בלאט 223 פון 295
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 12:55 pm
דורך שבת קודש
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 10:47 pm
totty2024 האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 10:28 pm
מחמיר האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:45 pm
קען זיין אז דאס מאכט עס אויך אביסל דיקער, אבער די מציעות איז אז דער בלאט ווי עס שטייט יעצט איז היבש אויסגעליידיגט מיט ווייניג נייעס און ווייניג ארטיקלען און ווי פארשטענדליך אלץ א תוצאה דערפון ווייניג אדווערטייזמענטס
נייעס קען זיין האט די בלאט ווייניגער עכ"פ אזוי הייסט עס אבער עדס האט יעדער שוואך נישט דייקא די בלאט
דאס איז צוליב וואס עס איז שוין דא מערערע אויסגאבעס טעגליכע און וועכנטליכע און אויך איז א גרויס חלק עולם איז אריבער צי האטליינס און ליידער אויך צי סאשעל מידיע דעריבער ווען א מארקעטינג פירמע שטעלט אויס די בודשעט פאר א פירמע דארף ער אריינלייגן עדס אין אלע אויבנדערמאנטע בנוסף וואס צעטליך אין שוהלן קאסטן אויך גאר אסאך געלט אזוי אז עס בלייבט צי ווייניג פאר אלע צייטונגען
(כלי ראשון)
די סאשעל מידיע און די האטליינס זענען נישט אזוי ווייט קאמפאטישן אויף די עדס, נאר זענען קאמפאטישן אויף נאציאנאלע נייעס, דאס מיינט ווען דער צייטונג קומט ארויס איז שוין גארנישט קיין נייעס, מילא קויפן עס ווייניגער מענטשן, מילא אדווערטייזט מען ווייניגער.
היינו טעמא דבלאט והיינו טעמא דאיד.
אזוי אויך זענען היינט דא היימישע מאגזינען וואס פארקויפן זיך אסאך מער פון די צייטונגען
א קליינע פארצענט מענטשען קויפן נאך היינט צייטונגען אנדערשט פון 20 יאר צוריק ווען כמעט יעדער האט געקויפט א צייטונג
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 1:20 pm
דורך מטות
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 12:36 pm
חיים יוסף האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 12:28 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 12:19 pm
??
און כולל מיט די תלמידי מתיבתא כמקדמת דנא
נאכנישט דא קיין החלטה.
אויף וואס ווארט מען?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 1:50 pm
דורך מחמיר
נייעס ליבהאבער האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:50 am
האלא האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 8:40 pm
מחמיר האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 5:45 pm
קען זיין אז דאס מאכט עס אויך אביסל דיקער, אבער די מציעות איז אז דער בלאט ווי עס שטייט יעצט איז היבש אויסגעליידיגט מיט ווייניג נייעס און ווייניג ארטיקלען און ווי פארשטענדליך אלץ א תוצאה דערפון ווייניג אדווערטייזמענטס
איך פארשטיי נישט, א רייכע אויסגאבע ווענדט זיך און דיקקייט? לענ"ד בכלל נישט! עס ווענדט זיך און די תוכן הארטיקלען, וואס אין מיין מיינונג איז דער בלאט סאך בעסער און דעם!
דער בלאט האט די שוואכסטע תוכן פון ארטיקלען איך רעד נישט פון די סטייל ארטיקלען וואס איז דא יעדע וואך אינעם אוצר פון די געוועזענע הדסים אויסגאבע סטייל, די עולם דארף פרישע גוטע סחורה און נישט יעדע וואך היסטארישע פולמוסען אזוי האטא זיך עס ארויסגעוויזן
נעם א נושא ווי עקאנאמישע נייעס און באריכטן וואס ווערט נישט באריכטעט אפי' א משהו, אדער איטערוויוס מיט מענטשן און ביזנעסער אין זייער פעלד וואס איז היינט גאר א גאנגבארע ארטיקל און זייער אינטערעסאנט פאר די ליינער אבער אין דער בלאט איז עס נישטא
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 5:28 pm
דורך חאצקיל
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 9:06 pm
רואיגער-טיש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 8:51 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 7:56 pm
איך שעם זיך וויאזוי די בחורים רעדן צום רבין.
איינער מיט מיך?
אט דאס מיינט א ראש ישיבה!!!
אשרינו
איך וואלט סתם אזוי נישט גערעדט צום רבי'ן, אבער ווען ער שמועסט זיך אויס מיט א לבוש פון א אפענע און פריינטליכע מנהל און ראש ישיבה אן די לבוש פון רבי, דאן האט די גאנצע שמועס א נארמאלע משמעות כ"ז מען רעדט נישט מיט קיין זלזול אדער חוצפה חלילה.
איך קוק ווי אזוי איך רעד מיט מיין רב און דעת תורה ווען ער פרעגט אפנהארציג מיין מיינונג, אדער די נייעס.
דאס איז דער קונץ פון א רבי! פושט צורה ולובש צורה! איין מינוט א פריינטליכער ראש ישיבה, די קומענדיגע מינוט א שטייפער רב וואס איז נישט נושא פני איש, א מינוט דערויף א רבי וואס רעכט אפ ווארעמע תפילות וכו'. און צו יעדע מצב דארף מען זיך צופאסן.
בקיצור: עס איז א נאטורליכע נארמאלע זאך, וואס האט פשוט נישט געדארפט ליעקן.
איינער זעהט חוצפה, איינער זעהט א פריינטליכן ראש ישיבה. איינער זעהט זלזול. איינער זעהט פושט צורה ולובש צורה און פערטער זעהט שאנדע.
איך זעה איין זאך:
בחורים רעדן ווי בחורים, דעטס.איט. יעדער וויל מ'זאל אים הערן, און דאס הערסטו.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 6:36 pm
דורך דער אויבערהאר
תכלית דבר ווי גייט פארקומען די שלחן הטהור פון די וואך?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 8:06 pm
דורך הער צו
יעצט הייסט אז די שלחן הטהור פון די וואך גייט פארקומען געהעריג אין כולל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:38 pm
דורך פאוועל

בצל הקודש
רבינו שליט"א אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א היינט פארנאכטס אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך בבית מדרשו אין וומ"ס.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:39 pm
דורך פאוועל

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן פארנאכטס אין ב"פ ביי משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 9:05 am
דורך פאוועל

בצל הקודש

=מיטוואך חיי שרה=
► Show Spoiler
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל ישכר דוב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר פנחס יואל פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר פישל קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בשכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א לע"נ זוגתו הרבנית ע"ה און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד בית אהרן שליטא פאר בנו הרה"ג ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שכונת ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:35 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 10:05 am
דורך אויגעלעך
פאוועל האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:39 pm

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן פארנאכטס אין ב"פ ביי משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה.
~

~
ווערט געזעהן ר' ליפא פר"מ ב"ר משה משב"ק פטרון המוסדות בב"פ
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 10:14 am
דורך פאוועל
אויגעלעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 10:05 am
פאוועל האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:39 pm

בצל הקודש

רבינו שליט"א ביי ניחום אבילים נעכטן פארנאכטס אין ב"פ ביי משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה.
~

~
ווערט געזעהן ר' ליפא פר"מ ב"ר משה משב"ק פטרון המוסדות בב"פ
פטרון המוסדות???



Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:14 pm
דורך שבת קודש
הער צו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 8:06 pm
יעצט הייסט אז די שלחן הטהור פון די וואך גייט פארקומען געהעריג אין כולל
דאס איז שוין די ענדגילטיגע החלטה פאר יעדע וואך?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 4:30 pm
דורך פאוועל
מכתבי קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א און הגאון הגדול עמוד ההוראה דומ''ץ קרית יואל שליט''א פארגאנגענעם יאר לטובת ישיבת סערדאהעלי, ווי כ''ק אדמו''ר מסערדאהעלי שליט''א וועט וויילן די וואך פרשת תולדות תשפ''ה בעיר עוז לנו קרית יואל לטובת ישיבתו.

- IMG_20241121_162852_406.jpg (137.29 KiB) געזען געווארן 787 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 4:44 pm
דורך דעת קדשי
...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 4:53 pm
דורך Joel

- unnamed (100).jpg (403.76 KiB) געזען געווארן 741 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 7:27 pm
דורך הער צו
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:14 pm
הער צו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 8:06 pm
יעצט הייסט אז די שלחן הטהור פון די וואך גייט פארקומען געהעריג אין כולל
דאס איז שוין די ענדגילטיגע החלטה פאר יעדע וואך?
יא יעדע וואך גייט א אנדרע ישיבה אהיים גיין גייט זיין גענוג פאלץ
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 8:30 pm
דורך סומקא
וויזוי פלעגט זיין ביז היינט, מ'פלעג נישט אהיים גיין ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 9:56 pm
דורך שיק
הער צו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 7:27 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:14 pm
הער צו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 8:06 pm
יעצט הייסט אז די שלחן הטהור פון די וואך גייט פארקומען געהעריג אין כולל
דאס איז שוין די ענדגילטיגע החלטה פאר יעדע וואך?
יא יעדע וואך גייט א אנדרע ישיבה אהיים גיין גייט זיין גענוג פאלץ
אפשר מאכט מען 10 בחורים יעדע וואך ביים רבין אינדערהיים אזוי וועט זיין איבערגענוג פלאץ....
א מין החלטא דעיס.. וואס דארפן די איבריגע 800 בחורים שלאפן א בייגל אדער אדורך ליינען די מאמענט...?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 11:05 pm
דורך הער צו
שיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 9:56 pm
הער צו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 7:27 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:14 pm
דאס איז שוין די ענדגילטיגע החלטה פאר יעדע וואך?
יא יעדע וואך גייט א אנדרע ישיבה אהיים גיין גייט זיין גענוג פאלץ
אפשר מאכט מען 10 בחורים יעדע וואך ביים רבין אינדערהיים אזוי וועט זיין איבערגענוג פלאץ....
א מין החלטא דעיס.. וואס דארפן די איבריגע 800 בחורים שלאפן א בייגל אדער אדורך ליינען די מאמענט...?
אפשער קענט איר בעסער מאסביר זיין ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 11:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
סומקא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 8:30 pm
וויזוי פלעגט זיין ביז היינט, מ'פלעג נישט אהיים גיין ?
ביז יעצט פלעגט מען אויך אהיימפארן יעדע פערטע וואך, אבער אלע ישיבות זענען אהיימגעפארן צוזאמען. איז אויסגעקומען אז דריי וואכן איז פול געפאקט אזש ס'נישטא קיין פלאץ, און איין וואך איז געווען מער-ווייניגער ליידיג, ס'טאקע געווען מער קרית יואל'ע בחורים, אבער ס'האט זיך אנגעזען אז די דארמיטארי איז נישט דא.
איך פארשטיי אז פון היינט אן גייט יעדע וואך אהיימפארן אן אנדערע ישיבה, וואס גייט ווייטער אויסקומען יעדע פערטע וואך פער ישיבה, אבער באזונדער. ממילא וועט יעדע וואך זיין אביסל שיטערער ווייל איין דארמיטארי וועט נישט דא זיין, אבער ס'וועט נישט זיין איין וואך וואס איז כמעט ליידיג.
צוויי פויגל מיט איין שאס.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 22, 2024 11:53 am
דורך שטייפע קוגל
הער צו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 11:05 pm
שיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 9:56 pm
הער צו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 7:27 pm
יא יעדע וואך גייט א אנדרע ישיבה אהיים גיין גייט זיין גענוג פאלץ
אפשר מאכט מען 10 בחורים יעדע וואך ביים רבין אינדערהיים אזוי וועט זיין איבערגענוג פלאץ....
א מין החלטא דעיס.. וואס דארפן די איבריגע 800 בחורים שלאפן א בייגל אדער אדורך ליינען די מאמענט...?
אפשער קענט איר בעסער מאסביר זיין ?
ער האט לכאורה בטעות פארשטאנען אז יעדע וואך וועט א אנדערע ישיבה גיין צום טיש....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 23, 2024 9:18 pm
דורך לא ימושו מפיך
מסיבת לחיים יעצט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א צום התמנות פון הרה"ג רבי יואל אפענהיים שליט"א אלץ דומ"ץ בית המדרש דקהלתינו שכונת זרע קודש, קרית יואל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 7:52 pm
דורך לא ימושו מפיך
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑מוצש"ק נאוועמבער 23, 2024 9:18 pm
מסיבת לחיים יעצט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א צום התמנות פון הרה"ג רבי יואל אפענהיים שליט"א אלץ דומ"ץ בית המדרש דקהלתינו שכונת זרע קודש, קרית יואל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:58 am
דורך חכם עתיק
שטייענדיג שוין 4 וואכן פאר כ''א כסלו איז שוין דא עפעס באשטעטיגטע פלענער?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 12:18 pm
דורך פלעשלייט
חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 11:58 am
שטייענדיג שוין 4 וואכן פאר כ''א כסלו איז שוין דא עפעס באשטעטיגטע פלענער?
האסט מורא עס וועט זיין אין כולל??