בלאט 214 פון 302

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:34 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצילא דמהימנותא🌴
מאנטאג פרשת לך:

= כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך =

היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיך הוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין בוענאס איירעס ארגענטינע, און דערנאך צום דערנעבנדיגן לאנד אורוגוויי ווי געמאלדן.

דער רבי איז ערווארטעט צו פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט ארום 4:00 נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
די פליגער פון רבינו שליט"א איז ערווארטעט זיך צו הייבן אום 8:50 אויפדערנאכט, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם EZE לופטפעלד אין בוענאס איירעס ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי ארטיגע זייגער, 7:30 ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט וועט דער רבי צופארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צום חרדי'שן געגנט אין בוענעס איירעס.

צוערשט וועט דער רבי צופארן צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה יואל מזרחי הי"ו,
נאך א קורצע צייט ארום 11:00 ארטיגע זייגער וועט דער רבי אריינקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל חרדים צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חברי הקהילה, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד וילדי תשב"ר,
נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים און 'מעמד קבלת פנים' וואו דער רבי וועט משמיע זיין דברות קודש בדברי הדרכה פאר די הונדערטער תושבי העיר,
דערנאך וועט דער רבי צוריקגיין לבית האכסניא.

ארום 2:00 נאכמיטאג וועט פארקומען א 'מעמד צאתכם לשלום' אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לרגל גמירת המקוה בבנין הביהמ"ד החדש אינעם געגנט, דער רבי וועט משמיע זיין ברכת הקודש.

פון דארט וועט דער רבי צופארן צום שטאט מאנטעווידעא אינעם דערנעבענדיגע לאנד אורוגוויי וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר א משך פון א טאג צייט.

מיטוואך במשכ'ן טאג וועט דער רבי ארומגיין אינעם ריזיגן פלענט ווי קהילתינו הקדושה וועט פון יעצט און ווייטער אנהייבן שחט'ן די גסות ע"פ פקודת הקודש פון רבינו שליט"א,
דער רבי וועט איבערגיין די פילצאליגע חומרות והידורים אויפ'ן פלאץ וואס דער רבי האט איינגעפירט, און זיך אומקוקן פון דער נאנט אויף אלע פרטי פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געמאכט בתכלית הכשרות וההידור.

אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל,
דער רבי איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם JFK לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי ארום 7:00 ניו יארק'ע זייגער.

"יציאת צדיק מן העיר עושה רושם"
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:42 pm
דורך שבת קודש
קלמןקליין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:32 pm וואס איז דער היתר פאר כל הקהל הקודש צו דאווענען אזוי שפעט?
א ת''ח איז בבחינת שבת, שבת איז מען נישט מקפיד אויף סוף זמן תפלה

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
קלמןקליין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:32 pm וואס איז דער היתר פאר כל הקהל הקודש צו דאווענען אזוי שפעט?
חצות איז 12:53

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:54 pm
דורך יוחנן כהן
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:42 pm
קלמןקליין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:32 pm וואס איז דער היתר פאר כל הקהל הקודש צו דאווענען אזוי שפעט?
א ת''ח איז בבחינת שבת, שבת איז מען נישט מקפיד אויף סוף זמן תפלה
אזוי??

מאך נישט קיין הנחות ביטע ווען עס איז דא הונדערטע אידן תלמידי חכמים וואס זענען יא מקפיד צו דאווענען זמן תפילה שבת.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:54 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:42 pm
קלמןקליין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:32 pm וואס איז דער היתר פאר כל הקהל הקודש צו דאווענען אזוי שפעט?
א ת''ח איז בבחינת שבת, שבת איז מען נישט מקפיד אויף סוף זמן תפלה
אזוי??

מאך נישט קיין הנחות ביטע ווען עס איז דא הונדערטע אידן תלמידי חכמים וואס זענען יא מקפיד צו דאווענען זמן תפילה שבת.
ביטע נישט פארקריכן פון די נושא.
דאס איז א טענה’ריי וואס קומט נישט אריין דא.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:33 pm
דורך נפתלי
קלמןקליין האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:32 pm וואס איז דער היתר פאר כל הקהל הקודש צו דאווענען אזוי שפעט?
ווי עס הייסט יעצט וועלן פארקומען מניני שחרית פאר זמן תפילה פאר די אידן וואס ווילן דאווענען פאר סוף זמן תפילה

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:33 pm
דורך שבת קודש
נישט יעדער וועט פארשטיין דעם רבינ'ס דרשה דא דארט בפרט קינדער וואס קענען נישט קיין אידיש נאר ספאניש

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:37 pm
דורך נפתלי
די רבי גייט זיך היינט משתתף זיין ביים שמחת החתונה בחצרות סקווירא - וויזניץ??

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:39 pm
דורך וואלף
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:33 pm נישט יעדער וועט פארשטיין דעם רבינ'ס דרשה דא דארט בפרט קינדער וואס קענען נישט קיין אידיש נאר ספאניש
מסתם וועט זיין א מתורגמן

מ'קען נאך כאפן דעם טיטל מתורגמנא דמלכא...

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר”א שליט"א צו די שחיטה אין אורוגוויי - היסטארישע אפשטעל אין ארגענטינא

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
IMG-20241111-WA0045.jpg
IMG-20241111-WA0045.jpg (136.57 KiB) געזען געווארן 820 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:55 pm
דורך שבת קודש
אויפהענגען מודעות אין אלע בתי מדרשים איבער די עריכת השלחן ליל שב''ק בשעת מען שטעלט דארט בכלל נישט צו קיין פלעצער פארן ציבור הייסט חוזק געמאכט פונעם ציבור
אויב שטעלסטו נישט צו קיין פלעצער פארן ציבור לאנדען זיי נישט איין.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 3:53 pm
דורך איך
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:37 pm די רבי גייט זיך היינט משתתף זיין ביים שמחת החתונה בחצרות סקווירא - וויזניץ??
די רבי פארט אויף ארגענטינא היינט

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 6:58 pm
דורך הלבלר בקולמסו
די פארצייטישע צעטלעך, מיט'ן אלטן חן...

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:04 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 6:58 pm די פארצייטישע צעטלעך, מיט'ן אלטן חן...
יאפ. מלא חן. סתם פאר אינטערסאנטקייט האב איך באמערקט אז אויך אין די פארגעשריטענע חצר באבוב זענען אלע צעטלעך אויף א מוראדיג אמאליגע שטייגער.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצילא דמהימנותא🌴
דער רבי איז אנגעקומען אינעם דזשעי עף קעי לופטפעלד אום 7:05.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצילא דמהימנותא🌴
דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב אינעם לופטפעלד ארום 7:15.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:13 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש ארום 5:25 אויפן וועג צום JFK לופטפעלד, פון ווי רבינו שליט"א וועט אפרייזן אויף א קורצע נסיעה קיין אורעגוויי צו באזוכן די שחיטה, און מאכן בעפאר דעם א קורצע אפשטעל בקרב אנ"ש אין ארגענטינע.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א ביי תפילת מעריב אינעם בית חב"ד אינעם JFK לופטפעלד.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א נאך תפילת מעריב אינעם בית חב"ד אינעם JFK לופטפעלד ווי עס האט שלום גענומען הרב אלעזר רייטשיק שליט"א מרבני מקוה אינטערנעשאנעל און דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:43 pm
דורך ירא השם
אמת אז דער רבי גייט זיך טרעפן מיטן ארגעטינער פרעזידענט?

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 9:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וירא 9:05 ביינאכט=

"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך"
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א פונעם JFK לופטפעלד אויפן וועג צום EZE לופטפעלד אין בוענאס איירעס ארגענטינע, די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי ארטיגע זייגער, 7:30 ניו יארק'ע זייגער.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 9:08 pm
דורך מיילעך פריילעך
🌴בצל הקודש🌴
רבינו שליט"א אויפן וועג צום פליגער אינעם JFK לופטפעלד.
~🌴~

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 9:20 pm
דורך מיילעך פריילעך

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 9:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
*צדיק בא לעיר*
ההכנות לקבלת פני רבינו שליט"א


Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:00 am
דורך פרייער פויגל
בילדער פון דער טיש פארגאנגענעם ליל שב''ק.
אפס מקום. (בילדער פון די איי)
0d8ff9bc21f1e14e8d347a34c08213166afa49e7-14.jpg
0d8ff9bc21f1e14e8d347a34c08213166afa49e7-14.jpg (298.17 KiB) געזען געווארן 503 מאל