בלאט 234 פון 234
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 5:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די nyt איז ערשינען מיט א באריכט אז די אמעריקאנער רעגירונג קויפט שטיקער גאלד פון מינעס געפירט דורך דראג קארטעלן אין לאטין אמעריקע, און די יו.עס. מינט נוצט דאס צו פראדוצירן גאלד קוינס וואס ווערן פארקויפן אלס אריגינעלער אמעריקאנער גאלד.

- 78cecf0d119b6812e3f9ac6048f824de3568fcad.jpeg (246.3 KiB) געזען געווארן 376 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 5:44 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נאכן צוזאגן פארן פובליק צענדליגער מאל אז ער גייט עס קיינמאל נישט טון, האט דער רעכטער נפתלי בנט באשלאסן זיך יא אנצושליסן אין א קאאליציע מיט דער לינקער יאיר לפיד, אין א פרואוו אראפצוזען נתניהו פון בענקל. אזא סארט רעגירונג איז שוין פארמירט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אבער האט נישט לאנג מאריך ימים געווען.

- d3791078-b7e0-4eb7-a968-80dd77a19d1a_tumb_800X480.jpg (42.42 KiB) געזען געווארן 370 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 5:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
כאטש פערצן זענען אומגעקומען ווען קאלאמביאנער רעבעלן גרופעס האבן אויפגעריסן א באס פול מיט פאסאזשירן, אלס טייל פון א ברייטערע כוואליע פון אטאקעס און אומרוען קעגן די ארטיגע רעגירונג.

- c-gettyimages-2272567495.jpeg (215.72 KiB) געזען געווארן 355 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די נייע סירישע רעגירונג האט אנגעהויבן אפהאלטן פובליק געריכט הירינגס צו פאראורטיילן געוועזענע באאמטע פון די אסאד רעזשים וועלכע האבן אנטיילגענומען אין די ברוטאלע מארדן און פייניגונגען קעגן רעזשים קעגנער. הונדערטער האבן זיך פארזאמלט אינדרויסן פון געריכט הויז צו פארלאנגען יוסטיץ.

- download.jpeg (125.77 KiB) געזען געווארן 345 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער אונגארישער אורבאן האט געמאלדן אז ער וועט אינגאנצן רעזיגנירן פונעם פארלאמענט, נאכפאלגנדיג זיין פארשעמענדער פארלוסט אין די וואלן, ווען זיין קעגנער האט געווינען מיט א לענדסלייד. ווי ער זאגט איז זיין ארבעט נישט אין פארלאמענט, אנשטאט וועט ער ארבעטן פונדרויסן צוריקצובויען זיין פאליטישע פארטיי.

- 260426-orban-nd-ac44fa.jpeg (105.09 KiB) געזען געווארן 324 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אויבן: מאסיווער רוסישער אויל רעפיינערי אין פלאמען נאך אוקריינער אטאקע. אונטן: אמווייניגסטנס צען אומגעקומען נאך טויטליכע רוסישע באמבארדירונג אין דניעפרא.

- (x0-y129-w961-h640)-5aac534cdfb5609c1033325f1999033a.jpeg (119.96 KiB) געזען געווארן 312 מאל

- ty0twTz4.jpeg (111.35 KiB) געזען געווארן 312 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:31 pm
דורך הדסים
וועלקאם בעק @שאינו יודע לשאול, יהא חזרתך להרמת קרן הוואטעווער, להחזיר העטרה ליושנה והבחורים לישיבה.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:33 pm
דורך פליט
וואף!
@שאינו יודע לשאול איז דאא! געב אזא קלאפ...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 8:22 pm
דורך postit
מדינת ישראל האט ענדגילטיג אפגעשטעלט אלע גרויסע פארזאמלונגען ל"ג בעומר אין מירון
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 9:10 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בריטישער קעניג טשארלס וועט מארגן רייזן קיין אמעריקע וואו ער וועט פרובירן פארשטארקערן די פריינטליכע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. זיין באזוך נעמט אריין אן אויפטריט אין קאנגרעס - דאס ערשטע אזא אויפטריט זינט 91׳, זיצונגען אינעם ווייסן הויז, און א באזוך אין ניו יארק און אין ווירדזשיניע.

- DBDF4BAE-5462-4220-AE72-E49C50D82D72_1_201_a.jpeg (118.1 KiB) געזען געווארן 195 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 12:05 am
דורך פליט
טראמפ איז גאר פרייליך מיט די איידיע.

- IMG_20260427_000110_773~2.jpg (69.17 KiB) געזען געווארן 113 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 9:04 am
דורך מאירוואלף
דער פוילישער פרעמיער דאנאלד טוסק האט געמאלדן ביי א זיצונג אין ריישא אז פוילן וועט אויפשטעלן א מעכטיגע "דראון ארמיי" באזירט אויף די פראקטישע פעלד-ערפארונג פון אוקראינע. טוסק האט ערקלערט אז דורך די הילף פון די אוקראינישע וויסנשאפט, וועט פוילן קענען מאכן א טעכנאלאגישן שפרינג פאראויס און שאפן א מאדערנע לופט-שוץ סיסטעם, וואס וועט גאראנטירן די זיכערהייט פון די פוילישע בירגער און גאנץ אייראפע קעגן סיי וועלכע אגרעסיע.