נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 228
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 545

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אסרוחג »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2026 4:03 pm אביסל קלארקייט, סתם אינטערסאנט צו וויסן אז בעבר האט מען שוין געהאט פראבלעמען מיט דעם אינגערמאן.

איך בין נישט אויסגעקאכט אין די פרטים יעצט, און בעצם האלט איך אז דער אינגערמאן מיינט גוטס - אין אלגעמיין, איך קען אים פערזענליך, ער איז באמת אן עסקן, א איד וואס וואלט ארויסגעשפרינגען פון בעט אינמיטן די נאכט און געלאפן אין די קעלט און אין די היצן צו העלפן א צווייטן איד. ווער ס'קען אים ווייסט דאס. ער האט גוטע מאטיוון, און איך וואלט נישט געזאגט אז ער זוכט צו שאדן מאכן פאר'ן ציבור, נאר ווי איך האב אים פערזענליך אויך געזאגט, מיין איך אז ער כאפט נישט די געוויכט וואס יארן ערפארונג טראגט אין דעם פעלד.

עגעין, איך בין נישט אויסגעקאכט, און ס'קען גאר זיין אז ער איז גערעכט און די עסקנים זענען זיך טועה. איך רעד אלס א דרויסענדיגער וואס ווייסט נישט די בעיסיקס פון דעם געשיכטע, אבער ווייסט יא אז די קרית יואל'ע עסקנים האבן שוין באוויזן גרויסע זאכן מיט זייערע קשרים, און ביי דיפאלט טראסט איך זיי.

און להוי ידיעה, מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם און מדארף נישט האבן קיין בלאק וואוט צו קענען חרוב מאכן. יעדער יחיד האט די כח צו צוגרינדלייגן שווערע האראוואניע פון עסקנים (יעס! אינספיראציע פאר'ן טאג!).
פיין געזאגט!
פאר ווער ס'ווייסט נישט, שאל אביך ויגדך, פרשת י. וו. האט זיך אנגעהויבן אזוי אומשולדיג מיט אן עסקן וואס האט געזאגט אז ער מיינט גוטס, א מעשה מיט וואוטס, קאמיטע פארן וואוילזיין פון קרית יואל, און פון דארט ביז 60 מינוט איז געווען א קאצן שפרינג
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די פרשה דא, ווייל כ'האב נישט קיין אנונג וואס די נושא איז, כ'ברענג נאר ארויס, אז אפילו א עסקן וואס מיינט גוטס, קען אמאל מאכן א טעות, בפרט אויב טוט ער אליין
פרתי
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:43 pm
Location: מאנסי
x 6

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פרתי »

וואס גייט זיין אויב איז ער מצליח גייט מען שלום מאכן מוט אים
אזוי ווי ביי סקופיס אין די בראשית יארן
שרייב פאוסט