דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 7:10 pm
► Show Spoiler
כזעה נישט קיין דאטום ווייסעך נישט פון וואס ער רעדט
אינטערעסאנט אז אפילו ווען עס איז געשטאנען עטליכע מאהל אינעם זעלבן בלאט איבערגעחזר'ט די דאטום, האט איר עס בכלל נישט געזעהן...

אלענפאלס יעצט ווייסט איר שוין יא דעם דאטום, קענט איר שוין אריינקומען קלאר מסביר זיין פאר @קאמענטארן פון וועלכע 'כפירה ומינות ממש' הגאון חיד"ו שליט"א רעדט...

Screenshot 2026-02-15 at 19-12-09.png
Screenshot 2026-02-15 at 19-12-09.png (121.59 KiB) געזען געווארן 407 מאל
Screenshot 2026-02-15 at 19-12-31.png
Screenshot 2026-02-15 at 19-12-31.png (123.73 KiB) געזען געווארן 407 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

עני יוניט עוועילעבל אין לאנדאן אריינצוקלאפן אין די הויפטקווארטירן פון חינוך יו.קעי. און זיי אויפוועקן פון שלאף?

דער ציבור ווארט מיט שפאנונג צו הערן א קלארע באריכט איבער די שרעקליכע גזירה פון די נייע סקולס ביל,
און א ביאור וואס איז די 'כפירה ומינות ממש' וואס הגאון הגדול פוסק הדור חיד"ו שליט"א האט גערעדט אין זיין דרשה.
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 145

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך משה זיכמעך »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 2:51 pm עני יוניט עוועילעבל אין לאנדאן אריינצוקלאפן אין די הויפטקווארטירן פון חינוך יו.קעי. און זיי אויפוועקן פון שלאף?

דער ציבור ווארט מיט שפאנונג צו הערן א קלארע באריכט איבער די שרעקליכע גזירה פון די נייע סקולס ביל,
און א ביאור וואס איז די 'כפירה ומינות ממש' וואס הגאון הגדול פוסק הדור חיד"ו שליט"א האט גערעדט אין זיין דרשה.
זיי דארפן נאר ענטפערן וואס זיי טוען, וואס דער פוסק הדור מיינט צי זאגן דארף מען אים אליין פרעגן...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 5:23 pm כהאב פארשטאנען אז כולי עלמא מודי אז עס איז א פראבלעם בעיקר פאר ישיבה קטנות
האבעך נישט יעצט קיין צייט צי הערן די פרטים
ווען כוועל קענען העמיר מברר זיין בלי נדר
וואס איז געווארן למעשה,
האט איר שוין באקומען די פרטים פונעם רב\דיין אדער עסקני חינוך יו.קעי. וואס איז פונקטליך די שרעקליכע גזירה פון די נייע סקולס ביל?
צי מאכט דאס סטאטוס קווא, צי בעסער, אדער גאר ערגער?
וועם גייט די נייע געזעץ אפעקטירן? צי ביי אינגלעך, וועלכע יארגאנג: קלענערע, עלטערע,ישיבה קטנות. צי ביי מיידלעך, וועלכע יארגאנג: קלענערע, עלעמענטערי, היי סקול?

דער ציבור איז שוין זייער נייגעריג צו הערן די קלארע פאקטן פונעם חינוך יו.קעי. קארעספאנדענט וואס ברענגט אייביג דעם 'ריינעם אמת' איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 787

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 7:34 pm

איך ענטפער נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן קיין אמת און אוודאי נישט איינער וואס איז החוזק כפרן דא אויף אידטיש עכ"פ
ביטע אנטשולדיגן כהאב שוין געזאגט אז איך רעד נישט מיט אייך אין די נושא
פארן עולם וואלט איך געברענגט נייעס אבער כבין פארנומען אי"ה עוד חזון למועד
הצלחה וברכה
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 7:37 pm איך ענטפער נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן קיין אמת און אוודאי נישט איינער וואס איז החוזק כפרן דא אויף אידטיש עכ"פ
ביטע אנטשולדיגן כהאב שוין געזאגט אז איך רעד נישט מיט אייך אין די נושא
פארן עולם וואלט איך געברענגט נייעס אבער כבין פארנומען אי"ה עוד חזון למועד
די קשיא וואס איז די פראבלעם מיט די נייע ביל, לויט חינוך יו.קעי.
איז נישט געווען מיין קשיא נאר @קאמענטארן האט דאס געפרעגט, און איר האט איהם נעכטן גענטפערט אז איר גייט מברר זיין די פרטים.

משה זיכמעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 4:24 pm זיי דארפן נאר ענטפערן וואס זיי טוען, וואס דער פוסק הדור מיינט צי זאגן דארף מען אים אליין פרעגן...
עס איז זייער אינטערעסאנט ווי במשך די גאנצע צוויי חדשים צייט, ווען חינוך יו.קעי. האט נאך געמיינט אז מען קען ארומחושען מיטן ציבור, האבן זיי געהאלטן אין איין שיקן זייער געטרייע 'מסורה' שרייבער און עקסקלוסיוו קארעספאנדענט @totty צו פארקויפן זייערע לאקשן אפילו אויף זאכן וואס זיי האבן נישט געטוהן..., (ווי למשל די פרשה פון די 'תועבה פענער', און מסביר זיין די ריפארטס פון עטליכע מוסדות, כאטש עס איז געווען זאכן וואס פריוואטע מוסדות האבן געטוהן), און די גאנצע צוויי חדשים האט נאך @totty געהאט גענוג און נאך צייט...

אבער איינמאל די גוטע צייטן האבן זיך געענדיגט, און מען האלט שוין היינט ביי א מצב אז מען קען שוין נישט פארקויפן קיין לאקשן פארן ציבור, נאר אלעס מוז שטימען מיטן מציאות און מיט די קלארע דאקומענטן, און זיי זענען געבליבן סטאק ווען @קאמענטארן האט געשטעלט א פשוטע שאלה, וואס איז די פראבלעם פון די נייע סקולס ביל לויט חינוך יו.קעי.?

זענען זיי פלוצלינג אויפגעקומען מיט א פרישע חידוש... אז זיי דארפן נישט ענטפערן נאר אויף זאכן וואס 'זיי טוען'...
אויך איז זייער 'מסורה' קארעספאנדענט געווארן עפעס 'מורא'דיג שטארק פארנומען'...

יעדער פארשטייט אליין וואס דאס מיינט...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

אזויווי עס קוקט אויס אז חינוך יו.קעי. האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן א סטראטעגיע און א מהלך וויאזוי מסביר צו זיין די געוואלדיגע סכנה פון די נייע סקולס ביל, (וואס זיי אליין האבן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט מודה געווען אז דאס איז א שרעקליכע גזירה), און וועלכע פרטים מען מעג יא אדער נישט פארציילען, מעגליך אז מען וועט נאך דארפן פאררופען א פרישע אסיפת הרבנים (לייען: עסקנים וראשי המוסדות), און ווארשיינליך וועט נאך דויערן אביסל צייט ביז זיי וועלן געבן רשות פאר זייער 'מסורה' שרייבער @totty צו פיטערען די נייע ווערסיעס פארן ציבור.

דעריבער וועלן מיר ביזדערווייל איבערגעבן דאס ווארט פאר די ערליכע אידן פון קרן להצלת יהדות ענגלאנד, וואס זיי שטייען בראש המערכה בראשות גדולי הרבנים שליט"א, און זענען לוחם אן קיין שום פשרות אקעגן די ניי שרעקליכע סקולס ביל, און אלע זייערע פעולות זענען געווען בעידודו ובהדרכתו של הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל הכ"מ.

פאלגענד איז א באריכט פון קרן להצלת יהדות ענגלאנד דעם פארגאנגענעם ערש"ק משפטים, ווי זיי געבן איבער די טעכנישע פאקטן און מציאות הדברים פונעם סקולס ביל, ווי עס האלט יעצט נאכן ענדגילטיגן באשטעטיטגונג פונעם נייעם ביל אינעם האוז אף לארדס, און די לעגאלע טעכנישע פראצעדורען וואס עס דארף נאך יעצט אריבערגיין, וואס דאס גיבט נאך צייט פאר אחינו בני ישראל בכל מקומות מושבותיהם צו מתפלל זיין אויף נסים שלא כדרך הטבע.

הקרן להצלת יהדות ענגלאנד – ערש''ק משפטים – כלל ישראל גרייט בתפילה ובמסירות נפש קעגן פשרותjpg_Page1.jpg
הקרן להצלת יהדות ענגלאנד – ערש''ק משפטים – כלל ישראל גרייט בתפילה ובמסירות נפש קעגן פשרותjpg_Page1.jpg (139.41 KiB) געזען געווארן 145 מאל
הקרן להצלת יהדות ענגלאנד – ערש''ק משפטים – כלל ישראל גרייט בתפילה ובמסירות נפש קעגן פשרותjpg_Page2.jpg
הקרן להצלת יהדות ענגלאנד – ערש''ק משפטים – כלל ישראל גרייט בתפילה ובמסירות נפש קעגן פשרותjpg_Page2.jpg (162.47 KiB) געזען געווארן 145 מאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 787

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

איך בין נישט געהייערט דורך מסורה און נישט דורך חינוך יו קעי
וויפיל האב מברר געווען ביז אהער איז גענוג למבקשי האמת פון דא און ווייטער האבעך קלארגעשטעלט אז כבין ב"ה פארנומען און אויב וועט זיין שאלות וועט מען פרובירן מברר זיין איינמאל א וואך מערסטענס
און ניין כגיי יעצט נישט קאלן אויף לאנדאן איך האב וויכטיגערס לעת עתה
הצלחה מיט שמחה
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 4:29 pm איך בין נישט געהייערט דורך מסורה און נישט דורך חינוך יו קעי
וויפיל האב מברר געווען ביז אהער איז גענוג למבקשי האמת פון דא און ווייטער האבעך קלארגעשטעלט אז כבין ב"ה פארנומען און אויב וועט זיין שאלות וועט מען פרובירן מברר זיין איינמאל א וואך מערסטענס
און ניין כגיי יעצט נישט קאלן אויף לאנדאן איך האב וויכטיגערס לעת עתה
הצלחה מיט שמחה
עס איז טאקע ריכטיג אז דאס וואס איר האט מברר געווען ביז אהער איז גענוג פאר מבקשי האמת צו וויסן וויפיל ווערט עס האבן אייערע 'מסורה' בירורים, צוזעהנדיג וויפיל מאהל די ווערסיעס פון די 'מסורה' בירור האט זיך געטוישט, און וויאזוי די אלע ווערסיעס האבן זיך צום סוף אויפגעוויזן צו זיין לעכערליכקייט אדער פאלש,

איך לייג עטליכע דוגמאות אין ספוילער:
► Show Spoiler
אבער סאך מער האבן זיך די מבקשי האמת איבערצייגט פון די זאכן וואס איר האט 'נישט' געוואלט\געקענט מברר זיין ביז אהער, און איר האט נאך ביז היינט נישט צוגעשטעלט די זאכען וואס מען האט אייך געבעטן צו ברענגען די פראף
1) איר האט נישט געברענגט די דאקומענטן פונעם אנגעבליכען געריכט אקעגן אפסטעד, אדער כאטש די קעיס נאמבער...
2) איר האט נישט געברענגט די 2 מחאה בריוון פון סקווירא מוסד, (וואס זאל כאטש באשטעטיגן די זינלאזע טענה אז אפסטעד האט געמאכט א פאלשע ריפארט)...
3) איר האט נישט געברענגט די געזעץ פון 14' וואס האט -לשיטתכם- פארלאנגט צו לערנען חשיבות פאר אנדערע רעליגיעס, נישט נאר פאר די מענטשן...
און יעצט פריש
4) קענט איר נישט ברענגען קיין קלארע הסבר וואס איז די שרעקליכע גזירה פון די נייע סקולס ביל...

נ.ב. די תירוצים פון יא פרעגן נישט פרעגן, איז שוין אויסגעוועפט פון צופיל נוצען,
ווען די עסקני חינוך יו.קעי. האבן וואס צו ענטפערן און שפירן אז זיי קענען עפעס איינרעדן פארן ציבור, דאן שיקן זיי פון זיך אליין פאר די 'מסורה' שרייבער אנדעם וואס ער זאל דארפן פרעגן,
זיי קענען אליין מיטהאלטן די שמועסן דא, און דארפן נישט ווארטן אז @totty זאל זיי אנפרעגן, און אז זיי האבן נאך ביז יעצט נישט געשיקט עפעס א ווערסיע מיט א געהעריגע הסבר, קוקט אויס ווי זיי זענען נאך אין א ערנסטע פלאנטער וויאזוי צו מסביר צו די שרעקליכע גזירה פון די נייע סקולס ביל.
שרייב פאוסט