געהט א חלק אין די דורכגעפאלענע געלט פארטיילעכץ זאל פליען פון פאזיציע.
די שאנדפולע אקטן פון נישט שטיצן די סענאט קאנדידאטן פון א טייל פארמעסטן ווייל די אנקעטעס האבן זיי נישט געגעבן קיין שאנס זאל זאפארט אהיים גיין.
סאיז קלאר אז ווען די קאמיטי וואלט ווען געגעבן עטוואס מער געלט וואלט קערי לעיק געקענט ארויסקוועטשן א זיג.
עס איז דא פארגעקומען מאסיווע סאבאטאדזש דורך די ביז יעצטיגע לידערשיפ אויף א רייע קאנדידאטן.
טראמפ דארף זיך איינמאל פאר אלעמאל נעמען קעגן די גראדע ריקענעס פון די סענאטארן.
עס איז מיר אומפארשטענדליך זיין צוריקגעצויגענקייט.
אפילו ריק סקאט איז לדעתי נישט גענוג קוואליפיצירט.
אבער ממש זיך נישט אריינמישן???????
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:51 pm
דורך ניקל
סענעטאר טאאמי טובערוויל אינדארסירט ריק סקאט פאר פירער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:48 pm
דורך פעיק ניוז
קאנסערוואטיווע הויז מיטגלידערס פלאנירן ארויסצושטעלן קעגנער צו מייק דזשאנסאן נאמינירט צו ווערן אלס הויז ספיקער אין די סיקרעט נאמינאציע וואלן אינערהאלב דער פארטיי.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 8:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:48 pm
קאנסערוואטיווע הויז מיטגלידערס פלאנירן ארויסצושטעלן קעגנער צו מייק דזשאנסאן נאמינירט צו ווערן אלס הויז ספיקער אין די סיקרעט נאמינאציע וואלן אינערהאלב דער פארטיי.
ס'איז באקאנט וועם זיי ווילן אריינשטעלן אנשטאט?
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:35 am
דורך ניקל
סענאטארן זענען אריין אפגעבן זייער שטימע פאר סענאט פירער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:14 pm
דורך יאקאב
סענאטער זשאן טאאן פון סאוט דעקאטע איז געווארן ערוועלט אלס סענאט מאירעטעט פירער.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:38 pm
דורך פארק שול
נאך אזא סיקרעט וואוט קען מען שוין זעהן ווי באליבט טראמפ איז אין דער סענאט טשעמבער.
נאכאמזל אז ער האט נישט גענומען א שטעלונג, עט ליעסט קען זשאן טאן פרובירן איבערצומישן דאס בלעטעל, אין ערגסטן פאל קען ער פליען אזוי ווי זשאן מעקארטי.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:35 pm
דורך ווער
דורכאויס אן אויפטריט פאר געזעצגעבער אין וואשינגטאן די-סי, האט טראמפ געמאלדן אז ער שטייט פולקאם אין שטיצע פון קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:36 pm
דורך ווער
טים סקאט ערוויילט צו פירן די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמפיין קאמיטע
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:37 pm
דורך ווער
יאקאב האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:14 pm
סענאטער זשאן טאאן פון סאוט דעקאטע איז געווארן ערוועלט אלס סענאט מאירעטעט פירער.

- DqguEx.jpeg (69.67 KiB) געזען געווארן 514 מאל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 3:22 pm
דורך יהא רעוא
AP האט אפיציעל געגעבן די האוז פאר די ריפאבליקנס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:55 pm
דורך ווער
קאנגרעס מינאריטעט פירער דזשעפריס איז ערוועלט געווארן דורך דעמאקראטן פאר נאך א צוויי-יעריגע טערמין אנצופירן די דעמאקראטישע קאנפרענץ
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 9:43 am
דורך ווער
רעפּובליקאנער זענען אויפגעברויזט איבער דעם וואס א צאל פון זייערע אייגענע סענאטארן זענען נישט אנוועזנד אין די יעצטיגע טעג אין וואשינגטאן, וואס גיט א געלעגנהייט פאר די דעמאקראטן דורכצושטופּן א צאל פון די פעדעראלע ריכטער נאמינאציעס וואס פּרעזידענט ביידען האט געמאכט און זענען געווארן אויפגעהאלטן ביז יעצט. מאנטאג אליינס האבן די דעמאקראטן דורכגעשטופּט 12 נייע פעדעראלע ריכטער. טראמפּ אפּעלירט סענאט רעפּובליקאנער צו קומען און בלאקירן