מתא מחסיא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 11:14 pm
מיינע טייערע ברודער און שוועסטער פון קהילת לב טהור אין גוטאמאלא
אני הגבר ראה עני, איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן די ביטערע און זויערע מצב פון מיינע טייערע הייליגע ברודער און שוועסטער, די צאן קדשים וואס שמאכטן אין תפיסה אין גוטאמאלא, די מצב איז אומבאשרייבליך ברוחניות כפשוטו ממש, די צאן קדשים וואס זענען נתחנך געווארן על טהרת הקודש אין אוהל יהושע און אין בארה של מרים, וואס האבן געטרינקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון תורתינו הקדושה הנתונה ע"י משה רבינו ע"ה מיט א לויטערקייט און ריינקייט מיט מסירות נפש ממש, זענען יעצט ליידער בשבי צווישן גוים וואס זענען נישט ריין און זענען מטמטם די קינדער מיטן רעדן, זעהן און הערן זאכן וואס זענען מכלה מנפש ועד בשר יעדע זיק של קדושה וואס זיי האבן געלערנט אין די הייליגע חבורה
די מצב בגשמיות איז נורא ואיום, די צאן קדשים האבן נישט געזען קיין דאקטאר, קיין ציין דאקטאר שוין די לעצטע 5 חדשים! קינדער באקומען אינפעקציעס און קיינער קימערט נישט אויף זיי! זיי האבן נישט קיין עסן און קיינער נעמט זיך נישט אָן פאר זיי!
עס איז נישט דא קיין היתר בעולם צו לאזן די קינדער איין איינציגער מינוט לענגער אין תפיסה! א יודישע טאטע און מאמע האבן א חיוב על פי תורה צו מחנך זיין זייערע קינדער!
עס קען נישט זיין במציאות אז די חכם האט גע'אסר'ט דאס גיין קיין אמעריקע, עס איז פשוט נישט מעגליך!
יא, די מוסרים וועלן טייער באצאלן פארן ברענגען די מצב, אבער ענק טייערע ברודער און שוועסטער וועלן ליידן און ביטער באצאלן פארן לאזן ענקערע אייגענע קינדער שמאכטן צווישן גוים און גויטעס אָן קיין יודישקייט, יעדע רגע א קינד איז דארט איז עס א קאטאסטראפע! ערגער ווי די וועלט מלחמה!
איר זענט עובר אויף לא תעמוד על דם ריעך יעדע רגע אז קינד איז דארט!
עקסטער איז מען אין הימל מעניש פארן נישט פאלגען די קלארע הוראה פון די זקנים און שר צבא ה' צו ראטעווען די קינדער בכל אופן דאפשר אפי' ברענגען אויף אמעריקע
ברודער און שוועסטער, שטארקט אייך, דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח, לאמיר זיך שטארקן און איבערקומען דעם נסיון, לאמיר ווייזן פאר משיח צדקינו אז אונז האב מיר מקבל געווען דעם עול הגלות און גענומען דעם וואנדער שטעקן קיין אמעריקע פונקט ווי אברהם אבינו און יעקב אבינו זענען אראפ קיין מצרים, לאמיר גיין און ראטעווען אונזערע קינדער און אזוי מלקט זיין די לעצט פארבליבענע ניצוצות וואס איז פארכאפט ביי די ערב רב, עס איז געקומען די צייט פאר משיח, לאמיר זיך שוין מחזק זיין און דורכגיין דעם בירור האחרון און זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א