בלאט 23 פון 41

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:04 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 8:52 pm די יוסטיץ דעפארטמענט האט קלאר געשטעלט אז א פרעזידענטליכע פארדאן ווערט געגעבן אפילו קעגן אן ארעסטאנט'ס ווילן. דאס קומט נאכדעם וואס צוויי פון די 37 טויט פאראוטיילטע וועלכע זענען באגנאדיגט געווארן דורך ביידען, האבן אויסגעדריקט זייער ווילן צו א ריכטער, צו אפווארפן זייער באגנאדיגונג.11.jpg
וואס איז פשט? זיי ווילן א כפרה פאר די זינד?

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 11:36 pm
דורך דעת קדשי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 8:50 pm פיט העגסעט, טראמפ'ס נאמיני פאר דעפענס סעקרעטערי, איז היינט אויסגעשטאנען א פיר שעה'דיגע פארהער אין סענאט, וואו דעמאקראטן האבן אים באהאגלט מיט פראגן און באשולדיגונגען.unnamed - 2025-01-14T204154.200.jpg
האט ער למעשה געקענט ביים פארהער?

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:56 am
דורך שאינו יודע לשאול
די וואך הייבט זיך אן אין אינדיע א מאסן פארזאמלונג וואס ציט זיך איבער זעקס וואכן און ברענגט צוזאם הונדערטער מיליאנען מענטשן פון די הינדו באוועגונג. דורכאויס די זעקס וואכן דרייען זיך דורך ביים פארזאמלונג א געשאצטע פיר הונדערט מיליאן מענטשן.
Kumbh-Mela-2025-Prayag.jpg
Kumbh-Mela-2025-Prayag.jpg (149.83 KiB) געזען געווארן 551 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:00 am
דורך גמח
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:56 am די וואך הייבט זיך אן אין אינדיע א מאסן פארזאמלונג וואס ציט זיך איבער זעקס וואכן און ברענגט צוזאם הונדערטער מיליאנען מענטשן פון די הינדו באוועגונג. דורכאויס די זעקס וואכן דרייען זיך דורך ביים פארזאמלונג א געשאצטע פיר הונדערט מיליאן מענטשן.Kumbh-Mela-2025-Prayag.jpg
און אונז קענען נישט ארויסברענגען נארישע 50,000 מענטשן איין מאל און 10 יאר פאר אן זעקת הגולה.....

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 11:15 am
דורך שאינו יודע לשאול
א אמעריקאנע וואטשדאג גרופע האט אריינגעגעבן קלאגעס אין געריכט קעגן קעפיטאל וואן באנק פארן באשווינדלען קאסטומערס מיט ארום צוויי ביליאן דאלאר אלעס אינאיינעם, דורכן נישט באצאלן די באשטימטע אינטרעסט אויף די סעווינגס אקאונטס.
Queens_Bl_Junction_Bl_td_04_-_Capital_One_Bank.jpg
Queens_Bl_Junction_Bl_td_04_-_Capital_One_Bank.jpg (105.24 KiB) געזען געווארן 534 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:30 pm
דורך נפתלי
דער פרעמיער פון קוויבעק, פראנסווא לעגאלט איז היינט ערשינען מיט א היטל וואס פארמאגט דער אויפשריפט "קאנאדע איז נישט פאר סעיל."

ער האט דארט געזאגט אין זיין רעדע אז אמעריקאנער בירגער וועלן זיין די וואס ליידן אויב 25% טאריפס ווערן ארויפגעשטעלט אויף קאנאדישע פראדוקטן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:47 pm
דורך פארק שול
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:30 pm דער פרעמיער פון קוויבעק, פראנסווא לעגאלט איז היינט ערשינען מיט א היטל וואס פארמאגט דער אויפשריפט "קאנאדע איז נישט פאר סעיל."

ער האט דארט געזאגט אין זיין רעדע אז אמעריקאנער בירגער וועלן זיין די וואס ליידן אויב 25% טאריפס ווערן ארויפגעשטעלט אויף קאנאדישע פראדוקטן.
ער איז דאג פארד דער פרעמיער פון אנטעריאו

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:26 pm
דורך שינאווער
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:30 pm דער פרעמיער פון קוויבעק, פראנסווא לעגאלט איז היינט ערשינען מיט א היטל וואס פארמאגט דער אויפשריפט "קאנאדע איז נישט פאר סעיל."

ער האט דארט געזאגט אין זיין רעדע אז אמעריקאנער בירגער וועלן זיין די וואס ליידן אויב 25% טאריפס ווערן ארויפגעשטעלט אויף קאנאדישע פראדוקטן.
דזשאסט פאר דע רעקארדס...: דער לעגאו איז ברייט בארימט ביי די אידישער געמיינדע און אזוי אויך ביי דער המון עם אין קוויבעק קאנאדע אלץ א טרויעריג בארימטער ליבעראלער און רעליגיע פיינט, און ביי קאוויד איז ער געווען דער וואס האט אויסגעטיילט צרות פאר יעדן פאר גאר א לאנגע צייט, און א לעצטיגער אנקעטע האט געצייגט אז זיין צופרידענהייט ראטע האלט גאר נידריג ביי די איינוואוינער פון זיין פראווינץ - קוויבעק.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:41 pm
דורך שינאווער
דראמאטישע פוטעדזש צייגט ווי א שארק פיש אטאקירט אן אונטערוואסער דראון מיט א מאכטפולע ביס.
sp.PNG
sp.PNG (470.53 KiB) געזען געווארן 440 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:01 pm
דורך שינאווער
נעכטן ביי דער ׳סטעיט אוו די סטעיט׳ רעדע האט ניו יארק גאווערנאר פרוי האוקעל פארגעשטעלט א גראנדיעזע פלאן צו פילפאכיג העכערן די ציפערן פון די ביז יעצטיגע קינדער שטייער קרעדיט וואס די סטעיט געבט ביז היינט, א שריט וואס וועט גאר שטארק ארויסהעלפן קינדער געבענטשטע פאמיליעס און איז געווארן אויסגעלויבט דורך אגודת ישראל וואס ארבעט שוין לאנגע יארן פאר אזא העכערונג.

לויט די נייע פארשריפטן וועט די פראגראם ווערן אויסגעברייטערט דרייפאכיג, פאר קינדער אונטער פיר יאר אלט וועט מען באקומען $1,000 און פאר קינדער פון פיר ביז זעכצן יאר וועט מען באקומען $500 וואס איז אסאך מער ווי די ביז איצטיגע $330 פער קינד. פאמיליעס וואס פארדינען אונטער 110 טויזנט דאלאר א יאר וועלן זיין בארעכטיגט צו קריגן די גאנצע סומע און ביז 170 טויזנט דאלאר וועט מען נאך קענען טיילווייז געניסן פון די קרעדיט, די $1,000 קרעדיט העכערונג פאר קינדער אונטער פיר יאר וועט שוין זיין פאר די 2025 שטייער יאר און די $500 קרעדיט העכערונג ביז 16 יאר וועט זיך אנהייבן ביי די 2026 שטייער יאר.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:10 pm
דורך פעיק ניוז
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:04 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 8:52 pm די יוסטיץ דעפארטמענט האט קלאר געשטעלט אז א פרעזידענטליכע פארדאן ווערט געגעבן אפילו קעגן אן ארעסטאנט'ס ווילן. דאס קומט נאכדעם וואס צוויי פון די 37 טויט פאראוטיילטע וועלכע זענען באגנאדיגט געווארן דורך ביידען, האבן אויסגעדריקט זייער ווילן צו א ריכטער, צו אפווארפן זייער באגנאדיגונג.11.jpg
וואס איז פשט? זיי ווילן א כפרה פאר די זינד?
ענדיגן זייער צעווישט לעבן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:12 pm
דורך פעיק ניוז
פארק שול האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:47 pm
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:30 pm דער פרעמיער פון קוויבעק, פראנסווא לעגאלט איז היינט ערשינען מיט א היטל וואס פארמאגט דער אויפשריפט "קאנאדע איז נישט פאר סעיל."

ער האט דארט געזאגט אין זיין רעדע אז אמעריקאנער בירגער וועלן זיין די וואס ליידן אויב 25% טאריפס ווערן ארויפגעשטעלט אויף קאנאדישע פראדוקטן.
ער איז דאג פארד דער פרעמיער פון אנטעריאו
👍

ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס דער פאן טרעגער פון קאנאדא'ס רעאקציע צו טראמפ'ס טאריף קריג.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:43 pm
דורך שינאווער
די [פרעזידענט פון די] פאראייניגטע שטאטן האט אראפגענומען קובא פון די ליסטע פון סטעיט ספאנסארס פון טעראריזם.
דער שריט איז שארף פארדאמט געווארן דורך רעפ. סענעטאר טעד קרוז, און ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צוזאמען מיט די אריינקומענדע טראמפ אדמיניסטראציע עס צוריק צו דרייען.

דער דעקלעראציע
6Dx9tK.jpeg
6Dx9tK.jpeg (35.9 KiB) געזען געווארן 391 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:17 pm
דורך שינאווער
מתעסקים איז ארויס געקומען מיט אן אפיציעלן רוף צו אידן איבער די וועלט וועלכע האבן ליידער צוטריט צו סאשעל מידיא אז זיי זאלן זיך גוט איבערקלערן בעפאר זיי שיקן ארויס נייעס און מעלדונגן, נאך א צאל פעלער מיט אידן וועלכע זענען געוואויר געווארן טראגישע נייעס איבער זייערע נאנטע דורך מעסעדזשעס

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:17 pm
דורך שינאווער
א פאראיין פון עטליכע גרויסע ספרינג וואטער קאמפאניס האבן געמאלדן אז זיי וועלן צוביסלעך טוישן די באטלעך פון פלעסטיק צו אלומינום

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:28 pm
דורך יוחנן כהן
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:17 pm א פאראיין פון עטליכע גרויסע ספרינג וואטער קאמפאניס האבן געמאלדן אז זיי וועלן צוביסלעך טוישן די באטלעך פון פלעסטיק צו אלומינום
וואס איז דאס 'אלומינום' ?

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:55 pm
דורך שינאווער
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:28 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 6:17 pm א פאראיין פון עטליכע גרויסע ספרינג וואטער קאמפאניס האבן געמאלדן אז זיי וועלן צוביסלעך טוישן די באטלעך פון פלעסטיק צו אלומינום
וואס איז דאס 'אלומינום' ?
סילווער פעיפער ווערט אנגערופן "אלומינום פויל" "aluminum foil"
Aluminio.jpg
Aluminio.jpg (4.37 KiB) געזען געווארן 335 מאל
download (1).jpg
download (1).jpg (5.97 KiB) געזען געווארן 335 מאל
download (2).jpg
download (2).jpg (2.06 KiB) געזען געווארן 335 מאל
גענוג קלאר?

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 7:03 pm
דורך שינאווער
אין בעפארברייטונג צו די נייע טראמפ אדמיניסטראציע קומען פאר סעסיעס פאר אימיגראנטן אין ניו יארק סיטי זיי צו אינפארמירן מיט זייערע לעגאלע רעכטן.
די סעסיעס קומען פאר אין שולעס, לייברעריס און קאמיוניטי צענטערן דורך אקטיוויסטן און אנדערע וועלכע ווילן צוגרייטן די אימיגראנטן אויף ערווארטעטע קרעקדאונס אקעגן זיי. פולע סעסיעס צילן סטודענטן אין סיטי שולעס אז זיי זאלן נישט זיין באזארגט פון קומען אין שולע, אזויווי מען האט געזען 8 יאר צוריק ביי טראמפ'ס ערשטע קאדענץ, ווען א צאל אימיגראנטן סטודענטן האבן אויפהערט ערשיינען אויס זארג פון ארעסט אדער דעפארטאציע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 7:05 pm
דורך שינאווער
טראמפ ביים נעמען קרעדיט אויפן עזה פייער אפשטעל אפמאך
VY1keB.jpeg
VY1keB.jpeg (96.21 KiB) געזען געווארן 322 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 7:06 pm
דורך שינאווער
די ביידען אדמיניסטראציע האט בלאקירט נאך 37 כינעזער פירמעס פון אימפארטן פראדוקטן קיין אמעריקא, באשולדיגנדיג די פירמעס אין האבן צוואנגס ארבעטער.
24JNEK.jpeg
24JNEK.jpeg (185.7 KiB) געזען געווארן 321 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 7:22 pm
דורך שינאווער
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די פייער אפשטעל... זענען די הוטי רעבעלן אויסגעלאפן פון תירוצים פארוואס ווייטער צו באמבאדירן...
AA202402043361366733613659HOUTHI_MILITARY_682190395.jpg
AA202402043361366733613659HOUTHI_MILITARY_682190395.jpg (214.56 KiB) געזען געווארן 314 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:13 pm
דורך שינאווער
ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט פארבאט קאר געיעגן פאר נידריגע פארברעכנס און טראפיק פארלעצונגען‎.
אין א נייע פּאַליסי וואָס די סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן, וועלן מער נישט זיין קיין היי-ספּיד קאַר געיעגן קעגן דרייווערס וואָס פאַרלעצן טראַפיק געזעצן אָדער אַנדערע שוואַכע סאָרט פאַרברעכנס, נאָר עס וועט רעזערווירט ווערן אין פאַל עס רעדט זיך פון אַן ערנסטע פאַרברעך.
די פּאָליציי באַאַמטע זאָגן אַז א פערטל פון די 2,300 קאַר געיעגן דורך די פּאָליציי פאַראַיאָר האָבן געפירט צו קראַכן, פּראַפּערטי שאָדנס און פיזישע שעדיגונגען, און דעריבער וועט דאָס זיין פאַרבאָטן און שטאַרק געצוימט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:40 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:13 pm ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט פארבאט קאר געיעגן פאר נידריגע פארברעכנס און טראפיק פארלעצונגען‎.
אין א נייע פּאַליסי וואָס די סיטי פּאָליציי דעפּאַרטמענט האָט געמאָלדן, וועלן מער נישט זיין קיין היי-ספּיד קאַר געיעגן קעגן דרייווערס וואָס פאַרלעצן טראַפיק געזעצן אָדער אַנדערע שוואַכע סאָרט פאַרברעכנס, נאָר עס וועט רעזערווירט ווערן אין פאַל עס רעדט זיך פון אַן ערנסטע פאַרברעך.
די פּאָליציי באַאַמטע זאָגן אַז א פערטל פון די 2,300 קאַר געיעגן דורך די פּאָליציי פאַראַיאָר האָבן געפירט צו קראַכן, פּראַפּערטי שאָדנס און פיזישע שעדיגונגען, און דעריבער וועט דאָס זיין פאַרבאָטן און שטאַרק געצוימט.
דעמאקראצן בתקפו.

אלע געזעצן לטובת די פארברעכער/אימיגראנטן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:49 pm
דורך שינאווער
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס האט זיך געטראפן אויף א זיצונג מיט נעסאו קאונטי עקזעקאטיוו בלעקמאן, א מאכטפולע ריפובליקנאער פירער.
די זיצונג האט געפירט צו שפעקולאציעס אז עדעמס ארבייט צו באקומען א פארדען פון טראמפ ווען ער קומט אריין אין אפיס. עדעמס'ס פרעס סעקרעטערי זאגט אז די צוויי האבן גארנישט גערעדט איבער טראמפ, נאר האבן ארום גערידט איבער זאכן מיט וואס די סיטי און נעסאו קאונטי קענען ארבייטן צוזאמען.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:55 pm
דורך דעת קדשי
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:49 pm ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס האט זיך געטראפן אויף א זיצונג מיט נעסאו קאונטי עקזעקאטיוו בלעקמאן, א מאכטפולע ריפובליקנאער פירער.