בלאט 219 פון 219
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 3:18 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ די ערשטע נאכט פסח, רופט די צוהערער צו גיין ליינען אן ארטיקל קעגן טאקער קארליסאן.
נפול תיפול.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 3:20 am
דורך חלום חלמתי
סעמסאנג מעלדט אז זיי וועלן פארמאכן זייער מעסידזש עפפ דעם קומענדיגן יולי, און זיי בעטן די (אויב ס'איז דא...) באנוצער צו אריבערגיין קיין גוגל מעסידזשעס.
שוין די צווייטע סמארטפאון טעקסט עפפ וואס גוגל עסט אויף, נאך ווערייזאן מעסידזש פלאס ז"ל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 3:32 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 04, 2026 9:02 pm
צוויי אמעריקאנע פליגערס זענען געווארן אראפגעשאסן העכער איראן, דעם בחור דא אין בילד, און א F15. איראן זאגט אז א נייע שוץ סיסטעם האט זיי ערמעגליכט דאס אויסצופירן
גראדע איז דער אין בילד אן A10
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 3:33 am
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 04, 2026 9:06 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט אוועקגענומען די ספעציעלע וויזע פאר משפחת קאסאם סולימאני - דער געוועזענער איראנע גענעראל וועמען טראמפ האט עלימינירט אין זיין ערשטע טערמין - נאכדעם וואס זיי האבן פראטעסטירט קעגן די מלחמה און פראפעגאנדירט מיט איראנע פראפעגאנדע.
ווי איך פארשטיי איז די רעדע פון גרין קארדס, נישט קיין ספעציעלע וויזעס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 3:52 am
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 05, 2026 3:33 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 04, 2026 9:06 pm
די סטעיט דעפארטמענט האט אוועקגענומען די ספעציעלע וויזע פאר משפחת קאסאם סולימאני - דער געוועזענער איראנע גענעראל וועמען טראמפ האט עלימינירט אין זיין ערשטע טערמין - נאכדעם וואס זיי האבן פראטעסטירט קעגן די מלחמה און פראפעגאנדירט מיט איראנע פראפעגאנדע.
ווי איך פארשטיי איז די רעדע פון גרין קארדס, נישט קיין ספעציעלע וויזעס.
ריכטיג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 9:57 am
דורך חלום חלמתי
איינער מיטשעט זיך מיט די הכנות.
וואס קען מען טון אז ער איז די פרעזידענט...?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 9:32 pm
דורך חלום חלמתי
א טאון אין לאנג איילענד האט געשליכטעט א יארן לאנג קלאגע מיט א לאקאלע חב"ד שול, וועמען זיי האבן יארן לאנג גערודפ'ט און נישט געלאזט זיך פארברייטערן אדער פראווענען. איצטערט וועלן זיי צאלן 19 מיליאן טאלער פאר די קהילה, און ענדליך ערלויבן די אויפבוי פון א גרויסע צענטער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 9:34 pm
דורך חלום חלמתי
טייערע גוים, איר האט געקענט קומען נעכטן, אייער נעכטן, און פאריגע וואך קיין אמעריקן דריעם מאל... יעצט מאכט פלאץ...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 11:08 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ וועט מארגן אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אינעם ווייסן הויז בריפינג רום.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג אפריל 05, 2026 11:09 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 27, 2026 1:09 pm
ווי סאך די גרויסע מידיע נעצן האבן דערמאנט די לעצטע מארד אין טשיקאגא ווי א ווענעזועלע אימיגראנט האט רענדעמלי דערשאסן א מיידל אין גאס.
פרעזידענט טראמפ וואונטשט לכ' די לוי' פון דאס מיידל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אפריל 06, 2026 1:46 am
דורך חלום חלמתי
ארי פליישער מיט א שיין פשט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אפריל 06, 2026 1:55 am
דורך חלום חלמתי
א יונג קינד איז געביסן געווארן דורך א וואלף אין די הערשי פארק טיער גארטן אין פענסילוועניע דעם שבת, בשעת זיינע עלטערן זענען געווען פארנומען מיט זייערע טעלעפאנען. דאס קינד האט אריינגעשטופט זיינע פינגער אין דעם שטייג ווי דער וואלף האט אים געקענט דערגרייכן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג אפריל 06, 2026 1:59 am
דורך חלום חלמתי
ר"י פאנאוועזש הגאון ר' בערל פאווארסקי שליט"א, ווערט געזען מתפלל זיין ביים כותל איינער אליין, נאכן באקומען ספעציעלע ערלויבעניש.