בלאט 24 פון 31
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 12:44 pm
דורך מיילעך פריילעך
מדנ"י - די מדנ"י אויסערן מיניסטער איז ארויסגעקומען מיט א עפענטליכע ווארענונג איבער א פלאן פון איראן און אירע פראקציעס צו אומברענגען מדנ"י ספארטסלער ביים אלימפיק שפילן אין פראנקרייך.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 12:45 pm
דורך מיילעך פריילעך
א געריכט אין אויסטראליע האט ארויסגעווארפן א לאוסוט אין געריכט אקעגן די פירמע 'בעיער' מיט א באשולדיגונג אז אירע פלאנצונג קעמיקאל האט אין עטליכע פעלער פאראורזאכט בלוט-קענסער, א זאך וואס די פירמע באשולדיגט אלס לעכערליך.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 2:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די עפענונג צערעמאניע ביי די אלימפיקס אין פאריז.
- 26olympics-opening-ceremony-xxx-jbvw-threeByTwoMediumAt2X-v2.jpg (167.17 KiB) געזען געווארן 526 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער נייער בריטישע פרעמיער מיניסטער זאגט אז ער וועט צוריקציען פון די קעגנערשאפט וואס די פריערדיגע אדמיניסטראציע האט אויסגעדריקט קעגן ארויסגעבן ארעסט ווארענטס אויף נתניהו און גאלאנט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 2:45 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פארשוין אין מאסקווע איז אפגעשטעלט געווארן פון זיך פארברענען לעבעדיגערהייט אינעם רויטן סקווער.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 4:07 pm
דורך ניקל
א סטעיט אוו עמערדזשענסי איז דערקלערט געווארן טשעליביאנסק רוסלאנד צוליב א וואסער דאמבע וואס האט זיך צוזאמגעבראכן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: פרייטאג יולי 26, 2024 4:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מוצש"ק יולי 27, 2024 9:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
טשיינע אין א לעצטיגע סטעיטמענט זאגט אז אמעריקע איז געווארן א אימפעריע פון ליגנט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:02 am
דורך שאינו יודע לשאול
די אינטערנאציאנאלע אלימפיקס אין פאריז האבן זיך אנגעהויבן מיט א פאראדע איבערן טייך.
- 26live-olympics-eiffel-wjkb-superJumbo-v3.jpg (453.69 KiB) געזען געווארן 472 מאל
- 26visualUploader-56626-superJumbo-v2.jpg (238.64 KiB) געזען געווארן 472 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:25 am
דורך שאינו יודע לשאול
בילדער האבן נעכטן צירקולירט וואס ווייזן פאריזע גאסן אונטער קורצשלוס. די פראנצויזישע רעגירונג האט נישט באשטעטיגט.
- 878531630imagea38_1722126455266_57_240727104928.jpg (16.74 KiB) געזען געווארן 470 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 12:42 pm
דורך ניקל
א 3.8 ערדציטערניש האט נארוואס געשאקלט די גרעניץ פון סיריע/טערקיי
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 11:38 pm
דורך מיילעך פריילעך
דער בריטישער אקטעוויסט סטיווען לענאן באקאנט אלס טאמי ראבינסאן איז ארעסטירט געווארן נאך א ראלי וואס ער האט אנגעפירט נעכטן אין לאנדאן.
לויט באריכטן איז ער אנגעקלאגט געווארן אויף טעראריזם קלאגעס.
מר לענאן איז שוין אמאל געזיצן פאר עטליכע מאנאטן אין סאלידטערי קאנפיינמענט פארן שטיין און באריכטן אויף געריכט פראפערטי.
ער האט ביי די ראלי געוויזן א פילם וואס די בריטישע געריכטן האבן אים פארבאטן פון ווייזן צוליב אומריכטיג באשמוצן א געוויסע אימיגראנט וואס איז געווען פארמישט אין א געשלעג.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 1:15 pm
דורך Spa 42
די פירער פון צפון קארעע קים, איז געווען באזוכען די געגנט וואס איז פארפלייצט געווארן.
ארום 5000 מענטשן, זענען שוין געראטעוועט געווארן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 1:16 pm
דורך אנדערער
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 1:15 pm
די פירער פון צפון קארעע קים, איז געווען באזוכען די געגנט וואס איז פארפלייצט געווארן.
ארום 5000 מענטשן, זענען שוין געראטעוועט געווארן.
וויפיל זענען געשטארבן מעג מען זאגן?
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
די וואלקאנא בארג שאקראדשימא אין יאפאן האט זיך דערוועקט.
די בארג איז גאנץ א אקטיווע וואלקאנא בארג.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 8:34 pm
דורך never say never
היינט ביי דו אלימפיק שפיל האט מען געשריגן פאר אן איזרעלי סאקער שפילער אז ער איז היטלער
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:48 am
דורך מיילעך פריילעך
די נייע איראנער פרעזידענט ווערט יעצט איינגעשוואוירן אין די איראנער פארלאמענט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 12:35 pm
דורך מיינע פאעזיעס
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 9:48 am
די נייע איראנער פרעזידענט ווערט יעצט איינגעשוואוירן אין די איראנער פארלאמענט.
בילדער?
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 12:37 pm
דורך מיילעך פריילעך
כהאב נאר ווידאו
Some how איז מיר מוראדיג שווער צו לייגן דא ווידיאס.
חבל..
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 1:10 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 12:37 pm
כהאב נאר ווידאו
Some how איז מיר מוראדיג שווער צו לייגן דא ווידיאס.
חבל..
מאך א סקרינשאט אדער מאך א רייט קליק און וועל אויס "סעיוו ווידיאו פרעים".
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 1:18 pm
דורך Spa 42
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 12:35 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 9:48 am
די נייע איראנער פרעזידענט ווערט יעצט איינגעשוואוירן אין די איראנער פארלאמענט.
בילדער?
ביים איינשווערונגס דרשה.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 2:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איין אפיציר איז אומגעקומען און זעכצן אנדערע פארוואנדעט דורכאויס שטורמישע אנטי רעגירונג פראטעסטן אין פאקיסטאן.
- unnamed - 2024-07-30T143922.887.jpg (199.68 KiB) געזען געווארן 248 מאל
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:32 pm
דורך מיילעך פריילעך
פריער היינט, האט א סעריע לענדסליידס אין דרום אינדיע'ס קעראלא סטעיט גורם געווען אמווייניגסטנס 93 פאטאליטעטן, מיט פילע מער נאך פארכאפט אונטער די בלאטע.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 10:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
א מאסיווע אויפרייס האט פאסירט ביי דייטשלאנד'ס גרעסטע כעמישע פּלענט באסף אין לודוויגסהאפען, ארום 14 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 12:01 am
דורך מיילעך פריילעך
וואשינגטאן - א ווארטזאגער פאר די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט א באריכט וואס באשולדיגט די איראנער רעגירונג מיטן צווינגען די אידן אין לאנד צו שטימען ביי די צוויי רונדעס פון פרעזידענטליכע וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן פאר צוויי חדשים צוריק.
די באריכט צייגט אהן אז די רעגירונג האט אוועקגעשטעלט 5 שטים בודקעס אין אידישע צענטערן איבער דער הויפטשטאט טעהראן וואס זענען געווען געווידמעט נאר פאר אידן, און אויב די פושקעס מיט די שטים בעלעטס וואלטן נישט צוריקגעקומען פיל וואלט דאס געקענט זיין א קאטאסטראפע פאר די 9,000 אידן אין לאנד.
אויך באשולדיגט דער באריכט אז די רעזשים האט גענוצט די ארטיגע אידן אלס א פראפאגאנדע מיטל מיטן אראנזשירן באגעגענישן צווישן אידישע פארשטייער און די קאנדידאטן קעגן זייער ווילן.
דער פארשטייער פון די אידישע געמיינדע אין דער איראנער פארלאמענט הומיון שמח האט געלייקנט די באריכט און געזאגט אז די שטיצע וואס די געמיינדע געבט פאר די פירערשאפט איז צוליב דעם וואס די רעגירונג שטיצט די אידן אין לאנד, ער לייקנט די פאקט אז עס איז געלייגט געווארן דרוק אויף זיי אויף קיין שום וועג.