בלאט 233 פון 561

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:20 pm
דורך הלבלר בקולמסו
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:17 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א פאמיליע פון לב טהור און געגעבן ערלויבעניש ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין ניו יארק!

די רעדע איז פון משפחת פנחס פעדער וב''ב לבית אלטער, וועלכע די טאטע זעלבסט האט פארלאזט לב טהור מיט אייניגע וואכן צוריק נאכן פארטריבן ווערן דורך די אימיגראציע אויטאריטעטן, און היינט איז פארגעקומען די געריכט הירינג איבער די צוויי קינדער אין אנוועזנהייט פון די מאמע, און א פעטער ר' ברוך פעדער איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צו נעמען resource אויף די קינדער, און וועט בעז''ה נאך היינט ארויספארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט די מאמע און אירע קינדער.

תיכף נאכן גונסטיגן אורטייל מיטן ערלויבן די באפרייאונג פון די קינדער, האט די לויער וועלכע רעפרעזענטירט לב טהור אפעלירט די אורטייל אין א פרואוו אפצוהאלטן די באפרייאונג פון צושטאנד קומען און די קינדער זאלן דארפן בלייבן שמאכטן אין שעלטער, אבער ב''ה אז די ריכטער האט קאטעגאריש אפגעווארפן די לויער'ס ביטע און געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין מיט די באפרייאונג.
דער ל"ט לויער האט פארטרעטן די מאמע?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:23 pm
דורך הרב ותלמידו
► Show Spoiler

הגה''צ ר' שלמה לויפער שליט''א איידעם פון הרה''ק רבי הערשעלע ספינקער זי''ע, פארציילט וואס ער איז דערביי געווען בשעתו מיט בערך 30 יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן קהילת לב טהור זענען געווען עטליכע עסקנים וואס זענען געקומען צו רבי הערשעלע ספינקער מיט א קול קורא אז מען זאל שטיצן שלמה העלבראנץ מיט זיינע פעולות פון קירוב, אבער רבי הערשעלע ספינקער האט בשום אין אופן נישט געוואלט אינטערשרייבן, און ער האט געזאגט פאר די עסקנים אז זיי זאלן איבערגעבן פאר העלבראנץ אז ער זאל אפלאזן אונזער היימישער ציבור אין זיך אריינזעצן און א ביהמ''ד פון בעלי תשובה,

האבן די עסקנים געטענה'ט אז זיי ווילן נאר מיט דעם קול קורא מען זאל אים שטיצן מיט געלט ער זאל האבן אויף שבת צו מאכן וכו', אבער רבי הערשעלע האט זיך געהאלטן ביי זיינס און געזאגט אז ער האט בקבלה פון פריערדיגע צדיקים אז א מנהיג פאר אידן קען נאר זיין איינער וואס איז הורתו ולידתו בקדושה, און אויב איז ער איז א בעל תשובה זאל ער זיך אריינזעצן און בית המדרש צעווישן אלע בעלי תשובה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:28 pm
דורך סענס אף יומער
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:20 pm

זי איז געדינגען און באצאלט דורך לב טהור צו רעפרעזענטירן יעדע לב טהור קעיס, נישט די מאמע פריוואט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:32 pm
דורך געדרונגען
הדסים האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:16 pm
געדרונגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:35 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:28 pm

איך וועל דיר ענטפערן, כהאף אז דו וועסט פארשטיין. עס איז דא אמאל א רשע בטבע, ער טרעפט וואו צו ווייטון א צווייטן. נאכדעם איז דא א צדיק מיט מידות תרומיות, אן עדין, למעשה אבער איז ער זיך טועה און טוט וויי א צווייטן. וועסטו נישט פארשטיין אז בעצם רעדט מען דא פון א איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג? א ודאי יא! עפעס וואס איז נישט מהותו, טבעו, ורצונו, איז נישט ער. ער טשעפעט נישט קיין פליג. ומאי דהוה (אויכעט איז נישט געווען ווער ווייסט וואס) איז אויכעט בעצם נישט זיין שולד בכלל.
דאס הערט זיך א חילוק פין קצות.
קום אריין מיט קלארע לוגיקער דיבורים פליז
ממש א קצות... אזעלכע פשוטע שכל'דיגע ווערטער.

לערן אביסל וועסטו וויסן וואס קצות איז און אפשר העסטו אויך קענען שדים שפראך
אז די הנהלה האט פעסטע רשעים געהאט אין אירע ראמען איז א דבר ברור ואין חולק על כך.
אא"כ יענער איז א שוטה אדער אליין א רשע.
אין באמת נעם איך אהן אז מען זאגט ער איז א וואוילער מענטש.
אבער דאז מסביר זיין וועגען בטבע לייגט זיך מיר נישט אויפען שכל.
מען רבי אין חדר פלעגט זאגען "א גנב איז דער וואס גנב'ט נישט דער וואס קען גנב'נן א ת"ח איז דער וואס לערנט נישט דער וואס קען לערנען"
דאס מיין איך צי זאגען, אז זאגען יענעם'ס טבע, איז גוט העלפט נישט אויב יענער טוהט למעשה שלעכט'ס
נאך א מאהל איך מיין נישט דער מענטש, איך מיין דער הסבר

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:37 pm
דורך געדרונגען
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:49 pm
געדרונגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:35 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:28 pm

איך וועל דיר ענטפערן, כהאף אז דו וועסט פארשטיין. עס איז דא אמאל א רשע בטבע, ער טרעפט וואו צו ווייטון א צווייטן. נאכדעם איז דא א צדיק מיט מידות תרומיות, אן עדין, למעשה אבער איז ער זיך טועה און טוט וויי א צווייטן. וועסטו נישט פארשטיין אז בעצם רעדט מען דא פון א איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג? א ודאי יא! עפעס וואס איז נישט מהותו, טבעו, ורצונו, איז נישט ער. ער טשעפעט נישט קיין פליג. ומאי דהוה (אויכעט איז נישט געווען ווער ווייסט וואס) איז אויכעט בעצם נישט זיין שולד בכלל.
דאס הערט זיך א חילוק פין קצות.
קום אריין מיט קלארע לוגיקער דיבורים פליז
איך האב די הרגשה אז דו זוכסט דא צו ריינוואשן די קולט פירער.

פארוואס? ווייל פארוואס זאל א נייע ניק זיך עקשנען צו באשולדיגן איינעם? נאר אויב ער זוכט צו פראוון א פוינט אז די גאנצע קולט איז בעצם אומשולדיג, אריינגערעכנט די רציחה פירער און ארכיטעקטן פון דעם רציחה קולט.

דעריבער וויל איך פרובירן צו קלארמאכן נאכאמאל. א יחיד וואס טוט זאכן ווייל ער איז איינגערעדט, ובפרט ווען אין אלע אנדערע הינזיכטן איז ער א צדיק וואס טשעפעט קיינעם נישט, אזא איד איז אין מיינע אויגן און אין כלל ישראל’ס אויגן אן אונס.

משא”כ ווען עס רעדט זיך נישט פון קיין איינגערעטער און פון קיין פארכאפטער, נאר מרעדט פון די פארכאפערס און פון די איינרעדערס, דהיינו די קולט פירערס, זיי זענען ריכטיגע רוצחים רשעים ואכזריים.

יעצט שטימט עס שוין?
ניין זיי זענען שרעקליכער רשעים, אין טייל זענען אויכעט שרעקליכער שמוציגער טמא'נא מענטשען.
רשעות וואס פאסט פאר זרע עמלק.
איך האב שוין מסביר געווען אין נאך א תגובה איך נען אהן ער איז אומשולדיג, ווייל פארוואס וואלט @על פי תורה @סענס אויף יאמער זאלען איהם סתם משבח זיין, אבער די הסבר איז מיר שווער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:38 pm
דורך געדרונגען
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:28 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:20 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:17 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א פאמיליע פון לב טהור און געגעבן ערלויבעניש ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין ניו יארק!

די רעדע איז פון משפחת פנחס פעדער וב''ב לבית אלטער, וועלכע די טאטע זעלבסט האט פארלאזט לב טהור מיט אייניגע וואכן צוריק נאכן פארטריבן ווערן דורך די אימיגראציע אויטאריטעטן, און היינט איז פארגעקומען די געריכט הירינג איבער די צוויי קינדער אין אנוועזנהייט פון די מאמע, און א פעטער ר' ברוך פעדער איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צו נעמען resource אויף די קינדער, און וועט בעז''ה נאך היינט ארויספארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט די מאמע און אירע קינדער.

תיכף נאכן גונסטיגן אורטייל מיטן ערלויבן די באפרייאונג פון די קינדער, האט די לויער וועלכע רעפרעזענטירט לב טהור אפעלירט די אורטייל אין א פרואוו אפצוהאלטן די באפרייאונג פון צושטאנד קומען און די קינדער זאלן דארפן בלייבן שמאכטן אין שעלטער, אבער ב''ה אז די ריכטער האט קאטעגאריש אפגעווארפן די לויער'ס ביטע און געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין מיט די באפרייאונג.
דער ל"ט לויער האט פארטרעטן די מאמע?
זי איז געדינגען און באצאלט דורך לב טהור צו רעפרעזענטירן יעדע לב טהור קעיס, נישט די מאמע פריוואט.
צי גיין קעגען די מאמע?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:41 pm
דורך רצון ברעכט אייזן
איך האב געהערט פון איינע פון די משפחה אז די מאמע וואלט עס געקענט אפילען און זי האט זיך פארלאזט אויף די עסקנים און עס נישט אפיעלט, עס איז ריכטיג @סענס אף יומער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:42 pm
דורך געדרונגען
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler

הגה''צ ר' שלמה לויפער שליט''א איידעם פון הרה''ק רבי הערשעלע ספינקער זי''ע, פארציילט וואס ער איז דערביי געווען בשעתו מיט בערך 30 יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן קהילת לב טהור זענען געווען עטליכע עסקנים וואס זענען געקומען צו רבי הערשעלע ספינקער מיט א קול קורא אז מען זאל שטיצן שלמה העלבראנץ מיט זיינע פעולות פון קירוב, אבער רבי הערשעלע ספינקער האט בשום אין אופן נישט געוואלט אינטערשרייבן, און ער האט געזאגט פאר די עסקנים אז זיי זאלן איבערגעבן פאר העלבראנץ אז ער זאל אפלאזן אונזער היימישער ציבור אין זיך אריינזעצן און א ביהמ''ד פון בעלי תשובה,

האבן די עסקנים געטענה'ט אז זיי ווילן נאר מיט דעם קול קורא מען זאל אים שטיצן מיט געלט ער זאל האבן אויף שבת צו מאכן וכו', אבער רבי הערשעלע האט זיך געהאלטן ביי זיינס און געזאגט אז ער האט בקבלה פון פריערדיגע צדיקים אז א מנהיג פאר אידן קען נאר זיין איינער וואס איז הורתו ולידתו בקדושה, און אויב איז ער איז א בעל תשובה זאל ער זיך אריינזעצן און בית המדרש צעווישן אלע בעלי תשובה.
מען זאגט אויכעט נאך בשם די שיניאווער רב זצוק"ל אויף די זמירות
שמור לקדשו מבואו ועד צאתו
ווער קען זיין די שומר פין יודישקייט אין כלל ישראל? נאר דער וואס איז לקדשו- קדוש מבואו ועד צאתו

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:42 pm
דורך הלבלר בקולמסו
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:28 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:20 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:17 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ב''ה באפרייט נאך א פאמיליע פון לב טהור און געגעבן ערלויבעניש ארויסצונעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין ניו יארק!

די רעדע איז פון משפחת פנחס פעדער וב''ב לבית אלטער, וועלכע די טאטע זעלבסט האט פארלאזט לב טהור מיט אייניגע וואכן צוריק נאכן פארטריבן ווערן דורך די אימיגראציע אויטאריטעטן, און היינט איז פארגעקומען די געריכט הירינג איבער די צוויי קינדער אין אנוועזנהייט פון די מאמע, און א פעטער ר' ברוך פעדער איז געקומען צו פארן פון ניו יארק צו נעמען resource אויף די קינדער, און וועט בעז''ה נאך היינט ארויספארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט די מאמע און אירע קינדער.

תיכף נאכן גונסטיגן אורטייל מיטן ערלויבן די באפרייאונג פון די קינדער, האט די לויער וועלכע רעפרעזענטירט לב טהור אפעלירט די אורטייל אין א פרואוו אפצוהאלטן די באפרייאונג פון צושטאנד קומען און די קינדער זאלן דארפן בלייבן שמאכטן אין שעלטער, אבער ב''ה אז די ריכטער האט קאטעגאריש אפגעווארפן די לויער'ס ביטע און געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין מיט די באפרייאונג.
דער ל"ט לויער האט פארטרעטן די מאמע?
זי איז געדינגען און באצאלט דורך לב טהור צו רעפרעזענטירן יעדע לב טהור קעיס, נישט די מאמע פריוואט.
וויאזוי ארבעט עס בכלל, יעדער איינער אריינוואקן דארט זיין א מאן דאמר אויפ'ן קעיס?

צו קענען אפיעלן דארף מען נישט האבן רשות פון די עלטערן?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:44 pm
דורך גרינטליך
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 2:32 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 1:16 pm
► Show Spoiler
ווי זענען די צאן קדשים נתחנך געווארן על טהרת הקודש?
וואס איז דאס אוהל יהושע און בארה של מרים?
ווען זיי זענען נישט געווען אין שעלטער זענען זיי יא געווען ביים ציין דאקטאר?
אוהל יהושע איז די חדר, בארה של מרים די מיידעל חדר
וועגן די ציין זאגן די מאמעס אז זיי האבן זיך גוט אפגעגעבן אין געטראגן צום ציין דאקטער אויב ס’איז געווען שייך, ס’האט נישט אויס געקוקט אזוי ווי יעצט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pm
דורך גרינטליך
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 4:58 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:28 pm
טלית האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 1:54 pm

א קלארע תירוץ וואלט געווען די שטערקסטע דיסלייק.

טלית האט דאס געזאגט און ווען על פי תורה האט געשריבן אז ער האט עס שוין פארענטפערט האט ער זיך אנטשולדיגט אז ער האט עס פארזען, קומט דער "גרינטליכער" חכם און צוטירט די זעלבע.... לאמיר "גרינטליך" פארשטיין וואס ער וויל...
יישר כח פארען חושד זיין, איך האב דאס ציטירט בטעות ווייל איך האב נישט געוויסט ווי מען מעקט א דראפט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:01 pm
דורך שמחה ונחת
געדרונגען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:42 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler

הגה''צ ר' שלמה לויפער שליט''א איידעם פון הרה''ק רבי הערשעלע ספינקער זי''ע, פארציילט וואס ער איז דערביי געווען בשעתו מיט בערך 30 יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן קהילת לב טהור זענען געווען עטליכע עסקנים וואס זענען געקומען צו רבי הערשעלע ספינקער מיט א קול קורא אז מען זאל שטיצן שלמה העלבראנץ מיט זיינע פעולות פון קירוב, אבער רבי הערשעלע ספינקער האט בשום אין אופן נישט געוואלט אינטערשרייבן, און ער האט געזאגט פאר די עסקנים אז זיי זאלן איבערגעבן פאר העלבראנץ אז ער זאל אפלאזן אונזער היימישער ציבור אין זיך אריינזעצן און א ביהמ''ד פון בעלי תשובה,

האבן די עסקנים געטענה'ט אז זיי ווילן נאר מיט דעם קול קורא מען זאל אים שטיצן מיט געלט ער זאל האבן אויף שבת צו מאכן וכו', אבער רבי הערשעלע האט זיך געהאלטן ביי זיינס און געזאגט אז ער האט בקבלה פון פריערדיגע צדיקים אז א מנהיג פאר אידן קען נאר זיין איינער וואס איז הורתו ולידתו בקדושה, און אויב איז ער איז א בעל תשובה זאל ער זיך אריינזעצן און בית המדרש צעווישן אלע בעלי תשובה.
מען זאגט אויכעט נאך בשם די שיניאווער רב זצוק"ל אויף די זמירות
שמור לקדשו מבואו ועד צאתו
ווער קען זיין די שומר פין יודישקייט אין כלל ישראל? נאר דער וואס איז לקדשו- קדוש מבואו ועד צאתו
אנדערש אביסל

הוא אשר דיבר לעם סגולתו- ווער קען זיין א מנהיג אין כלל ישראל (מלשון דבר אחד לעם)

שמור לקדשו מבואו ועד צאתו- ווער ס'אפגעהיטן פון קינדווייז אן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:04 pm
דורך סענס אף יומער
לאמיר אביסל אויסקלארן דא בנוגע די צומישעניש איבער די צוגאנג פון די לויער וואס רעפרעזענטירט לב טהור.

לב טהור האט צוויי געדונגענע לויערס. איינער איז א מאן, ער איז א נארמאלע מענטש און פאלגט אויס די פונקטליכע אנווייזונגען און אינטערעסן פון זיינע קאסטומערס. די צווייטע לויער איז א פרוי, וואס זי האט גענומען זייער פערזענליך די גאנצע מערכה. יעדע משפחה וואס פארט ארויס פון גואטעמאלא נעמט זי ממש צום הארצן, און זי איז ממש ווילד ביי יעדע קאורט. זי האט שוין נישט איינמאל אנגעווערטשאפט גרויסע פראבלעמען אומגעבעטענערהייט וואס איז ניטאמאל געווען אין די אינטערעסן פון לב טהור נאר זי איז געגאנגען פיל מער עקסטרעם.

ביי דעם ספעציפישן קעיס האט זי פארשטייט זיך קודם פרובירט אריבערצושלעפן די מאמע אויף איר זייט און ס'נישט זאל דערקלערן פארן ריכטער אז זי איז נישט מסכים ארויסצוגיין פון גואטעמאלא מיט די פעטער, אבער די מאמע האט נישט געוואלט נעמען קיין צד און אריינרעדן, נאר געלאזט די געריכט זיך אויסשפילן און זיך געהאלטן נייטראל. אבער ווען די לויער האט געזען אז די מאמע איז נישט אינטערעסירט זיך צו שלאגן מיט די עסקנים און די PGN, האט זי נאכנישט אויפגעגעבן, נאר כדרכה האט זי פרובירט אויף אלע אופנים צוריקצודרייען דעם אורטייל, אבער ווי פארשטענדליך האט די ריכטער אפגעווארפן איר אפיעל און די באפרייאונג האט געקענט פאראויסגיין.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:18 pm
דורך קרני פרה
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:44 pm
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 2:32 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 1:16 pm
► Show Spoiler
ווי זענען די צאן קדשים נתחנך געווארן על טהרת הקודש?
וואס איז דאס אוהל יהושע און בארה של מרים?
ווען זיי זענען נישט געווען אין שעלטער זענען זיי יא געווען ביים ציין דאקטאר?
אוהל יהושע איז די חדר, בארה של מרים די מיידעל חדר
וועגן די ציין זאגן די מאמעס אז זיי האבן זיך גוט אפגעגעבן אין געטראגן צום ציין דאקטער אויב ס’איז געווען שייך, ס’האט נישט אויס געקוקט אזוי ווי יעצט
פארוואס הערען מיר די לעצטער האלב יאר אנדערש?!
איך זאג וואס זיי זאגען , נישט אז איך ווייס אזוי , איך בין נישט געווען דעמאלט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:23 pm
דורך גארנישט
.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:25 pm
דורך קרני פרה
.....

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:27 pm
דורך גארנישט
.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:32 pm
דורך קרני פרה
[...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:44 pm
דורך פשוט און גראד
עברית הטמא איז נישט ערלויבט דא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:50 pm
דורך שמועות טובות
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:55 pm
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:37 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 10:26 pm

עס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
נישט ריכטיג, ער איז א פארביסענע לב טהור אנהענגער.
עס איז אפשר דא צוויי אידן אין וויליאמסבורג מיט דעם נאמען?
ווייל דער בעה"ב אי"ר וואס איך קען, קען איך נישט גלייבן אויף איהם אזעלכע זאכן!
כ'גלייב אז ס'איז דא אסאך אידן אין וומסב"ג מיט די ר"ת א.י.ר.... אבער גראדע איז אויך דא זיינס א ערשטע קאזין מיט אקוראט די זעלבע נאמען (א מו"ץ דאכט זיך).
[/quote]

און ער איז טאקע פונקט דאס פארקערטע
א הארץ ווייעך ווי פיטער פאר ווער עס קען אים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:51 pm
דורך על פי תורה
.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:54 pm
דורך הדסים
טייערע אידן 'אין אמעריקע' ניצט אייער שכל וועט אייך גוט זיין

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 6:20 pm
דורך שמועות טובות
אונטערשטע שורה
דער ברענעדיגער ציל איז איין זאך
אלע קינדער מקטון ועד גדול וואס זענען נאך פארבליבן פארשפארט אינעם שעלטער דארפן זאפארט אריבערגעפירט ווערן קיין אמעריקא בכל אופן שיהי'! אזוי ווי די פסק וואס הנהלת לב טהור האט ארויסגעגעבן און איז נאכאלס בתוקפו אזוי ווי איך האב שוין קלאר מברר געווען, און די אלע שמועות וואס דרייען זיך ארום אז דער פסק איז געטוישט געווארן איז א לויטערע שקר וואס געוויסע עלעמענטן האבן דא לאנג און שווער געארבעט דאס אנצודרייען צוליב זייערע פארשטינקענע נגיעות אשר אכמ"ל אז דער עולם זאל פארלירן טראסט אין די פסקים וואס קומען ארויס פון די הנהלה!

אצינד טייערע ברודער אינעם ווייטן גואטעמאלא! מען גייט זיך נישט לאזן פון אפאר באנדיטן וואס האבן געוואלט אנדרייען א שקר אז מען קען נישט טראסטן א פסק פון די הנהלה און דורכדעם צו שוואך מאכן די כח פון די הנהלה! נאר אזוי ווי עס איז ארויסגעקומען א קלארע פסק גייט מען דאס ווייטער מקיים זיין מיט מסירות נפש אן קיין פחד! דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח! און מען גייט ווייטער פארזעצן ביתר שאת וביתר עוז אריבערפירן קיין אמעריקא זיך מיט די ווייב און קינדער! דאס איז יעצט די רצון השם!

"א פסק פון די הנהלה איז א פסק און קיינער גייט דאס נישט צושטערן"

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 6:28 pm
דורך רצון ברעכט אייזן
איינער פון פעדער משפחה האט מיר דערציילט פריער אז די מאמע האט נישט באקומען די קאסטעדי ביז דערווייל און וועגן דעם האט יענע לויערקע עס געוואלט אפילען, אבער וויבאלד די עסקנים האבן איר צו געזאגט אז מען גייט איר דאס מסדר זיין דא אין אמעריקע האט זי זיך פארלאזט אויף זיי מיט פארמאכטע אויגן, עס איז ריכטיג?@סענס אף יומער אויב יא מיין איך אז עס איז גאר וויכטיג עס צו מסדר זיין אזוי גייט יעדער זיך לערנען פון די פרוי, און פארקערט אויך אז זי וועט נישט באקומען......
זי דארף האבן נאך א משפט דא צו נישט?

@סענס אף יומער אז ריזיגע ישר כח פארן אויסקלארן פארן עולם די ריכטיגע מציאות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 12, 2025 6:30 pm
דורך ריכטיג
אז מ'דארף דעם גנב, נעמט מען איהם אראפ פון די תלי'.

שוין.