- Screenshot_20260817_230430_Gmail.jpg (212.77 KiB) געזען געווארן 515 מאל
נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
דברי מלכיאל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3192
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10059
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
כ'האב שוין ציטירט זיינע רייד, די מקור בכתב קען איך דיר נישט ברענגען, אבער איך און נאך עטליכע אידן האבן עס געהערט פון אים פערזענליך.אשר האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:05 pm מילי דאבות, צו עס איז א ניק צו עפעס א גליון, איז מסתמא זייער באליבט ביי מיר און ביי אלע אידן, אבער מיר גייען נאר קוקן וואס די פוסקים זאגן אי"ה, און אדרבה אויב איז מילי דאבות א פוסק ציטיר אים בפירוש, אויב נישט מוזטו יעצט איבערלאזן די ספעיס פאר דעת תורה, און יעדער וועט קענען ברענגען זיינע ראיות לכאן ולכאן כדת של תורה בע"ה. א גוטע נאכט!
דער מילי דאבות איז א גרויסער גאון, א פוסק אין ד' חלקי שולחן ערוך, מוסמך דורך די גרעסטע גאונים בדורו, די הארבסטע שאלות קומען אן צו זיין טיש, א פארהערער וואס פארהערט וועכנטליך ש"ס, שולחן ערוך, און נאך, א גרויסער בעל דרשן און משפיע, א איד וואס נעמט אויף טעגליך צענדליגער און הונדערטער מענטשן וועלכע זענען משכימים לפתחו, א בארימטער ראש ישיבה, א איד וועלכע שלאפט זייער ווייניג ביי די נעכט, זייענדיג עוסק בתורה שעות ארוכות, א גרויסער יחסן, א תלמוד חכם וואס האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגער ספרים, א איד א גרויסער עסקן וועלכער האט שוין ארויסגעהאלפן כלל ישראל אין מערערע הינזיכטן מיט זיין עסקנות, א איד וואס סאם האו פירט די השגחה עליונה אז אסאך מענטשן דארפן ווארטן יארן צו זעהן די גערעכטיגקייט פון זיינע רייד...
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 371
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 464
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
יא, איך האלט אויך אז מהר"א איז מרא דאתרא אויף קרית יואל אויב דו ביזט נייגעריגפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 9:40 pm ווייסט אפשר איינער, צו קרית יואל האט בכלל א שייכות היינטיגען טאג מיט רבינו יואל, אדער סך הכול איז עס א חלק פון היסטריע?
איז די ברך משה געווען א ממלא מקום?
אויב פארשטייסטו אז קרית יואל איז תחת רשותו פון רבינו יואל, דאן קען מען ווייטער שמועסן.
אויב נישט, איז די גאנצע טעהנעריי אינגאנצען נישט רעלעוואנט.
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
כ'בין נישט בכח יעצט אלעס צו דורכגיין, קודם וועל איך מסביר זיין די דברי מלכיאל
געמיינזאמע שותפות,
ווען די זיבן טובי העיר אדער די גאנצער ציבור פון א געגנט ("גליל המשותף") האבן זיך אינאיינעם מחייב געווען צו איין שוחט, קען א חלק פון זיי נישט זיך אפברעכן און דינגען א צווייטן שוחט פאר זיך אליין
דער טעם פונעם איסור,
אזא אפטיילונג און מאכן עקסטער שבת פאר זיך ברענגט א "קלקול הרבים"
די איבערגעבליבענע וועלן נישט קענען אליין באצאלן פארן שוחט, און זיין פרנסה און ישוב הדעת וועט געשעדיגט ווערן, וואס דאס קען משפיע זיין אויף די כשרות הבשר
קיין חילוק צווישן שטאט און דארף,
דער דין איז גלייך סיי פאר די שטאטישע איינוואוינער און סיי פאר די מענטשן פון די ארומיגע דערפער וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די שותפות פון אנהייב
א השתעבדות און הסכמה אן א חתימה,
אזוי ווי דער ציבור האט שוין געשאכטן ביי אים און מסכים געווען צו זיין משועבד צו אים, ווערט עס פאררעכנט ווי זיי האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער אים ("נשתעבדו לו")
מען דארף נישט קיין פיזישע חתימה אויף א כתב מינוי מען טאר נישט אוועקגיין פון אים אן די הסכמה פון די אנדערע, ספעציעל ביי א זאך וואס באטרעפט די גאנצע קהילה
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 371
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 464
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אנטשולדיגט אבער דער פוינט פון בלומינגבורג איז פשוט געבראטענע שקר, מיר זענען אלע גענוג אלט צו געדענקען אז מען האט עס אפיציעל פראמאוטעד אלס גענוג נאנט צו קרית יואל פאר גראסערי אין מוסדות ביז זיי האבן זיך אליינס אהערגעשטעלט, ממש ווי בלומינג גראוו יעצט, זיי האלטן שוין פשוט ווייטער אינעם דעוועלאפמענט ווי אונזעטוואס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:42 pmזייער גוט! גיין שטייט!אשר האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 10:01 pmלאמיר גיין שטאטלעך, וועלכע פלאץ האט א גליל על פי דין תורה?עטוואס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:42 pm
ווידער האסטו פארפעלט פון רעאגירן צו מיין פראגע!!
עס איז פשוט טראגי קאמיש פארוואס דו באצייכנסט בלומינגראוו אלס א אינדיוויאלע שטאט וואס בויט זיך הונדערט פראצענט אליינס אן קיין שום הילף פון די גרויסע שטאט![]()
![]()
איינער פארשטייט???
אנשטאט מסדר זיין די פראבלעם פון גלילות וואס איך האב קלאר און דייטליך געזאגט אז דו קענסט מיר נישט ברענגען קיין מקור צו מחלק זיין פון בלומינגראוו צו יעדע אלגעמיינע גליל וואס ערנערט זיך פון די גרויסע שטאט, גייסטו פשוט און פראסט אפלייקענען אז בלומינגראוו איז א גליל דו גייסט מיר קומען זאגן אז דו האלטס אז עס איז פונקט ווי ווען די שטאט זאל זיך בויען ערגעץ אין די סטעיטס???
איז נוגע צו די ראשי העיר האט יא געשמעקט אז עס בויט זיך א גליל אדער נישט?
אויב איז דאס דין מהלך איז דער שמועס דא געענדיגט עס איז נישט ווערד קיין איין ווארט מער
דיין קשיא איז עטוואס נישט קלאר לכוירע א טעות, ווי כפארשטיי דו מיינסט צו פרעגן וואס איז די פשוטע באדייט פון א גליל אין די הלכה.
די תירוץ איז מיין איך פשוט און קלאר, א גליל איז די געדאנק פון געגנטער און שכונות פון א גרויסע שטאט וואס מענטשן באזעצן זיך דערנעבן ארום און ארום פשוט ווייל עפענען א נייע שטאט איז גאר א שווערע און כמעט אוממעגליכע זאך און דערפאר ציט מען זיך ארויס ארום דעם גרויסן שטאט און אזוי געניסט מען פון די בענעפיטן פון וואוינען אין א גרויסע שטאט וואס איז זייער פשוט עס פעלט נישט אויס צו מאריך זיין אין קיין פרטים
פונקט אזוי איז דער איינפאכע מציאות פון דער יישוב אין בלומינגראוו וואס איז קלאר ווי די טאג אז דער יישוב קען נאר עקזיסטירן בלויז ווייל ער איז גלייך אין קרית יואל און יעדער תושב ווייסט אז ער געניסט פון יעדע בענעפיט וואס א תושב קרית יואל האט ברוחניות און בגשמיות!!
דאס איז פשוטער פון פשוט אויב דו ווילסט עס לייקענען, ווייס איך אויך אז דו ווייסט עס, און איך האב סך הכל נישט קיין וועג דיר דא צו איבערצייגן אבער עס איז א אומלייקנבארע פאקט!!
אנדערש ווי די נערישע פארפירערישע טעענע אז אויב אזוי אויך בלומינגבורג!! קיין איין תושב אין בלומינגבורג האט נישט געקלערט קיין סקונדע אז ער איז רואיג ווייל ער וואוינט א האלבע שעה פון קרית יואל!! יעדע תושב אין בלומינגראוו (אריינגערעכנט חסידי וויזניץ וכו') האט פארן סיינען קאנטרעקט קלאר גענומען אין באטראכט אז ער בלייבט אין די ד' אמות פון קרית יואל וואס איז א עטאבלירטע סטאבילע שטאט און נאר נאכדעם האט ער געשריבן קאנטראקט (אקעי, כווייס אז דו גייסט שרייען אז דו האסט איין ציקוועטשעטע נעיבער אן אנטיסעמיט וואס ער האט יא געוואלט אנטלויפן פון קרית יואל) און דאס איז די איינציגסטע און איינציגסטע וועג ווי אזוי בלומינגראוו האט לפי ערך מצליח געווען פשוט ווייל ער איז נישט קיין נייע שטאט!!!
דאס איז די דיפאלט פשוטע איינפאכע באגריף פון א ג-ל-י-ל-!!
יעצט באמת דע אלע זאכן מיין איך אז עס פעלט ניטאמאל אויס צו זאגן אבהער ווילאנג מקען פרעגן פרעגט מען מיז מען ענטפערן!
אויב ווילסטו קומען זאגן אז ווען א געוויסע קאנצעטראציע איינוואוינער ווילן זיך אפרייסן פונעם שטאט און גרינדן אייגענע אינפראסטרוקטור קען מען זיך אפרייסן פונעם גרויסט שטאט ברויכסטו ברענגען א מקור און דאס איז נאכנישט גענוג איידערן הערן א פסק הלכה פון א אנגענומענע פוסק וואס דו עכ"פ וואלטס אים געטרויעט אין דיין פריוואטן לעבן.
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 371
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 464
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך בין סתם נייגעריג צו הערן פון די שרייבער דא: לשיטתכם איז דא עני וועג פאר א גליל צו ווערן אן אייגענע שטאט?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
וכן למרמיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 4:05 pmפון וויזניצע רב פון מאנסי/בלאמינגראוו וויל איך נישט רעדן משום תקנת המקוםבלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:38 pmאיך וויל נישט אריינגיין דערין צופיל ווייל עס גייט קומען א ווארענונג פון די הנהלה דא אבער עס איז שיין געווארן עסטאבלישד דא אז דער וויזשניצער רב פון בלומינג גראוו האלט אז עס איז נישט קרית יואל (די הנהלה דא האט נישט געלאזט פירן דעם שמועס ווייטער דערנאך), א חלק פון די לאקאלע רבנים ודיינים זאגן אויך אזוי, די אמאונט פון חסידים איז נישט מכריע אויף איין זייט אדער די צווייטע, אויב יא וואלט דער רבי ז"ל זיך געברויכט צושטעלן צו די רבני האגודה וואס זענען פיל מער ווי סאטמארמיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 3:14 pm
א רבי וואס האט א ריזיגע ציבור אלפים ורבבות חסידים הולכים לאורו, א רבי וואס זיין ווארט און פסק ווערט ארויפגעקוקט ביי רוב חסידישע און ליטווישע קרייזן, האט אזוי געזאגט, אדרבה, ברענג מיר איין רבי וואס איז האלב אויף דעם לעוועל פון האדמו"ר מהר"א בכמות או באיכות וואס האט אמאל געזאגט אדער געשריבן אנדערש
אנדערע רבנים ודיינים? אויב זענען זיי אינטער מהר"א/מהרי"י קהילות איז זייער מיינונג אירעלעווענט, זיי זענען נכנע אינטער זייער רבי
אויב אנדערע רבנים וואס האבן געעפענט עפעס א שולעכעל, העלמיר דן זיין וואס זייער כח איז, וויפיל מענטשן זענען סרים למשמעתם און נוצן אט דיזע רבנים פאר זייער פוסק אחרון ומורה דרך על החיים
און לגבי דעם רבי'ן ז"ל קעגן די אגודה, טאקע דערפאר האט די רבי ז"ל געבויעט א שטאט וואס זאל זיין 100 פראצענט לויט זיינע שיטות, און דאס ווילן טייל צוברעכן היל"ת והוי זהיר בגחלתו
I WOULD AGREE WITH YOU
...BUT
THEN WILL BOTH BE WRONG
...BUT
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
נאך איין מראה מקום די חת''ס אין די תשובות או''ח קצ''ג
איך וועל לייגן אין אידיש א תמצית -געהאקטע אידיש- עס איז גוט צו אריינקוקן דערין און זעהן אינעווייניג וויזוי ער שמועסט עס אויס

זיי טענה'ן אזוי ווי עס איז דער שטייגער וועגן די שטייערן און אפגאבן און אלע קהילה-הוצאות. די קהילה פאדערט פון זיי געלט,
אבער זיי טענה'ן אז זיי קומען דאך כמעט נישט אין שטאט, נאר בלויז דריי טעג א יאר – ראש השנה און יום כיפור – צו דאווענען אין דער הייליגער שול. און דעם גאנצן יאר האבן זיי קיין שום הנאה נישט פון די זאכן וואס די קהילה שטעלט צו און פירט אויס
וייל אויב זיי האבן אן אייגענע פראגע אדער א ספק (אין הלכה), זענען זיי דאך זייער ווייט פון דער קהילה, און עס איז פאר זיי אוממעגלעך צו פארן און פסק'ענען יעדער קלייניקייט.
זיי האבן אייגענע שוחטים און בודקים פאר זיך, און זיי האבן נישט קיין הנאה פון די שוחטים וואס זענען באשטימט דורך דער קהילה.
דאס זעלבע איז מיט אנדערע זאכן ווי א מקוה וכדומה (זיי נוצן עס נישט).
אויב אזוי, פון וואו נעמט זיך דאס רעכט ארויפצוצינגען אויף זיי דעם עול פון די אלע הוצאות פונקט ווי א פולער איינוואוינער פון דער קהילה
אבער די מענטשן פון דער שטאט קהילה פאדערן פארקערט. זיי זאגן אז מען קען נישט צוגלייכן די ארבעט און די שטייער-אפשאצונג פון יעדן איינעם לויט זיין ערך, און מען דארף לייגן אויף די דאָרפישע בעלי-בתים נאך מער ווי אויף די שטאטישע לויט זייער געלט און עשירות. ווייל די שטאטישע צאלן כסדר פאר דער קהילה-קאסע פון יעדע פונט פלייש, פון עופות שחיטה, פון טרינקען וויין און קויפן מצות, און דאס גאנצע געלט גייט אריין אין קאַסע צו שטיצן די קהילה-הוצאות.
און די דאָרפישע מענטשן צאלן דאך נישט די אלע קליינע שטייערן (ווייל זיי קויפן נישט אין שטאט), כאטש זיי זענען אויך באלאדנט מיט אנדערע שווערע רעגירונגס-שטייערן און אפגאבן. נאך א טענה און א וואונדער איז דא: עס זענען געקומען מענטשן פון אנדערע גלילות און האבן זיך באזעצט דארט דורך די קהילה-לייט, און צוליב דעם זענען אנדערע ארטיקע יידן פארטריבן געווארן פון זייערע וואוינונגען און שטעטלאך.
דער חתם סופר פסק'נט
אז די דארפישע יידן קענען זיך נישט אינגאנצן פטר'ן פון די הוצאות הקהילה. אפילו אויב זיי קומען נאר דריי טעג א יאר (ראש השנה און יום כיפור), זענען זיי נאך אלץ מחויב צו צאלן פאר די הויפט-זאכן וואס האלטן אויף דאס יידישקייט פונעם גאנצן גליל
רב און שוחט: די דארפישע יידן מוזן האבן א רב צו וועמען צו פרעגן שאלות און א שוחט, אפילו אויב זיי האבן אן אייגענעם שוחט אינעם דארף, ווייל דער ארטיקער שוחט מוז שטיין אונטער די השגחה פונעם גרויסן רב פונעם גליל.
ביהמ"ד און מקוה: אזוי ווי זיי קומען פאר די ימים נוראים דאווענען אין שטאט, זענען זיי שותפים אין דעם בנין בית המדרש און אין די מקוה.
וויאזוי רעכנט מען אויס די שטייערן? (דער אמת'ער יושר)
דער חתם סופר פארשטייט די טענה פון די דארפישע יידן אז די שטאטישע מענטשן צאלן ווייניקער דירעקטע שטייערן ווייל זיי צאלן כסדר קליינע אפגאבן (אויף פלייש, וויין, מצות וכדומה) וואס גייט אריין אין די קהילה-קאסע. דעריבער פסק'נט ער א יושר'דיגן חשבון:
מען דארף אויסרעכנען די גאנצע הוצאות הקהילה (למשל: 1000 רייניש).
מען נעמט אראפ דאס געלט וואס די שטאט פארדינט פון די קליינע שטייערן (למשל: 300 רייניש).
דעם איבערגעבליבענעם חוב (די 700 רייניש) דארפן אלע אינאיינעם צאלן – סיי די שטאטישע און סיי די דארפישע – יעדער איינער לויט זיין עשירות און פארמעגן.
די אויסנאם – וויין: אויף וויין זאגט ער אז די דארפישע יידן האבן בכלל נישט קיין שותפות, ווייל זיי קויפן זייער וויין ביליג אין די דערפער און האבן קיין שום שייכות נישט צו די שטאטישע וויין-האנדל. דעריבער טאר מען זיי נישט בעטן קיין געלט דערפאר.
לגבי די טענה אז די קהילה האט אריינגענומען נייע מענטשן פון אנדערע גלילות און צוליב דעם זענען ארטיקע יידן פארטריבן געווארן ("נתגרשו יהודים ממשכנותם"), שרייבט דער חתם סופר זייער שארף:
אזוי ווי די נייע מענטשן זענען געקומען פון דאס ניי און זענען נישט קיין אלטע שותפים אין די קהילה, האבן זיי נישט קיין רעכט הנאה צו האבן פון די אלטע מוסדות (ביהכנ"ס, מקוה) אן די הסכמה פון די דארפישע יידן.
די קהילה-לייט האבן נישט קיין שום רעכט צו געבן פאר די נייע מענטשן פריווילעגיעס וואס טשעפענען אדער נעמען צו די פרנסה און וואוינונגען פון די אלטע דארפישע יידן.
דער חתם סופר צייגט אונז דא א געוואלדיגן יסוד אין חושן משפט און הנהגת הכלל:
די קהילה איז נישט א ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה. א קהילה איז א שותפות קדושה.
מצד אחד מוז יעדער איינער שטיצן די רוחניות'דיגע יסודות (רב, שחיטה, מקוה), אבער מצד שני טאר די הנהגה פון די שטאט נישט אויסנוצן די כח פונעם רוב צו באעוולען די מינדערהייט אדער די דארפישע יידן וואס זענען שוואכער אין קול. אלעס מוז געטאן ווערן מיט אן אמת'ן יושר און א מדוקדק'דיגן חשבון.
.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3192
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10059
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
א פאסיגע מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט וואס קומט דא אריין גאנץ קלאר
עס איז געווען ביי א געוויסע גרויסע מערכה מיט א האקעלע שאלה וואס הגאון ר' משה פיינשטיין ז"ל האט געהאלטן להיתר און סאטמארער רב האט געהאלטן לאיסור, האט זיך געהאנדלט איבער א דעלעגאציע וואס זאל אריבערגיין צו ר' משה זיך מתווכח זיין און אים אויפקלערן אז ער זאל צוריקציען זיין היתר. דער סאטמארער רב האט געבעטן אז זיי זאלן נישט רעדן מיט אים הלכה נאר השקפה.
למעשה איז די דעלעגאציע אנגעקומען, קיין דעטאלן געדענק איך שוין נישט, אבער ר' משה אדער א צווייטער דארט האט אנגעהויבן מיט הלכה און די רבנים זענען אריינגעשלעפט געווארן ביז ר' משה האט זיי באזיגט.
ווען זיי זענען צוריקגעקומען צום דברי יואל, האט ער זיי געזאגט "כ'האב ענק געזאגט אז ענק זאלן זיך נישט אריינלאזן מיט אים אין הלכה..."
ר' משה איז געווען גאר גאר א גרויסער גאון, אבער צו השקפה, און א בליק ארויס פון די הלכה'דיגע גבולים האט דער רבי דער דברי יואל געהאט א ברייטערע בליק.
====================
לענינינו: צו הלכה'דיג מעג מען זיך אפטיילן צו נישט? דאס קען מען דן זיין (הגם לויט הרב @אשר קען מען נישט), אבער דאס איז קלאר, צו יא מהר"א צו נישט מהר"א, דער פלאץ געהערט השקפה'דיג צום רבי'ן ז"ל דער דברי יואל, און זיך פירן קעגן זיין רצון, האבן אנדערע דיעות און השקפות פון אים, לאדענען מענטשן וואס וועלן זיך נישט פירן אין זיינע דרכים, דאס איז השקפה'דיג אביסל נידריגער פון די העכסטע שטאפל אין דרך ארץ פאר כבודו הטהור.

ווען מען עפנט א חתם סופר, א דברי מלכיאל, און מען קוקט די הלכה.
קען מען אביסל געבן צו פארשטיין די הבנה פון די רבני העיר פארוואס זיי באטראכטן עס אלץ א גענצליך באזונדערע שטאט
פארוואס בלומינגראוו קען און מעג זיין זעלבסטשטענדיג, און פארוואס דער אלטער צענטער קען נישט כופה זיין קיין בעלות.
אינעם חתם סופר שטייט קלאר אז ס'איז א שותפות פון יושר, נישט קיין כפיי' פון רוב
דער חתם סופר רעדט פון א מציאות פון "דארפישע אידן" וואס וואוינען ארום א שטאט
צו קענען מדמה זיין דעם חתם סופר צו אונזער פאל, און ארויסהאבן במה דברים אמורים דארף מען קודם פארשטיין דעם ריזיגן חילוק אין מציאות
בלומינגראוו הייסט היינט א "דארף"?
בלומינגראוו איז א שטאט פון הונדערטער משפחות, זיי קומען דען אריין קיין קרית יואל דריי טעג א יאר אויף ימים נוראים ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע שול?
פארקערט, בלומינגראוו איז פול מיט אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מקוואות, אייגענע דיינים אייגענע חלוקה פאר יו''ט פאר עניי העיר
א "עיר ואם בישראל" פאר זיך אליין!
אבער אפילו אויב איינער וועט זיך עקשנ'ען אז בלומינגראוו האט א דין פון א "דארף",
קוק וואס דער הייליגער חתם סופר פסק'נט:
"די קהילה איז נישט קיין ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה."
דער חתם סופר שרייט חי וקים, א שטאט קען נישט נוצן איר כח פון "מיר זענען דער רוב"
צו טשעפען די מינדערהייט פינעם דארף
דער חתם סופר מאכט א פונקטליכן חשבון, מ'רעכנט אראפ די קליינע שטייערן, מ'מעסט עס לויט יושר
דאס מיינט, אז די הנהגה אינעם גרויסן שטאט קען נישט פשוט באשליסן "עטס אלע באלאנגטס צו אונז און מיר וועלן אייך מאכן די פרייזן און די תקנות ווי אזוי מיר ווילן
ווייל אונז זעמיר די 'מאמע שטאט'
הלכה פאדערט יושר און פולע אנערקענונג מיט די איינוואוינער פון די נייע געגנט
מען טאר נישט טשעפן פרנסות:
די חתם סופר'ס שארפע ווערטער אז מ'טאר נישט ברענגען נייע מענטשן אדער פריווילעגיעס
וואס טשעפענען די פרנסה אדער וואוינונגען פון די לאקאלע
דאס איז א געוואלדיגער יסוד!
ווען בלומינגראוו בויט זיך אויף אלס אן אייגענער מוניציפאלער קערפערשאפט, מיט אייגענע געזעצן וואס שיצט די איינוואוינער און זייערע נכסים
קען נישט די שכנות'דיגע שטאט פרובירן ארויפצוצווינגען זאכן (ווי פאליטישע איינגעלעגנהייטן אדער טעקס רעגולאציעס)
וואס שטערט די וואוינונגען אדער די רעכטן פון די בלומינגראווער תושבים.
די דברי מלכיאל איז זייער קלאר צוברעכן א מוסד אדער בויען א נייעם כלי?
דער דברי מלכיאל ברענגט ארויס דעם יסוד פון "קלקול הרבים"
אז אויב א ציבור האט אינאיינעם אויפגענומען א שוחט אדער א רב, קען איין חלק נישט פלוצלינג זיך אפטיילן, ווייל דערמיט לאזן זיי איבער די אנדערע אין א מיינוס
דער שוחט וועט הונגערן, און די איבערגעבליבענע וועלן נישט קענען אליין דעקן די קאסטן.
יעצט לאמיר דאס צולייגן אויף אונזער שמועס,
איז דא א "קלקול הרבים" פאר קרית יואל?
קרית יואל איז א שטאט פון בלי עין הרע צענדליגע טויזנטער איינוואוינער
אויב די נייע שטאט בלומינגראוו שטעלט זיך אויף אירע אייגענע פיס מיט אן אייגענער קהילה,
רבנים און דיינים פאלט דען קרית יואל איין?
גייט דען עפעס א שוחט, אדער א מוסד אין קרית יואל צובראכן ווערן דערפון?
אבסאלוט נישט! די שטאט איז אדיר וחזק.
דער דברי מלכיאל'ס גאנצער איסור פון זיך אפטיילן איז געבויט אויף היזק פונעם ציבור דא איז נישטא קיין שום היזק; עס איז פשוט הרחבת גבולי הקדושה!
עס ווערט נאר א קאנקורענץ פון וואס טויזענטער אידן זענען נהנה
קיינער האט זיך נישט משעבד געווען: ווען אידן קויפן א דירה און מופן ארויס פון קרית יואל קיין בלומינגראוו,
איז עס דאך מיטן חשבון אז זיי בויען א נייע שטאט. זיי זענען א נייע ענטיטי
עס איז נישט א חלק פון די תושבי קרית יואל וואס מאכן פלוצלינג א מרידה אינמיטן שטאט
עס איז א גרופע מענטשן וואס זענען כדת וכדין ארויסגעגאנגען פונעם "גליל המשותף" כדי צו גרינדן א נייעם ישוב.
מען זעט מען איין קלארע זאך, די הלכה באשיצט דעם 'יושר' און היט אויס פון 'היזק'.
בלומינגראוו איז נישט קיין דארף וואס איז אנגעוויזן אויף די חסדים פון קרית יואל צו האבן ווי צו הערן שופר,
און דעריבער קען קרית יואל זיי נישט טעקסירן אדער קאנטראלירן אלס תלויים בהם
צווייטנס, בלומינגראוו'ס אויפבויען זיך ווי א זעלבסטשטענדיגע קהילה ברענגט נישט קיין שום פינאנציעלע חורבן פאר די מאמע-שטאט קרית יואל, וואס פארלאנגט אז מ'זאל עס אסר'ן.
אדרבה, דער חתם סופר ווארנט קלאר אז די שטארקע שטאט טאר נישט ניצן איר מאכט צו באעוולען און צונעמען די רעכטן פון די דארפישע
צו כופה זיין פאר די בלומינגראווער אז זיי זענען אייביג משועבד צו א פריערדיגן צענטער – אן פאקטישע סברות פון היזק –
דאס איז קעגן דעם הבנה פון יושר פונעם חתם סופר''

איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן? כ'האב עס שוין געשריבן, און כ'וועל עס שרייבן נאכאמאל:
ווען די נושא איז פאליטיק, טעקסעס, וכדו' זיי ווילן מאכן שבת פאר זיך בגשמיות זענט איר מעגליך גערעכט, אבער ווען די עומדים בראש הייבן אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות קעגן די גייסט פונעם שטאט, דאס איז די נושא דא, און דאס זענען די הזיקות וואס זיי קענען אנזייען פאר די גרויסע שטאט!

- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 258
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 530
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
סיריעסלי...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:42 am איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן? כ'האב עס שוין געשריבן, און כ'וועל עס שרייבן נאכאמאל:
ווען די נושא איז פאליטיק, טעקסעס, וכדו' זיי ווילן מאכן שבת פאר זיך בגשמיות זענט איר מעגליך גערעכט, אבער ווען די עומדים בראש הייבן אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות קעגן די גייסט פונעם שטאט, דאס איז די נושא דא, און דאס זענען די הזיקות וואס זיי קענען אנזייען פאר די גרויסע שטאט!
גערעכט, נאר אין בלומינגראוו האט די מהר''א בוטשער א סיטינג עריע, א רוחניות'דיגע הפקרות וואס מען זעהט נישט אין שטעטל. (אפילו אויפן זעלבן גאס האט שוין אמאל די רבי ז''ל פארברענט א גראסערי וואס האט זיך געוואגט צו האבן סיטינג! שפעטער אינטער א נייע אייגנטומער איז שוין נישט געווען קיין אישא)
נאך אנדערע פארשידענע הפקירות קומט פאר אין בלומינגראוו אבער ס'איז דערווייל א שטרענגע געהיימניס און קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז.
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ווען די נושא איז קאנטראל און מאכט,להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:42 am אבער ווען די עומדים בראש הייבן אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות קעגן די גייסט פונעם שטאט,
אבער מ'ווייסט אז מ'האט נישט קיין רעכט צו צווינגען, טוט מען זיך אהן א פאליציי היטל
דעם אידישן פאליטישן פאנצער און מ'הייבט אן שרייען: רוחניות! הפקירות! הצילו!
ס'לוינט נישט צו עפענען דעם קען פון ווארעם
און אנהייבן גיסן גארבעדזש אויף די סכנה פינעם לאזן די מאנאפאל פון ק''י אויף אנדערע,
בעסער לאז עס דא און נישט אריינגיין דא ווער ס'איז גערעכט וועמענס רוחניות'דיגע הנהגה עס שאדט פאר וועם,
לאז עס סתם ביי די טריקענע הלכה וואס די ספרי שו''ת שמועסן אויס אין די הלכה'דיגע נושא
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3192
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10059
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך וועל דיר זאגן דעם לויטערן אמת.
ווען כ'האב געשריבן מיין תגובה האב איך אינזין געהאט בעיקר ציוניסטישע קרייזן, און בכלליות הוראות וואס דער רבי דער דברי יואל האט געהאלטן, און מיטן לאדענען אידן מיט אנדערע השקפות איז דאס אין קעגנזאץ פון אונזערע ווירדן און השקפות - אן ענין מיט וואס כ'מיין אז רוב אידן פארשטייען דאס און זענען מסכים דערצו.
היות עס האט זיך געפנט די קאנע ווערים בנוגע לאקאלע א.ג. סאטמארע פנימי ענינים, נישט דאס האב איך אינזין געהאט, און הלואי זאל די הנהלה פארמעקן דעם שמועס, ווייל עס קען גיין שמוץ פעך און שוועבל אויף אלע זיבן זייטן.
ווען כ'האב געשריבן מיין תגובה האב איך אינזין געהאט בעיקר ציוניסטישע קרייזן, און בכלליות הוראות וואס דער רבי דער דברי יואל האט געהאלטן, און מיטן לאדענען אידן מיט אנדערע השקפות איז דאס אין קעגנזאץ פון אונזערע ווירדן און השקפות - אן ענין מיט וואס כ'מיין אז רוב אידן פארשטייען דאס און זענען מסכים דערצו.
היות עס האט זיך געפנט די קאנע ווערים בנוגע לאקאלע א.ג. סאטמארע פנימי ענינים, נישט דאס האב איך אינזין געהאט, און הלואי זאל די הנהלה פארמעקן דעם שמועס, ווייל עס קען גיין שמוץ פעך און שוועבל אויף אלע זיבן זייטן.
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 371
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 464
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
עס איז טאקע א טשעלענדזש ווייל אלעס קומט באמת צוריק צו דעם למחצה, לשליש ולרביעלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 1:43 am איך וועל דיר זאגן דעם לויטערן אמת.
ווען כ'האב געשריבן מיין תגובה האב איך אינזין געהאט בעיקר ציוניסטישע קרייזן, און בכלליות הוראות וואס דער רבי דער דברי יואל האט געהאלטן, און מיטן לאדענען אידן מיט אנדערע השקפות איז דאס אין קעגנזאץ פון אונזערע ווירדן און השקפות - אן ענין מיט וואס כ'מיין אז רוב אידן פארשטייען דאס און זענען מסכים דערצו.
היות עס האט זיך געפנט די קאנע ווערים בנוגע לאקאלע א.ג. סאטמארע פנימי ענינים, נישט דאס האב איך אינזין געהאט, און הלואי זאל די הנהלה פארמעקן דעם שמועס, ווייל עס קען גיין שמוץ פעך און שוועבל אויף אלע זיבן זייטן.
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ס'נישט נאר למחצה וכו' עס קומט אינגאנצן צוריק צו דעם כל כולובלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 8:27 amעס איז טאקע א טשעלענדזש ווייל אלעס קומט באמת צוריק צו דעם למחצה, לשליש ולרביעלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 1:43 am איך וועל דיר זאגן דעם לויטערן אמת.
ווען כ'האב געשריבן מיין תגובה האב איך אינזין געהאט בעיקר ציוניסטישע קרייזן, און בכלליות הוראות וואס דער רבי דער דברי יואל האט געהאלטן, און מיטן לאדענען אידן מיט אנדערע השקפות איז דאס אין קעגנזאץ פון אונזערע ווירדן און השקפות - אן ענין מיט וואס כ'מיין אז רוב אידן פארשטייען דאס און זענען מסכים דערצו.
היות עס האט זיך געפנט די קאנע ווערים בנוגע לאקאלע א.ג. סאטמארע פנימי ענינים, נישט דאס האב איך אינזין געהאט, און הלואי זאל די הנהלה פארמעקן דעם שמועס, ווייל עס קען גיין שמוץ פעך און שוועבל אויף אלע זיבן זייטן.
ווייל ווען די הייבסט אהן רעדן צו א מענטש פון דעם הייבט ער אהן מיטן טול קורה.. אזא ריזיגע באלקן וואס מען קען ניטאמאל דא אריינברענגן עס וועט אפשפארן דעם גאנצן שנירל דא
לאמיר עס לאזן נאר ביי די הלכה'דיגע חלק אויסשמועסן
-
רב הכולל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 155
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
- Location: ני
- x 357
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אויב האט מען זיך געצויגן קיין בלומינגראוו צו זיין אפגעטיילט פון קר"י, פארוואס איז מען נישט געגאנגען לעבן מאנסי, סקווער, בלומענבורג, קיימישע וכדומה, פארוואס דווקא לעבן קר"י?
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 219
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
מענטשן פרעגן ווי די מקור אין שו''ע אויף די נושא
די ערשטע איז דער סימן אין שו''ע חו''מ
די ערשטע איז דער סימן אין שו''ע חו''מ
► Show Spoiler
-
אשר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
- Location: מאנרוי
- x 98
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אה וואו... הרב גאלדבערג האט מיר אויסגעכאפט!!גאלדבערג האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:49 pm נאך איין מראה מקום די חת''ס אין די תשובות או''ח קצ''ג
איך וועל לייגן אין אידיש א תמצית -געהאקטע אידיש- עס איז גוט צו אריינקוקן דערין און זעהן אינעווייניג וויזוי ער שמועסט עס אויס
זיי טענה'ן אזוי ווי עס איז דער שטייגער וועגן די שטייערן און אפגאבן און אלע קהילה-הוצאות. די קהילה פאדערט פון זיי געלט,
אבער זיי טענה'ן אז זיי קומען דאך כמעט נישט אין שטאט, נאר בלויז דריי טעג א יאר – ראש השנה און יום כיפור – צו דאווענען אין דער הייליגער שול. און דעם גאנצן יאר האבן זיי קיין שום הנאה נישט פון די זאכן וואס די קהילה שטעלט צו און פירט אויס
וייל אויב זיי האבן אן אייגענע פראגע אדער א ספק (אין הלכה), זענען זיי דאך זייער ווייט פון דער קהילה, און עס איז פאר זיי אוממעגלעך צו פארן און פסק'ענען יעדער קלייניקייט.
זיי האבן אייגענע שוחטים און בודקים פאר זיך, און זיי האבן נישט קיין הנאה פון די שוחטים וואס זענען באשטימט דורך דער קהילה.
דאס זעלבע איז מיט אנדערע זאכן ווי א מקוה וכדומה (זיי נוצן עס נישט).
אויב אזוי, פון וואו נעמט זיך דאס רעכט ארויפצוצינגען אויף זיי דעם עול פון די אלע הוצאות פונקט ווי א פולער איינוואוינער פון דער קהילה
אבער די מענטשן פון דער שטאט קהילה פאדערן פארקערט. זיי זאגן אז מען קען נישט צוגלייכן די ארבעט און די שטייער-אפשאצונג פון יעדן איינעם לויט זיין ערך, און מען דארף לייגן אויף די דאָרפישע בעלי-בתים נאך מער ווי אויף די שטאטישע לויט זייער געלט און עשירות. ווייל די שטאטישע צאלן כסדר פאר דער קהילה-קאסע פון יעדע פונט פלייש, פון עופות שחיטה, פון טרינקען וויין און קויפן מצות, און דאס גאנצע געלט גייט אריין אין קאַסע צו שטיצן די קהילה-הוצאות.
און די דאָרפישע מענטשן צאלן דאך נישט די אלע קליינע שטייערן (ווייל זיי קויפן נישט אין שטאט), כאטש זיי זענען אויך באלאדנט מיט אנדערע שווערע רעגירונגס-שטייערן און אפגאבן. נאך א טענה און א וואונדער איז דא: עס זענען געקומען מענטשן פון אנדערע גלילות און האבן זיך באזעצט דארט דורך די קהילה-לייט, און צוליב דעם זענען אנדערע ארטיקע יידן פארטריבן געווארן פון זייערע וואוינונגען און שטעטלאך.
דער חתם סופר פסק'נט
אז די דארפישע יידן קענען זיך נישט אינגאנצן פטר'ן פון די הוצאות הקהילה. אפילו אויב זיי קומען נאר דריי טעג א יאר (ראש השנה און יום כיפור), זענען זיי נאך אלץ מחויב צו צאלן פאר די הויפט-זאכן וואס האלטן אויף דאס יידישקייט פונעם גאנצן גליל
רב און שוחט: די דארפישע יידן מוזן האבן א רב צו וועמען צו פרעגן שאלות און א שוחט, אפילו אויב זיי האבן אן אייגענעם שוחט אינעם דארף, ווייל דער ארטיקער שוחט מוז שטיין אונטער די השגחה פונעם גרויסן רב פונעם גליל.
ביהמ"ד און מקוה: אזוי ווי זיי קומען פאר די ימים נוראים דאווענען אין שטאט, זענען זיי שותפים אין דעם בנין בית המדרש און אין די מקוה.
וויאזוי רעכנט מען אויס די שטייערן? (דער אמת'ער יושר)
דער חתם סופר פארשטייט די טענה פון די דארפישע יידן אז די שטאטישע מענטשן צאלן ווייניקער דירעקטע שטייערן ווייל זיי צאלן כסדר קליינע אפגאבן (אויף פלייש, וויין, מצות וכדומה) וואס גייט אריין אין די קהילה-קאסע. דעריבער פסק'נט ער א יושר'דיגן חשבון:
מען דארף אויסרעכנען די גאנצע הוצאות הקהילה (למשל: 1000 רייניש).
מען נעמט אראפ דאס געלט וואס די שטאט פארדינט פון די קליינע שטייערן (למשל: 300 רייניש).
דעם איבערגעבליבענעם חוב (די 700 רייניש) דארפן אלע אינאיינעם צאלן – סיי די שטאטישע און סיי די דארפישע – יעדער איינער לויט זיין עשירות און פארמעגן.
די אויסנאם – וויין: אויף וויין זאגט ער אז די דארפישע יידן האבן בכלל נישט קיין שותפות, ווייל זיי קויפן זייער וויין ביליג אין די דערפער און האבן קיין שום שייכות נישט צו די שטאטישע וויין-האנדל. דעריבער טאר מען זיי נישט בעטן קיין געלט דערפאר.
לגבי די טענה אז די קהילה האט אריינגענומען נייע מענטשן פון אנדערע גלילות און צוליב דעם זענען ארטיקע יידן פארטריבן געווארן ("נתגרשו יהודים ממשכנותם"), שרייבט דער חתם סופר זייער שארף:
אזוי ווי די נייע מענטשן זענען געקומען פון דאס ניי און זענען נישט קיין אלטע שותפים אין די קהילה, האבן זיי נישט קיין רעכט הנאה צו האבן פון די אלטע מוסדות (ביהכנ"ס, מקוה) אן די הסכמה פון די דארפישע יידן.
די קהילה-לייט האבן נישט קיין שום רעכט צו געבן פאר די נייע מענטשן פריווילעגיעס וואס טשעפענען אדער נעמען צו די פרנסה און וואוינונגען פון די אלטע דארפישע יידן.
דער חתם סופר צייגט אונז דא א געוואלדיגן יסוד אין חושן משפט און הנהגת הכלל:
די קהילה איז נישט א ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה. א קהילה איז א שותפות קדושה.
מצד אחד מוז יעדער איינער שטיצן די רוחניות'דיגע יסודות (רב, שחיטה, מקוה), אבער מצד שני טאר די הנהגה פון די שטאט נישט אויסנוצן די כח פונעם רוב צו באעוולען די מינדערהייט אדער די דארפישע יידן וואס זענען שוואכער אין קול. אלעס מוז געטאן ווערן מיט אן אמת'ן יושר און א מדוקדק'דיגן חשבון.
.
איך האב געוואלט אנהויבן מיט דעם תשובות חתם סופר וואס טובא איכא למשמע מינייהו פאר אונזער סוגיא, אבער ער באקומט די קרעדיט.
איך וויל בעטן יעדער וואס וויל האבן א חלק אינעם שיעור און וואס איז נייגעריג צו מברר זיין די אית'ע דעת תורה אין דעם ענין זאל אדורכלערנען די תשובה מיט מתינות און דערנאך וועלן מיר עס בעארבייטן רוהיג. יישר כח
-
אשר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
- Location: מאנרוי
- x 98
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
עד כאן דברי מרן להגדיל הטראסק שליט"א, יעצט וועלן מיר זעהן אויב אלע פוסקים בדור הקודם האבן אויך געהאלטן אז דאס איז א הלכה שאלה אדער השקפה שאלה.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:13 am א פאסיגע מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט וואס קומט דא אריין גאנץ קלאר
עס איז געווען ביי א געוויסע גרויסע מערכה מיט א האקעלע שאלה וואס הגאון ר' משה פיינשטיין ז"ל האט געהאלטן להיתר און סאטמארער רב האט געהאלטן לאיסור, האט זיך געהאנדלט איבער א דעלעגאציע וואס זאל אריבערגיין צו ר' משה זיך מתווכח זיין און אים אויפקלערן אז ער זאל צוריקציען זיין היתר. דער סאטמארער רב האט געבעטן אז זיי זאלן נישט רעדן מיט אים הלכה נאר השקפה.
למעשה איז די דעלעגאציע אנגעקומען, קיין דעטאלן געדענק איך שוין נישט, אבער ר' משה אדער א צווייטער דארט האט אנגעהויבן מיט הלכה און די רבנים זענען אריינגעשלעפט געווארן ביז ר' משה האט זיי באזיגט.
ווען זיי זענען צוריקגעקומען צום דברי יואל, האט ער זיי געזאגט "כ'האב ענק געזאגט אז ענק זאלן זיך נישט אריינלאזן מיט אים אין הלכה..."
ר' משה איז געווען גאר גאר א גרויסער גאון, אבער צו השקפה, און א בליק ארויס פון די הלכה'דיגע גבולים האט דער רבי דער דברי יואל געהאט א ברייטערע בליק.
====================
לענינינו: צו הלכה'דיג מעג מען זיך אפטיילן צו נישט? דאס קען מען דן זיין (הגם לויט הרב @אשר קען מען נישט), אבער דאס איז קלאר, צו יא מהר"א צו נישט מהר"א, דער פלאץ געהערט השקפה'דיג צום רבי'ן ז"ל דער דברי יואל, און זיך פירן קעגן זיין רצון, האבן אנדערע דיעות און השקפות פון אים, לאדענען מענטשן וואס וועלן זיך נישט פירן אין זיינע דרכים, דאס איז השקפה'דיג אביסל נידריגער פון די העכסטע שטאפל אין דרך ארץ פאר כבודו הטהור.
דערנאך וועלן מיר אי"ה מברר זיין דעת קדשו פון רבינו זי"ע איבער אננעמען גאנצע הנחות על סמך פון א מעשה וואס מען פארציילט איבער פון צדיקים.
ועוד חזון להגדיל הטראסק אי"ה.
-
להחזיר עטרה ליושנה
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 7:01 pm
- x 18
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
נאך די אלע גאונותדיגע שקלא וטריא פון אשר, האלט נאך עימיצער דא אז אשר איז טאקע ניי דא און פרעגט פשוט פאר וואונדער? אדער איז ער גוט אויסגעקאכט אין די ענינים און איז איז לכתחילה געקומען עפענען מיט א נייע ניק צו אנדרייען א קאשע?אשר האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.
קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!
ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
אשר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
- Location: מאנרוי
- x 98
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
בוודאי, על זה גופא אנו דנין צו מען הויבט אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות אדער נישט. בשעת די רבני העיר שליט"א שרייען, אונז האבן א עינא פקיחא אויף יעדע ריר און די הנהלת העיר איז דן מיט אונז אויף יעדן מציאות, מיר זענען אויך תלמידי רבינו זי"ע און ווייסן וואס איז וויכטיג פאר אונזער שטאט, און ביטע נעמט קעיר פון אייער שמוץ און לאזט אונז במנוחה, קומען שלעכטע מענטשן און דרייען א קאפ פאר רבינו שליט"א צו אנהויבן א מערכה מיט א שכנות'דיגע שטאט, צו קענען ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז די זינלאזע מהלך פון מאכן רבינו שליט"א אויסזעהן פאר די וועלט פאר א געמיינער בעל מדות וואס וויל יעדן צוקוועטשן, צו עס האט עפס מיט אים צו נישט, און מאכן דעם אנשטעל כאילו דער רבי זעלבסט דער רבן של ישראל לאזט נישט נאך אין זיינע עלטערע גאלדענע יארן פון דעם טעראר אין וואס מען האט אים אריינגעקוועטשט אלע יארן. דאס איז אונזער ווייטאג טאקע.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:42 am איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן? כ'האב עס שוין געשריבן, און כ'וועל עס שרייבן נאכאמאל:
ווען די נושא איז פאליטיק, טעקסעס, וכדו' זיי ווילן מאכן שבת פאר זיך בגשמיות זענט איר מעגליך גערעכט, אבער ווען די עומדים בראש הייבן אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות קעגן די גייסט פונעם שטאט, דאס איז די נושא דא, און דאס זענען די הזיקות וואס זיי קענען אנזייען פאר די גרויסע שטאט!
-
אשר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
- Location: מאנרוי
- x 98
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
שאלת חכם חצי תשובה...
מען איז געגאנגען קיין בלומינגגראוו ווייל דארט איז געווען גרייט א הערליך ווינקל מיט ביליגע דירות צו בויען א הערליך אידישע שטאט, נעבן א עקזיסטירענדע אידישע שטאט וואס העלפט שטארק ארויס ביים אנהויב, און אדרבה אויב איז דא נאך אזוינע ווינקלען אין אנדער שטעט וועט עס מתמא אויך ווערן פארכאפט דורך אידן צו בויען פרישע שטעט.