די חלק אז די חבורה איז הייליג איז שטותים און לאקשן, מען רעדט פון א גרויזאמע קולט. אבער צופעליג לגבי די הוראה פון נחמן שרייבט ער אמת. עכטע אינפאו אויך פאר זיינע ברודער און שוועסטער אין אמעריקע.מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 11:55 pmער רעדט צואיה מקום כבודו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 11:51 pmהלנו אתה אם לצרנו?מתא מחסיא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 11:30 pm עס איז מיר נתברר געווארן בוודאות וברירות, בכל מיני ראיות אשר אי אפשר להשיב עליהם כלל, אז די גאנצע שמועה קומט פון די מוסרים וואס ווילן צוברעכן די פנימיות פון לב טהור דורך מעשה רשע ואלימות, זיי ארבעטן מיט כל מיני ערמימיות, שקר, ליצנות והפקירות ממש, צו מסר'ן און באגראבן לב טהור אין תפיסות אין גוטאמאלא!
דער חכם האט געזאגט אז מען דארף האבן מסירות נפש פאר די חבורה און נישט איבערלאזן די חבורה און גיין קיין אמעריקע, אבער אויב מען בלייבט אין די חבורה איז בוודאי לטובה צו גיין ווי אימער מען קען ביים ערשטן געלעגנהייט אפי' למקום סכנה אדער לתוך עומקי הקליפה
ס'איז נורא נוראות די כח השקר וליצנות פון די וואס ווילן ליידער צוברעכן די הייליגע חבורה, לאמיר זיך נישט לאזן! לאמיר זיך מחזק זיין און גיין קיין אמעריקע און ראטעווען די קינדער!
"מיינע טייערע ברודער און שוועסטער פון קהילת לב טהור אין גוטאמאלא"
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1358
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 13929
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 509
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5699
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז @על פי תורה, @מתא מחסיא, @קרני פרה זענען הונדערט פראצענט קראנט מיט זייערע אינפארמאציע און אלעס וואס זיי שרייבן קומט פון אינעווייניג און מ'קען זיי געטרויען.
נישט אלץ קום איך אן אויסצוקלארן געוויסע דעטאלן, ממילא ווען איינער פון די אויבנדערמאנטע קומען אריין מיט הערות אויף די נייעס וואס איך ברענג, באדייט דאס אז ס'איז הונדערט פראצענט פארלעסליך.
נישט אלץ קום איך אן אויסצוקלארן געוויסע דעטאלן, ממילא ווען איינער פון די אויבנדערמאנטע קומען אריין מיט הערות אויף די נייעס וואס איך ברענג, באדייט דאס אז ס'איז הונדערט פראצענט פארלעסליך.
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1358
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 13929
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ריכטיג, אבער א באזינדערן שכוח פארן מעורר זיין איבער א. י. ר. וואס מען וואלט אים שוין לאנג געדארפט אפשטעלן, ער שטעלט כסדר אינטער פוסלעך, און מען דארף אים ממשיך זיין צו אפשטעלן.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:37 am כ'וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז @על פי תורה, @מתא מחסיא, @קרני פרה זענען הונדערט פראצענט קראנט מיט זייערע אינפארמאציע און אלעס וואס זיי שרייבן קומט פון אינעווייניג און מ'קען זיי געטרויען.
נישט אלץ קום איך אן אויסצוקלארן געוויסע דעטאלן, ממילא ווען איינער פון די אויבנדערמאנטע קומען אריין מיט הערות אויף די נייעס וואס איך ברענג, באדייט דאס אז ס'איז הונדערט פראצענט פארלעסליך.
ב''ה אז א דאנק אומקלארקייט אין פרטים איז מען אנגעקומען צו מפרסם זיין די רשעות פון דעם לב טהיר'ניק.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין אנדערע גוטע נייעס ב"ה
היינט האט איינער גערופן די אמעריקאנער טשיילד פראטעקשן אויף קינדער פון לב טהור, איך ווייס נישט צו פון די מוסרים אדער גאר די רשעים פון די pgn ימ"ש, למעשה נאך א שטיק צייט האבן די אמעריקאנער טשיילד פראטעקשן געזען אז ב"ה די קינדער זענען אין א גוטע צושטאנד און קיינער צווינגט זיי גארנישט, מען האט זיי פארציילט וואס די קינדער זענען רח"ל פאריבער אין שעלטער/תפיסה אין גוטאמאלא, זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דארט זייער איבערגענומען פון די ביטערע מצב וואס די קינדער האבן ל"ע מיטגעמאכט, זיי האבן געזאגט אז אין אמעריקע וואלט קיינמאל געווען אזא ביטערע מצב.
זיי האבן קלאר געמאכט אז אין אמעריקע לאזט מען טאטע מאמע פירן די קינדער וויאזוי מען וויל און מען טוט נישט צונעמען די קינדער אויף חשדות און מסירות, נאר מיט קלארע באווייזן פון פייניגן קינדער ממש

באקומען פון איינע פון די עסקנים
די מעשה איז אופן שפיץ גאפל אז די אחים וויינגארטען, האבן געפירט די חבורה ביד רמה, אויף א אופן וואס האט ביטער געפאניגט יעדן מאן פרוי אין קינד פון לב טהור , אן קיין שום חשבון סתם פאר זייער סאדיסטישע תאוות השליטה , זיי האבן געהאט דאס לעצטע ווארט אפילו אפן חכם , וואס האט זיי שטארק געטראסט . זיי האבן גענומען די מהלך פון גיין קאפ אין וואנט אריין , ארום געפירט דעם עולם מ”ב מסעות אין כמה וכמה מדינות און צירוק קיין בבל בלויז פאר די הנאה צו זען יידן געפייניגט מיינענדיג נעבעך אז זיי טועהן גאר דעם רצון ה’ מיט מסירות נפש , אזוי איז געווען אפילו ווען זיי זענען געווען אין תפיסה האבן זיי געפירט אלסדינג פון דארט ביז נאך די יעצטדיגע פארכאפונג פון די קינדער רחמנא ליצלן
ווען דאס איז געשען האבן זיך אסאך חברים אנגעהויבן כאפן אז דיע מהלך טויג נישט, מען פארט אין באד אריין אנשטאט טוהן פשוטע השתדלות וואס א ייד איז מחויב צו ראטעווען זיינע קינדער פון שמד, האבן זיי געשיקט בריוו אז מען דארף האבן מסירות נפש , נישט גיין אין ערגעץ , בלייבן דארט אפילו די קינדער ווערן גוים , דאס איז די נסיון פאר ביאת המשיח וכו׳וכו׳ אזאלעכע דברי דופי
דאס איז שוין געווען צו סאך , האט זיך אנגעהויבן א געפערליכע ויצעקו , וואס האט דערגרייכט ביז די זקנים , מען האט מטכס עצה געווען וויאזוי זיי מעביר זיין פין די הנהגה,
מען איז געמאכט אן החלטה אז מען שיקט א שליח צום חכם אליינס אן דעם וואס זיי זאלן געוואר ווערן , ב”ה עס איז געלונגען , דער חכם האט מסכים געווען , און געשטעלט א נייע וועד ספעציעל פאר די יעצטיגע פרשה , וואס זיי דארף מען פאלגן אלעס בנוגע ארויספארן פון לאנד מיט די משפטים פון די קינדער, נישט אריינעמענדיג קיין איין וויינגארטען,
די וועד האט זיך פארבינדן מיט געוויסע עסקנים פון נוי יארק וועם זיי האבן געטרויט , און אנגעהויבן ארבעטן אויף א פלאן ווי צו ראטעווען אלע משפחות וואס האבן קינדער , ארויס צו אנדערע מדינות ובתוכם אמעריקא, דאס איז געקומען מיט אסאך שווערע תנאים כפולים ומכופלים קודם למעשה , למשל אז מען גייט נישט קיין נוי יארק , אין מען בלייבט מיט די זעלבע בגדים וכ’ וכו’ שאין כאן מקומו,
דער חכם האט מסכים געווען און די מסע הצלה האט זיך אנגעהויבן, די כורמים האבן גקריצט מיט די ציין אבער עס הנעשה אין להשיב , דאס איז געליגן אינטער די אלע חברים וואס זענען געקומען קיין פלארידע און אין פארשידענע שטאטן די עסקנים האבן געלייגט גרויסע כוחות און מעורר געווען די אמעריקאנע אידען צו זיין אביסל זהיר נישט טשעפען אדער חוזק מאכן חלילה, נישט דאערמאנען קיין אלטע פשעים נישט רעדן גנותו פון רעבין אביסל איינהאלטן, נישט קיין חילוק וואס מען האלט אויף די חבורה, טו דאס בלויז למען הילדים וואס זענען זיכער נישט שולדיג, רוב אידען האבן ב”ה פארשטאנען און זיך צוגעשטעלט
ליידער זענען געווען אזאנע יחידים וואס פארשטייען נישט קיין רמזים אפילו מען זאגט עס אפן ... זיי האבן פארפירט אז מען פלאנץ איבער לב טהור אין אמעריקא , מען דארף יעדעם שמד׳ן, אראפשלעפן די בגדים, צו עסן טריפות.. אנדערע האבן זיך נישט געקענט אויף געבען די הנאה פון רעדן אויף שוכני עפר און קאכן אין אביסל שמיץ , זיי האבן געמאכט אומבאקוועם פאר די יוצאים
דא האט יעקב נחום געזען א מהלך צו אפשטעלן די הייליגע עסקנים, (פארשטייט זיך נאך וואס זיין משפחה איז שוין געווען אינדרויסן) אין צירוק שטעלן זיין בענקל אין פלאץ , ספעציעל אז זיי זענען געוואר געווארן פון מאמענט די וואך אז מען פלאנט צו דערקלערן זיג אין אז לב טהור איז שוין א פארגאנגענהייט , זיי האבן אנגעדרייט א.י.ר. צו נעמען די אינפורמציה אין שיקן צום חכם , צו ווייזן אז אלעס איז א שפיל אין באמת מיינט מען דא נישט די קינדער , נאר צו אינטערברענגען לב טהור פאר אייביג,
חכם האט זיך זייער דערשראקן , אין ווען זין איז אים געקומען בייזוכען , האט ער אים געזאגט זיינע ספיקות וועגן דעם ,
דא האלט מען יעצט , פארשטייט זיך אז דער וועד הפעולה וועט זיך פאר דעם נישט שרעקן עס קומען פאר אסיפות א גאנצע צייט מיט די עסקנים אויפצווייזען דעם גרויסען שקר און צוריק שטעלן אלעס אין פלאץ בעזרת הוי’ה

- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 5990
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב איך מעג בעטן, @על פי תורה @סענס אף יומער , ענק האלטן אינאיין זאגן אז @קרני פרה און @מתא מחסיא זענען באגלייבט און זיי זענען פון די עסקנים, אפשר קענען ענק זיך ציזאם נעמען און נעמען איין מהלך וויאזוי צו שרייבן באריכטן, אפדעיטס, מחאות, וכו'?
די מהלך וויאזוי ס'גייט יעצט מאכט דעם ציבור געפערליך צעמישט.
א גרויסע שכח פאר ענקער הייליגע ארבייט! דער אייבערשטער זאל ענק באצאלן מיט אלעס גוטס!
די מהלך וויאזוי ס'גייט יעצט מאכט דעם ציבור געפערליך צעמישט.
א גרויסע שכח פאר ענקער הייליגע ארבייט! דער אייבערשטער זאל ענק באצאלן מיט אלעס גוטס!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך פארשטיי נישט דיין פוינט, וועגן אפאר מטורפדיגע פירער דארטן האבן דעיס געטון, דארפן די געליטענע יוצאים דעיס מיטמאכן יעצט פון נארמאלע מענטשן? דו כאפסט אז דו מישט ציזאם די באבארן מיט די וויקטעמס? כאילו עס איז איין קאמפעני.ממעמקים האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 11:06 pmווער אויב נישט ל״ט איז פארנומען מיט זיך דרייען מיט כלים אין האנט צו קענען אפכאפן יעדער וואס קומט דארט און עס ניצן צו אינטימידעיטן די ערב רב וואס קומען דארט? האסט שוין געזעהן מער ווי 1-2 קליפס פון גוואטאמאלא ווי מען זעהט נישט ל״ט חברה וואס כאפן אפ יעדע ריר מיט סמארטפאונס? פארקערט, האלטן א פאון אין יענעמ׳ס פנים צו ווייזן אז מען כאפט אים אפ איז וואס איז דרך פשוט אין ל״ט. סוי עס איז זיי בכלל נישט קיין חידוש ביים אהערקומען.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 7:18 pmעצי בשמים האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 5:20 pm ער איז הייליג און טייער גערעכט. הגם עס האט נישט ממש נאר מיט אים און די איצטיגע מצב. ער איז אביסל ווי חוני המעגל. ער האט נישט מיטגעהאלטן ווי די וועלט האט זיך דערקייקלט אין די יארן בעת ער איז געווען איינגעשלאסן אין בבל. דאס איז נחלת הכלל סיי וואו סיי ווער סיי ווען.
אבער יא, ער האט זייער א וואלידע טענה און בקשה.
ר' שלום מרדכי רובאשקין האט דערציילט אז די זאך וואס איז אים געווען די מערסטע חידוש ביים ארויסקומען פון תפיסה איז געווען אז יעדער צווייטער מענטש איז געווארן א פאטאגראפירער... מיר וואס האבן מיטגעהאלטן ווי עס פאסירט כאפן אפשר נישט ווי פאני און נישט נארמאל עס איז און וויפיל עס שטערט פאר די פאטאגראפירטע, אבער די וואס האבן זיך נישט געדרייט דא אין די תקופה קוקן עס אן קרום - מיט רעכט.
אז דו פארסט צו מאראקו מיט א ביבער היט און דארטן גיין מיטן לבוש, וועסטו נישט האבן קיין טענות און אויך פארשטיין אויב די מענטשן דארטן פיקשערן דיר
-
ננצח
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 3:22 am
- Location: בית שמש
- x 120
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס זאגן זייער חברה למעשה יעצט, וואס איז זייער פלאן @סענס אף יומער
-
א סוכה א קליינע
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 10:14 pm
- Location: ניו יארק
- x 81
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איין זאך זעהט מיר אויס דא אז מיט שיינעם קען מען זיי גרינגערהייט בייגן, איך שטעל מיך פאהר אז זיי גייען זיך שוין עפעס מסדר זיין, און טרעפן די וועג ווי אזוי ממשיך זיין מיט טראגן די משפחות קיין אמעריקע, מן הסתם א שאלה פון א וואך צוויי בפרט ווען זיי האבן געזען קלאר אז ווער עס גייט קיין אמעריקע באקומט די קינדערלעך.
נישט פארגעסן אז ביז צוויי וואכן צוריק איז זיי געווען די איסור פון גיין קיין אמעריקע אפגעפרעגט ווי עובר זיין אויף עשרת הדיברות און פלוצלינג אלעס האט זיך געטוישט פון איין אסיפה, במילא לאמיר ווארטן פאר נאך עפעס א אסיפה און שלום על ישראל
איך ווייס נישט אויב מיין הנחה איז ריכטיג

ווער האט געזאגט הייליג? טייער איז יעדער אידעל פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:36 amדי חלק אז די חבורה איז הייליג איז שטותים און לאקשן, מען רעדט פון א גרויזאמע קולט. אבער צופעליג לגבי די הוראה פון נחמן שרייבט ער אמת. עכטע אינפאו אויך פאר זיינע ברודער און שוועסטער אין אמעריקע.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כל זה לפי הטעות
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:28 am אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים....
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים....
עס איז געווען א טעות מיט וואס, נישט פארשטענדליך
@על פי תורה
עס איז געווען א טעות מיט וואס, נישט פארשטענדליך
@על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טעות לעולם חוזר.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:10 am אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים....
עס איז געווען א טעות מיט וואס, נישט פארשטענדליך
@על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א טעות איז אז ער האט געאסרט קומען קיין אמעריקא,רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:10 am אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים....
עס איז געווען א טעות מיט וואס, נישט פארשטענדליך
@על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער אסר׳ט צו קומען אויב מען צווינגט דא אויפצוגעבן די מנהגים , אזוי ווי געוויסע האבן גוואלט זאגןקרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:59 amא טעות איז אז ער האט געאסרט קומען קיין אמעריקא,רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:10 am אבער בנוגע די הוראה פונעם נחמן, קען זיך דער עולם בארואיגן אז עס איז געווען א טעות פון די עסקנים....
עס איז געווען א טעות מיט וואס, נישט פארשטענדליך
@על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויף ריידס וועלן מיר אי”ה גיין חול המועד...
דא האנדעלט מען מיט אידיש בלוט וואס גיסט זיך יעדע סקונדע
ביטע, ביטע, האב אביסל פארשטענדעניש , מיט אביסל יישוב הדעת אין צולייגן א גמרא קאפ, איז עס נישט אזוי צומישט
זאכן וועלן אי”ה ווערן נאך קלארער מיט די צייט
-
טיש און בענקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:44 pm
- x 29
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מיין ס'איז זייער קלאר, מען רעדט דא פון אינסייד לב טהור מענטשן וואס האבן איינגעזעהן אז די זאך איז פארטיג און למען הצלת ילדיהן דארף מען מיטארבעטן מיט די עסקנים פון אוינדרויסן, דאס איז וואס זיי טוהן, כאטש וואס זיי האבן נאך א געפיל צו זייער אויפגעלעזטע חבורה.
די עסקנים פון זייער זייט מאכן נישט קיין חשבונות און זענען נישט בודק די מחשבות, זיי האבן איין ציל, ארויסזעהן יעדעם, אנשים נשים וטף פון די פארשאלטענע קולט.
וחפץ ה' בידם יצליח.
די עסקנים פון זייער זייט מאכן נישט קיין חשבונות און זענען נישט בודק די מחשבות, זיי האבן איין ציל, ארויסזעהן יעדעם, אנשים נשים וטף פון די פארשאלטענע קולט.
וחפץ ה' בידם יצליח.
-
טללי אורות
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 4:42 pm
- Location: monsey
- x 14
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וועמענ'ס ווערטער איז דאס?מתא מחסיא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 11:14 pm מיינע טייערע ברודער און שוועסטער פון קהילת לב טהור אין גוטאמאלא
אני הגבר ראה עני, איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן די ביטערע און זויערע מצב פון מיינע טייערע הייליגע ברודער און שוועסטער, די צאן קדשים וואס שמאכטן אין תפיסה אין גוטאמאלא, די מצב איז אומבאשרייבליך ברוחניות כפשוטו ממש, די צאן קדשים וואס זענען נתחנך געווארן על טהרת הקודש אין אוהל יהושע און אין בארה של מרים, וואס האבן געטרינקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון תורתינו הקדושה הנתונה ע"י משה רבינו ע"ה מיט א לויטערקייט און ריינקייט מיט מסירות נפש ממש, זענען יעצט ליידער בשבי צווישן גוים וואס זענען נישט ריין און זענען מטמטם די קינדער מיטן רעדן, זעהן און הערן זאכן וואס זענען מכלה מנפש ועד בשר יעדע זיק של קדושה וואס זיי האבן געלערנט אין די הייליגע חבורה
די מצב בגשמיות איז נורא ואיום, די צאן קדשים האבן נישט געזען קיין דאקטאר, קיין ציין דאקטאר שוין די לעצטע 5 חדשים! קינדער באקומען אינפעקציעס און קיינער קימערט נישט אויף זיי! זיי האבן נישט קיין עסן און קיינער נעמט זיך נישט אָן פאר זיי!
עס איז נישט דא קיין היתר בעולם צו לאזן די קינדער איין איינציגער מינוט לענגער אין תפיסה! א יודישע טאטע און מאמע האבן א חיוב על פי תורה צו מחנך זיין זייערע קינדער!
עס קען נישט זיין במציאות אז די חכם האט גע'אסר'ט דאס גיין קיין אמעריקע, עס איז פשוט נישט מעגליך!
יא, די מוסרים וועלן טייער באצאלן פארן ברענגען די מצב, אבער ענק טייערע ברודער און שוועסטער וועלן ליידן און ביטער באצאלן פארן לאזן ענקערע אייגענע קינדער שמאכטן צווישן גוים און גויטעס אָן קיין יודישקייט, יעדע רגע א קינד איז דארט איז עס א קאטאסטראפע! ערגער ווי די וועלט מלחמה!
איר זענט עובר אויף לא תעמוד על דם ריעך יעדע רגע אז קינד איז דארט!
עקסטער איז מען אין הימל מעניש פארן נישט פאלגען די קלארע הוראה פון די זקנים און שר צבא ה' צו ראטעווען די קינדער בכל אופן דאפשר אפי' ברענגען אויף אמעריקע
ברודער און שוועסטער, שטארקט אייך, דאס איז די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח, לאמיר זיך שטארקן און איבערקומען דעם נסיון, לאמיר ווייזן פאר משיח צדקינו אז אונז האב מיר מקבל געווען דעם עול הגלות און גענומען דעם וואנדער שטעקן קיין אמעריקע פונקט ווי אברהם אבינו און יעקב אבינו זענען אראפ קיין מצרים, לאמיר גיין און ראטעווען אונזערע קינדער און אזוי מלקט זיין די לעצט פארבליבענע ניצוצות וואס איז פארכאפט ביי די ערב רב, עס איז געקומען די צייט פאר משיח, לאמיר זיך שוין מחזק זיין און דורכגיין דעם בירור האחרון און זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די חבורה אין גואטעמאלא זינט דעם איבערפאל:
משפחות:
ישראל יודא אפרים גאלדמאן וב"ב - 6 קינדער
יואל גאלדמאן וב"ב - 2 קינדער
ניסן יושע יודא מלכא וב"ב - 2 קינדער
דוד דוב בער מלכא וב"ב - 3
ישראל מלכא וב"ב - 5 קינדער
יוחנן לאַווער וב"ב - 4 קינדער כעת
אלימלך לעווי וב"ב - 2 קינדער
יצחק עליאס וב"ב - 1 קינד
פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן וב"ב - 1 קינד
יואל דוד אלטער וב"ב
מרת דינקל - 7 קינדער
מרת וויינגארטן (אשת יעקב נחום) - 6 קינדער
מענער:
הלל שמעון מלכא
שמואל מיכאל ארי' גאלדמאן
פנחס פעדער
חיים צבי גאלדבערגער
יו"ט ליפא יואל ראָזנער
משה יודא לייב אלטער
אהרן קמחי
פרויען:
מרת ראזנער (אשת משה יוסף)
מרת מלכא (אשת אברהם יודא ליבוש)
בחורים/קינדער:
ישראל הורוויץ
מתתי' פרץ מלכא
שלום שכנא הורוויץ
זאב וואלף הורוויץ
יצחק ישראל אלימלך רומפלער
משה רומפלער
עזרי' אלטער
עליאס מיידל
2 גאלדבערגער קינדער
ס"ה 80 נפשות
משפחות:
ישראל יודא אפרים גאלדמאן וב"ב - 6 קינדער
יואל גאלדמאן וב"ב - 2 קינדער
ניסן יושע יודא מלכא וב"ב - 2 קינדער
דוד דוב בער מלכא וב"ב - 3
ישראל מלכא וב"ב - 5 קינדער
יוחנן לאַווער וב"ב - 4 קינדער כעת
אלימלך לעווי וב"ב - 2 קינדער
יצחק עליאס וב"ב - 1 קינד
פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן וב"ב - 1 קינד
יואל דוד אלטער וב"ב
מרת דינקל - 7 קינדער
מרת וויינגארטן (אשת יעקב נחום) - 6 קינדער
מענער:
הלל שמעון מלכא
שמואל מיכאל ארי' גאלדמאן
פנחס פעדער
חיים צבי גאלדבערגער
יו"ט ליפא יואל ראָזנער
משה יודא לייב אלטער
אהרן קמחי
פרויען:
מרת ראזנער (אשת משה יוסף)
מרת מלכא (אשת אברהם יודא ליבוש)
בחורים/קינדער:
ישראל הורוויץ
מתתי' פרץ מלכא
שלום שכנא הורוויץ
זאב וואלף הורוויץ
יצחק ישראל אלימלך רומפלער
משה רומפלער
עזרי' אלטער
עליאס מיידל
2 גאלדבערגער קינדער
ס"ה 80 נפשות
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 509
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5699
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נעכטן נאכט האט די פאמיליע ב''ה ענדגילטיג איבערגעלאזט דעם קולט און ארויסגעפארן פון גואטעמאלא צוזאמען מיט זייער קינד און געפארן קיין קאנאדע.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 12:57 pm אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא ב''ה באפרייט נאך א פאמיליע פון לב טהור און זיי געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן קיין ניו יארק.
די רעדע איז פון משפחת פנחס אהרן יחזקאל גאלדמאן בן מיכאל ארי' חתן לייבוש מלכא, און די עלטערן האבן איבערגעגעבן resource אויף זייער איינציג קינד פאר די מאמע'ס ברודער מענדי מלכא פון מאנסי.
און דערמיט ווערט נאך א פאמיליע פון טאטע מאמע און קינד באפרייט פון לב טהור און ציען זיך אריבער קיין ניו יארק צווישן היימישע אידן בעז''ה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב"ה זכיתי להיות שותף וחלק קטן של הצלת ישראל - שיהיה לזכותי ולזכות בני ביתי ולזכות כלל ישראל
מען נוצט מיינע jetblue miles אין גרויסן.
פון 86k האלט עס שוין ב"ה ביי 27k
מוצשב"ק היינט ב"ה
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7824
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18801
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יא ציריק געצויגען, פינקטליך אויף וועהם פרעגסט די קשיות אויף א קולט פירער וואס האט געטוהן דאס ערגסטע?היימישע זייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 9:55 pmקודם שרייבסטו אז עס איז געווען אויפן באפעל, סא נאכדעם האט ער צוריקגעצויגן אדער עס איז נישט געווען אמת?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 8:18 pm פרישע דראמאטישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גואטעמאלא!
ווי ברייט באריכטעט האט די לב טהור ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער ארויסגעגעבן א פסק דין אויפן באפעל פונעם חכם נחמן העלבראנץ, אויטאריזירנדיג אלע לב טהור מיטגלידער צו פארלאזן גואטעמאלא צוזאמען מיט די קינדער, און בלית ברירה נאכגעבן די רעגירונג'ס פארלאנג און שענקען קאסטעדי/ריסאורס פאר משפחה מיטגלידער אדער באקאנטע וועלכע וואוינען אין איינע פון די דריי באשטימטע לענדער וואו די לב טהור מיטגלידער זענען ערלויבט ארויסצונעמען אהין זייערע קינדער.
(די אנטוויקלונגען איבער די עטליכע געריכט הירינגס וואס זענען פארגעקומען די פארגאנגענע טאג צוויי וועט אי"ה נאכפאלגן אין א באזונדערע באריכט.)
אויך איז די ריש(ע) מתיבתא אליין נאך דארט יעצט ?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט ריכטיג, ער איז א פארביסענע לב טהור אנהענגער.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 10:26 pmעס דארף דעמאנט ווערן אז דער איד מיינט ניטאמאל די טובה פון לב טהור נאר זאגאר א פריוואטע געלט חשבון, ה''י
[/quote]
שניהם אמת א פארביסענע לב טהור אנהענגער אין אויכעט גרייט צי לאזען צענדליגער משפחות ליידען נאר פאר זיין געלט אמביציה.
ער איז דער וואס די ווייב האט איהם נישט געלאזט מאווען קיין קאנאדא?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069