בלאט 233 פון 233

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 7:55 pm
דורך חלום חלמתי
פרייז צו פליען איז דראסטיש ארויף צוליב די מלחמה, מיט העכערע פרייזן פאר טיקעטס, באגאזשן, און רענצלעך

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 7:57 pm
דורך חלום חלמתי
טאקער קארליסאן בעט מחילה פון זיינע צוהערער פארן זיי איינרעדן צו שטיצן טראמפ.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 7:58 pm
דורך חלום חלמתי
לאנגיעריגע ליבעראל, אידישע אדוואקאט אלען דערשאוויץ האט אפיציעל פארלאזט די דעמאקראטישע פארטיי און זיך רעגיסטרירט אלס רעפובליקאנער. צוליב זייער שנאה פאר מדנ"י.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:02 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 11:03 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 11:45 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:14 pm די FBI האט אנגעקלאגט פלארידע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעקקארמיק פאר וואשן 5 מיליאן דאלער פון 'פימא', און ניצן די געלט פאר איר קאמפיין, און די רעשטע פאר טאשן געלט.
דעי חברה...

מעקקארמיק זאגט יעצט אז די קעיס קעגן איר איז פאליטיש מאטיווירט וויבאלד זי איז א שווארצער און זי האט געשטומט מען זאל ארויסגעבן די עפשטיין דאקומענטן...
די קאנגרעס הויז עטיקס איבערזיכט קאמיטע וועט אויספארשן די פלארידע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעקקארמיק, נאכן איר באשולדיגן מיטן באראבעווען די קאוויד קאסע מיט 5 מיליאן דאלער וואס האט געזאלט גיין צו איר דיסטריקט.

די קאנגרעספרוי זאגט אז זי איז אומשולדיג און פרוסטירט אז מען נעמט איר אויפן צימבל - די ערשטע מאל אין 16 יאר וואס קאנגרעס וועט דערקיטשן אן אקטיווער מיטגליד.

די דעמאקראטישע פירערשאפט קומט אינטער קריטיק פארן איגנארירן דעם סקאנדאל, ווערנדיג געפרעגט היינט האט פירער דזשעפריס געענפערט, ''-קומענדיגע פראגע ביטע''.

באזונדער ווערט זי אנגעקלאגט אין איר היים שטאט פלארידע, ווי זיי וועט אויסשטיין א געריכט טרייעל.
קאנגרעספרוי מעקקארמיק האט היינט רעזיגנירט צוליב די באשולדיגונג.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:03 pm
דורך חלום חלמתי
לופטאנזאה קענסלט טויזענטער פלייטס צו שפארן גאזאלין.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:04 pm
דורך חלום חלמתי
אלס די גאווערנער פון די גרעסטע אידישע פאפולאציע אינדרויסן פון ארץ ישראל, שטעלט גאווערנער האוקל ארויס א מעסידזש שטיצנדיג מדנ"י אין זייער חאגע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:07 pm
דורך חלום חלמתי
אין ענגלאנד האט מען היינט פארבאטן צו פארקויפן ציגרעטלעך פאר איינוואוינער געבוירן נאך יארע 2008, מיטן ציל צוביסלעך אפצושטעלן דאס לאנד פון רייכערן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:15 pm
דורך חלום חלמתי
מיט אריבער האלב שטימען געציילט האלט די רעפענדערום אין ווירדזשיניע ביי שמאל ניין.

ניו יארק טיימס שאצט עס וועט דורכגיין מיט %52.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:26 pm
דורך חלום חלמתי
די ניו יארק מעטס שפיל גרופע האט אפגעהאלטן די לענגסטע תקופה אן קיין איין געווינס אין היסטאריע. אריבער 15 רינדעס פון פארלוסטן.

וואס מאכט עס לאכעדיג איז אז דאס קומט גלייך נאך א באזוך פון מעיאר מאמדאני ביי די שפיל הויפטקווארטיר ווי ער איז געקומען אנוואוטשן זיינע ברכות, און ס'ארבעט עפעס נישט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:51 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:15 pm מיט אריבער האלב שטימען געציילט האלט די רעפענדערום אין ווירדזשיניע ביי שמאל ניין.

ניו יארק טיימס שאצט עס וועט דורכגיין מיט %52.
די היל צוטירט פון דעסיזשן דעסק אז די דעמאקראטן האבן געווינען די וואלן.

איצטערט קען מען ווארטן אויף פלארידע קומענדיגע וואך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:04 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 8:07 pm אין ענגלאנד האט מען היינט פארבאטן צו פארקויפן ציגרעטלעך פאר איינוואוינער געבוירן נאך יארע 2008, מיטן ציל צוביסלעך אפצושטעלן דאס לאנד פון רייכערן.
אבער קעגן רוסלאנד דארף מען וויכטיג קעמפן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:30 pm
דורך חלום חלמתי
וואל סטריט זשורנאל: די נדבנים פון די ווייסע הויז זאַל, זענען באשיצט פון די 'קאנפליקט אוו אינטערעסע' געזעצן. וואס מיינט אז מען קען נישט וויסן וואס די נדבנים באקומען צוריק אין אויסטויש פארן נדבה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:31 pm
דורך חלום חלמתי
אמבאסאדאר מייק האקעבי איז צוריקגערופן געווארן קיין וואשינגטאן פאר וויכטיגע זיצונגען בנוגע איראן, און וועט זיך נישט קענען באטייליגן ביי די איזרעלי חאגע פייערונגען ווי געפלאנט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:32 pm
דורך חלום חלמתי
מעטא אינסטאלירט א סאפטווער אויף זייערע ארבעטערס קאמפיוטער'ס, וואס וועט נאכקוקן יעדע באוועגונג זייערע, צו קענען בעסער טרענירן AI סיסטעמען וואס וועט איבערנעמען אפיס ארבעטער...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:55 pm
דורך חלום חלמתי
אבאמא גראטולירט די ווירדזשיניע דעמאקראטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:06 pm
דורך חלום חלמתי
אוקריינא האט זיך אנגעהויבן אויסשטאפירן מיט די ריכטיגע קארטלעך... אין א פרישע באריכט דערציילן שלום מאכער אז זיי האבן פארגעשלאגן פאר אמעריקאנע שליחים צו א נאמען געבן דעם דאנבאס ראיאן, דאניאלאנד ראיאן. לז"נ דאנאלד טראמפ, דאן האפן זיי דער לעצטער וועט נישט קענען לאזן ''זיין'' שטעטל פאלן פאר די רוסן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:07 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט אויפגענומען ספארט שפילער אינעם ווייסן הויז

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:09 pm
דורך חלום חלמתי
אה, ווייל די פאליסטינע ווילן שטארק קומען...

אל דזשארא וועט זיך אויך ווינדערן פארוואס אוקריינא וועט נישט פייערן רוסלאנד'ס זעלבסשטענדיקייט למשל...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:25 pm
דורך חלום חלמתי
קעש פאטעל האט געמאלדן קלאגעס קעגן א לינקע גרופע ''סאדערן פאווערטי לאו סענטער" (SPLC) וואס האט געזאמלט געלטער פון ליבעראלן און אינטערן טיש געשטיצט עקסטרעמע האס גרופעס ווי די KKK און נאך, צו מאכן מהומות און עס מאכן אויסזעהן ווי האס פארברעכן שטייגט.

די גרופע האט געשנארט, געוואשן, גע'גנב'עט, און געשטיצט טעראר. אריינגערעכנט די ווילדע פראטעסטן אין שארלאטעסוויל וואס מען האט שטארק אויסגעניצט קעגן טראמפ.

און אצינד נאכאמאל; קוקט אייך צו לעבעדיג ווי די מידיע פארגעסט מיטאמאל פון די געשיכטע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 3:49 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:25 pm קעש פאטעל האט געמאלדן קלאגעס קעגן א לינקע גרופע ''סאדערן פאווערטי לאו סענטער" (SPLC) וואס האט געזאמלט געלטער פון ליבעראלן און אינטערן טיש געשטיצט עקסטרעמע האס גרופעס ווי די KKK און נאך, צו מאכן מהומות און עס מאכן אויסזעהן ווי האס פארברעכן שטייגט.

די גרופע האט געשנארט, געוואשן, גע'גנב'עט, און געשטיצט טעראר. אריינגערעכנט די ווילדע פראטעסטן אין שארלאטעסוויל וואס מען האט שטארק אויסגעניצט קעגן טראמפ.

און אצינד נאכאמאל; קוקט אייך צו לעבעדיג ווי די מידיע פארגעסט מיטאמאל פון די געשיכטע.
כן יאבדו כל אויביך ה'. אסאך שמוץ און געמיינהייט געברענגט אויף דער וועלט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 3:44 pm
דורך תפארת שבתפארת
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 7:52 pm מארטגעדזש ראטעס זענען ווידער געפאלן , צו אונטער %6
דעי נייעס איז אביסל מיסליעדינג, די מארטעגעדזש רעיט'ס וואס רוב מענטשן מאכן און קוקן נאך איז די fixed year 30, וואס עוורידזשט יעצט ביי 6.34%